חזן זיידל ראוונער

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

מי_כעמך
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש סעפטעמבער 03, 2011 7:54 pm

תגובהדורך מי_כעמך » זונטאג יולי 01, 2012 10:01 am

http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... 4617&upd=1
here it says that this song is from
אז בהלוך ירמיה של זיידל ראוונער
any idea who sings this?

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » זונטאג יולי 01, 2012 10:40 am

איך האב עס נישט געהערט, (מיין פילטער לאזט עס נישט דורך), אבער די ניגון וואס ווערט געזונגען דורך חזן משה גענטשאף, אויב איינער ברויך עס קען איך עס ארויף לייגן אויף דראפ באקס.

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » זונטאג יולי 01, 2012 12:10 pm

נו, אדרבה?
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » זונטאג יולי 01, 2012 12:56 pm


איטשע
שר האלף
תגובות: 1697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג יולי 16, 2012 7:34 am


אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

תגובהדורך יצמחפורקניה » דינסטאג יולי 17, 2012 1:44 pm

איטשע האט געשריבן:http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=28843&st=&pgnum=8&hilite=


א שאד ער ענטפערט מער נישט אויף דעם אדרעס דארט.

איך מיין אז ס'איז נישטא קיין רעקארדינג פון אים. ריכטיג ?

אוועטאר
הוצאת שירי חזנים
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 07, 2011 1:01 pm
לאקאציע: אין סטודיא
פארבינד זיך:

תגובהדורך הוצאת שירי חזנים » מאנטאג יולי 30, 2012 2:22 pm

יצמחפורקניה האט געשריבן:איך מיין אז ס'איז נישטא קיין רעקארדינג פון אים. ריכטיג ?

ביי די יודעי דבר איז מקובל אז מ'האט רעקארדירט פון אים א פילם ווי ער זאגט איינע פון זיינע קאמפאזיציעס אויף "אז בהלוך" וואס נעמט א דריי פערטל שעה (לכאו' ביי די באוואוסטע קאנצערט וואו מ'האט רעקארדירט רויטמאן און הערשמאן)
אבער עס איז דערווייל נישט בנמצא ס'איז א קאלעקטערס אייטעם (א שטייגער ווי ברוך שור'ס שטיקלעך און נאך)
פאר הערות און קאמענטארן קענט איר שיקן א מעלדונג אויף cantorial.music@gmail.com
מיר ווארטן צו הערן פון אייך!

מי_כעמך
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש סעפטעמבער 03, 2011 7:54 pm

תגובהדורך מי_כעמך » דינסטאג אפריל 30, 2013 6:48 pm

here is a link of a small collection of reb ziedel rovner stuff i managed to collect, please if anyone can add anything let me know

https://www.dropbox.com/sh/8jzmek0m2f0o7ae/zbd2aFMcxT

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » מיטוואך מאי 01, 2013 9:30 pm

דא האסטו נאך א שכולה פון ר' שאול דער צווייטער איז אפשר להבדיל ר' נחמי' שעהנגאט
https://docs.google.com/file/d/0BzDfaUw ... sp=sharing
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
Elvin
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 7:36 pm

תגובהדורך Elvin » מיטוואך מאי 01, 2013 9:55 pm

יאפין האט געשריבן:דא האסטו נאך א שכולה פון ר' שאול דער צווייטער איז אפשר להבדיל ר' נחמי' שעהנגאט
https://docs.google.com/file/d/0BzDfaUw ... sp=sharing

thank you, it's very nice

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2059
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

ניגוני ר' זיידל ראוונער

תגובהדורך נחוניא » מאנטאג יולי 08, 2013 7:44 pm

אין המבשר איז פאריגע וואך געווען באשריבן ר' זיידל ראוונער, און עס שטייט דארטן אז מען האט געפינען ביי איינעם פינעף ביכלעך מיט נאטן פון ר' זיידל.
האט איינער מער פרטים דערוועגן?

אוועטאר
פיניע חזן
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

זיידל ראוונער - המבשר

תגובהדורך פיניע חזן » דינסטאג יולי 09, 2013 6:43 pm

לויט ווי עס לייענט זיך דארט איז נישט קלאר צו מ'האט עס געטראפן אדער נישט, אבער עס געדענקט זיך מיר אז איך האב שוין אמאהל געהערט דערפון, אז מ'האט זיך דערוואוסט אויף א איד אין נתניה אז ער האט 5 ביכער מיט נאטן, אבער אדהכי והכי ביז ווי וואס ווען איז דער איד ל"ע אוועק פון דער וועלט און מ'האט נישט געקענט טרעפן ווער האט דאס, ואם טעיתי ה' הטוב יכפר.
אבער ער ברענגט דארט א קאפי פון איין בלאט פון נאטן בכתב ידו פון ר' זיידל

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1903
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דינסטאג יולי 09, 2013 6:54 pm

איך קאן א איד וואס האט פיל פון זיינע נאטן, און ביי צוזאמקומען האט ער שוין אראפ געזונגען פון דעם א היפשע פאר "נייע" ניגונים.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1903
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מיטוואך יולי 10, 2013 8:56 am

איינס פון די ניגונים הנ"ל.
א ניגון יופי שביופי א Masterpiece !!! (וואס איז נישט?...)
מזמור שיר ליום השבת
ביטע אויב איז עס שוין "אלט" זאלן מיר די מומחים דא מיר מתקן זיין.

ווארנונג! באגלייט מיט א כלי, אבער בלאו הכי וואלט איך געראטן עס נישט צו הערן אין ימי המצרים מחמת דעם תענוג הגדול הערנדיג דעם ניגון.


ב.ד.וו דער ניגון "אמת ואמונה" איז דא אויך פון א חזן מיטן נאמען יצחק מאן, באגלייט מיט זייער א שיין קווייער, זייער גוט אהער געשטעלט.

אוועטאר
פיניע חזן
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

נאטן כתב ידו פון זיידל

תגובהדורך פיניע חזן » דאנארשטאג יולי 11, 2013 9:50 pm

וואס איז געווען אין המבשר
צוגעלייגטע
Notes.JPG

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » זונטאג יולי 21, 2013 7:30 am

בעאבאכטער האט געשריבן:א ניגון יופי שביופי א Masterpiece !!! (וואס איז נישט?...)
מזמור שיר ליום השבת
ביטע אויב איז עס שוין "אלט" זאלן מיר די מומחים דא מיר מתקן זיין.


WOW דער ניגון איז א געוואלדיגע שטיקעל, די האלבע טענער וואס נעמען דיר אין פרישע עולמות יעדן שטיקעל באזונדער.
עס איז איז געבויט אויף אפערא סטייל

כ'וואלט געוואלט וויסען:
1. א מקור אז ס'איז פון זיידעל'ען
2. ווער איז דער חזן וואס זינגט (ס'זעהט מיר אויס איינער צבי...) און צי ער זינגט פונקטליך (ס'זעהט מיר אויס אז ער זינגט פונקטליך ווייל ער זינגט פון נאטען)
3. וואסי פשט אז ביים סוף זינגט א צווייטער חזן?
4. אויב דער באגלייטונג איז אויך פון זיידעל'ע (עס איז מורא'דיג)
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1903
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » זונטאג יולי 21, 2013 9:28 am

1. דער איד האט אין זיין באזיץ ר' זיידל'ס נאטן, (איר קענט אויך דערקענען ר' זיידלס 'פינגער פרינטס')

2. דאס זינגט א איד אן קיין 'חזן היטל'... א הערליכער בעל תפילה, הארציגער בעל מנגן, און א טיפער מבין אין נגינה, (יא, און א שיינער לומדישער תלמיד חכם) איר הערט גוט! ער זינגט עס פון נאטן [וואס ער לייענט גוט], איך וועל אים פרעגן רשות צו איך קען שרייבן זיין נאמען.

3. אין בין אויך מסופק צו דער סוף האט א שייכות, איך וועל אים פרעגן בע"ה אויף ביידע פראגעס. (האבן מיר שוין 3 זאכן אים צו פרעגן)

4 ווארשיינליך יא, ווייל ר' זיידל פלעגט צו שרייבן פאר זיינע 'משרתים' אויך, זעה בילד אויוון פון ניקינו החשוב "פניע חזן" בשם "המבשר" אבער מיר וועלן אים אויף דעם אים אויך פרעגן, (האבן מיר שוין צוזאם 4 פראגעס).
און אויב האט איר געהערט משה גענטשאף'ן זינגען אב הרחמים וועט איר לכאורה אויך זאגן אז די באגלייטונג (אהה... כ'ווער צושאקלט טראכטנדיג נאר) איז פון ר' זיידלען גופא.
איך וועל בע"ה לכאורה זיך זעהן מיט אים ליל שישי שבוע זאת הבעל"ט.

אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

תגובהדורך זאמלער » פרייטאג יולי 26, 2013 11:29 am

נחוניא האט געשריבן:אין המבשר איז פאריגע וואך געווען באשריבן ר' זיידל ראוונער, און עס שטייט דארטן אז מען האט געפינען ביי איינעם פינעף ביכלעך מיט נאטן פון ר' זיידל.
האט איינער מער פרטים דערוועגן?

כ'ווייס נישט צו ס'האט א שייכות, אבער יוסף משה כהנא האט שוין געברענגט אין קוראי עונג פרשת תולדות תשס"ח, איבער דריי שאכטלעך פון נאטן ביכלעך פון חזן ר' זיידל
ליין עטעטשמענט
צוגעלייגטע
IMG_0041.JPG

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2059
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » פרייטאג יולי 26, 2013 12:16 pm

זאמלער האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:אין המבשר איז פאריגע וואך געווען באשריבן ר' זיידל ראוונער, און עס שטייט דארטן אז מען האט געפינען ביי איינעם פינעף ביכלעך מיט נאטן פון ר' זיידל.
האט איינער מער פרטים דערוועגן?

כ'ווייס נישט צו ס'האט א שייכות, אבער יוסף משה כהנא האט שוין געברענגט אין קוראי עונג פרשת תולדות תשס"ח, איבער דריי שאכטלעך פון נאטן ביכלעך פון חזן ר' זיידל
ליין עטעטשמענט

ווער איז ד"ר סובול וואס ווערט דא דערמאנט?

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1903
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » זונטאג יולי 28, 2013 1:58 am

נחוניא האט געשריבן:ווער איז ד"ר סובול וואס ווערט דא דערמאנט?

דער איז א גרויסער Musical conductor פרעג אן ר' גוגלען "מרדכי סובול" און וועט אייך ווארשיינליך באהאגלען מיט אינפארמאציע.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1903
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » זונטאג יולי 28, 2013 4:09 pm

יאפין האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:א ניגון יופי שביופי א Masterpiece !!! (וואס איז נישט?...)
מזמור שיר ליום השבת
ביטע אויב איז עס שוין "אלט" זאלן מיר די מומחים דא מיר מתקן זיין.


WOW דער ניגון איז א געוואלדיגע שטיקעל, די האלבע טענער וואס נעמען דיר אין פרישע עולמות יעדן שטיקעל באזונדער.
עס איז איז געבויט אויף אפערא סטייל

כ'וואלט געוואלט וויסען:
1. א מקור אז ס'איז פון זיידעל'ען
2. ווער איז דער חזן וואס זינגט (ס'זעהט מיר אויס איינער צבי...) און צי ער זינגט פונקטליך (ס'זעהט מיר אויס אז ער זינגט פונקטליך ווייל ער זינגט פון נאטען)
3. וואסי פשט אז ביים סוף זינגט א צווייטער חזן?
4. אויב דער באגלייטונג איז אויך פון זיידעל'ע (עס איז מורא'דיג)

בעאבאכטער האט געשריבן:1. דער איד האט אין זיין באזיץ ר' זיידל'ס נאטן, (איר קענט אויך דערקענען ר' זיידלס 'פינגער פרינטס')

2. דאס זינגט א איד אן קיין 'חזן היטל'... א הערליכער בעל תפילה, הארציגער בעל מנגן, און א טיפער מבין אין נגינה, (יא, און א שיינער לומדישער תלמיד חכם) איר הערט גוט! ער זינגט עס פון נאטן [וואס ער לייענט גוט], איך וועל אים פרעגן רשות צו איך קען שרייבן זיין נאמען.

3. אין בין אויך מסופק צו דער סוף האט א שייכות, איך וועל אים פרעגן בע"ה אויף ביידע פראגעס. (האבן מיר שוין 3 זאכן אים צו פרעגן)

4 ווארשיינליך יא, ווייל ר' זיידל פלעגט צו שרייבן פאר זיינע 'משרתים' אויך, זעה בילד אויוון פון ניקינו החשוב "פניע חזן" בשם "המבשר" אבער מיר וועלן אים אויף דעם אים אויך פרעגן, (האבן מיר שוין צוזאם 4 פראגעס).
און אויב האט איר געהערט משה גענטשאף'ן זינגען אב הרחמים וועט איר לכאורה אויך זאגן אז די באגלייטונג (אהה... כ'ווער צושאקלט טראכטנדיג נאר) איז פון ר' זיידלען גופא.
איך וועל בע"ה לכאורה זיך זעהן מיט אים ליל שישי שבוע זאת הבעל"ט.

ובכן, גערעדט מיט אים, און:
1. די נאטען זענען 100% פון זיידלען.
2. רוצה בעילום שמו. ער זינגט דאס טאקע ארויס פון די נאטן, וואלט אויסגעפעלט נאך איינער צו 'משלים' זיין, ער ציט אויס די תנועות כדי צו קענען געבן נאך א תנועה פאר באגלייטן, ודו"ק.
3. דער סוף האט נישט קיין שייכות, עס איז מיטגעשלעפט געווארן בטעות.
4. יא, דאס באגלייטן פון די מיוזיק איז אויך פון זיידלען.

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2013 3:16 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:2. רוצה בעילום שמו. ער זינגט דאס טאקע ארויס פון די נאטן, וואלט אויסגעפעלט נאך איינער צו 'משלים' זיין, ער ציט אויס די תנועות כדי צו קענען געבן נאך א תנועה פאר באגלייטן, ודו"ק.


נא, קענסט זאגען פאר עילום אז כ'בין מסכים משלם צו זיין, יעך קאן נאטען.

בעאבאכטער האט געשריבן:4. יא, דאס באגלייטן פון די מיוזיק איז אויך פון זיידלען.


ס'איז מורא'דיג, היינטיגע צייטען קען מען נישט מאכען אזאנע באגלייטונגען, ס'איז פון א העכערע וועלט
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1903
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » פרייטאג אוגוסט 09, 2013 12:30 am

אלע באגלייטונגען זיינע זענען שלא מעלמא הדין.
און זיינע קאמפאזיציעס נישט?

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5191
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » פרייטאג אוגוסט 09, 2013 4:03 am

געוואלדיג הערליך שייין...

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » פרייטאג אוגוסט 09, 2013 10:19 am

בעאבאכטער האט געשריבן:אלע באגלייטונגען זיינע זענען שלא מעלמא הדין.
און זיינע קאמפאזיציעס נישט?

זיינע קאמפאזיציעס אפגערעדט
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט