אידישע ניגונים

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מיטוואך דעצמבער 02, 2015 4:46 pm

Wow
זייער גוט און פאסיג.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » זונטאג דעצמבער 06, 2015 1:06 pm

WOW! אויסנאם!!! גאר הערליך!!!
דאס איז א מייסטער ארבייט מיט שטארקע טאלאנט!

איז דאס דער וועבער וואס מאכט די טעיפס פאר טייכמאן?
הק' איש ימיני

ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

תגובהדורך ohrchodosh » זונטאג דעצמבער 06, 2015 5:06 pm

יא

אוועטאר
Intern Tish
שר האלף
תגובות: 1967
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 12:20 pm

תגובהדורך Intern Tish » מאנטאג דעצמבער 07, 2015 11:24 am

ריטער טויערדאנק האט געשריבן:איינער האט די ווערטער פון נאך איין שבת פון ליפא לטובה ארגינעל געזינגען ביי מבד

מבד
ליפא
מודעה!
די עולם האט זיך אנגעריפן ווארעם ב"ה,
ממילא בין איך ארויסגעקראכן פון אינטער די סוכה טיש,
אבער געדענקטס איך קען אייביג צוריק גיין אינטער די קאך טיש!

ריפטס ענק אן ווארעם
viewtopic.php?t=32156

דער שווארצער וואסקא
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2015 2:34 pm

תגובהדורך דער שווארצער וואסקא » מיטוואך יוני 08, 2016 8:56 am

אני מחפש דחוף את הניגון של תורה מר' יו"ט ערליך בכתב

יענקל פאטאש
שר חמש מאות
תגובות: 745
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » מיטוואך יוני 08, 2016 10:12 am

דער שווארצער וואסקא האט געשריבן:אני מחפש דחוף את הניגון של תורה מר' יו"ט ערליך בכתב

טעקסט (סקראלל אראפ אביסל) www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=431878#p431878
PDF www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=576157#p576157

דער שווארצער וואסקא
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2015 2:34 pm

תגובהדורך דער שווארצער וואסקא » מיטוואך יוני 08, 2016 3:32 pm

הוצאת שירי חזנים האט געשריבן:
טאבאקא האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:ווען מיר זענען געווען קליינע קינדער איז אמאל געקומען באזוכן ביינונז אין חיידער הרבני הנגיד ר' ניסן לעווי ע"ה. ר' ניסן איז יענע יאר באעהרט געווארן דורך די סאטמארע מוסדות אלץ "אורח הכבוד" ביים דינער השנתי אינעם ארמארי האט מען לכבודו געמאכט א קבלת פנים אין תלמוד תורה, אנשטאט א דרשה פאר די קינדער האט ער געזינגען א אלט לידל "ביטער ווי א זית, נאר אליין א בעל הבית, נישטרך א מתנת בשר ודם".

ס'איז געווען אזוי גוט, אז ער האט לכבוד די קינדער אריינגעזינגען אין א טעיפ אפאר אלטע ניגונים און מ'האט עס פארטיילט פאר אלע קינדער. דעם טיעפ האבעך נישט, אבער כ'וואלט זייער געוואלט קענען די ווערטער פון די ניגונים.

דער ניגון ביטער ווי א זית דענק איך אביסל בערך.

א תלמוד פרעגט זיין רבי'ן פארוואס די יונה האט זיך אזוי געפריידט מיטן עלי זית בפיה ווען נח האט איר ארויסגעשיקט פון תיבה. און דער רבי ענטפערט אז ס'זאל זיין ביטער ווי א זית אבער אליין א בעל הבית, און דאס האט איר געמאכט בשמחה.
ווען איך בין אין חדר געגאנען,
האב איך דעם רבי'ן שווער פארשטאנען,
דער רבי האט מיר געזאגט נאכאמאל,
?????? אויסגעשטעלט.

ביטער ווי א זית,
נאר אליין א בעל הבית,
נישט דורך א מתנת בשר ודם.

מיר האבן פארמאגט ניסן לעווי'ס טעיפ, און עס דאכט זיך מיר אז ער האט אויך געזינגען דארט "תנחום" וואס יאסעלע און מרדכי הערשמאן.
אבער אצינד קען איך נישט טרעפן.
ווער עס ווייסט וואו מ'קען עס באקומען זאל זיך ביטע אנרופן.

עס איז איצט דא צו באקומען ביי די שאנק פון קרן שמואל ישעי'.
די תנחום וואס ער זינגט דארט איז נישט די זעלבע וואס מיר האבן ארויפגעלייגט אויפן אלבאם.


אולי יש לאיזה מישהו את הטעיפ על mp3 ויכול להציג אותו פה

אוועטאר
אברהם שמואל לעמברגער
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:04 pm
לאקאציע: מונקאטש, אונגארין

תגובהדורך אברהם שמואל לעמברגער » דאנארשטאג יוני 30, 2016 12:39 pm

אויב איינער קען א טובה טוהן און ארופברענגען די ווערטער פון די גאנצע סקולענע "דער שבת ליד".
א דאנק פון פאראויס !

אוועטאר
אברהם שמואל לעמברגער
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:04 pm
לאקאציע: מונקאטש, אונגארין

תגובהדורך אברהם שמואל לעמברגער » זונטאג יולי 03, 2016 8:17 am

אברהם שמואל לעמברגער האט געשריבן:אויב איינער קען א טובה טוהן און ארופברענגען די ווערטער פון די גאנצע סקולענע "דער שבת ליד".
א דאנק פון פאראויס !

קיינער האט'ס נישט ?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17983
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יולי 03, 2016 9:15 am

געוועזן אויף די סקוליענער קאסעטע "השיבה לי", די ווערטער זענען געדרוקט אינעם קאווער, קאן זיין אז עקזיסטירט נאך ערגעץ צווישן די פארשטויבטע קאסעטעס פון משפחת פארשלאפן, אולי ווען דאס געזונדל וועט זיין אין קעמפ וועל מיר האבן א ברעקל צייט עס צו אפירזוכן.

לאמיר פרובירן פון זכרון:

דער שבת קודש קומט
דער שבת קודש קומט
ער איז דאך פון גאט באשטימט
ער איז דאך פון גאט באשטימט
צו קומען אין דער הארץ אין דיין נשמה
דיר צו געבן א גאנצע נחמה
צו קומען אין דיין הארץ אין דיין נשמה
דיר צו ברענגען א גאנצע נחמה
געדענק דעם שבת צו הייליגן
געדענק דעם שבת צו הייליגן


אנטשולדיגט, שוין פארגעסן דעם המשך.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17983
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יולי 03, 2016 9:15 am

בד"וו, אן ענליכע שנירל:

ווערטער פון נגונים
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

להודיע
שר האלף
תגובות: 1887
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » זונטאג יולי 03, 2016 9:19 am

סאיז אויפ'ן טעיפ השיבה לי ניגוני סקולען מיט ר' אביש בראד.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17983
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יולי 03, 2016 9:54 am

נאך דא ערגעץ צו באקומען?

http://www.jewishusedbooks.com/prodview ... duct=10788
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
אברהם שמואל לעמברגער
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:04 pm
לאקאציע: מונקאטש, אונגארין

תגובהדורך אברהם שמואל לעמברגער » זונטאג יולי 03, 2016 3:09 pm

farshlufen האט געשריבן:נאך דא ערגעץ צו באקומען?

http://www.jewishusedbooks.com/prodview ... duct=10788

ביי אונז איז שוין נישטא.
און איך טרעפ נישט קיין איינער וועס האט עס שוין. איך דארף זוכען מער עפעקטיווענעס...

אוועטאר
אברהם שמואל לעמברגער
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:04 pm
לאקאציע: מונקאטש, אונגארין

תגובהדורך אברהם שמואל לעמברגער » מאנטאג יולי 04, 2016 9:24 am

farshlufen האט געשריבן:געוועזן אויף די סקוליענער קאסעטע "השיבה לי", די ווערטער זענען געדרוקט אינעם קאווער, קאן זיין אז עקזיסטירט נאך ערגעץ צווישן די פארשטויבטע קאסעטעס פון משפחת פארשלאפן, אולי ווען דאס געזונדל וועט זיין אין קעמפ וועל מיר האבן א ברעקל צייט עס צו אפירזוכן.

לאמיר פרובירן פון זכרון:

דער שבת קודש קומט
דער שבת קודש קומט
ער איז דאך פון גאט באשטימט
ער איז דאך פון גאט באשטימט
צו קומען אין דער הארץ אין דיין נשמה
דיר צו געבן א גאנצע נחמה
צו קומען אין דיין הארץ אין דיין נשמה
דיר צו ברענגען א גאנצע נחמה
געדענק דעם שבת צו הייליגן
געדענק דעם שבת צו הייליגן


אנטשולדיגט, שוין פארגעסן דעם המשך.

קיינער האט נישט די גאנצע?

שמע מינה
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 1:59 pm

תגובהדורך שמע מינה » מיטוואך יולי 06, 2016 2:32 pm

אנטשולדיגט נאר ר' אברהם שמואל פאר די קליינע הערה!
איך מוטשע זיך נאר אביסל אויף די צאמשטעל פון משפחת לעמבערגער פון מונקאטש - אונגארן מיטן בילד פון די רבי זי"ע מיטן בעלזער רב זי"ע. מונקאטש איז אין אוקריינא, סאטמאר אין ראמעניא, לעמבערג איז ווייטער אין אוקריינא, און ווידער בעלז איז אין פולין. טא ווי קומט בכלל אונגארן אריין אויפן האריזאנט?

יענקל פאטאש
שר חמש מאות
תגובות: 745
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » מיטוואך יולי 06, 2016 3:42 pm

אברהם שמואל לעמברגער האט געשריבן:אויב איינער קען א טובה טוהן און ארופברענגען די ווערטער פון די גאנצע סקולענע "דער שבת ליד".
א דאנק פון פאראויס !
דער שבת קודש קומט
ער איז דאך פון ג-ט באשטימט
צו קומען אין דיין הארץ און דיין נשמה
דיר צו ברענגן א גאנצן נחמה

נעם אים אויף פאר דעם חשובסט'ן גאסט
מיט אלעם'ן וואס דו האסט
רוה אין אים און פארשוועך אים נישט מיט געשעפט און מלאכה
וועט דיר דערפאר ג-ט בענשטען מיט פיל ברכה

געדענק דעם שבת צו הייליגען
מיט אים דיין נשמה צו פאראייביגן
שטיי אויס דעם נסיון דעם שבת צו היטען
וועט דיר דערפאר ג-ט בענשטען מיט אלעם גוטען

די זכות פון שבת קודש איז זייער גרויס
ער לאזט זיך דאך אייביג נישט אויס
און אז די וועסט דעם שבת רוען
וועסטו דאך א גאנצן וואך אויפבליען

געבענטשט וועסטו ווערן פון מקור הברכה
מיט שפע ברכה והצלחה
עס וועט דיר תמיד זיין גוט און וואויל
אז די וועסט נישט מאכן פון דעם שבת חול

צו אלע וואונדען איז דער שבת א רפואה
צו אלע צרות א ישועה
אוועק אלע פינסטערנישען פאר דעם שבת ליכט
פאר זיין הייליגן געזיכט

נעם דעם שבת און הארץ אריין
וועט דיר ליכטיג און פרייליך זיין
וועסט דערלעבן די ישועה פון כלל ישראל
ובא לציון גואל

https://www.dropbox.com/s/72t8kgfqdxs9c3e/%D7%A9%D7%91%D7%AA%20%D7%9C%D7%99%D7%93.mp3?dl=0
לעצט פאראכטן דורך יענקל פאטאש אום דאנארשטאג יולי 07, 2016 9:57 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17983
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יולי 06, 2016 4:12 pm

וואא, זאל אייך ליכטיג און פריילעך זיין.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
אברהם שמואל לעמברגער
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:04 pm
לאקאציע: מונקאטש, אונגארין

תגובהדורך אברהם שמואל לעמברגער » מיטוואך יולי 06, 2016 5:01 pm

א גרוסען יישר כח פאר הרה"צ ר' יענקל פאטאש !
א גרויסען שיינעם דאק !
איר האט געמאכט א גרויסע מצווה !

מושך חסד
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

תגובהדורך מושך חסד » מיטוואך יולי 06, 2016 5:11 pm

wow שכוח
יענקל פאטאש האט געשריבן:וועסטו דאך א גאנצן וואך ???

אויפבליען

אוועטאר
אברהם שמואל לעמברגער
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:04 pm
לאקאציע: מונקאטש, אונגארין

תגובהדורך אברהם שמואל לעמברגער » מיטוואך יולי 06, 2016 5:32 pm

מושך חסד האט געשריבן:wow שכוח
יענקל פאטאש האט געשריבן:וועסטו דאך א גאנצן וואך ???

אויפבליען

מלשון "בלום" א יא ?

ריטער טויערדאנק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 07, 2015 1:46 am

תגובהדורך ריטער טויערדאנק » דאנארשטאג יולי 07, 2016 5:08 pm

אברהם שמואל לעמברגער האט געשריבן:
אברהם שמואל לעמברגער האט געשריבן:אויב איינער קען א טובה טוהן און ארופברענגען די ווערטער פון די גאנצע סקולענע "דער שבת ליד".
א דאנק פון פאראויס !

קיינער האט'ס נישט ?

האנדל דיר איין א סקולענע זמירות ס'איז געדרוקט דערין מיט נקודות הערליך שיין

אוועטאר
אברהם שמואל לעמברגער
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:04 pm
לאקאציע: מונקאטש, אונגארין

תגובהדורך אברהם שמואל לעמברגער » דאנארשטאג יולי 07, 2016 5:47 pm

האנדל דיר איין א סקולענע זמירות ס'איז געדרוקט דערין מיט נקודות הערליך שיין

ס'איז גענוג פאר מיר וואס הרב המכונה יענקל פאטאש האט מיר געגעבן.
אבער, א סקולענע זמירות? וואס ס'איז דא דארט עפעס נייעס אדער אן אינטערעסאנטע זאכן?

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » דאנארשטאג יולי 07, 2016 8:29 pm

דער דאזיגער מוסר ניגון, אדם יסודו מעפר, איז ארגינעל געמאכט געווארן אין אידיש און מען האט עס שפעטער איבערגעזעצט אין העברעאיש. איך זוך די ארגינעלע אידישע ווערסיע מיט די ווערטער. קען דאס איינער דערשפרירן?

(נו שוין, איז די פייל צו גרויס - ווייסן מיר נישט ווי אזוי צו דראפבאקסן - אויב איינער וויל נעמען די מצוה, זאל זיך ווענדן, וועל איך עס צו אים שיקן אז ער זאל עס דראפבאקסן.)

ג. וואשינגטאן
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 7:16 pm

הילף ביטע.....

תגובהדורך ג. וואשינגטאן » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 12:32 am

איך זע אז די אשכול איז נישא געווען אזוי אקטיוו לאחרונה, מיט דעם אלעם וואס מ'איז געווען גאר שטארק ענטוזיאסטיש אויף די רעיון פון דעם. מיט דעם אלעם וועל איך דאך פראבירן מיין מזל.

איך זיך ארום די ווערטער פון צוויי ניגונים שוין א לענגערע צייט אן קיין שום רעזולטאטן .

1) ס'דא אן אלטער ניגון וועגן א כעלעם'ר אסיפה, "איז געבליבן מען זאל מאכן אן אסיפה" . כ'מיין אז מ'פלעגט עס זינגען אין סאטמאר אויפ'ן פורים טיש. כ'האב עס אסאך יארן צוריק געהערט פון איינעם וואס זיין זיידע פלעגט עס זינגען אין סאטמאר אויפ'ן טיש, יענער האט אליינס נישט געדענקט אלע שטיקלעך. אבער יעך האב נישט געהאט די קאפ אויפ'ן פלאץ עס צו פארשרייבן. הכלל, איינער ווייסט צו וועלכען ניגון איך באציר זיך?

2) די ווערטער פון "איין גערויש ביים מער".......


Whoever wants to have my ultimate and undying gratitude, is more than welcome to help. דאנקע שעהן.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט