בלאט 11 פון 12

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 27, 2017 6:24 pm
דורך מַחְכִּימַת פֶּתִי
שמאטע האט געשריבן:
יאפין האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:קען איינער אנצייגן ביטע אויף וועלכע אלבום די ניגון געפינט זיך?

ישר


אה רעביש

געפינט זיך נישט.


א חלק פון דעם (אדער גאר די גאנצע) ווערט געזינגען אויף איינע פון די 'אידיש קלאסיק' טעיפס פון 'סוקי ענד דינג'. (כ'דענק נישט וועלעכע)

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 27, 2017 8:20 pm
דורך יאפין
מַחְכִּימַת פֶּתִי האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:
יאפין האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:קען איינער אנצייגן ביטע אויף וועלכע אלבום די ניגון געפינט זיך?

ישר


אה רעביש

געפינט זיך נישט.


א חלק פון דעם (אדער גאר די גאנצע) ווערט געזינגען אויף איינע פון די 'אידיש קלאסיק' טעיפס פון 'סוקי ענד דינג'. (כ'דענק נישט וועלעכע)

גערעכט, כ'האב געמאכט א טעות. (שוין, כ'הייב שוין אן צו ווערן אלט)

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 8:06 pm
דורך רוויגו
שטיפ מיר האט געשריבן:די ווערטער זענען פארפאסט געווארן דורך מוהר"ר ישראל יוסף וועבער ני"ו מלמד תשב"ר בוויליאמסבורג.

עס גייט אויפ'ן באקאנטן וועלטס ניגון מעוז ציר.

די מעלה פון דעם ניגון איז, אז די ווערטער שטימען גאר גוט מיט'ן ניגון נישט דארפנדיג אריינקוועטשן איבעריגע ווערטער, אזוי אז די קינדערלעך קענען דאס נאכזינגען זייער לייכט. ווי אויך האט ער אריינגעלייגט גאר אסאך כחות נישט צו פארקריכן פון די פירוש המילות.


מָעוֹז צוּר

שְׁטַארְקֶער בַּאשֶׁעפֶער מַיין הֶעלְפֶער בִּיסְטוּ,
דִיר צוּ לוֹיבְּן אִיז הֶערְלִיךְ שֵׁיין.
מַיין דַאוֶוען הוֹיז (בֵּית הַמִקְדָשׁ) גְרֵייט שׁוֹין צוּ,
צוּ בְּרֶענְגֶען קָרְבָּנוֹת פַאר דִיר אַלֵיין.
אִין דֶער צַייט וָואס דוּ וֶועסְט שֶׁחְטְ'ן,
דֶער פַיינְט וָואס בִּילְט (יֵצֶר הָרָע) דֶעם שְׁלֶעכְטְן.
גֶעזַאנְג וֶועל אִיךְ דַאן צוּ דִיר שְׁרַייעֶן,
דֶער הֵיילִיגֶער מִזְבֵּחַ צוּ בַּאנַייעֶן.
אָז אֶגְמֹר בְּשִׁיר מִזְמוֹר חֲנֻכַּת הַמִּזְבֵּחַ.

רָעוֹת (גָלוּת מִצְרַיִם)

אַזוֹיפִיל שְׁלֶעכְטְס מַיין זֶעל אִיז שׁוֹין זַאט,
מִיט טְרוֹיעֶר דִי כֹּחוֹת לָאזְן זִיך אוֹיס.
פוּן בִּיטֶערֶע שְׁוֶוערֶע אַרְבֶּעט מְ'לַיידְט,
דִי מִצְרִי'שֶׁע הֶערְשַׁאפְט לָאזְט נִישְׁט אַרוֹיס.
דַיין הַאנְט הָאט גֶעבְּרֶענְגְט דִי גְאוּלָה,
ארוֹיסְגֶעפִירְט דַיין עַם סְגוּלָה.
פַּרְעֹה'ס מִילִיטֶער אַלֶע צוּזַאם,
גֶענִידֶערְט וִוי אַ שְׁטֵיין טִיף אִין יַם.
חֵיל פַּרְעֹה וְכָל זַרְעוֹ יָרְדוּ כָּאֶבֶן בִּמְצוּלָה.

דְּבִיר (גָלוּת בָּבֶל)

דוּ הָאסְט אוּנְז גֶעבְּרֶענְגְט צוּם הֵיילִיג הוֹיז,
אָבֶּער מַיין רוּאִיגְקַייט וֶוערְט צוּשְׁטֶערְט.
נְבוּכַדְנֶצַר טְרַייבְּט אוּנְז אַרוֹיס,
וַוייל צוּ עֲבוֹדָה זָרָה הָאבּ אִיךְ זִיךְ גֶעקֶערְט.
צוּם אָפְּגָאט גֶעגָאסְן וַויין (יַיִן נֶסֶךְ),
גֶעבְּלִיבְּן אִין גָלוּת אַ קוּרְצֶע זְמַן.
דֶּער סוֹף הָאט גֶעבְּרֶענְגְט זְרוּבָּבֶל,
נָאךְ זִיבֶּעצִיג יָאר אוּנְז אוֹיסְגֶעלֵייזְט שְׁנֶעל.
קֵץ בָּבֶל זְרֻבָּבֶל לְקֵץ שִׁבְעִים נוֹשָׁעְתִּי.


כְּרוֹת (גָלוּת מָדַי)

מָרְדְכַי'ס הוֹיְכְקֵייט צוּ פַארְשְׁנַיידְן,
הָאט דֶער רָשָׁע הָמָן גֶעקְלֶערְט.
פוּנֶעם נֶעץ אַלֵיין גֶעטוּן לַיידְן,
זַיין שְׁטָאלְצְקַייט אִינְגַאנְצְן גֶעוָוארְן צוּשְׁטֶערְט.
מָרְדְכַי'ן דֶערְהוֹיבְּן צוּם הֶעכְסְטְן שְׁטַאנְד,
אוּן אוֹיסְגֶעמֶעקְט דֶעם נָאמֶען פוּנֶעם פַיינְט.
זַיין הוֹיז גֶעזוּנְט אוּן אַלֶעס וָואס עֶר הָאט,
אוֹיף אַ בּוֹים גֶעהָאנְגֶען מִיט שְׁפָּאט.
רֹב בָּנָיו וְקִנְיָנָיו עַל הָעֵץ תָּלִיתָ.


יְוָנִים (גָלוּת יָוָן)

דִי יְוָנִים פַארְאֵיינִיגְט קֶעגְן מִיר,
מִיט דִי חַשְׁמוֹנָאִים אַ מִלְחָמָה.
מַיין הֵיילִיגֶע פֶעסְטוּנְג צוּבְּרָאכְן דֶעם טִיר,
אַלֶע אוֹילְן גֶעמַאכְט טָמֵא.
נָאר אֵיין קְרִיגֶעלֶע גֶעזֶען,
דִי אִידְן דִי רוֹיזְן אַ נֶס אִיז גֶעשֶׁען.
דֶערְפַאר בַּאשְׁטִימְט אַז טֶעג אַכְט,
צוּם אוֹיבֶּערְשְׁטֶען זִינְגֶען אוּן לוֹיבְּן מִיט פְּרַאכְט.
בְּנֵי בִינָה יְמֵי שְׁמוֹנָה קָבְעוּ שִׁיר וּרְנָנִים.

חֲשׂוֹף (גָלוּת אֶדוֹם)

בַּאוַוייז דַיין שְׁטַארְקַייט אִיבֶּערָאל,
דִי גְרוֹיסֶע יְשׁוּעָה טוּ אוּנְז שִׁיקְן.
נֶעם שׁוֹין נְקָמָה פַאר דַיין פָאלְק יִשְׂרָאֵל,
פוּן דִי רְשָׁעִים וָואס אוּנְטֶערְדְרִיקְן.
אַזוֹי לַאנְג אוֹיף דֶעם אִיךְ הָאף,
דִי גָלוּת טֶעג מְ'זֶעט נִישְׁט קַיין סוֹף.
פַארְשְׁטוֹיס מִיט שַׁאנְד דִי שְׁלֶעכְטֶע גוֹיִם,
קֶער אוּנְז צוּרִיק דִי שִׁבְעָה רוֹעִים.
דְּחֵה אַדְמוֹן בְּצֵל צַלְמוֹן הָקֵם לָנוּ רוֹעֶה שִׁבְעָה



איז דא ערגעץ א רעקארדינג פון דעם ניגון?

געשריבן: דינסטאג מארטש 27, 2018 5:54 pm
דורך סוואליעווער אייניקל
האט איינער די ווערטער פון חד גדיא אויף אידיש פון יונתן שווארץ?

געשריבן: דינסטאג מארטש 27, 2018 8:34 pm
דורך קנאפער ידען
סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:האט איינער די ווערטער פון חד גדיא אויף אידיש פון יונתן שווארץ?

יא, קרעדיט אונזער מנהל למעלה:
viewtopic.php?p=838364#p838364

געשריבן: זונטאג מאי 27, 2018 8:43 pm
דורך פאראויס
ניגון עתיק האט געשריבן:קום מיין פריינט אין גארטן
לאמיר ארויס אויפן פעלד
און באטראכטן דארטן
די גרויסקייט פון באשעפער פון דער וועלט
קריכט א מוראשקע צו זיך אין שטעטל
און עס טרואגט אויף זיך א שווערע בלעטל
דער זומער גייט אוועק, עס קומען קאלטע טעג
מען דארף זיין ווארעם צוגעדעקט

זע די שיינע בלומען
די בלעטעלעך פונקטליך אין צאל
זומער ווינטער קומען
אלע יאר פונקט אין צייט אלעמאל
פונקטליך קומט די נאכט און טאג נעמט ווערן
און פונקטליך דרייען זיך ארום די שטערן
און ווו די וועלט איז ווייס
אויף די בערג פון אייז
דער ווייסער בער קריגט אויך זיין שפייז

א מענטש פון פלייש און ביינער
האט אונזער גרויסער באשעפער געמאכט
און פארשטיין קיין קיינער
ווי אזוי ער זעט און ער רעדט און ער טראכט
מליאנען שרייפעלעך צונויפגעפלאכטן
רערן פול מיט שלאפן אלע סארטן
און ווער נאר שכל האט
קען פארשטיין דעם סוד
אז אלעס איין באשעפער האט

אני מאמין איך טו גלויבן
אז דער באשעפער דארט פון אויבן
באשאפן האט געקענט נאר איינער
אזא גרויסע וועלט א שיינער
געווען און איז און וועט זיין איינער
און אים דארף נישט העלפן קיינער
ווייל קיינער קען אים נישט פארשטיין
ווי אזוי ער מאכט עס אלץ אליין

ווען טיט וואלט ווערן אלע ימ'ן
און א פען פון יעדן גראז
און אלע הימלען זיי צוזאמען
א שטיק פארמעט אן א מאס
און שרייבן דארט מיליאנען יארן
וואלט קיין אנפאנג נישט געווארן
פון די שבחים פון דעם העלד
דער באשעפער פון דער וועלט

עס ווייסט דאך יעדער איינער
אז מען קען נישט רירן קיין האנט און קיין פיס
דער עסן ביי די ציינער
און מען קען נאך נישט קיין רשות פון אויבן
דער באשעפער זאל אליין ער לויבן
הייסט ער גיין איז גיין
הייסט ער שטיין איז שטיין
מען קען דאך גערנישט טאן אליין

ווו א איד טוט וואוינען
מיט וועמען א שידוך ער טוט
נישט ווייל אים טוט לוינען
און ער מיינט אז דאס איז פאר אים גוט
אלעס שטייט פון אויבן אנגעשריבן
די היט, די שיך, וואס ער האט אויסגעקליבן
און אלעס וועט מען טוט קען נאר ווערן גוט
נאר ווען עס קומט אן די מינוט

א שטרוי עס פאלט פון וואגן
א בלעטל פון בוים אויף דער ערד
דער ווינט טוט עס פארטראגן
און לייגט אוועק דארט ווו עס באשערט
און פונקט אין דער מינוט וואס ער דארף טויגן
און פונקט אויף וועלכן זייט עס דארף זיך לייגן
און קיין זאך איז נישט סתם
א צופאל מן הסתם
נאר יעדער זאך עס האט א טעם

אני מאמין איך טו גלויבן
אז דער באשעפער קוקט פון אויבן
און ער אליין טוט עס אנפירן
מיט אלעס וואס עס טוט פאסירן
און אכטונג גיט אויף יעדן איינעם
און פארזעט נישט קיינמאל קיינעם
און מען דארף גלויבן שטארק אין דעם
און זוך פארלאזן נאר אויף אים

צום הימל וואלט איך מיר געפלויגן
ווען איך וואלט פליגלען נאר פארמאגט
און -עפון שפיץ פון רעגנבויגן
וואלט איך פאר דער וועלט געזאגט
וואס עס טוט באמת גלויבן
און אז ער דארף א הילף פון אויבן
דארף ער גאנישט טאן צו דעם
און דער באשעפער העלפט גלייך אים


וואו קען איך באקומען דעם ניגון שיין אראפגעזינגען? כ'וויל עס זייער פאר די קינדער צו זינגן ביים שבת טיש. ס'ה-ע-ר-ל-י-ך און טאוטשינג,שטיקער אמונה און נפלאות הבורא . יעצט געהערט אויף שירה 24 (געזונגען דורך לוי פאלקאוויטש) אבער מ'קען דארט נישט אראפנעמען. ווער ס'קען מיר עס געבן, למצוה גדולה יחשב

געשריבן: זונטאג מאי 27, 2018 9:15 pm
דורך דוד משה
פאראויס האט געשריבן:וואו קען איך באקומען דעם ניגון שיין אראפגעזינגען? כ'וויל עס זייער פאר די קינדער צו זינגן ביים שבת טיש. ס'ה-ע-ר-ל-י-ך און טאוטשינג,שטיקער אמונה און נפלאות הבורא . יעצט געהערט אויף שירה 24 (געזונגען דורך לוי פאלקאוויטש) אבער מ'קען דארט נישט אראפנעמען. ווער ס'קען מיר עס געבן, למצוה גדולה יחשב

דא האסטו פון יואלי פאלקאוויטש
viewtopic.php?p=1551256#p1551256

אגב, דער עולם גלייכט נישט ווען מען קוואט לאנגע תגובות.

געשריבן: זונטאג יוני 03, 2018 10:59 am
דורך סוואליעווער אייניקל
ס'איז דא א פארצייטישע ניגון וואס גייט בערך אזוי:

דער אויבערשטען מוז מען דינען
מיר מוזען איהם דינען
מיר דארפן איהם דינען
מיר ווילן איהם דינען
מיר וועלן איהם דינען

לעבעדיגע גא-ט .... לחי עולמים


דאכט זיך מיר אז דאס גייט צוזאמען מיט האדרת והאמונה צו וועמען און צו וועמען...

ווער ווייסט מער פונקטלעך פון וואו דאס קומט? און ווי אזוי גייט דאס פונקטלעך?
איך וועל שטארק דאנקבאר זיין אויף פרטים.

יישר כח

געשריבן: מיטוואך יולי 11, 2018 1:49 pm
דורך וויכטיג מאכער
איינער האט אפשר די ווערטער פון א אידישע ניגון פון ר' משה גאלדמאן ז"ל רבש"ע? נישט די וואס שטייט שוין אויף די ערשטע פעידזש אין דעם אשכול, ס'דא נאכיינס...

רבש"ע של עולם דו זעהסט דאך, וואס דיינע קינדערלעך גייען אדורך...

פארדריי שוין דיין פלאן, זיי מקרב דעם זמן...

דאנקע...

געשריבן: מיטוואך יולי 11, 2018 1:57 pm
דורך גאלדענע פעדער
@וויכטיג

איך האב נישט די ווערטער צו די האנט, כ׳לייג דיר נאר דא צו:

אז די ניגון איז אויף די סידי מיטן נאמען ״קץ הפלאות״ און די סידי הייסט אויך אויף ארויף דען ניגון, און די ניגון הייבט זיך אן אין לשה״ק מיט די ווערטער: חשבון קץ ראשון

געשריבן: מיטוואך יולי 11, 2018 2:24 pm
דורך דוד משה
וויכטיג מאכער האט געשריבן:איינער האט אפשר די ווערטער פון א אידישע ניגון פון ר' משה גאלדמאן ז"ל רבש"ע? נישט די וואס שטייט שוין אויף די ערשטע פעידזש אין דעם אשכול, ס'דא נאכיינס...

רבש"ע של עולם דו זעהסט דאך, וואס דיינע קינדערלעך גייען אדורך...

פארדריי שוין דיין פלאן, זיי מקרב דעם זמן...

דאנקע...

די אידישע ווערטער האב איך אפגעשריבן פון זכרון, איך האף אז ס'קעפל ארבעט נאך

חשבון קץ ראשון לאב המון נכתר
זמן קץ שני לירמיה נפתר
קץ השלישי לדניאל נעטר
וקץ הרביעי מכל עין נסתר
ישוטט כל דורש ויחסום כל תר
ונעלם החזון ונעדרו המראות
ה' עד מתי קץ הפלאות

רבונו של עולם דו זעהסט דאך
וואס דיינע קינדערלעך גייען אדורך
מען יאגט און מען פלאגט
איין בראך נאך א בראך
עד מתי ווי לאנג נאך

רבונו של עולם מיר האלטן מען נישט אויס
נעם אונז פון ביטערן גלות ארויס
באדריי שוין דיין פלאן
זיי מקרב דעם זמן
לאמיר שוין פרייליך זיין

השתא הכא יעצט זענען מיר נאך דא
אבער מיר בעטן דיר אז לשנה הבאה
זאלסטו אויפלייכטן דעם אור חדש
בארץ זבת חלב ודבש

יעדער וועט ווייזן זה ה' קוינו לו
צוזאמען משיח'ן אנקעגן גיין
נגילה ונשמחה בישועתו
ונאמר ונאמר אמן

געשריבן: מיטוואך יולי 11, 2018 5:23 pm
דורך סוואליעווער אייניקל
עס איז דא א ניגון אויף אידיש וואס הייבט זיך אהן אזוי:
עס איז אמאהל א צייט געווען
ווען אונזער זין האט געשיינט
....

איך זוך דרונגענד די מעלאדיע פונעם ניגון. ווייסט איינער?

געשריבן: מאנטאג יולי 16, 2018 10:40 am
דורך גאלדענע פעדער
איינער האט אפשר די ניגון פון ״מאמע רחל״ פון מיכאל׳ס סידי ״א נקודה׳לע״ ?

ס׳איז די צווייטע טרעק פון די סידי.

אויב איינער האט עס אפשר אפגעשריבן - אדער האט אפשר דע pdf, ביטע מיר עס דא ארויס לייגן. איך דארף עס וויכטיג.. און - אין מיין ביכעל איז פונקט די ניגון אויסגעריסן...

קען מיך איינער העלפן פליז?

געשריבן: מאנטאג יולי 16, 2018 11:17 am
דורך א גראם מיט טעם
מיכאל שניצלער – מאמע
אין 1943, די טאטע שוין אוועק געפירט אין מונקאטאבער
יעצט נעבעך איז געקומען די רייע אויף די קינדער און די ווייבער
א דערשראקענע מאמע אויף די גאס אין קראקע שפּאצירט זי
דעם קליינעם משה’לע, צום גרויסן בארטן פירט זי
מיט די לעצטע שיף אפּצושיקן קיין ארץ ישראל זיין עולה רגל
…אפּצוראטעווען איר קליינעם קינד, דעם לעצטן פארבליבענעם שעפעלע, פון די נאצישע נעגל

אויף דעם קליינעם שיפעלע דעם האלצערנעם
גייט משה’לע ארויף מיט שרעק
נאך איינמאל מיט ליבשאפט ארומגענומען וואלט זי’נ’אים
פאר די שיף פארט אויף אייביג אוועק
פון די דייטשן
שנעל ער גייט שוין
איר הארץ שיקט זי מיט
טייער קינד, בלייב מיר געזונט
געדענק דו ביסט א איד



אבער ווער וועט זיין מיין מאמע
וויינט ער מיט דראמא
אז דו לאזט מיך דא איבער אליין ביים בארטן
אוי משה’לע, מיין שעפעלע, א נייע מאמע
וועסטו האבן אין ארץ ישראל דארטן
א מאמע, א מאמע
וואס וועט זארגן און בעטן ביים כל יכול
זוך איר ווען אנקומען דו גייסט
פארגעס נישט ווי דיין נייע מאמע הייסט
זי הייסט מאמע רחל



מיט זכרונות פון זיין יוגנט א גאנצע בינטעלע
פארט משה’לע א פארקלערטער
די שיף אויפ’ן ים ווי א קליינע שווארצע פּינטעלע
אלס קלענער און ווייטער ווערט ער
אוי די מאמע ביים הארץ רייסט זי
מיט די האנט צו דעם שיפעלע ווייזט זי
א שטילקייט, די כוואליעס מאכן א קליין גערויש’עלע
די לעצטע מאל וואס די מאמע האט געזען איר משה’לע

די קליין שיפעלע פארט און פארט אָן פארהאנקערן
נאך דריי א האלב וואכן טוט זי ביים בארטן פון ארץ ישראל אנקערן
משה’לע טרעפט דעם ערשטן איד מיט א הדרת פּנים וזקן חתימת
און פרעגט אים מיט תמימות
“אפשר ווייסט איר וואו איז מיין מאמע רחל”
יא מיין קינד” ענטפערט דער איד”
דארט ווייט קוק צו”
“אינמיטן וועג אין בית לחם, די מאמע רחל ליגט זי
משה’לע מיט שנעלע טריט, מיט א צובראכן הארץ ווייעדיג
גייט אריין אין קבר רחל, קיינער איז נישט דארט ס’איז שטיל, ס’איז ליידיג
ער קוקט אהין ער קוקט אהער
און מיט א טרער



איינער, איינער אליין
אזוי יונג און קליין
ביים מאמע רחל שטיין
איינער עלנד אליין
אומשולדיג ריין
שרייט ער מיט געוויין

אוי אוי אוי אוי מאמע
אוי אוי אוי אוי מאמע
אוי אוי אוי אוי מאמע
?וואו ביסטו מיין מאמע
אוי אוי אוי אוי מאמע
אוי אוי אוי אוי מאמע
אוי אוי אוי אוי מאמע
?וואו ביסטו מיין מאמע

וויינ’זשע מאמע, וויינ’זשע מאמע, מאמע רחל
דא שטייט פאר דיר משה’לע דיין טייער קינד
וויינ’זשע מאמע, וויינ’זשע מאמע, מאמע רחל
קוק ווי מיין הייסע טרערעלעך רינט
זאג’זשע מיר מאמע, זאג’זשע מאמע, מאמע רחל
וואו געפינט זיך מיין עכטע מאמע, אויף וועלכען ארט דאס מאל
זאג’זשע מאמע, זאג’זשע מאמע, מאמע רחל
צי האט זי פארגעסן פון משה’לע איר יתומ’ל



אוי מיין קינד, דיין מאמע יעצט נעבן מיר דא
ביים כסא הכבוד שטייט זי
זי וויינט און איך וויין מיט מיט איר דא
פאר דיינעטוועגן שרייט זי
אוי משה’לע מיין קינד
איך בענק נאך אים און איך באוויין אים
בקרוב אינגיכן וועל איך דיר טרעפן מיט משיח’ן
מיט מאמע רחל אינאיינעם

ואני בבואי מפּדן
פארטריבן פון נבוזראדן
מיט ווייטאג און מיט ליידן
קיין בית לחם וועלן זיי גיין
מיט זייערע ווייען
און פאר דיר שרייען

אוי אוי אוי אוי מאמע
אוי אוי אוי מאמע
אוי אוי אוי מאמע
?וואס שלאפסטו אונזער מאמע



וויינ’זשע מאמע, וויינ’זשע מאמע, מאמע רחל
רחל מבכה על בניה
וויינ’זשע מאמע, וויינ’זשע מאמע, מאמע רחל
מאנה להנחם

ווי קען א מאמע צוקוקן דעם גרויסן צער
פון אירע קינדערלעך אירע שאף
קום ארויס פון דיין באהעלטעניש דערפאר
שטיי אויף פון דיין לאנגן שלאף
אוי מאמע, וויין מאמע
דער באשעפער טוט דיין קול צוהערן
מנעי קולך
אין דעם זכות טאקע אזוי וועל איך
מיינע קינדערלעך צוריקקערן

אוי אוי אוי אוי מאמע
אוי אוי אוי אוי מאמע
אוי אוי אוי אוי מאמע
אט אט טרעפן מיר דיך יא יא
אוי אוי אוי אוי מאמע
אוי אוי אוי אוי מאמע
אוי אוי אוי אוי מאמע
אם הבנים שמחה הללוקה
!הללוקה

געשריבן: מאנטאג יולי 16, 2018 12:00 pm
דורך גאלדענע פעדער
WOW איך בין שפראכלאז!

גראם ביסט א צדיק, און די זכות זאל דיר ביישטיין!

כ׳האף נאר אז די האסט עס נישט ספעציעל אפגעשריבן פאר מיך... אויב יא שיק מיר א ביל.. הצלחה רבה און אלע דיינע ענינים!

אגב דער וואס האט שכל נעמט גראמען ארבייט, ביי אונזערע טייערע טאלאנטפאלע חבר גראם!

איך האב איהם שוין געניצט, און זייט דעמאלטס שיק איך אלע מיינע חברים צו איהם!

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:05 am
דורך ידעתי
קאמענטאטאר האט געשריבן:
קאמענטאטאר האט געשריבן:עפעס גריזשעט מיר אין מח ווערטער פון א ניגון אן אלטען, די לעגענדע וואס איך דענק איז אז דאס האט איינער געזונגען מוצ"ש ביי הבדלה פון רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע, די ווערטער גייען עפעס ווי "מוצאי שבת ווער מיר שטייען ביי הבדלה צוזאמען, דערמאנען מיר זיך אין די אוישוויצער פלאמען, ..." האט מיר עמיצער אמאל דערציילט אז דער עולם האט זעהר געוויינט און רבינו זי"ע האט פארלאנגט מען זאל עס מער נישט זינגען, ביז האט מען ארומגעטוישט די ווערטער אויפן חורבן ביהמ"ק מיט ירמי' הנביא וואס די מיידלעך (פלעגן) זינגען אין שולע.

איינער האט ס'מינדעסטע השגה פון וואס איך רעד אדער איז עס דאמירן בעלמא?


באקומען אין אישי:

שתי ניגונים יש כאן, איינס איז די "אוישוויצער טרערן" וואס הייבט זיך אן מיט די ווערטער "מוצאי שבת ביי הבדלה וכו וכו" דאס האט מען קיינמאל נישט געזונגען ביי סאטמאר רבי'ן, נאר דאס איז ארויסגעקומען ריקארדירט אויף א רעקארד געזינגען דורכ'ן מחבר ר' יקותיאל הערש ע"ה באגלייט מיט מוזיק, דער ניגון רייסט ממש שטיקער אזש ר' יקותיאל הערש האט עס קוים געקענט אראפזינגען זיך שטיקענדיג פון טרערן.

די צווייטע ניגון איז אויך איבער אוישוויץ געבויעט אויף א קשיא מיט א תירוץ אויף די שואה, דאס האט ר' יקותיאל הערש ע"ה געזונגען איינמאל מוצ"ש ביי עפעס א מאורע א דינער אדער עפעס ענליך, און אויף דעם האט דער רבי געזאגט אז ער זאל עס מער נישט זינגען וויבאלד מען טאר נישט פרעגן קיין קשיות.


די ערשטע ניגון האב איך. עס פארט ארום זייט נעכטן. העלפטס מיר ארויס וויאזוי עס ארויפצולייגן דא.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:06 am
דורך ידעתי
דאס זענען די ווערטער פון רבי יקותיאל הערש'ס ניגון.

אוי ווי גרויס זענען מיינע וואונדען,
מאמעניו וואו ביסטו פארשוואונדען.
דו ביסט אזוי אהינגעקומען,
אין בית הקברות נישט צו געפונען.

מוצאי שבת קודש ביי בורא מאורי האש,
פאלט פון מיר שטיקער פלייש.
ווי איך טו מיך דערמאנען,
ווי עס האבען געברענט די אוישוויצער פלאמען.

מקנא בין איך א יתומ׳ל וואס שטייט ביי די מצבה׳לע,
און קען זיך דארט אויסגיסן זיין ביטערע הערצעלע.
איך קען נישט זיין אויף קבר אבות,
ווייל דאס פייער איז געווען דער מלאך המוות.

געגאנגען צו די שחיטה ווי די רינדער,
א קרבן מיט די קליינע קינדער.
אותו ואת בנו פארברענט אין איין טאג,
מער פון זיי קיין זכר מער נישט דא.

געבליבען א יתומ׳ל אליין,
קיין מאמע קיין קבר קיין מצבה שטיין.
אוועק גערויבט דאס גאנצע חיות,
אן קיין קדיש און אן קיין משניות.

אוי וועלן מיר אלע האבן די זכיה,
ווען די אלע קדושים וועלן אויפשטיין די תחיה.
דעמאלט וועט זיין והשיב לב בנים על אבות,
הקב״ה וועט שעכטן דעם מלאך המוות.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:19 am
דורך ידעתי
IMG-20180903-WA0210.jpg
IMG-20180903-WA0210.jpg (247.41 KiB) געזעהן 3602 מאל

די אוישוויצער טרערן

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 2:37 pm
דורך קאמענטאטאר
ידעתי האט געשריבן:דאס זענען די ווערטער פון רבי יקותיאל הערש'ס ניגון...


מען קען עס דא דאונלאודען http://www.magasinpittoresque.be/disque ... chwitz.htm

פאלגענד האב איך עס עטוואס משנה געווען לויט ווי מיינע אויערן האבן עס אויפגעכאפט:

אהוי ווי גרויס זענען מיינע וואונדען,
מאמעניו וואו ביסטו פארשוואונדען,
די ביזט אזוי אהין געקומען,
אז אפילו אויפן בית הקברות נישט צו געפונען.

מוצאי שבת קודש ביי בורא מאורי האש,
פאלט פון מיר שטיקער פלייש,
אז איך טו מיך דערמאנען,
ווי דו האסט געברענט אין די אוישוויצער פלאמען.

מקנא בין איך א יתום'ל וואס שטייט ביים מצבה'לע,
און קען זיך זיך דארט אויסגיסן דאס ביטערע הערצעלע,
איך קען נישט זיין אויף קבר אבות,
ווייל דאס פייער איז געווען דער מלאך המוות.

געגאנגען צו די שחיטה ווי די רינדער,
געפאלן א קרבן מיט די קליינע קינדער,
אותה ואת בנה פארברענט אין איין שעה,
און מער קיין זכר פון זיי נישט דא.

געבליבן א יתום'ל אליין,
קיין מאמע קיין קבר קיין מצבה שטיין,
אוועק גערויבט דאס גאנצע חיות,
מ'הערט נישט קיין קדיש מיט קיין משניות.

אויב וועלן מיר אבער האבן א זכי',
ווען די אלע קדושים וועלן אויפשטיין לתחי',
דעמאלטס וועט זיין והשיב לב בנים על אבות,
ווען הקב"ה וועט שחט'ן דעם מלאך המוות.


זעה אויך דא טעיפס פון אחים ווערצבערגער

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2018 11:34 pm
דורך כא כא כא
איינער קען אפשר ארויפלייגן די ווערטער פון די ניגון מכניסי רחמים אין אידיש ביטע?
פון דאס גלעזאלע.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 12:07 am
דורך הענדימען
פון דא

מכניסי רחמים, אויף אידישע קינדער קוקטס ארום
פאר כלל ישראל טוטס אייך אנשטרענגען
מכניסי דמעה, הערטס אויס אונזער תפלה
צום כסא הכבוד טוטס עס צוברענגען

מכניסי דמעה, מיר ווייסן דאס
אז אויבן אין הימל איז דא א גלאז
וואס גייט אריין נאר א געוויסע מאס
עס האלט זיך אין איין פארמערן
פול מיט אידישע טרערן
און ווען עס איז פול וועט מען אויסגעלייזט ווערן

מיר זענען נאכנישט אויסגעלייזט - פארוואס?
מכניסי דמעה ווי טיף איז שוין דאס גלאז?
מרן די בשמיא לך מתחננן
האבן מיר דען נאכנישט גענוג געטאן וויינען?

עס האט זיך געגאסן טרערן אן א צאל
ווען מיליאנען אידן האבן געשריגן "שמע ישראל"
ביי די מלחמה יארן בימים ההם
מסרו נפשם על קדושת השם

און טאמער עס איז נישט גענוג די טרערן פון זיי
וויפיל וויינען רפאנו ה' ונרפא?
עס ווערט דאך אינגאנצן צוריסן די הרגשים
ווען יונגע יתומים זאגן קדישים

אוי טאטע טאטע וויפיל איז דער גבול?
ווי אזוי קען זיין אז דאס גלעזל איז נאכנישט פול?
נישט פאר אונזער כבוד טו עס
שתשים דמעותינו בנאדך להיות
ותוליכנו קוממיות

מכניסי דמעה, בעטן איך וויל
אויב דאס גלעזל איז נאכנישט פול
בעטן מיר אן א קצבה
דאס גלעזל זאל אנגעפולט ווערן
נאר מיט אזעלכע טרערן
וואס קומט ביי א שמחה אדער ביי א מצוה

זענט עטס אמאל דורכגעגאנגען
ווען טאטע מאמע פירן קינדער אונטער חופה שטאנגען?
וויפיל טייכן טרערן עס האלט אין איין רינען
פון חתן וכלה און אלע שושבינים

און טאמער עס איז נישט גענוג די טרערן פון זיי
ווען א מאמע בעט "יהי רצון מלפני ה' אלקי"
יעדער פרייטאג צונאכט ביי הדלקת נרותי'ה
ווען אם הבנים מבכה על בני'ה

השתדלו והרבו תחנה
שטייטס און בעטס ביים הייליגן שכינה
דער רועה צאן נאמן למשל ולשנינה
לשמע אל התפלה ואל הרנה

אוי טאטע טאטע וויפיל איז דער גבול?
ווי אזוי קען זיין אז דאס גלעזל איז נאכנישט פול?
נישט פאר אונזער כבוד טו עס
שתשים דמעותינו בנאדך להיות
ותוליכנו קוממיות

מכניסי דמעה, הכניסו דמעותינו, לפני מלך מתרצה בדמעות

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 11:27 am
דורך כא כא כא
הענדימען האט געשריבן:פון דא

מכניסי רחמים, אויף אידישע קינדער קוקטס ארום


מכניסי דמעה, הכניסו דמעותינו, לפני מלך מתרצה בדמעות

דאנקע שיין

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 11:39 am
דורך הענדימען
כא כא כא האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:פון דא

מכניסי רחמים, אויף אידישע קינדער קוקטס ארום


מכניסי דמעה, הכניסו דמעותינו, לפני מלך מתרצה בדמעות

דאנקע שיין

עניטיים

פאר די פיוטשער. מאך א גוגל סוירטש פאר "מכניסי רחמים אויף"

אויב האסטו נישט קיין גוגל עקסעס זאל דיר די זכות ביישטיין און קום צוריק ווייטער פרעגן

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 27, 2018 1:18 pm
דורך אין וועלט אריין
עס איז דא א אידישע ליד איבער קריעת ים סוף, די ווערטער וואס קומען אגאצע צייט צוריק איז בערך:
רייטער און פערד שיצט ער און דאס מער

קען איינער אפשר אפיר קומען מיט די ווערטער?

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 27, 2018 1:57 pm
דורך דוד משה
אין וועלט אריין האט געשריבן:עס איז דא א אידישע ליד איבער קריעת ים סוף, די ווערטער וואס קומען אגאצע צייט צוריק איז בערך:
רייטער און פערד שיצט ער און דאס מער

קען איינער אפשר אפיר קומען מיט די ווערטער?

צוויי בלעטער צוריק
viewtopic.php?p=1277594#p1277594