נגוני סאטמאר ומקורותיהם

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מיטוואך יוני 07, 2017 10:52 am

ווער זינגט דאס?

בני א"י?

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך יוני 07, 2017 11:43 am

farshlufen האט געשריבן:א ריזיגער ישר כח, נהניתי.

מונאוויטש האט געשריבן:1. שירה חדשה (רבי יוסל אשכנזי)

3. והאר עינינו (רבי יוסל אשכנזי)

ביידע האבן גאאאר אן אנדערע צורה און טעם ווי דער אופן ווי זיי ווערן היינט געזונגען.

גיי ווייס פארוואס מען האט עס געטוישט
אגב זעע איך אבער אז אין יענע יארן זענען די הקפה ניגונים אויך נישט געווען צו טאנצן....
אלעס ארום די מיסטעריע פון דוי

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1248
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מיטוואך יוני 07, 2017 3:32 pm

מ'האט געטאנצו מיט א אנדערע ריטעם
זוכט איר דוי?
מושענעחנעת אהדער מארבומ בסימכא

ד'רינק ו'ויין נ'אר ש'מחה

shalsheles
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » מיטוואך יוני 07, 2017 4:33 pm

אינטערסאנט ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט אינעם קאווער איבער דעם רבי זי״ע.

לאלתר לחיים
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » מיטוואך יוני 07, 2017 4:38 pm

shalsheles האט געשריבן:אינטערסאנט ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט אינעם קאווער איבער דעם רבי זי״ע.

זייער פשוט... דאס איס אלץ געווען סאטמאר..

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20315
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 11:43 am

בכלל קוקט אויס ווי עס זינגען עס בני סאטמאר דאמעריקא, נאר זיי פרובירן צו טוישן ס'אקצענט, גיי פארשטיי...

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5378
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 12:00 pm

זייער אינטערעסאנט די ניגונים
כ'האב נישט געוואוסט אשת חיל האט א שטייטע ניגון אויך, דאס איז דאך א באקאנטע ניגון, זע איך ס'איז פון תשי"ט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
יאצמעך
שר האלף
תגובות: 1903
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג אוקטובער 22, 2017 1:04 am

לעצטענס געהערט ביי א שמחה א ניגון אויף כל מקדש וואס נאר די יוצאי סאנז סטריט האבן געקענט מיט זינגען, און געזאגט האבן זיי אז ס׳איז א סאטמארע ניגון.

איז דא מער ווי איין סאטמארע ניגון אויף כל מקדש, כ׳וואלט זייער געוואלט הערן די ניגון, עני העלפ?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » זונטאג אוקטובער 22, 2017 1:46 am

א שיינער אשכול דאס, שעקויעך פארן ארויף ברענגען.
קומט דא זייער גוט אריין די גוטע נייעס אז ביז געציילטע וואכן קומט אי''ה ארויס א נייע סידי פון ניגונים וואס מ'האט געזונגען ביים רבין זי''ע, סיי באקאנטע נאר ריכטיג אראפ געזונגען און סיי אפאר אומבאקאנטע (ווענד זיך פאר וועם). גאר שיין אראפ געזונגען מיט ר' שלמה זלמן הורוויץ און ר' יששכר גוטמאן מיט הערליכע יונגלעך סאלאס מיט א רייכע קווייער באגלייט מיט שיינע מוזיק
ווארטס מיט שפאנונג!!!!
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט

אוועטאר
יאצמעך
שר האלף
תגובות: 1903
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג אוקטובער 22, 2017 1:50 am

שיינע צוזאם שטעל פון צוויי זינגער, איינס פון קהלת מהר״א און איינס פון קהלת מהר״יי.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18416
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אוקטובער 22, 2017 8:44 am

יאצמעך האט געשריבן:לעצטענס געהערט ביי א שמחה א ניגון אויף כל מקדש וואס נאר די יוצאי סאנז סטריט האבן געקענט מיט זינגען, און געזאגט האבן זיי אז ס׳איז א סאטמארע ניגון.

איז דא מער ווי איין סאטמארע ניגון אויף כל מקדש, כ׳וואלט זייער געוואלט הערן די ניגון, עני העלפ?

ס'איז בכלל דא אזא זאך ווי א סאטמארע כל מקדש?

מ'האט דאך געזונגען דאס וואס דער וואס דער רבי האט מכבד געווען האט געזינגען, אויך סקוליענער רבי זצ"ל האט געזונגען זיין כל מקדש כמנהגו ביים רבי'ןנס טיש.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט