אידישע ניגונים

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11151
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 2:00 am

איך האב א סידי וואס האט אויף זיך דעם ניגון "איז געבליבן מען וועט מאכן אן אסיפה". קיין פלעיער האב איך נישט, קען איך דיר נישט אפשרייבן די ווערטער, אבער עס איז א סידי וואס ווערט פארקויפט ביי די טעיפ קאמפעניס (דער נאמען איז 'מארשאליקס' -- עפעס אזוי).
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 2:36 am

ג. וואשינגטאן האט געשריבן:איך זע אז די אשכול איז נישא געווען אזוי אקטיוו לאחרונה, מיט דעם אלעם וואס מ'איז געווען גאר שטארק ענטוזיאסטיש אויף די רעיון פון דעם. מיט דעם אלעם וועל איך דאך פראבירן מיין מזל.

איך זיך ארום די ווערטער פון צוויי ניגונים שוין א לענגערע צייט אן קיין שום רעזולטאטן .

1) ס'דא אן אלטער ניגון וועגן א כעלעם'ר אסיפה, "איז געבליבן מען זאל מאכן אן אסיפה" . כ'מיין אז מ'פלעגט עס זינגען אין סאטמאר אויפ'ן פורים טיש. כ'האב עס אסאך יארן צוריק געהערט פון איינעם וואס זיין זיידע פלעגט עס זינגען אין סאטמאר אויפ'ן טיש, יענער האט אליינס נישט געדענקט אלע שטיקלעך. אבער יעך האב נישט געהאט די קאפ אויפ'ן פלאץ עס צו פארשרייבן. הכלל, איינער ווייסט צו וועלכען ניגון איך באציר זיך?

2) די ווערטער פון "איין גערויש ביים מער".......

Whoever wants to have my ultimate and undying gratitude, is more than welcome to help. דאנקע שעהן.

ר׳ לייבעלע בערקאוויטש זינגט עס מלא טעם. יש לי ואהעלהו אי״ה

רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

תגובהדורך רבי משה » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 6:03 am

איינער קען ברענגען דעם ניגון "א פרייליכע תשעה באב"
(די ניגון איז געבויעט געווארן וויאזוי סוועט אויסזעהן ווען משיח קומען, און מוועט זיך אנוויטשען א פרייליכע יו"ט)

אוועטאר
טיכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

תגובהדורך טיכטיגער » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 8:43 am

ס'איז דא א ניגון אויף קול ברמה אין אידיש פון ר' יודל וועבער ז"ל - (פאפא), און אין " " קעמפ פלעגט עס זינגען אין די ניין טעג, און איך האב געהערט אז איינער האט עס איבער געמאכט מיט א שיינע קינדער כאר איך וואלט עס געוואלט הערן!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21562
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 9:12 am

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 1:05 pm

רבי משה האט געשריבן:איינער קען ברענגען דעם ניגון "א פרייליכע תשעה באב"
(די ניגון איז געבויעט געווארן וויאזוי סוועט אויסזעהן ווען משיח קומען, און מוועט זיך אנוויטשען א פרייליכע יו"ט)

פון אברהם פריד אין א מחיה

איך האב עס און קען עס נישט צולייגן משום מה.

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 3:55 pm

דא האט איר

https://www.dropbox.com/s/k9fxxtjfio956 ... s.wma?dl=0

געדענקט! מען הערט נישט קיין מוזיק אין די דריי וואכן, און כ''ש אין די ניין טעג.

ג. וואשינגטאן
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 7:16 pm

א גרויסען יישר כח....

תגובהדורך ג. וואשינגטאן » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 4:50 pm

לכאורה האט געשריבן:איך האב א סידי וואס האט אויף זיך דעם ניגון "איז געבליבן מען וועט מאכן אן אסיפה". קיין פלעיער האב איך נישט, קען איך דיר נישט אפשרייבן די ווערטער, אבער עס איז א סידי וואס ווערט פארקויפט ביי די טעיפ קאמפעניס (דער נאמען איז 'מארשאליקס' -- עפעס אזוי).

וועל איך טאקע נאך זיכען, און אויב וועל איך האבן צייט וועל איך פארשרייבן און ארויפלייגן אהער.

ג. וואשינגטאן
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 7:16 pm

תגובהדורך ג. וואשינגטאן » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 4:59 pm

נאטרוליסט האט געשריבן:
ג. וואשינגטאן האט געשריבן:איך זע אז די אשכול איז נישא געווען אזוי אקטיוו לאחרונה, מיט דעם אלעם וואס מ'איז געווען גאר שטארק ענטוזיאסטיש אויף די רעיון פון דעם. מיט דעם אלעם וועל איך דאך פראבירן מיין מזל.

איך זיך ארום די ווערטער פון צוויי ניגונים שוין א לענגערע צייט אן קיין שום רעזולטאטן .

1) ס'דא אן אלטער ניגון וועגן א כעלעם'ר אסיפה, "איז געבליבן מען זאל מאכן אן אסיפה" . כ'מיין אז מ'פלעגט עס זינגען אין סאטמאר אויפ'ן פורים טיש. כ'האב עס אסאך יארן צוריק געהערט פון איינעם וואס זיין זיידע פלעגט עס זינגען אין סאטמאר אויפ'ן טיש, יענער האט אליינס נישט געדענקט אלע שטיקלעך. אבער יעך האב נישט געהאט די קאפ אויפ'ן פלאץ עס צו פארשרייבן. הכלל, איינער ווייסט צו וועלכען ניגון איך באציר זיך?

2) די ווערטער פון "איין גערויש ביים מער".......

Whoever wants to have my ultimate and undying gratitude, is more than welcome to help. דאנקע שעהן.

ר׳ לייבעלע בערקאוויטש זינגט עס מלא טעם. יש לי ואהעלהו אי״ה

איך ווייס נישט צו די מיינסט דעם ערשטען ניגון צו דער צווייטע, אבער קענט וועיט.

אוועטאר
אברהם שמואל לעמברגער
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:04 pm
לאקאציע: מונקאטש, אונגארין

תגובהדורך אברהם שמואל לעמברגער » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 5:17 pm

dim האט געשריבן:דא האט איר

https://www.dropbox.com/s/k9fxxtjfio956 ... s.wma?dl=0

געדענקט! מען הערט נישט קיין מוזיק אין די דריי וואכן, און כ''ש אין די ניין טעג.

שיינעם יישר כח!
בביאת משיח צדקינו בעז"ה ס'וועט זיין פריילאך מיט מוזיק :)

ג. וואשינגטאן
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 7:16 pm

????

תגובהדורך ג. וואשינגטאן » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 5:38 pm

לכאורה האט געשריבן:איך האב א סידי וואס האט אויף זיך דעם ניגון "איז געבליבן מען וועט מאכן אן אסיפה". קיין פלעיער האב איך נישט, קען איך דיר נישט אפשרייבן די ווערטער, אבער עס איז א סידי וואס ווערט פארקויפט ביי די טעיפ קאמפעניס (דער נאמען איז 'מארשאליקס' -- עפעס אזוי).

דער נאמען פונעם סידי איז מארשאליקס? אדער די נאמען פונעם רעקארד לעבל וואס האט דאס פראדאצירט? איז עס עפעס וואס איך וואלט געקענט טרעפן ביי Mostly Music, אדער כ'וואלט געהאט בעסערע טשאנסן אויף Amazon?

אוועטאר
פיניע חזן
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

א גערויש ביים מעער

תגובהדורך פיניע חזן » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 7:14 pm

א גערויש ביים מעער, - די יידען טוען יאגען
דאס וואסער ברימט, - די וועלע טוען שלאגען
די עגיפטישע ארמעע טרינקט זיך אין דאס מעער
רייטער אונד פערד וואגן אונד געווער
איינער שפיצט מיט די אויגען, - איינער טלעפעט מיט די צונג
איינעם קראכט די גאל, - דעם אנדערן פיקעט די לונג
אין די יידעלעך אלע טאטלען מיט די פינגער
און משה רבינו טרעט פאר פיר איין זינגער
פזמון: לאמיר זינגען צו גאט צום אללמעכטיגן הערר
רייטער אין פערד שטיצט ער אין דאס מעער
ער איזט מיין מאכט ער איזט מיין קראפט
ער איזט מיין הילפע ביי טאג אונד ביי נאכט
ער איזט מיין מאכט ער איזט מיין קראפט
ער איזט מיין הילפע ביי טאג אונד ביי נאכט
אין היממעל איזט איין קאהר, - פון ענגעל אונד פון גייסטער
גאט אליין טרעט פאר, - פיר איין קאפפעל מייסטער
ווי די יידישע וינגער האבן געהערט פון דעם אקט
האט גאט אויסגעשטרעקט די האנד אונד צוגעקלאפט צום טאקט
ווי איין יונגע העלד, - וואר דער באשעפער אנגעטאן
גאט איבער דער וועלט, - איזט אויסגעקריצט אויף זיין פאהן
ווי די יידעלעך האבן דאס געזעהן
האבן זיי געזאגט דאס איזט נאר גאט אליין
פזמון
מיכאל אונד גבריאל, - די צוויי יידישע אדוואקאטן
אויף פייערדיגע פערד, - טוען זיי אין די לופט ארום ראטן
אייזערנע וועגן האבן זיי איבערגעקערט
גענעראלער אונד מאיארע פאלן פון די פערד
א געפילדער א געשריי, - אליארעם א געוויין
קיין מינוט איז נישט פארביי, - אלעס ארופ ווי א שטיין
די יידעלעך זינגען און טוען זאגן בגדול זרועך ידמו כאבן
פזמון
אויך דער שר פון פייער, - האט דער פיינד דערקענט
גאט האט דעם שונא, - ווי א שטרוי פארברענט
ער מישט דעם קעסל ווי א טעלער זופ
איינער גייט ארויף דער אנדערער גייט ארופ
דער שונא האט געמיינט, - ער וועט דורך גיין פראנק אונד פריי
דערווייל גיבט גאט א בלאז, - אלעם ארופ ווי א בליי
די יידעלעך זינגען זיך אלע צוזאם
נשפת ברוחך כסמו ים
פזמון
משה שפאלט דעם ים, - אונטער איין אטעם
אויף צוועלף וועגן, - פיר די צוועלף שבטים
אין דער מיטט האט ער געשטעלט גלעזערנע ווענט
די יידעלעך שפאצירן זיך פאר ארעם מיט די הענד
ווילאנג דער לעצטער ייד, - האט געברויכט דורך צו גיין
זענען די מצריים, - אלע ארופ ווי א שטיין
די יידעלעך אלע זינגען זיך אצינד
גאט דיינע וואונדער האבן גאר קיין גרינד
פזמון
אויך די שטארקע פעלקער, - האט אנגעכאפט א שרעק
אט האבן זיי געמיינט, - אז מ'מאכט אויף זיי איין עק
ווי זיי האבן געזעהן די יידישע הצלחות
האט זיי אנגעכאפט דאס ניי יעהריגע קדחת
ווי לאנג דער לעצטער ייד, - האט געדארפט אדערעך גיין
זענען די מצריים, - אלע ארופ ווי א שטיין
און די יידעלעך זינגען זיך אלע בייאנאנד
גאט ווי שטארק איז דיין רעכטע האנד
פזמון
גאט קערט שוין, - פון דעם קריג צוריק
מיט איהרע גרעסטע, - הימלישע מוזיק
פאראויס גייט גאט אליין, מיט זיין וואלקען זאל
דאן משה רבינו, דער קארפוס-גענעראל
דאן אהרן יהושע, - די צווי אדיוטענט
דאן די צוועלף שבטים, - פעהנער אין די הענד
מ'טאנצט אונד מ'שפרינגט, מ'זינגט אונד מ'קוועלט
ווי איז נאך דא אזא גאט אויף דער גאנצער וועלט
פזמון
מרים מיט'ן דראמבל, - האט אויך געטין אויף טרעטן
מיט איהר דאמען קאהר, - אונד מיט איהרע טרומפעטן
דענסמאל האט זי געשטעלט גאר א שיינעם טאנץ
יעדע פרוי טראגט אין האנד א שיינעם רויזן קראנץ
ווי די יידעלעך האבן געהערט, - א קול פון טרומפייט
האט זיך די גאנצע טרופפע, - אויסגעדרייט
די יידעלעך האבן פון פלאץ גערירט
אונד די גאנצע ארמעע, האט אבמארשירט
פזמון
צוגעלייגטע
A Geroish.pdf
(30.08 KiB) דאונלאודעד 143 מאל

ג. וואשינגטאן
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 7:16 pm

געוואלדיג!!!

תגובהדורך ג. וואשינגטאן » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 7:55 pm

פיניע חזן האט געשריבן:א גערויש ביים מעער, - די יידען טוען יאגען

ערעב פיניע, זאלט איר דערלעבן משיח'ן! איר האט מיר פארשאפט א גרויס פארגעניגען.

ג. וואשינגטאן
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 7:16 pm

באמערקונג...

תגובהדורך ג. וואשינגטאן » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 8:26 pm

נאר איין באמערקונג, די אידיש קוקט מיר אויס צו זיין א דייטשען אידיש.

ערגעץ ווי אין אן אנדערען אשכול האט מען גערעדט וועגן די ווארט "שטירץ" , אז דאס מיינט מאכן איבערפאלן. און איינער דארט האט געברענגט א ראיה פון דעם ניגון אז דאס ווארט שטירצען מיינט טאקע דאס. צו מסביר זיין, "רייטער און פערד שטירצט ער אין דאס מעער" , מיינענדיג אז דער אויבערשטער ווארפט זיי אום, מאכט זיי פאלן. אבער דיין ווערסיע וואס די האסט אהערגעבראכט שטייט "שטיצט" אנשטאט "שטירצט". בין איך טאקע נייגעריג וועלכע ווארט איז די ריכטיגע.

אוועטאר
טיכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

תגובהדורך טיכטיגער » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 1:09 pm

שכוח! און וויאזוי ברענגט מען אזא לינק?

ג. וואשינגטאן
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 7:16 pm

תגובהדורך ג. וואשינגטאן » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 5:20 pm

טיכטיגער האט געשריבן:שכוח! און וויאזוי ברענגט מען אזא לינק?

ס'איז דא א וועג נאר כ'ווייס נישט ווי אזוי.

ג. וואשינגטאן
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 7:16 pm

תגובהדורך ג. וואשינגטאן » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 6:08 pm

טיכטיגער האט געשריבן:שכוח! און וויאזוי ברענגט מען אזא לינק?

דא האסטו די לינק......
viewtopic.php?f=17&t=5420&start=100

ג. וואשינגטאן
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 7:16 pm

תגובהדורך ג. וואשינגטאן » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 6:20 pm

נאטרוליסט האט געשריבן:
ג. וואשינגטאן האט געשריבן:איך זע אז די אשכול איז נישא געווען אזוי אקטיוו לאחרונה, מיט דעם אלעם וואס מ'איז געווען גאר שטארק ענטוזיאסטיש אויף די רעיון פון דעם. מיט דעם אלעם וועל איך דאך פראבירן מיין מזל.

איך זיך ארום די ווערטער פון צוויי ניגונים שוין א לענגערע צייט אן קיין שום רעזולטאטן .

1) ס'דא אן אלטער ניגון וועגן א כעלעם'ר אסיפה, "איז געבליבן מען זאל מאכן אן אסיפה" . כ'מיין אז מ'פלעגט עס זינגען אין סאטמאר אויפ'ן פורים טיש. כ'האב עס אסאך יארן צוריק געהערט פון איינעם וואס זיין זיידע פלעגט עס זינגען אין סאטמאר אויפ'ן טיש, יענער האט אליינס נישט געדענקט אלע שטיקלעך. אבער יעך האב נישט געהאט די קאפ אויפ'ן פלאץ עס צו פארשרייבן. הכלל, איינער ווייסט צו וועלכען ניגון איך באציר זיך?

2) די ווערטער פון "איין גערויש ביים מער".......

Whoever wants to have my ultimate and undying gratitude, is more than welcome to help. דאנקע שעהן.

ר׳ לייבעלע בערקאוויטש זינגט עס מלא טעם. יש לי ואהעלהו אי״ה

נאטרוליסט, כ'ווארט נאך אלץ מיט געדולד אז איר זאלט ארויף שטעלן דעם ר' לייבעלע בערקאוויטש. אויב די זיכרון דינט מיר נאך גוט. איז עס טאקע געווען זיינס אן אייניקעל וואס האט עס געזינגען. כ'געדענק עס נאך ווי היינט אלע דעטאלן. ס'איז געווען א חול המועד סוכות אין קאנטרי נאך שחרית, מ'זעמיר געזעצען אין ביהמ" ד סוכה און געפרישטיגט, אפאר מיטל יעריגער אידן, און איך נאך א בחור אבער א אינגערמאנטשיקעל, און דער בערקאוויטש, (ר' לייבעלע'ס אן אייניקעל), האט עס פאר אונז געזינגען. איך זאל נאר געדענקען די ווערטער פונעם ניגון אזוי גוט ווי איך געדענק אלעס ארום און ארום וואלט גוט געווען. וואלט איך געקענט אליין אראפ שרייבן די ווערטער און אהער שטעלן. לייג נאר ביטע ארויף דעם אודיעא פייל וואס די האסט, און איך וועל עס שוין מיט געדולד אראפ שרייבן און אהער שטעלן, מיין עהרן ווארט.

אוועטאר
פיניע חזן
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

"שטירצט"

תגובהדורך פיניע חזן » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 8:19 pm

יישר כח ר' ג'ורג' פאר אייער הערה, עס קען זיין א טעות סופר ביי מיין טייפען, און עס קען זיין א טעות סופר ביי דעם מו"ל פון זמירות עם זמירות ישראל באידיש, איך וועל בל"נ פראבירן נאך די 9 טעג צו הערן וואס זינגט מען אויף דעם טעיפ

ג. וואשינגטאן
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 7:16 pm

תגובהדורך ג. וואשינגטאן » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 8:57 pm

פיניע חזן האט געשריבן:יישר כח ר' ג'ורג' פאר אייער הערה, עס קען זיין א טעות סופר ביי מיין טייפען, און עס קען זיין א טעות סופר ביי דעם מו"ל פון זמירות עם זמירות ישראל באידיש, איך וועל בל"נ פראבירן נאך די 9 טעג צו הערן וואס זינגט מען אויף דעם טעיפ

מיז נישט זיין אז די וואס זינגען אויפ'ן טעיפ באניצען זיך מיט די ריכטיגע ווארט.

אוועטאר
פיניע חזן
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

א גערויש ביים מעער - שטירצט

תגובהדורך פיניע חזן » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 7:28 pm

איך האב אויסגעהערט דעם ניגון, און טאקע זיי זאגן שטיצט, אבער אינטרעסאנט אז זיי נוצן יא אידיש-דייטש ווערטער ווי צ.ב.ש. ער איזט מיין מאכט, און לכאורה מוז מען זאגן אז די ווארט איז שטירצט און נישט שטיצט

יישר כח פאר'ן באמערקונג

ג. וואשינגטאן
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 7:16 pm

תגובהדורך ג. וואשינגטאן » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 9:24 pm

ניט קיין פראבלעם, מיין פלעזשור. אבער איך ווארט נאך אלץ מיט אנגסט אז נאטרוליסט זאל פאוסטען דעם כעלעמער ניגון, אדערווייל גיי איך אויס.....

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 11:58 pm

קאמענטאטאר האט געשריבן:עפעס גריזשעט מיר אין מח ווערטער פון א ניגון אן אלטען, די לעגענדע וואס איך דענק איז אז דאס האט איינער געזונגען מוצ"ש ביי הבדלה פון רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע, די ווערטער גייען עפעס ווי "מוצאי שבת ווער מיר שטייען ביי הבדלה צוזאמען, דערמאנען מיר זיך אין די אוישוויצער פלאמען, ..." האט מיר עמיצער אמאל דערציילט אז דער עולם האט זעהר געוויינט און רבינו זי"ע האט פארלאנגט מען זאל עס מער נישט זינגען, ביז האט מען ארומגעטוישט די ווערטער אויפן חורבן ביהמ"ק מיט ירמי' הנביא וואס די מיידלעך (פלעגן) זינגען אין שולע.

איינער האט ס'מינדעסטע השגה פון וואס איך רעד אדער איז עס דאמירן בעלמא?

באקומען אין אישי:

שתי ניגונים יש כאן, איינס איז די "אוישוויצער טרערן" וואס הייבט זיך אן מיט די ווערטער "מוצאי שבת ביי הבדלה וכו וכו" דאס האט מען קיינמאל נישט געזונגען ביי סאטמאר רבי'ן, נאר דאס איז ארויסגעקומען ריקארדירט אויף א רעקארד געזינגען דורכ'ן מחבר ר' יקותיאל הערש ע"ה באגלייט מיט מוזיק, דער ניגון רייסט ממש שטיקער אזש ר' יקותיאל הערש האט עס קוים געקענט אראפזינגען זיך שטיקענדיג פון טרערן.

די צווייטע ניגון איז אויך איבער אוישוויץ געבויעט אויף א קשיא מיט א תירוץ אויף די שואה, דאס האט ר' יקותיאל הערש ע"ה געזונגען איינמאל מוצ"ש ביי עפעס א מאורע א דינער אדער עפעס ענליך, און אויף דעם האט דער רבי געזאגט אז ער זאל עס מער נישט זינגען וויבאלד מען טאר נישט פרעגן קיין קשיות.

איך זוך וןי מיט ליכט דעם ניגון "אוישוויצער טרערן" געבענטשט זאל זיין דער וואס וועט עס ממציא זיין![/quote]

אפשר דאך, עמיצער?
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 12:00 am

קען טאקע קיינער נישט טרעפן דעם "אוישוויצער טרערן" ניגון?
קאמענטארן זענען איבריג

ריעל עסטעיט מתחיל
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 28, 2015 5:57 pm

אשת חיל

תגובהדורך ריעל עסטעיט מתחיל » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 12:07 am

איך זיך אידישע ווערטער געזונגען אדער ווידאו איבער די חשובות פון א פרוי אין בפרט איר חלק אין די תורה פון די מאן?
א דוגמה ווי די סינגאל פון דודי קאליש אשת חיל

צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט