חזן זיידל ראוונער

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

דוד משמש
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 12:29 am

חזן זיידל ראוונער

תגובהדורך דוד משמש » מאנטאג מאי 04, 2009 12:26 am

חזן זיידל ראוונער
איך האב דאס באגעגנט ביי באבעעוע ניגונים
ווער איז דאס געווען ? וועלכע צייט ביים קדושת ציון אדער פריער

אויך ווייסט איימיצער ווי כקען באקומען די נגונים פון די באבובע שלום עליכם - און רבון העולמים פון פרייטעג צו נאכטס
אל תמנע טוב...

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » מאנטאג מאי 04, 2009 5:54 am

דא איז א בילד פון איהם
צוגעלייגטע
רובנרl.jpg
רובנרl.jpg (6.42 KiB) געזעהן 4737 מאל

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג מאי 04, 2009 10:48 am

ער האט געהייסן יעקב יצחק (נאכן מאקארובער) מאראגאווסקי
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

תגובהדורך קהלת » מאנטאג מאי 04, 2009 11:18 am

אוי, זיין הננו מוכן ומזומן... כמו כמו כמו כמו כמו שכתוב כמו שכתוב כמו שכתוב בתורה...
איז דאך ווערט כל הון דעלמא.
עס ציזונגט זיך אליין יעדען טאג עקסטער.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מאי 04, 2009 11:20 am

דער "הננו מוכן ומזומן" קומט פון אום ?

דאס איז דאך פון מיינע פעוועריט ניגונים.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

תגובהדורך קהלת » מאנטאג מאי 04, 2009 11:24 am

יא דאס איז זיינס.

דא איז דא אסאך פין זיינע ניגונים.

אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

תגובהדורך פארצייטישע » מאנטאג מאי 04, 2009 11:26 am

בן בוזי האט געשריבן:ער האט געהייסן יעקב יצחק (נאכן מאקארובער) מאראגאווסקי


אין די לינק וואס מ'האט יעצט געברענגט שטייט אז זייין נאמען איז געווען יעקב שמואל, און נישט יעקב יצחק
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד

אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

תגובהדורך פארצייטישע » מאנטאג מאי 04, 2009 11:32 am

די לינק אויף יענע סייט "אודות המחבר" ארבעט נישט, זעט זיך אויס מ'האט געטוישט די וועב סייט, ווייל ווען מ'לייגט די מייז איבער די ווערטער שטייט פון אונטען אז עס דא א html פייל ביי די סייט קול באבוב, אבער ווען מ'גייט צו קול באבוב דאט קאמ, ווערט עס רידיירעקטעד צו א דעם סייט
http://web.me.com/ykwadrat/Kol_Bobov/Home.html
און דארט קען איך נישט טרעפן דעם html פייל, איך האב אפי' גע'גוגלט z_rowner.html און ס'איז ארויפגעקומען די ראשי פרקים וואס איז געשטאנען דארט, אבער ווען מ'קליקט אויף דעם לינק גייט עס ווייטער צו סייט הנ"ל
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד

קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

תגובהדורך קהלת » מאנטאג מאי 04, 2009 11:38 am

דא האסטו וואס איז געשטאנען דארט (קרדיט בחצרות החסידים)

החזן שמואל מרגובסקי ידוע בשמו "זיידל רובנר" על שם העיר רובנה שבה שימש כחזן [באידיש - "זיידל" הוא סבא "זיידל רובנר" הסבא מרובנה]. להלכה הוא שהתייך לסוג החזנים מתקופת המעבר שבין החדש לישן בזמרת בית הכנסת. הוא שימש כהמשך לירוחם הקטן עלה על ניסן בלזר שהיה בן דורו. הוא השאיר אחריו אוצר מלא וגדוש של יצירות עשירות עשויות ברוח יהודית. בין יצירותיו הידועות "אמת ואמונה" ו"מלוך" כל אחת מהיצירות האלה אורכן כ 40 דקות. זיידל רובנר נסע וביקר אצל רוב אדמו"רי הדור ההוא וביצע בפניהם מיצירותיו. מכאן שכמעט בכל חצר חסידית יש לחנים של זיידל רובנר. פרט מעניין הוא, מפגשו עם האדמו"ר בעל ה"דברי ישראל" ממודז'יץ זצוק"ל (המפורסם בניגונו על "אזכרה אלקים ואהמיה שחיבר בעת ניתוח להסרת רגלו). במודז'יץ לא היו שרים ומנגנים יצירות שלא מתוך החסידות (כלומר שאינם של האדמו"רים עצמם או חסידים משוררי החצר), אבל לאחר שזיידל רובנר שר לפני ה"דברי ישראל" ממודז'יץ את יצירתו על מלוך על כל העולם כולו בכבודך", ביקשו הרבי ממודז'יץ זצוק"ל רשות להשתמש במחצית יצירה זו על המלים "גשים מול ארון הקודש" שבתפילת "היה עם פיפיות שלוחי עמך" בימים הנוראים, ומאז ועד עתה בחצר מודז'יץ יצירה זו מושמעת בקביעות, וזו היצירה היחידה בימים הנוראים שאינה יצירה מודז'יצאית ומשולבת בתפילה. זיידל רובנר היה א חסידישע איד (יהודי חסידי), וקידש שם שמים ברבים בנסיונות הרבים בהם עמד. בגיל 90 נפטר בארה"ב

אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

תגובהדורך פארצייטישע » דינסטאג מאי 05, 2009 6:06 pm

א גרויסע יישר כח קהלת,

ווייסט איינער וואו ער ליגט, אדער וועלכע יאר ער איז נפטר געווארן
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד

פייער
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 11:00 pm

תגובהדורך פייער » דינסטאג מאי 05, 2009 8:28 pm

צייטליך האט געשריבן:דער "הננו מוכן ומזומן" קומט פון אום ?

דאס איז דאך פון מיינע פעוועריט ניגונים.

ווי קען איך דאס הערן

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דינסטאג מאי 05, 2009 9:55 pm

ספירה בשירה פון מענדל ווערדיגער.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » מיטוואך מאי 06, 2009 12:53 am

ר' זיידל ראוונער ע"ה

מ'האט אים גערופען דער רבי פון חזנים.
כמעט אלע פון די וועלטס גרעסטע חזנים - פון זיין צייט - זענען געווען - עכ"פ טיילווייז - זיינע תלמידים. [אריינגערעכנט יאסעלע ראזענבלאט ע"ה].
איך וועל אריינסקענען עטליכע בלעטער פון ספר "זמירות ישראל" פון הרב בערל שווארץ, איבער חזנים און חזנות.
צוגעלייגטע
Z_Ruvner_1.jpg
זיידל ראוונער 1 - פון זמירות ישראל
Z_Ruvner_2.jpg
זיידל ראוונער 2- פון זמירות ישראל
Z Ruvner 3.jpg
זיידל ראוונער 3- פון זמירות ישראל

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » דאנארשטאג מאי 14, 2009 6:19 pm

און דער באשרייבינג וואס אינטילגענטער האט אינז געשאנקן שטייט אז ער האט געוואוינט און ניו יארק און איז אוועק תש"ג
ווייסט איינער ווי ער ליגט אדער ווער זענען זיינע קינדער וכו' ?
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » זונטאג מאי 17, 2009 12:20 am

חזן זיידל ראוונער האט פארפאסט ניגונים פאר פיל חסידי'שע הויפן ווי בעלזא סאטמאר ויז'ניץ און נאך, דוכט זיך אז דער באקאנטער סאטמארער שלום-עליכם איז זיין ניגון (אדער אפשר בעריש ווישעווער).

אין ויז'ניץ איז באקאנט א מעשה אז זיידל ראוונער איז געקומען צו פארן צום אהבת ישראל אויף פסח, דער סדר איז געווען אז מען האט געבאקן מצות ערב-פסח אין בית-המדרש, זיידל איז דעמאלס ארויף אין ווייבער-שוהל מיט זיין קאפעלע און געזינגען מיט זיי "שירו לה' שיר חדש" וואס ער האט געברענגט קיין ויז'ניץ (דער ניגון איז נאך היינט באקאנט), דער עולם אונטן האט געהערט דעם ניגון און זענען ארויס פון התפעלות, אזוי ווייט אז דאס גאנצע מצות באקן האט זיך אפגעשטעלט און דער טייגל פונעם אהבת-ישראל'ס האנט איז ארויסגעפאלן און חמצ'דיג געווארן...

עס איז שווער משיג צו זיין ווי אזוי דאס האט געקענט פאסירן, אבער אזוי דערציילט מען אין ויז'ניץ.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 11:26 am

א באשרייבונג פון גשורי איבער החזן זיידל ראוונער געדרוקט אינעם ראוונער יזכור בוך
צוגעלייגטע
0409.gif
0409.gif (7.84 KiB) געזעהן 4190 מאל
0410.gif
0411.gif
0412.gif
0413.gif
0414.gif
0414.gif (24.7 KiB) געזעהן 4180 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

תגובהדורך יצמחפורקניה » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 12:20 pm

פון טיפען הארץ, יישר כחך !

איך האב עטליכע ניגונים פון ר' זיידלען

1. אב הרחמים, וויזניץ באבוב
2. אל תירא, באבוב
3. מגן אבות, גענטשוף
4. שים שלום, באבוב

ווי קען מען באקומען נאך ?

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 6:52 pm

5. בריך שמיה,באבוב
6.ויהוא בנסעו, וויזניץ
7.על הנסים, באבוב
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 7:44 pm

הי' בלאנדאן יהודי ר' איטשע שטרום ע"ה אבי יבל"ח ר' משה דוד נ"י שהכיר הרבה נגונים מזיידל ראוונער (שמעתי שבצעירותו הי' במקהלה שלו) ויש הרבה טעיפ'ס ממנו אצל נכדיו, ואצל חובבי נגונים בבאבוב.
למה זה תשאל לשמי...

איטשע
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » פרייטאג אוגוסט 28, 2009 5:48 am

בריך שמיה וואס מען זינגט אין באבוב, איז נישט פון זיידל נאר זיינס א משורר, כך שמעתי מפי ר' שאול הוטטערער.

איך האב אמאל גערעדט מיט מרדכי סאבאל וועגן עם, האט ער מיר פארציילט אז איין טאג האט ערשיינט אין זיין ביורא, אן אלטע יודענע, זי האט עם געזאגט אז זי איז א טכטער פון זיידל און האט עם געברענגט א דוק ביך פון זיידל'ס קאמפאזיציעס, זיידל'ס סחורה איז זייער לאנג, אויף דארטסמויטה ארקייווס איז דא צוויי ניגונים פון זיידל'ס כאר, לאנגע שטיקלע אינס איז בערך 45 מינוט.

זידל ליגט אין וויליאמסבורג לעבן די בריק אין יודישן בית החיים דארטן, כך שמעתי.

ר' שאול הוטטערער האט מיר דערצילט אז ער איז אמאל געפארן קיין טארנא, הער זיידל, האט ער אונז געזאגט, זיידל האט געמאכט א רושם פון א ריכטיגע ווארימע חסיד'ישע יוד.

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » פרייטאג אוגוסט 28, 2009 7:50 am

דער תלמיד האט כעהייסן טאביאס, אית געדענק נישט דעם ערשטען נאמען
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17771
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג אוגוסט 28, 2009 8:14 am

איטשע האט געשריבן:זידל ליגט אין וויליאמסבורג לעבן די בריק אין יודישן בית החיים דארטן, כך שמעתי.

ר' איטשע, איר ברויכט צו זיין אן אויסלענדער, אין וויליאמסבורג ביים בריק איז קיין ביה"ח [House of life -קרעדיט גוגל] פארהאן.

קאן זיין אז די רעדע איז פון "מאונט ציון סעמעטערי" דאס איז אין מעספעט ניו יארק נישט ווייט פון ווילי, א זיכונג אויף זייער סייט האט מיר געגעבן א נאמען:

ROVNER, JACOB
סאסייעטי KONSTANTINE2
11/15/1933

נישט אייביג שטימען די דאטומען פונקטליך ממילא קאן זיין אז דאס איז אונזער חזן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6088
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: וואו דער מח איז

תגובהדורך שטארק זיך » פרייטאג אוגוסט 28, 2009 1:57 pm

שלום עליכם ר' איטשע, יהא בואכם לברכה.
זענען אלע ר' זיידל'ס קאמפאזיציעס אזוי לאנג?
עס איז עפעס נישט מסתבר, גיי ווייס?
זאג מיר: סי-נארמאל!? (בנעימת מונח רביע, באקצענט ירושלמי)

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » פרייטאג אוגוסט 28, 2009 1:59 pm

ר' איטשע אפשר קענט איר עס פארשאפן פארן עולם דא אדער כאטש שיקט מיר עס פריווארט יישר כח
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

איטשע
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » זונטאג אוגוסט 30, 2009 10:10 am

והוא פלאי האט געשריבן:דער תלמיד האט כעהייסן טאביאס, אית געדענק נישט דעם ערשטען נאמען


טאקע עם מיינעך.
ר' שאול פלעגט טאקע זינגען בריך שמיה ענדערש ווי אין באבוב, עס האט געהאט מער הענט און פוס.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט