חזן זיידל ראוונער

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
דוד משה
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 8:30 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:איינס פון די ניגונים הנ"ל.
א ניגון יופי שביופי א Masterpiece !!! (וואס איז נישט?...)
מזמור שיר ליום השבת
ביטע אויב איז עס שוין "אלט" זאלן מיר די מומחים דא מיר מתקן זיין.

ווארנונג! באגלייט מיט א כלי, אבער בלאו הכי וואלט איך געראטן עס נישט צו הערן אין ימי המצרים מחמת דעם תענוג הגדול הערנדיג דעם ניגון.

ס'האט זיך אנגעהויפנט אויפן שרייב-טיש פיל קלאגעס וואס אנבאלאנגט צו עקספייערטע לינקס, טייל - מיט רעכט - צארנדע.
ובכן, זיי האב נישט עקספייערט, נאר געטוישט אן אכסני'.
און אז דער ניגון האט געטוישט אן אכסני', מוז זיין רינג אויך געטוישט ווערן.
האט איר דא נאכאמאל:
מזמור שיר ליום השבת

אודאי צערנט מען, קיין איין (!) לינק צו א ניגון פון דעם גאנצן אשכול ארבעט נישט! וויאזוי זאל איך צוקוקן ווי דער עולם פאסמאקעוועט זיך מיט זאפטיגע סחורה און נישט צערענען ?

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1903
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » זונטאג מאי 07, 2017 4:13 pm

אי"ה אביסל שפעטער וועל איך א קוק טוען וועלכע פיילס און אייך לינקן בע"ה.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1903
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דינסטאג מאי 09, 2017 2:04 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:אי"ה אביסל שפעטער וועל איך א קוק טוען וועלכע פיילס און אייך לינקן בע"ה.

אביסל שפעטער...
וואס זאל איך טוען, כ'האב מיך נישט דערשלעפט...

האט איר דא ר' דוד משה: זיידל ראוונער

גולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 05, 2011 8:53 am

תגובהדורך גולם » דינסטאג מאי 09, 2017 2:09 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:אי"ה אביסל שפעטער וועל איך א קוק טוען וועלכע פיילס און אייך לינקן בע"ה.

אביסל שפעטער...
וואס זאל איך טוען, כ'האב מיך נישט דערשלעפט...

האט איר דא ר' דוד משה: זיידל ראוונער

tnx very very much
בינעך א ליימענע גולם

איטשע
שר האלף
תגובות: 1682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך מאי 10, 2017 7:12 am

דער בריך שמיה איז נישט זיידל׳ס

איטשע
שר האלף
תגובות: 1682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך מאי 10, 2017 7:13 am

שכולה אכולה דאכציך אויך נישט

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1903
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מיטוואך מאי 10, 2017 9:25 am

איטשע האט געשריבן:דער בריך שמיה איז נישט זיידל׳ס

איטשע האט געשריבן:בריך שמיה וואס מען זינגט אין באבוב, איז נישט פון זיידל נאר זיינס א משורר, כך שמעתי מפי ר' שאול הוטטערער.

אינטערעסאנס, ווייל אין די 'וועלט' הייסט עס זיידלס
איטשע האט געשריבן:שכולה אכולה דאכציך אויך נישט

וועם'ס יא?

איטשע
שר האלף
תגובות: 1682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:59 am

כ׳פארשטיי נישט דיין קאמענטיר, אויב זיידל האט עס נישט מחבר געווען, יעצט אז דער וועלט טענה׳ט אז יא, האט ער עס למפרע מחבר געווען?
אמאל איז געווען שייך צו זאגן אויף ״דער וועלט״ ׳מה עמא דבר׳, ׳מקשין העולם׳.
היינט איז דער וועלט נישט מער ווי ״עולם גולם״ די וועלט ווייסט נישט, א באנדע אנאלפאבעטן, ליידער, ליידער...

בריך שמיה האט געמאכט חזן ר׳ משה בצלאל הכהן טאביאנסקי!
ס׳איז דא ׳ויהי בנסוע, בריך שמיה׳ פון זיידל, וואס מען זינגט אין וויזניץ.
שכולה אכולה ווייסעך נישט
לעצט פאראכטן דורך איטשע אום דאנארשטאג מאי 11, 2017 7:10 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג מאי 11, 2017 7:10 am

דארט׳ן אינ׳ם ליסט איז דא אן אמת ואמונה מיט מוזיק, ס׳הערט זיך ווי א וויזניצע כאר.
דאס איז נישט זיידל׳ס, די אנדערע איז דאכציך פון חזן גענשאף יענס איז ווירקליך זיידל׳ס

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1903
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דאנארשטאג מאי 11, 2017 8:44 am

איטשע האט געשריבן:כ׳פארשטיי נישט דיין קאמענטיר, אויב זיידל האט עס נישט מחבר געווען, יעצט אז דער וועלט טענה׳ט אז יא, האט ער עס למפרע מחבר געווען?
אמאל איז געווען שייך צו זאגן אויף ״דער וועלט״ ׳מה עמא דבר׳, ׳מקשין העולם׳.
היינט איז דער וועלט נישט מער ווי ״עולם גולם״ די וועלט ווייסט נישט, א באנדע אנאלפאבעטן, ליידער, ליידער...

בריך שמיה האט געמאכט חזן ר׳ משה בצלאל הכהן טאביאנסקי!
ס׳איז דא ׳ויהי בנסוע, בריך שמיה׳ פון זיידל, וואס מען זינגט אין וויזניץ.
שכולה אכולה ווייסעך נישט

איטשע! זיי נישט ווילד!...
(וואס האב איך מיט עולם גולם?...)
מיר גוועהן א חידוש ואין בדברי אלא חידושו ותו לא מידי.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1903
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דאנארשטאג מאי 11, 2017 8:46 am

איטשע האט געשריבן:דארט׳ן אינ׳ם ליסט איז דא אן אמת ואמונה מיט מוזיק, ס׳הערט זיך ווי א וויזניצע כאר.
דאס איז נישט זיידל׳ס, די אנדערע איז דאכציך פון חזן גענשאף יענס איז ווירקליך זיידל׳ס

קאן זיין, דארף מען נאכאמאל צוהערן.

ב.ד.וו.
האט איר שוין אמאהל געהערט ווי די וויזשניצער זינגען דעם אב הרחמים?...

איטשע
שר האלף
תגובות: 1682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג מאי 11, 2017 9:37 am

כ׳האב עס געהערט יארן צוריק ווען דער ויזניצער רבי פון מאנסי איז געווען אויף א שבת אין בני ברק.
נאך א מזל זיידל איז נישט דארט געווען, ער וואלט געכאפט א הארץ אטאקע, ווי אזוי זיי האבן רח״ל צוריסן און צופליקט דעם ניגון הי״ד, כדרכם בקודש.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1903
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דאנארשטאג מאי 11, 2017 9:53 am

לאמיר מפייס זיין זיידל'ען און אים צייגן ווי זיינע ווערק ווערן געהאלטן בכבוד...
גענטשאף האמיר דאך, וכן וועלן מיר מוסיף זיין:
א שטיקעלע "אב הרחמים", פון "ועל ידי" על יד החזן שלום כ"ץ (כידוע געוועהן אן הערליך שיין און גוטער 'זאגער' און אן ערליך איד)
"ועל ידי", אב הרחמים - שלום כ"ץ
הערט ווי ביי יעדן חזן ווערט עס 'געזאגט' לויט 'זיין' אייגנארטיקייט. - דאס הייסט קאמפאזיציע!
ואכמ"ל.

אז איר האט דערמאנט אמת ואמונה
ואמונה כל זאת - משה קוסאוויצקי
נאך איינס ואמונה כל זאת

מעליץ
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 11:37 pm

תגובהדורך מעליץ » מיטוואך מאי 17, 2017 12:06 am

צייטליך האט געשריבן:דער "הננו מוכן ומזומן" קומט פון אום ?
דאס איז נישט אמת, דער ניגון האט געמאכט חזן ירוחם הקטן פון בארדיטשוב.
דאס איז דאך פון מיינע פעוועריט ניגונים.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1903
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מיטוואך מאי 17, 2017 8:40 am

מעליץ האט געשריבן:
צייטליך האט געשריבן:דער "הננו מוכן ומזומן" קומט פון אום ?
דאס איז נישט אמת, דער ניגון האט געמאכט חזן ירוחם הקטן פון בארדיטשוב.
דאס איז דאך פון מיינע פעוועריט ניגונים.

ס'איז יא פון זיידל'ען.
זיידל איז אויך געוועהן חזן אין בארדיטשוב.

אוועטאר
דוד משה
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » זונטאג מאי 28, 2017 6:38 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:אי"ה אביסל שפעטער וועל איך א קוק טוען וועלכע פיילס און אייך לינקן בע"ה.

אביסל שפעטער...
וואס זאל איך טוען, כ'האב מיך נישט דערשלעפט...

האט איר דא ר' דוד משה: זיידל ראוונער

יישר כח, און וואו איז אל תירא ?
הייליגער באשעפער, מיר ווילן זיך מקשר זיין צו דיר.

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2663
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג מאי 28, 2017 7:03 pm

יעצט דורכגעליינט דעם גאנצן אשכול אין איין אטעם, זייער אינטערעסאנטע אינפארמאציע

האט איינער ניגונים פונעם חזן - אבער נישט חזנות - א שטייגער ווי הנני מוכן ומזומן.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1903
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » זונטאג מאי 28, 2017 7:10 pm


אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2663
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג מאי 28, 2017 7:16 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:אל תירא
הנני מוכן ומזומן


יישר כח גדול

די ניגונים וואס זענען דערמאנט געווארן במשך האשכול זענען אלעס חזנות?

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1903
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » זונטאג מאי 28, 2017 7:19 pm

ניגונים וואס א טייל ווערן געזונגען דורך חזנים, אבער לאו דוקא "חזנות".

cravenwalk
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 27, 2017 4:12 pm

תגובהדורך cravenwalk » דינסטאג יוני 06, 2017 10:09 am

ביטע העלפט. אויפן לינק פין דוד משה צו אזי בשלישי שיקט עס צו קאפי. קאפי טענהן גאר דיסקאנטיניוד. זיי שיקן צו טראב. וואס? ווען?


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: די_אמת, טשאדעלע באדעלע און 23 געסט