נגוני סאטמאר ומקורותיהם

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » מיטוואך נובעמבער 12, 2008 2:22 pm

שמערי בערי האט געשריבן:
הכל בכל מכל האט געשריבן:אויך איז דא עפעס א מארש אין סאטמער עס איז באקאנט געווארן די לעצטע יארן סדא געוויסע פלעצער וואס אינמיטן ביי די הויעכע פאל זינגט מען
טארא רארא רארא רארא שבת קודש! דאכט זיך מיר אז מען זאגט אויך אויף דעים אז סאיז דעים רבינס ניגון וואס מען האט עס געטראפן אפגעשריבן מיט נאטן (אפשר מאך איך א טעות , אנטשולדיגט) איז דא אפשר איינער וואס וויסט עפעס מער וועגן דעם :?:

farshlufen האט געשריבן:הרב הכל בכל מכל און הרב צייטליך, כמדומה לי אז דאס איז א ניגון פון די כ' יארן, די מעשה מיט די נאטן איז.... א שיינע מעשה.....


אנגעבליך איז דער ניגון פאר יאר תרצ"ה.

לויט די דערציילונגען האט הרה"ח ר' נחום מרדכי שפיצער ע"ה געדענקט א חלק פונעם ניגון, און בערך 15 יאר צוריק האט ער גערעדט מיט א צווייטן עלטערן איד איז עפעס אריין געקומען אין שמועס וועגן ניגונים האט ער אים געזאגט אז ער געדענקט אביסל פון די ניגון, בקיצור צום סוף זענען זיי ארויס געקראכן מיטן גאנצן ניגון.

ר' מרדכי האט דעם ניגון אויסגעלערנט פאר די אידן אין זיין קלייין בית מדרש'ל, מ'האט עס דארט געזונגען עטליכע יאר ביי הקפות, ביז דער ניגון איז ערשינען אויף א טעיפ און דאן איז עס פארשפרייט געווארן ביים ציבור.

ווער ס'וויל מיר אפפרעגן קען, דאס איז בלויז א ווערסיע פון די מעשה

(געשריבן בעפאר ביקסאד תגובה, ומשנה לא זזה ממקומה)
מיין טאטע האט די ניגון געדענקט פין די ישיבה און ער האט עס אריינגעזינגען פאר איינע פין די באקאנטע זינגער'ס וואס זינגען אויף חתנות אין א טעיפ פאר פיפצען יאר צוריק זיכער, ווען יענער פלעגט נאך זיצען לעבען מיין טאטען ביים דאווענען שבת, אין מיין טאטע האט מיר פארציילט אז איינער האט געפרעגט דעם רבי'ן צו די רבי האט אליין געמאכט די ניגון, און די רבי האט פארדרייט די שמיעס. (מיין טאטע האט מיך דעמאלטס אויסגעלערענט די ניגון מיט אפאר גאר קליינע שנוים)


אין והשנית אלף בית: אין שלחלן ערוך דברי יואל שטייט אז דער קדושת יו"ט פלעגט זינגען אלע ביידע ניגונים אזוי וואו די רבי, ד.ה. אויף חי' השם האט ער געזינגען די ניגון פין ייטב לב, אין דערנאך פלעגט ער זינגען די נגון גלות פין קאלובער, וואס דער צאנזער רב זצ"ל פלעגט זינגען אויף חי' השם.

אבער אייענע פין די ערשטע הויז בחורים האבען מיר געזאגט אז די רבי פלעגט זיך זייער א סך אינטערברימען די ניגון פין גלות, כמעט יעדען טאג, אין חוץ מזה וואס ווען ער האט געלערענט מדרוש תשעה באב, האט ער כמעט א גאנצע לערנען געזינגען די ניגון מיט די ווערטער. מילא האט ער אוועקגעמאכט די גאנצע פשעטעל, גיי ווייס.

נאך א זאך די כל מקדש ניגון וואס ר' אורי שווארץ לערענט אויס, האט ר' בעריש ווישיווער געמאכט פאר ר' שלום אליעזר ראצפערטער, אין דער פאי רב פלעגט עס זינגען מיט די בחורים נאכען קריג, אלע ווערזיעס זענען אמת, איר קענט אייך נאכפרעגען ביי ר' מאיר שטיין פין ראצפערט.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך נובעמבער 12, 2008 3:25 pm

קאנא, א ריזיגן ישר כח פארן פארענטפערן די סתירה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מיטוואך נובעמבער 12, 2008 3:36 pm

אלף בית האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:
ראמני 08 האט געשריבן:הטוב איז פון ר' אורי שווארץ


ניין, הטוב, מיט ויבטחו בך זענען ביידע פון ר' יודל וו"ב,



ניין און ניין.
הטוב איז די ערשטע ניגון וואס ר' יושע מענדלאוויטש האט מחבר געווען,
(וואס ער האט ארויסגעגעבן פאר די עפנטליכקייט)

אלף בית זאלסט מוחל זיין, ביידע ניגונים איז ר' יודל'ס, ויבטחו בך איז אויף זיין ערשטע טעיפ וואס איז ארויס געקומען תשמ"ד, און הטוב איז אויף זיין שבת טעיפ וואס איז ארויס געקומען מ"ה, ביידע איז זיינס הונדערט פראצענט.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » פרייטאג נובעמבער 14, 2008 3:10 am

אויב זאלן ר' יודל וו"ב'ס ניגונים גענומען ווערן אין באטראכט, איז אויך דא יברך את בית ישראל (נתחבר געווארן לכבוד שמחה בבית סאטמאר) און נאך פילע ניגונים וואס קענען פאררעכנט ווערן אלס סאטמארע ניגונים.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
יז בתמוז
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

תגובהדורך יז בתמוז » מוצ"ש נובעמבער 15, 2008 8:57 pm

איך פארשטיי נישט, דער ווערצבערגער לעבט נאך, איז פארוואס קען מען איהם נישט פרעגן?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מוצ"ש נובעמבער 15, 2008 10:07 pm

דער אשכול פארפארט שוין ווייטער, אפשר עפנט איינער אן אשכול 'על משפחת וו"ב וניגוניהם' און לאזן 'נגוני סאטמאר' אריגינעל.

יואליש
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 2:51 pm

תגובהדורך יואליש » מאנטאג נובעמבער 17, 2008 9:03 am

עכט וואלט איך נישט געמעגט מער רעדן דערוועגן און דעים אשכול אזוי ווי מיללער האט געבעטן,
אבער אזוי ווי איך האב היינט אינדערפרי געטראפן ר' יודל'ס זוהן האב איך אים געפרעגט ווער עס האט טאקע געמאכט דו ניגונים, זאגט ער מיר אז יא ביידער ניגונים סיי ויבטחו בך און אויך הטוב איז פון זיין פאטער.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מאנטאג נובעמבער 17, 2008 9:35 am

עפנטליכער אנטשולדיגונג!
איך טו זיך אנטשולדיגן צו אלע חברי הקרעטשמע שיחיו וועמען איך מיטגעטיילט מיין טעות בנוגע דעם ניגון "הטוב", כ'האף אז איר וועט מיר מוחל זיין.
יישר כח פארן מיך אויפמערקן.

ועל של עתה באתי
אזוי ווי מיללער האט געבעטן נישט צו פארפארן וועל איך שנעל צוריקדרייען דעם שמועס.
פריער האט מען דא גערעדט פונעם ניגון וואס מ'זאגט אז דער סאטמארער רבי זי"ע האט עס מחבר געווען. אינעם הקפות דברי יואל שטייט, אז אין יאר תרצ"ה (כ'געדענק שוין נישט פינקטליך וועלכע יאר) האט דער רבי מחבר געווען אן אייגענעם הקפה ניגון, דער ניגון איז זייער באליבט געווארן ביי די חסידים און מ'האט עס אנגעהויבן צו זינגען צו יעדע געלעגנהייט. ווען דער רבי האט געזעהן אז דער עולם ווערט פארגלייבט אין דעם ניגון האט ער פארלאנגט אז מ'זאל עס אויפהערן צו זינגען, און עס איז נשתכח געווארן.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג דעצמבער 05, 2008 11:36 am

רבותי צוריק צו די ארגינעלע טעמע וואס מילער וויל
עס איז דא א ניגון אין סאטמאר וואס מ'זינגט די הייליגע טעג אויף ובכן צדיקים, ווי אויך ביי הללו אינמיטן שופרות, און דאס ווערט געזינגען ביי מצוה טאנץ נאך די זעקסטע הקפה ניגון,
צו ווייסט איינער דער מקור פון דעם ניגון?
ווער האט דאס געמאכט?

אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 28, 2008 11:51 am

תגובהדורך ארפכשד » פרייטאג דעצמבער 05, 2008 11:41 am

לפי קט ידיעתי, האט דאס דער רבי זי"ע אויפגעפיקט פון פלאנטש...
א איד פון דערהיים, מלא חן...

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » פרייטאג מארטש 13, 2009 12:31 pm

איך וויל דא מאכן א שטיקעלע קאלעקציע איבער אלע סאטמארע ניגונים, אנגעפאנגען נאך פון דערהיים ביזן היינטיגן טאג. (ביטע לייגן נומערן)

איך וועל אנהייבן.

1. שלום עליכם (ר' בעריש ווישעווער)
2. המעביר בניו (ר' יוסל אשכנזי)
3. שירה חדשה שבחו גאולים (ר' יוסל אשכנזי)
4. ימים על ימי מלך (ר' יודל ווערצבערגער)
5. ברוך השם אלקי ישראל (ר' יושע מענדלאוויטש)
6. וכל עמך בית ישראל (ר' יושע מענדלאוויטש)
7. וייתי לנא (רעטעק)
8. אושפוזין עילאין (ווערצבערגערס? ר' יוסל?)
9. הנה מה טוב (ר' שלמה צבי עקשטיין)

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1905
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » פרייטאג מארטש 13, 2009 12:39 pm

אושפוזין עילאין-ר' יוסף

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » פרייטאג מארטש 13, 2009 3:53 pm

מאיר האט געשריבן:4. ימים על ימי מלך (ר' יודל ווערצבערגער)
איר האט נישט קיין איהרטום מיט סקולעין ?
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » פרייטאג מארטש 13, 2009 3:59 pm

אנטשולדיגט ס'איז געווען א טעות.
דער ניגון קומט אן ווערטער, ס'איז א הקפה ניגון.
ריליי לי ליי ליי איי ליי ליי ליי ריליי טיריי ליי לאם וכו'

אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

תגובהדורך יצמחפורקניה » מאנטאג מאי 18, 2009 1:33 pm

איך זיך מיט ליכט דעם נענועים ניגון פון רביה"ק הדברי יואל זי"ע

ווער קען ארויף לייגען א קלארען MP3 דערפון ?

יישר כח למפרע, ותזכו למצוות !

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » מאנטאג מאי 18, 2009 2:28 pm

דער ניגון ובכן צדיקים איז נישט פון רבי'ן ר' הערש?

כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 5:08 pm

תגובהדורך כולל יונגערמאן » זונטאג מאי 31, 2009 1:12 am

נענועים ניגון געזוכט, ביטע ארויפלייגן,
איך זוך התעוררות

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג מאי 31, 2009 1:37 pm

איך האב דעם נענועים ניגון אויף א קאסעט ערגעץ וואו, ווי ר' ב.מ.ר. שפילט עס מיט א פידל. אבער איך ברויך עס אפיר זוכן.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 5:08 pm

תגובהדורך כולל יונגערמאן » זונטאג מאי 31, 2009 3:37 pm

מיין ארדער צו די חברי הקרעטשמע

1 נענועים ניגון
2 טל און גשם ניגון
3 פנה לעלבון
4 אלע גראמען פון פינקי
5 אלע גראמען פון מרדכי דוד עסטרייכער

כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 5:08 pm

תגובהדורך כולל יונגערמאן » זונטאג מאי 31, 2009 7:59 pm

6 ממקומך

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6392
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג יוני 01, 2009 6:54 pm

ממקומך איז נישט קיין סאטמערע ניגין איך מיין אז עס איז א חב"ד'סקער ניגין
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » דינסטאג יוני 02, 2009 1:15 pm

דארפסמאן האט געשריבן:ממקומך איז נישט קיין סאטמערע ניגין איך מיין אז עס איז א חב"ד'סקער ניגין

איך מיין אז דער "תניא" האט מחבר געווען די ניגון.

בד"וו דא באהאנדעלט מען ניגונים וואס מען זינגט אין סאטמאר, נישט דווקא פון סאטמארע בעלי מחברים.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יוני 02, 2009 2:02 pm

קעלנער האט געשריבן:
דארפסמאן האט געשריבן:ממקומך איז נישט קיין סאטמערע ניגין איך מיין אז עס איז א חב"ד'סקער ניגין

איך מיין אז דער "תניא" האט מחבר געווען די ניגון.

בד"וו דא באהאנדעלט מען ניגונים וואס מען זינגט אין סאטמאר, נישט דווקא פון סאטמארע בעלי מחברים.

זארגט אייך נישט דער "ממקומך" איז גענוג סאטמארירט געווארן, אין ליובאוויטש זינגט מען אים היבש אנדערש.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג יוני 02, 2009 6:40 pm

מען האט שוין אמאל באהאנדלט דעם "ממקומך" ניגון פון סאטמאר אויף די שפאלטענעס פון היכל נגינה שע"י היימישע קרעטשמע, און בתוך הדברים איז ארויסגעקומען אז דאס איז נישט פון די ניגונים וואס דער בעל התניא אליינס האט מחבר געווען, עיין שם.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דינסטאג יוני 02, 2009 9:55 pm

דא קענט איר הערן דעם ניגון ווי מ'זינגט דאס אין ליובאוויטש. דער ניגון הייסט "ניגון מראסטאוו", און אויך "דעם רבינ'ס ניגון". אפשר דערפאר האבן זיך די סאטמארע חסידים טועה געווען לאמר אז ס'איז פונעם בעל התניא.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 21 געסט