נוסח התפילה לימים נוראים

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
וואסער טרעגער
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 12:10 pm

נוסח התפילה לימים נוראים

תגובהדורך וואסער טרעגער » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2008 4:32 pm

אזוי ווי די ימי הרחמים והרצון ממשמשים ובאים, וואלט געווען כדי אז ווער עס האט א טעיפ, אדער א סי די, פון די נוסח פון די ימים נוראים, צי שחרית צי מוסף צי נעילה, כל נדרי, זאל דאס ביטע ארויף לייגן און מזכה זיין דאס רבים און זכות הרבים תלוי בו.
און אויך ווער עס האט א טעיפ פון א געוויסע אדמו"ר, רבי, מנהיג, וואס עס איז אפגעכאפט בשעת התפילה, זאל דאס אויך ביטע ארויף לייגן יישר כח למפרע.
א גאנצען טאג טו איך וואסער שלעפען, אראפ און ארויף די טרעפען.
ב"ה אביסל טו איך לויפן, מענטשן אסאך פון מיר קויפן.
איך האב א שיתוף פארלעסליך, ער העלפט מיר ווי א מומחה,
ווען איך שלעפ די פעסלעך, נעם איך מיט מיר מיט ר' שמחה...

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2008 2:52 pm

שואב מים,
איך האב אין מיין קאלעקציע בערך 50 נוסחאות פון פארשידענע בעלי תפלה. אויף כל נדרי, מוסף און נאך.
איך מין אז א גרויס חלק דערפון קומט פון ובלכתך, וועלכע האט ערצייגט א גוטע MP3 סי די.
רוב פון די בעלי תפלה קען איך נישט.
למשל:
משה אדלער
אליעזר פישער
אברהם לעווי
יושע ווידער
אלי' ליפסקער
מאיר ברוך קאהן
פרץ לעפקאוויטש
יואל סופר
אברהם נחומסאן
צבי ווייס
גאלדשטיין
גאנז
פעלבערבוים
אנפאנג
זידטשויב
מאטע סאלקע
מאטיאש
אפרים קאהן
ר' שאול הוטערער ז"ל
יואל אדלער
יוסף כץ
צבי הערץ
אברהם גאלד

ועוד ועוד ועוד.
פארשטייסט אליין אז ס'איז נישט פראקטיש צו שיקן אזויפיל סחורה
אויב דו ווייסט עמיצן וועמען די זוכט ספעציעל, וועל איך זיך פרובירן און עס ארויפלייגן.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2008 2:56 pm

איך וואלט געוואלט האבן וואהלינער נוסח ווי צב"ש סקווער באיאן וכדו'
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2008 3:35 pm

מאיר ברוך'ן פליז.

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2008 3:45 pm

פון מאיר ברוך האב איך א באזונדערע אלבום.
א שטיקל פון א' סליחות בערך 25 מינוט
און זיין מוסף בעצם ראש השנה, איבער א שטונדע. (רעקארדירט געווארן אין יום טוב דורך א רעמאוט).
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
וואסער טרעגער
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 12:10 pm

תגובהדורך וואסער טרעגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2008 4:24 pm

א גרויסן יישר כח יודע הכל
איך העט געוואלט די סאטמערע נוסח, אין אויך די גאנצע מאיר ברוך
א גאנצען טאג טו איך וואסער שלעפען, אראפ און ארויף די טרעפען.
ב"ה אביסל טו איך לויפן, מענטשן אסאך פון מיר קויפן.
איך האב א שיתוף פארלעסליך, ער העלפט מיר ווי א מומחה,
ווען איך שלעפ די פעסלעך, נעם איך מיט מיר מיט ר' שמחה...

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 12:36 pm

וואלינער נוסח איז דא רעקאדירט, ווייל נוסח ברסלב איז נוסח וואלין,
און פון נוסח ברסלב איז דא טעיפס,

נוסח סאטמאר איז כדאי צו הערן ר' יחזקאל גאלד, אדער ר' הערשל ווייס שו"ב, אבער ר' בעריש אפל,

אלץ ווייסער! רוב פון דעי נוסחאות זענען נישט אינטרעסאנט, רוב דערפון זענען ערלטערע אידן וואס איז שווער אויפצוכאפן קלאר דעם נוסח,
אבער פאר ווער עס וויל וויסן איז אזוי

אלי' ליפסקער: נוסח ליבאוויטש, גאנץ שיין אראפגעלייגט, אלי' ליפסקער זינגט בא'טעמ'ט,

מאיר ברוך קאהן: איז חזנות'יש

פרץ לעפקאוויטש:
איז גוט ווער ס'האט א געפיל צו ר' פרץ, די אידן וואס האבן אים געהערט דאווענען און גלייכן אים וועט ר' פרץ'נס טעיפ דערמאנען גוטע זכרונות

יואל סופר:
דאס איז בן אב"ד באנוס איירעס, נוסק עקשטיין

אברהם נחומסאן:
???? נישט געהערט

צבי ווייס:
אויב דאס איז ר' הערשל שו"ב, איז דאס נוסח סאטמאר

גאלדשטיין:
???? נישט געהערט

גאנז
???? נישט געהערט

פעלבערבוים:
איז ר' דוד פעלבערבוים ז"ל, א קאסינע חסיד, נוסח קאסעני,

אנפאנג
???? נישט געהערט

זידטשויב:
איז ר' שלו' זדוטשובער, גאנץ שיינע זדוטשובער תנועות, אינטרעסאנט פאר די אידן וואס האבן אין געהערט דאווענען פסוקי דזמרא אין סאטמאר און ווילן זיך דערמאנען זכרונות פון יענע יארן

מאטיאש
ר' אברהם מרדכי מאטיאש פון וומ"ס, נישט אינטרעסאנט

אפרים קאהן
???? נישט געהערט

ר' שאול הוטערער ז"ל
נוסח באבוב, און אויך אייגענע תנועות, ווער עס האט א געפיל פאר ר' שאול איז דאס גאר ווערטפול

יואל אדלער
א עלטערע איד בעל שחרית אין סיגוט ב"פ

אוועטאר
וואסער טרעגער
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 12:10 pm

תגובהדורך וואסער טרעגער » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 12:58 pm

הרב שמאץ
אפשר קענט איר מזכה זיין דעם חשובן עולם מיטן ארויף לייגן עפעס נוסחות
א גאנצען טאג טו איך וואסער שלעפען, אראפ און ארויף די טרעפען.
ב"ה אביסל טו איך לויפן, מענטשן אסאך פון מיר קויפן.
איך האב א שיתוף פארלעסליך, ער העלפט מיר ווי א מומחה,
ווען איך שלעפ די פעסלעך, נעם איך מיט מיר מיט ר' שמחה...

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 1:00 pm

איך בין נישט אזוי סאפיסטאקירט ווי אלץ ווייסער וואס האט אלעס אין באזיץ,
איך האב בלויז אינפארמאצע,

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 7:36 am

לרום מע"כ הוד כ"ק אדמו"ר מ'שאץ שליט"א,

די שיינע נוסח פון הרב שווארטץ ז"ל דערמאנט איר גארניקס אתמהה.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
נעגל וואסער
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 9:50 am

תגובהדורך נעגל וואסער » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 12:06 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:יואל סופר:
דאס איז בן אב"ד באנוס איירעס, נוסח עקשטיין

זידטשויב:
איז ר' שלו' זדוטשובער, גאנץ שיינע זדוטשובער תנועות, אינטרעסאנט פאר די אידן וואס האבן אין געהערט דאווענען פסוקי דזמרא אין סאטמאר און ווילן זיך דערמאנען זכרונות פון יענע יארן


גוט געזאגט..

אגב, כ'ווייס נישט צו ס'איז אויסגעהאלטן להלכה ארויפצולייגן דא די טעיפס, ובלכתך בדרך שרייבט COPYRIGHT.

הרב שווארטץ ז''ל זאגט גאנץ גוט.
Az m'leigt zich vi a Yid, Shteit men ohf vi a Yid

אוועטאר
וואסער טרעגער
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 12:10 pm

תגובהדורך וואסער טרעגער » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 2:20 pm

איך טריי ארויף צו לייגן א ביסל נוסחות אבער עס זאגט אז מען קען נישט לייגן MP3 קען איינער העלפן
א גאנצען טאג טו איך וואסער שלעפען, אראפ און ארויף די טרעפען.
ב"ה אביסל טו איך לויפן, מענטשן אסאך פון מיר קויפן.
איך האב א שיתוף פארלעסליך, ער העלפט מיר ווי א מומחה,
ווען איך שלעפ די פעסלעך, נעם איך מיט מיר מיט ר' שמחה...

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 9:02 pm

ביקסאד האט געשריבן:די שיינע נוסח פון הרב שווארטץ ז"ל דערמאנט איר גארניקס אתמהה.


אלץ ווייסער האט עס נישט ארויף געלייגט אויף די ליסט...

וועלכע שווארץ מיינט איר?

ר' ליפא שווארץ ז"ל פון ירושלים, איז ציקער זיס יעדעס ווארט צוגייט,

ר' ישראל מענדל שווארץ ז"ל האט מיר נישט געכאפט

ר' ישראל מענדל שליט"א מלאשאנץ, איז גאנץ פיין, ער זעצן גוט די ווערטער אויף א שטארקן מסודר'דיגן אופן

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 9:23 pm

אלץ ווייסער נאך אלעם דעקט נישט יעדן און ער לאזט צולייגן נאך.
ועמך כולם צדיקים

לעווי
שר האלף
תגובות: 1914
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2008 10:48 am

וואסער טרעגער האט געשריבן:איך טריי ארויף צו לייגן א ביסל נוסחות אבער עס זאגט אז מען קען נישט לייגן MP3 קען איינער העלפן


דארפסט עס קאנווערטן צו WMA פייל און מאכן זיכער אז ס'יניש צו גרויס.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20157
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2008 10:49 am

יאנאש האט געשריבן:מאיר ברוך'ן פליז.



א דערמאנונג ביטע נישט ארויפלייגן קיין שטיקל פון חיים ברוך בעצם היום.

אוועטאר
וואסער טרעגער
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 12:10 pm

תגובהדורך וואסער טרעגער » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2008 2:52 pm

הרב
1 ער הייסט מאיר ברוך און נישט חיים ברוך
2 פארוואס נישט וואס א חילוק ווען ער האט דאס אריינגעזאגט עס איז אויך דא פון הרה"ק מהר"י ט"ב כל נדרי תשי"ט
א גאנצען טאג טו איך וואסער שלעפען, אראפ און ארויף די טרעפען.
ב"ה אביסל טו איך לויפן, מענטשן אסאך פון מיר קויפן.
איך האב א שיתוף פארלעסליך, ער העלפט מיר ווי א מומחה,
ווען איך שלעפ די פעסלעך, נעם איך מיט מיר מיט ר' שמחה...

יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

תגובהדורך יצמחפורקניה » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2008 5:02 pm

איך האב באקומען אין "פריוואטע הודעות" עפעס א לינק פון נוסח ראש השנה, ס'איז געשטיקלטע שטיקלעך, אבער ס'איז זייער שיין אין הארציג.


http://tovrent.com/yas/70Nusach.mp3


1. ווער איז דאס ? (מיין חבר, ווייסט אויך נישט)

2. ווען איז דאס ?
ראש השנה זיכער נישט, ווייל דער שם ה' ווערט נישט ארויס געזאגט. איז ווען יא ?
(אפשר געשטיקעלט פון עפעס א טיש וכדומה)

אוועטאר
וואסער טרעגער
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 12:10 pm

תגובהדורך וואסער טרעגער » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2008 6:17 pm

דאס איז כמעט זיכער כ"ק אדמו"ר מניקלושבורג שליט"א
ער פירט זיך דאס צו זאגן פורים ביים טיש
כן נראה לי לפענ"ד
בדרך אגב האט ער א האטליין ווי מען קען מיט האלטן אלע דברות קודש און נגונים די נומבער איז 7187056060 הערטס אין האטס הנאה
א גאנצען טאג טו איך וואסער שלעפען, אראפ און ארויף די טרעפען.
ב"ה אביסל טו איך לויפן, מענטשן אסאך פון מיר קויפן.
איך האב א שיתוף פארלעסליך, ער העלפט מיר ווי א מומחה,
ווען איך שלעפ די פעסלעך, נעם איך מיט מיר מיט ר' שמחה...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 12:03 am

הערט זיך טאקע ווי ניקלשבורג, יישר כח.

-------
שווארץ - איז דא נאך א בעל תפילה ר' חיים שלום שווארץ ע"ה (נפטר געווארן א צוויי יאר צוריק בערך). איך האב געהערט זיין טעיפ, און פרובירט נאכצוזינגן זיינע תנועות ווען איך האב איין יאר געדאווענט איין שחרית פארן עמוד.

יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

תגובהדורך יצמחפורקניה » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 11:31 am

איך האב היינט דארך געהערט דעם גאנצען file , ס'איז זייער שיין.

אבער לדעתי די לעצטע 20 מינוט פון "תפלת נעילה" איז עולה על כולנה.

איך האב נישט געוויסט אז דער ניקלשבורגער רבי איז אזא שיינער און ווארעמער בעל תפלה

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 12:51 pm

האסטו קיינמאל נישט געהערט זיין ברידער ר' ברוך מרדכי?

אוועטאר
וואסער טרעגער
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 12:10 pm

תגובהדורך וואסער טרעגער » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 2:07 pm

קודם א גרויסן יישר כח פאר יצמח דאס איז הערליך שיין ווארעם
נאכדעם סאיז קאנפאמירט אז דאט ניקלושבורג מען קען דאס טאקע הערן אויפן האט ליין הנ"ל מדריקט 7 און נאכדעם 0
א גאנצען טאג טו איך וואסער שלעפען, אראפ און ארויף די טרעפען.
ב"ה אביסל טו איך לויפן, מענטשן אסאך פון מיר קויפן.
איך האב א שיתוף פארלעסליך, ער העלפט מיר ווי א מומחה,
ווען איך שלעפ די פעסלעך, נעם איך מיט מיר מיט ר' שמחה...

שלומי
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 12, 2008 9:56 am

תגובהדורך שלומי » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 2:13 pm

הערליך!! הערליך!! ווארעם! הארציג! געפיליש!

ער צונעמט מיר די נשמה....

אוועטאר
וואסער טרעגער
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 12:10 pm

תגובהדורך וואסער טרעגער » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:22 pm

א גאנצען טאג טו איך וואסער שלעפען, אראפ און ארויף די טרעפען.
ב"ה אביסל טו איך לויפן, מענטשן אסאך פון מיר קויפן.
איך האב א שיתוף פארלעסליך, ער העלפט מיר ווי א מומחה,
ווען איך שלעפ די פעסלעך, נעם איך מיט מיר מיט ר' שמחה...


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט