נגוני סאטמאר ומקורותיהם

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2008 1:03 am

הכל בכל מכל האט געשריבן:אויך איז דא עפעס א מארש אין סאטמער עס איז באקאנט געווארן די לעצטע יארן סדא געוויסע פלעצער וואס אינמיטן ביי די הויעכע פאל זינגט מען
טארא רארא רארא רארא שבת קודש! דאכט זיך מיר אז מען זאגט אויך אויף דעים אז סאיז דעים רבינס ניגון וואס מען האט עס געטראפן אפגעשריבן מיט נאטן (אפשר מאך איך א טעות , אנטשולדיגט) איז דא אפשר איינער וואס וויסט עפעס מער וועגן דעם :?:

farshlufen האט געשריבן:הרב הכל בכל מכל און הרב צייטליך, כמדומה לי אז דאס איז א ניגון פון די כ' יארן, די מעשה מיט די נאטן איז.... א שיינע מעשה.....


אנגעבליך איז דער ניגון פאר יאר תרצ"ה.

לויט די דערציילונגען האט הרה"ח ר' נחום מרדכי שפיצער ע"ה געדענקט א חלק פונעם ניגון, און בערך 15 יאר צוריק האט ער גערעדט מיט א צווייטן עלטערן איד איז עפעס אריין געקומען אין שמועס וועגן ניגונים האט ער אים געזאגט אז ער געדענקט אביסל פון די ניגון, בקיצור צום סוף זענען זיי ארויס געקראכן מיטן גאנצן ניגון.

ר' מרדכי האט דעם ניגון אויסגעלערנט פאר די אידן אין זיין קלייין בית מדרש'ל, מ'האט עס דארט געזונגען עטליכע יאר ביי הקפות, ביז דער ניגון איז ערשינען אויף א טעיפ און דאן איז עס פארשפרייט געווארן ביים ציבור.

ווער ס'וויל מיר אפפרעגן קען, דאס איז בלויז א ווערסיע פון די מעשה

(געשריבן בעפאר ביקסאד תגובה, ומשנה לא זזה ממקומה)
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2008 1:05 am

הכל בכל מכל האט געשריבן:אגב אז מען רעדט פון ר יאסל'ס ניגונים איז דא עפעס א מעשה וואס דער רבי האט זיך געווערטלט אמאל מיט ר' יאסלען אז זיי זענען געפארן אמאל אין א קאר און די מאשין האט ארויס געגעבן עפעס מאדנע קולות האט דער רבי איהם געזאגט אז ער האט שוין א פארטיגן ניגון ער דארף נאר ארויפלייגען עפעס ווערטער דערויף (געהערט פון א חבר)
אט טאקע דאס האט געמיינט די תגובה אין ערשטן עמוד
קרעמער האט געשריבן:פארשידענע ניגונים שטאמען פון ר' יאסל אשכנזי
עס ווענדט זיך לויט די סקריפ פון די טיר.
ועמך כולם צדיקים

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2008 1:11 am

הכל בכל מכל האט געשריבן:איך האב געהערט אמאל אויף די ניגון פון שלום עליכם אז ר' בעריש ווישעווער האט עס געמאכט אויף די הייליגע טעג און ער האט געזאגט אז ער האט דאס געמאכט לויטן שאקל פונעם רבי'ן און דער רבי האט געזאגט אז ער האט צוגעטראפן צו דעם שאקל
פארן קריג און אין די ערשטע יארן [נישט ממש] אין אמעריקא אויך פלעגט מען די נייע ימ"נ ניגונים ווי מכלכל חיים ועוד - אויף די מינוט געדענק יאך נישט איצטער וועלכע האט מען צוגעפאסט צו די אנדערע - במשך די יאהר זינגען אויף שלום עליכם, אשת חיל, אזמר בשבחין, ברבות הימים ומפני מעשה שהיה האט זיך עס אויף געהערט, ווי אויך דאס פארזאגען די מדרש פארן תורה זאגען.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1905
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2008 11:46 am

farshlufen האט געשריבן:ווער געדענקט די אמאליגע קינדער פעיווארעיטס?
ויבטחו בך וכו' כי לא עזזזבת דורשיך ה'.
הטוב הטוב כי לא כלו וכו' כי מעולם כי מעולם וכו'

הטוב איז פון ר' אורי שווארץ

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1905
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2008 11:48 am

הכל בכל מכל האט געשריבן:אגב אז מען רעדט פון ר יאסל'ס ניגונים איז דא עפעס א מעשה וואס דער רבי האט זיך געווערטלט אמאל מיט ר' יאסלען אז זיי זענען געפארן אמאל אין א קאר און די מאשין האט ארויס געגעבן עפעס מאדנע קולות האט דער רבי איהם געזאגט אז ער האט שוין א פארטיגן ניגון ער דארף נאר ארויפלייגען עפעס ווערטער דערויף (געהערט פון א חבר)

כהאב א טעיפ ווי מהערט ר' יוסף זינגען אסאך פון זיינע ניגונים דאס איז געווען תשכ''ה אויף די שיף

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2008 12:33 pm

נו ! די כוואליעס האבן בייגעשטייערט.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2869
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג נובעמבער 07, 2008 12:00 pm

ראמני 08 האט געשריבן:הטוב איז פון ר' אורי שווארץ


ניין, הטוב, מיט ויבטחו בך זענען ביידע פון ר' יודל וו"ב,

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2869
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג נובעמבער 07, 2008 12:05 pm

ביקסאד האט געשריבן:דער ניגון האט ר' נ"מ שפיטצער א תלמיד פון סאטמאר מגלה געווען אז דער רבי האט דאס געמאכט אין די יאהר ווען ער איז געווען שרוי בלא אשה ימ"נ תרצ"ז [די ערשטע רביצין איז אוועק ה שבט תרצ"ו], און בעיקר פלעגן דאס די רבי ז"ל אידן זיך אונטער זינגען און זיך מחזק זיין דערמיט.


אמת ויציב, נאר וואס?, מאנכע רופן עס אן דעם רבינ'ס ניגון אליין, ווייל דעררבי האט צוגעלייגט א קוועטש צו דעם ניגון,

דער ניגון איז קיינמאל נישט גזינגען געווארן נאכדעם וואס דער רבי האט חתונה געהאט, אסאך חסידים פלעגן דאס אויסטייטשן אז דער רבי וויל נישט געדענקען פון יענע שווערע צייטן,

דער ניגון האט זיער ענדליכע תנועות צום אזמר בשבחין וואס מרן מהריט"ב פלעגט זינגען (נישט דאס וואס דער ברך משה פלעגט זינגען)

דרך אגב, האט מען אט דעם אזמר בשבחין ניגון געזינגען דאס ערשטע יאר תש"ז ביי די הקפות אין סטאלינער שול פאר "אלע 7 הקפות"
קיין אנדערע ניגונים האט מען נישט געקענעט, האט מען געזינגען נאר דעם ניגון במשך אלע זיבן הקפות

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2869
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג נובעמבער 07, 2008 12:07 pm

ברוך ד' יום יום:
דער ניגון וואס זייער אסאך מענטשן זינגען אויף ברוך ד' יום יום, מ'פלעגט דאס זינגען אין די סאטמערע קעמפ'ס ישיבות, איז אויך א סאטמארע ניגון, ס'איז געוועהן א אשת חיל ניגון פארן קריג,

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 851
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » מוצ"ש נובעמבער 08, 2008 9:02 pm

ביקסאד שריייבט
דער באקאנטער קול רנה איז א באבוב'ער ניגון פון קדושת ציון.

עס איז נישט פון די קדושת ציון אליין נאר א איד חיים דוד בלום לכבודו פון דער קדושת ציון
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מוצ"ש נובעמבער 08, 2008 9:40 pm

ראמני 08 האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ווער געדענקט די אמאליגע קינדער פעיווארעיטס?
ויבטחו בך וכו' כי לא עזזזבת דורשיך ה'.
הטוב הטוב כי לא כלו וכו' כי מעולם כי מעולם וכו'

הטוב איז פון ר' אורי שווארץ


אינטערסאנט איז, אז הטוב איז זייער ענדליך צו יהי החודש הזה פון בעלז.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מוצ"ש נובעמבער 08, 2008 9:54 pm

דאס איז גווען א באצאלונג פאר זייער נעמען דעם ומשפע מצות תפילין.
ועמך כולם צדיקים

גד
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2008 12:47 am

תגובהדורך גד » מוצ"ש נובעמבער 08, 2008 10:49 pm

דעם רבינ'ס ניגון פון וואס מ'רעדט דא, האב איך געהערט פון ר' נחום מרדכי שפיצער'ס טעיפ שוין פופצן יאר צוריק, ער האט גארנישט מחדש געווען.
סך הכל איז ער געווען אין סאטמאר אין יענע יאר תרצ"ז, ווען דער רבי האט פארפאסט דעם ניגון.
איך האב געהערט פון ווייניגסטנס נאך דריי אלטע אידן, תלמידים פון רבין יענעם יאר אין סאטמאר, וואס האבן באשטעטיגט מיט א קלארקייט אז דאס איז דעם רבינ'ס ניגון, און אז מ'האט עס געזינגען יענעם יאר תרצ"ז אין סאטמאר, איך קען געבן פריוואט אן אדרעס פאר וועל ס'וויל באמת וויסן אן אלטער וואוילער איד דא אין וויליאמסבורג וואס האט מיר דאס מעיד געווען.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2869
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג נובעמבער 10, 2008 1:14 pm

מ'האט דאס גערופן דעם רבינ'ס ניגון ווייל דער רבי האט געטוישט איין פאל, דער רבי האט זיך נישט אפגעגעבן מיט מחדש זיין ניגונים, איין אויסנאם איז געוועהן דעי ניגון וואס דער רבי האט צוגעליייגט אייניגע קוועטשן צום ניגון, האט מען שוין געזאגט אז דער רבי האט מחדש געוועהן א ניגון...

יואליש
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 2:51 pm

תגובהדורך יואליש » מאנטאג נובעמבער 10, 2008 8:14 pm

איך ווייס נישט צו סקומט אריין דא, אבער כהאב שוין לאנג געוואלט וויסן סאטמארע רבי זצ"ל פלעגט זינגען אויף חי' ה' דו ניגון פון גלות גלות?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18112
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג נובעמבער 10, 2008 10:17 pm

ר' יואל'יש, ניין דער רבי האט נישט געזינגען דעם גלות גלות ניגון אויף חי ה'.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
הכל בכל מכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 01, 2008 10:11 pm
לאקאציע: ווען ער זיכט א צווייטן

תגובהדורך הכל בכל מכל » מאנטאג נובעמבער 10, 2008 10:28 pm

מוצאי שבת ביי אשרי מי שפניו בחלום זינגען אויך עטליכע אויף די ניגון גלות גלות
יא יא הכל בכל מכל איז נאר דא איין באשעפער

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג נובעמבער 11, 2008 12:58 am

דער רבי פלעגט נאך חי ה' זיך אונטערזונגען דעם גלות גלות ניגון (צומאל מיט די ווערטער שבת שבת), צוליב וואס זיין פאטער דער קדושת יו"ט פלעגט זינגען דעם ניגון אויף חי ה'.

דער רבי פלעגט זינגען אויף חי ה' דעם ניגון וואס דער ייטב לב פלעגט זינגען.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » דינסטאג נובעמבער 11, 2008 12:27 pm

סאכדעס האט געשריבן:
ראמני 08 האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ווער געדענקט די אמאליגע קינדער פעיווארעיטס?
ויבטחו בך וכו' כי לא עזזזבת דורשיך ה'.
הטוב הטוב כי לא כלו וכו' כי מעולם כי מעולם וכו'

הטוב איז פון ר' אורי שווארץ


אינטערסאנט איז, אז הטוב איז זייער ענדליך צו יהי החודש הזה פון בעלז.


עס איז דא 3 ניגונים וואס זייער ערשטע פאל איז זייער ענדליך, הטוב פון ווערצבערגער (סאטמאר), הריעו לה' פון גאלדמאן (באבוב), און יהי החודש פון דמן (בעלז), ר' יודל'ס הטוב איז אבער די ערשטע ארויס געקומען לאויר העולם.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג נובעמבער 11, 2008 1:09 pm

יואליש האט געשריבן:איך ווייס נישט צו סקומט אריין דא, אבער כהאב שוין לאנג געוואלט וויסן סאטמארע רבי זצ"ל פלעגט זינגען אויף חי' ה' דו ניגון פון גלות גלות?


ר' יואליש,
קוק דא אינעם אשכול פון 'אריבערברענגען נגוני העמים אל הקדושה' ווי מיר האבן דן געווען באריכות (דף 2 און 3) איבער מנהג סיגוט-סאטמאר ביי חי' ה'.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך נובעמבער 12, 2008 10:52 am

איזאק, יהי החודש איז פון בעלזער רב אליינס, נישט פון דמן.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מיטוואך נובעמבער 12, 2008 11:00 am

טאקע סאכדעס ? פונעם היינטיגן ?

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מיטוואך נובעמבער 12, 2008 1:32 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:
ראמני 08 האט געשריבן:הטוב איז פון ר' אורי שווארץ


ניין, הטוב, מיט ויבטחו בך זענען ביידע פון ר' יודל וו"ב,



ניין און ניין.
הטוב איז די ערשטע ניגון וואס ר' יושע מענדלאוויטש האט מחבר געווען,
(וואס ער האט ארויסגעגעבן פאר די עפנטליכקייט)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מיטוואך נובעמבער 12, 2008 1:43 pm

שמערי בערי האט געשריבן:דער רבי פלעגט נאך חי ה' זיך אונטערזונגען דעם גלות גלות ניגון (צומאל מיט די ווערטער שבת שבת), צוליב וואס זיין פאטער דער קדושת יו"ט פלעגט זינגען דעם ניגון אויף חי ה'.

דער רבי פלעגט זינגען אויף חי ה' דעם ניגון וואס דער ייטב לב פלעגט זינגען.


אין צאנז האט מען געזינגען חי ה' אויפן קאלוב'ן ניגון. דאס אי מסתמא די סיבה פארוואס דער קדושת יו"ט האט אזוי געטון אנדערש ווי זיין טאטע, ווייל ער איז געווען א שטארקער צאזער חסיד.
אגב, דער ניגון חי ה' האט דער ייטב לב "נישט" גענומען פון קיין פאטוסכער - ווי עס שטייט אין די זמירות, נאר ער איז אמאל אריבער א קרעטשמע און ער האט געהערט זינגען דעם ניגון, האט ער געזאגט אז עס א מקור אין די קדושה האט ער געהייסן דעם גבאי זאל זיך איינ'חזר'ן דעם ניגון, און דערזייט האט ער עס אנגעהויבן צו זינגען אויף חיי ה' (געהערט פון אייניקלעך פונעם ייט"ל)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך נובעמבער 12, 2008 2:13 pm

אין סיגעט'ער ישיבה אינדערהיים האט מען יא געוואוסט צו זאגען אז דער ייטב לב האט עס גענומען פון א פאסטוך, און ווי עס שטייט טאקע אין די זמירות דברי יואל. (געהערט פון תלמידי הישיבה, איינער לעבט נאך און איז היינט צו טאג פון די געציילטע תלמידים פון דעם בעל עצי חיים החיים אתנו לאויט"א).
ועמך כולם צדיקים


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט