אידישע ניגונים

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

אידישע ניגונים

תגובהדורך ohrchodosh » מאנטאג מאי 12, 2008 3:26 pm

I am looking for a web site that has the text of yidishe niginum not the
niginum only the text can anyone help me?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מאי 12, 2008 7:16 pm

ס'הייסט lyrics און דאכט זיך אז ס'איז נישטא קיין דאטאבעיס פון אידישע ליריקס.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מאי 12, 2008 7:19 pm

אפשר רעדט ער פון יו"ט ערליך ניגונים, וואס מען קען געפונען דא אינעם היכל נגינה.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מאי 12, 2008 8:15 pm

לאו דוקא יו"ט עהרליך'ס סחורה נאר גאר אסאך אנדערע אויכעט אלעס תחת קורת קרעטשמע אחד

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 12:30 am

איך מיין אז מ'דארף האבן א אזא אשכול (אפשר טאקע דא) ווי מ'וועט ארויף לייגן דעם טעקסט פון אידישע ניגונים, מכל המינים, ווייל פאקטיש זוכן אסאך מענטשן צומאל א אידישע ניגון, למשל אז א טאטע וויל אויס לערנען זיינע קינדער דעם אידישן "אודה לק'ל - געלויבט ביסטו" זאל ער אים דא טרעפן,

איך זוך למשל דעם ניגון פון רבונו של עולם א ניגון של א אהבה שע"י בעל עבודת פנים, מיר האבן נישט קיינעם נאר דיר וכו' וכו', אויך געזינגען דורך ר' משה גאלדמאן, ועוד ועוד,
אדרבה זאל דא ווערן דעם פלאץ ווי מ'לייגט ארויף נאר אידישע ניגונים,

מ'קען אפי' מלקט זיין פון אנדערע אשכולת, ווי צב"ש דער סוכה'לע ניגון, וואס האט געהאט א באזונדערע אשכול, זאל מען אהער ליפערן דעם ניגון, מיט נאך אנדערע אלעס לפונדק אחד,
ס'וועט זיין א גרויסע תועלת,

והמביא תבוא עליו ברכה
לעצט פאראכטן דורך שאץ מאץ אום דינסטאג אוגוסט 18, 2009 11:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 10:26 pm

אט פאנג מיר אן מיט ניגון 1 (שוין געוועהן באהאנדלט אין א אשכול דא

אַ סוכּהלע אַ קלײנע
מיט ברעטעלעך געמײַנע
האָב איך מיר אַ סוכּהלע געמאַכט


באַדעקט דעם דאַך
מיט אַ ביסעלע סכך
זיץ איך מיר אין סוכּהלע בײַ נאַכט


אַ ווינט אַ קאַלטן
בלאָזט דורך די שפּאַלטן
אין די לעכטעלעך זײ לעשן זיך נישט


סע איז מיר אַ חידוש
ווי איך מאַך מיר קידוש
און די לעכטעלעך זײ ברענען גאַנץ שטיל


זײַ נישט קײן נאַר
האָב נישט קײן צער
זאָל דיר די סוכּה נישט זײַן באַנג


עס איז שוין גאָר
באַלד צווײ טויזנט יאָר
אין די סוכּהלע זי שטײט נאָך גאַנץ לאַנג.

הרחמן הוא יקים לנו את סוכת דוד הנופלת


נוסח ב'

אַ סוכּה אַ קלײנע,
פֿון ברעטלעך געמײנע,
האָב איך קױם מיט צרות געמאַכט;
געדעקט דעם דאַך
מיט אַ ביסעלע סכך,
און כ'זיץ אין איר סוכּות בײַ נאַכט.

מיט פֿאַרזאָרגטן געזיכט
דאָס ערשטע געריכט
עס טראָגט מיר מײַן װײַב באַלד אַרײַן;
זי שטעלט זיך אַװעק
און זאָגט מיט שרעק:
דער װינט װאַרפֿט די סוכּה באַלד אײַן!

פֿון די װינט דעם קאַלטן,
װאָס בלאָזט אריין דורך די שפּאַלטן,
מײַן ליכטעלע לעשן זיך װיל;
דאָך מאַך איך מיר קידוש,
און - זעט נאָר דעם חידוש! -
מײַן ליכטל ברענט זיך רואיִג און שטיל!...

עט, זײַ נישט קײן נאַר
און האָב נישט קײן צער,
עס זאָל דיר דער װינט נישט טאָן באַנג:
נישט זעלטן זײ קומען,
די װינטן, און ברומען -
דאָך שטײט אונדזער סוכּה שױן לאַנג!

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 10:37 pm

ניגון 2

כל זמן

פזמון
כל זמן שהנשמה ווי לאנג די נשמה איז ביי מיר, מודה אני לפניך באשעפער טייערער! דאנק איך דיר

-הערט א מעשה א אינטערסאנטער, וואס מיט יארן צוריק האט פאסירט,
דער גרויסער מגיד ר' ישראל סלנטר, האט אמאל שפעט ביינאכט שפאצירט,

-פון דערווייטן זעט ער א לעכעטעלע ברענט, געטראכט מסתמה דארט א צדיק נסתר,
ווי ער גייט צו האט ער דערקענט, אז דאס איז יענקיל דער פשוט'ער שוסטער,

"יענקל! יענקל! ס'איז שפעט אין די נאכט, דער לעכטעל גייט שוין זיך שוין באלד אויסברענען,
מארגן א זין שיינט און לייכט, פארעכטן די שיך וועסטו קענען,

זאגט ער:
כל זמן ס'ברענט די לעכט, פארעכטן די שיך איז דא דער זמן,
די טענה פון די רבי'ן איז נישט גערעכט ווער ווייסט וואס וועט מארגן זיין

-ר' ישראל סלנטר היייבט אויף די הענט, אוי! "נר נשמת אדם",
כל זמן דאס לעכטעלע ברענט, די ווערטער זענען ממש פחדים,

-מענטש! מענטש! געט ער צו פארשטיין, דער טאג וועט אמאל קומען צו גיין,
אויף וואס ווארטסטו, וועמן נערסטו, נאר זיך זיך אליין,

"דער יצר הרע זאגט פארן מענטש תשובה טוהן איך לאז דיר, אויף מארגן א צייט טוה באשטעטיגן,
דער מענטש פארגעסט אז די וועלט איז נאר א פרוזדור, מארגן קען ער אלעס פארשפעטיגען,

"ווי לאנג א מענטש לעבט אויף די וועלט, פארעכטן קען ער ביז די לעצטע מינוט,
אבער ווען ער ווערט פארן בית-דין געשטעלט, וואס ער האט זיך צוגעגרייט דאס נעמט ער מיט,

זאגט ער:
כל זמן ס'ברענט די לעכט, פארעכטן אלעס איז נאך דא זמן,
יענקל שוסטער איז גערעכט, ווער ווייסט וואס וועט מארגן זיין

פזמון:
כל זמן שהנשמה, ווי לאנג די נשמה איז ביי מיר,
מודה אני לפניך, באשעפער טייערער! דאנק איך דיר,
.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 11:04 pm

ניגון 3

רבונו של עולם לאמיר מאכן א בייט
(מחברו הרה"ק מבארדיטשוב זי"ע)

רבונו של עולם איך וועל מיט דיר מאכען א בייט,
א בייט וויל איך מיט דיר מאכען,
איך וועל דיר געבן חטאים עוונות ופשעים, אוי וויי טאטע,

טאמער וועסטו פרעגן וואס די וועסט מיר געבן דערפאר, זאג איך דיר,
די וועסט מיר געבן, מחילה וסליחה וכפרה, אוי וויי טאטע,

טאמער וועסטו מיינען גלייך אויף גלייך, ניין, זאג איך דיר,
די וועסט מיר נאך צוגעבן, בני חיי ומזוני, אוי וויי טאטע,

טאמער וועסטו פרעגן וואס בני הייסט, זאג איך דיר,
בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות, אוי וויי טאטע,

טאמער וועסטו פרעגן וואס חיי הייסט, זאג איך דיר,
חי חי יודוך וישבחוך, אוי וויי טאטע,

טאמער וועסטו פרעגן וואס מזוני הייסט, זאג איך דיר,
ואכלת ושבעת וברכת את ד' אלוקיך, אוי וויי טאטע,

די מצריים שרייען, אז זייער גאט איז א גאט, ניין, זאג איך דיר,

די פרסיים שרייען, אז זייער גאט איז א גאט, ניין, זאג איך דיר,

די מינים ואפיקורסים שרייען, ס'איז חלילה נישט דא קיין גאט, יא, זאג איך דיר,

אבער איך לוי יצחק בן שרה סאשע זאג,

יתגדל ויתקדש שמי-ה רבא.

(קרעדיט זיידניו - אשכול ר' לוי יצחק מבארדיטשוב)
.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 11:16 pm

ניגון 4

משה'לע

(די ווערטער דורך פינקי וועבער געזינגען דורך אייזיק האניג)

אינדרויסן קאלט ס'בלאזט א ווינט,
שטייט משה'לע א קינד,
אין געטא ביינאכט,
שטייט ער און טראכט,

--ער קוקט מיט גרויס שרעק,
זיינע עלטערן מען פירט אוועק,
ער געט אויף זיי א לעצטען בליק,
זיי קוקן מיט ליבשאפט צוריק,

"מיין קינד די תורה היט,
פארגעס נישט אז דו ביסט א איד,
מיר קומען צוריק נאך דיר גלייך,
צוזאמען מיט משיח

פזמון:
ניין מאמע ניין, לאז מיר נישט אליין,
איך בין דאך אזוי קליין,
ווי וועל איך גייין


*ער קוקט און זעהט נישט מער,
עס פאלט א טרער נאך א טרער,
אוי וויי טאטע אוי וויי מאמע קומט צוריק צו מיר,
גייט א אידעלע אין וועג,
משה'לע געט ער א פרעג,
טייער קינד זאגז'שע מיר וואס איז מיט דיר,
=עס זענען געקומען סאלדאטן,
גענומען מיין מאמע'ן מיין טאטע'ן,
וואס זענען צו מיר אזוי געטריי,
זיי האבן געזאגט אז זיי קומען גלייך,
מיט איינעם וואס הייסט משיח,
איך ווארט און ווארט אזוי לאנג אויף זיי

פזמון:
ניין מאמע ניין, לאז מיר נישט אליין,
איך בין דאך אזוי קליין, ווי וועל איך גיין,


ער קומט מיט דיין טאטע און מאמען,
מיט אלע קדושים צוזאמען,
טייער נשמה'לע,
אט קומט שוין די נחמה'לע

באשעפער הער די תפילה,
פון דיין עם סגולה
מיר ווארטן דאך אזוי דערפאר
אמתי קאתי מר

פזמון:
טאטע אין הימל ניין, לאז אונז נישט אליין,
ווען קומט ער צו גיין, ולירושלים מבשר אתן


*דערמאן דיין צוזאג,
מיר ווארטן דערויף יעדן טאג,
דעם שופר של משיח שוין צו הערן
שומר ישראל
קוק אויף יעדע בארג און טאל
יעדעס שטיינדעלע אנגעזאפט מיט אידישע טרערן,
אבער די אמונה
אין די הייליגע שכינה
אפצורייסן האט קיינער נישט געקענט
אין וואסער און ים'ען
און פייער און פלאמען
דאס אידיש ליכטעלע ווערט קיינמאל אויסגעברענט

"אידן מאכט ענק גרייט
ס'קומט א נייע ליכטיגקייט
די זון שיינט שוין אויף קיין ארץ ישראל ארויף טייערע ברודערלעך גיין
מיר וועלן מער נישט זיין אליין
אט קומט ער צו גיין
במהרה בימינו אמן
.

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 1:18 pm

שאץ מאץ האט געשריבן: איך זוך למשל דעם ניגון פון רבונו של עולם א ניגון של א אהבה שע"י בעל עבודת פנים, מיר האבן נישט קיינעם נאר דיר וכו' וכו', אויך געזינגען דורך ר' משה גאלדמאן, ועוד ועוד,

והמביא תבוא עליו ברכה


רבונו של עולם, איך בעט דיר זייער, העלף אלע אידן און אויך מיר,
איך פארזיכער זיך נישט אין קיינעם, נאר אין דיר, איך האף נישט צו קיינעם נאר צו דיר.

מיין הילף איז נישט פון קיינעם נאר פון דיר,
אהן דיין הילף קען מען נישט אריבערגיין דעם שוועל פון טיר,
אהן דיין כח (קען מען זיך נישט געבן,) קען מען זיך נישט געבן קיין ריר,
איך פארלאז מיר נישט אויף קיינעם נאר אויף דיר,
דיין רחמנות און דיינע חסדים, זענען אהן א שיעור.

(אוי אוי) רבונו של עולם, מ'דארף אנקומען צו דיר, יעדע רגע און יעדע מינוט,
אויף יעדען טריט און יעדער שריט,
סיי ווען ס'איז ח"ו שלעכט, און סיי ווען ס'איז גוט.

(רבונו של עולם, איך בעט דיר זייער,)
רבונו של עולם, איך בעט דיר זייער.

(אוי העלף מיר) העלף מיר, איך זאל קענען היטן מיינע אויגן,
און מיינע רייד פון מויל, זאלן זיין געוואויגען,
און מיין הארץ (מיין הארץ,) זאל זיין פאר דיר געבויגן,
און אלע מיינע מעשים זאלן זיין, כראוי וכהוגן.

נ.ב. די ארומגערינגעלטע איז וויזוי ס'ווערט געזינגען אויף ר' משה גאלדמאן'ס טעיפ (כ'מיין אויף 'זכור', מ"ש 14).

חיבר את השיר בעל העבודת פנים, שאמר שמי שיש לו בקשה, יאמרו ג' פעמים ויואיל לו.
ומסופר שכשראה הגה"צ רבי יעקב מפשעווארסק זי"ע את השיר, אמר שזה השיר 'עולה למעלה בלי שום עיכובים' ויאה לפרסמו.
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 1:33 pm

עֲנֵנוּ אֱלֹקֵי אַבְרָהָם עֲנֵנוּ:
עֲנֵנוּ פַּחַד יִצְחָק עֲנֵנוּ:
עֲנֵנוּ אֲבִיר יַעֲקֹב עֲנֵנוּ:
עֲנֵנוּ הָעוֹנֶה בְּעֵת רָצוֹן עֲנֵנוּ:
עֲנֵנוּ הָעוֹנֶה בְּעֵת צָרָה עֲנֵנוּ:
עֲנֵנוּ הָעוֹנֶה בְּעֵת רַחֲמִים עֲנֵנוּ:

אָבער בעטס, ענני, ענני, אוי אלקי אברהם ענני
ענני, ענני, בעטס, פחד יצחק ענני,
ענני ענני, קומה והושיענו, ענני, ענני, ענני.

אוי ענני, ענני, ענני, אוי אלקי אברהם ענני,
ענני ענני , אידן גייען דורך שווערע גייען דורך שווערע רגעים, ענני
אוי ענני, ענני, וויפיל צרות נעבעך לא עלינו,
ענני, ענני, ענני,

ענני, העונה בעת צרה ענני,
אַ טאַטע גייט אַרויף אויף אַ באָס, שוין מער נישטאָ, ענני,
וויפיל קליינע יתגדל ויתקדש שמיה רבה?
אוי ענני! אוי ענני! אוי ענני!

ענני העונה בעת רצון ענני
אוי, אומשולדיגע שעפעלעך שלום הצאן, הצאן, ענני
ווען וועסטו שוין טאַטע זאָגן: גענוג שוין!, ענני
ענני! ענני! ענני!

אוי ענני, ענני, ענטפער דו ענני,
וויפיל טאטעס, מאַמעס דערצו, בעטן אוי ענני
אוי ענני ענני, וויפיל בעטן זיך רפאינו
אוי ענני! אוי ענני! ענני!

ענני העונה בעת צרה, ענני
ס'איז דאָ אין יעדע שטוב אַ זעקה מרה, ענני
ענני, ס'איז אין בית אשר אין שם צרה, ענני
אוי ענני! אוי ענני! אוי ענני!

ענני העונה בעת רצון ענני
וויפיל בעטן, איך וויל שוין מאַכן אַ קידוש, איך וויל שוין אַ שמחה שוין, ענני
טאַטע ווען וועסטו מיר צוריק אָנטאָן אויפ'ן קאָפּ דיין קרוין ענני
ענני! ענני! ענני!

הייליגער טאַטע חתן כלה בעטן זיך ביי דיר,
די שכינה זאָל אַריין קומען מיט וואוינען אין זייער קוואַטיר,
איש ואשה שזכו שכינה שרוי',
אוי געב זיי די זכי',

ענני, טייערער חתן אין אַזעלכע צייטן
בעט געזונט פאַר דיין מאַמע און דיין טאַטן,
ענני העונה בעת רחמים, אוי ענני,
ענני! ענני! ענני!

און מיינע ווערטער וויל געבן אַן ענדיג,
עטס זאָלטס האָבן שמחות שטענדיג,
און אַלע ענקערע בקשות זאָלן ווערן נתמלא,
ויהא רעוא מן קדמא,
ס'זאָל זיין אַ קשר של קיימא,
לכה חתן לקראת כלה...

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 1:37 pm

זייער שיין, ווער איז די גראמער?
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 2:22 pm

נו ווער????
דער מחבר פונעם ניגון אליין,
ר' פנחס מרדכי וועבער!!!!

שכוח צוגעפאסט צו די ימי הסליחות

אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

תגובהדורך פארצייטישע » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 2:43 pm

איך זיך שוין א לאנגע צייט די ווערטער פון דעם אידישן ניגון צמאה לך נפשי וואס דער זידוטשובער רבי ז"ל ר' בעריש פלעגט זינגען אין באבוב ביים טיש פורים.

אפשר האט עס איינער, אויב מ'וויל קען איך ארלעדיגן א אודיאו פייל ווי מ'וועט אים הערן

אה, אומפארגעסליכע זכרונות
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 3:16 pm

יעך ווייס באמת נישט וועם צו געבן קרעדיט. כאב עס אמאל באקומען פון א בן בלי שם

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 5:10 pm

זייער הארציג, יישר כח.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 8:59 pm

א ניגון פארפאסט דורך ר' מרדכי דוד עסטרייכער
מיט רשות

(בניגון שמזמרים בחצר סאטמאר ממקומך)

ממקומך מלכינו תופיע
רבש"ע שיק שוין די ריכטיגע ישועה
ותמלוך עלינו מהרה
זיי שוין מבטל די שווערע גזירה

--שוין אזויפיל יארן געווארן פארטריבן,
און אונז זעמיר נאך אלץ אין גלות פארבליבן
דאס בעטן מיר יעדן טאג אין יעדע וואך
כי מחכים אנחנו לך

"מתי מתי ווילאנג נאך
וועלן מיר זיין אונטער דעם גלות יאך
מתי, תמלוך, בציון
בקרוב בימינו אין די נאנטע טעג
וועלן מיר זיין אויפן וועג
קיין ירושלים וועלן מיר פליען

*אהוי תתגדל ותתקדש,
דעם בית המקדש של אש,
בתוך ירושלים עירך דארטן ווי אונז זעמיר געוועהן
העלף אונז מלכי המלכים
לנצח נצחים
מיט אונזערע אייגענע אויגן זאלן מיר דאס זעהן

"אלי' הנביא וועט קומען זאגן
מיר דארפן נישט וויינען און קלאגן
מיט משיח'ן וועלן מיר צוזאמען גיין
אט אט בקרוב
דער בית המקדש וועט שוין נישט זיין חרוב
במהרה בימינו אמן

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2009 1:35 am

שאץ מאץ, הערליך דיינע שטיקלעך די מערסטע האביך הנאה געהאט פון די סוכה'לע ניגן ווייל יארן קען איך נאר שטיקלעך דערפון, אויך איז דאס אלט פארצייטיש סברעגנט מיט זיך מיט אסאך, ווי וואנט מאר...

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » פרייטאג סעפטעמבער 11, 2009 7:42 am

יישר כח ר' שאצל

מען קען דא לייגן אויך דעם ניגון פון וידע כל פעול, און צמאה לך נפשי די מעשה מיט רשב"י ועוד ועוד

מאכאמאל

א יישר כח ;l;p-
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 4:16 pm

הערליך הערליך. יישר כח.

אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

תגובהדורך שלמי » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2009 2:55 pm

און מענינא דיומא:

מען טונקט די עפל אין די האניג,
מען מאכט א ברכה הויעך און קלאר.
לשנה טובה ומתוקה,
האטס א גוטע און זיסע יאר.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2009 11:10 pm

אבינו מלכינו גלה כבוד

ניגון לכבוד יו"ט
חרוזים ע"י ר' מרדכי דוד עסטרייכער

ניגון של ר' יודל ווערצבערעגר ני"ו
שמזמרים יו"ט וחוה"מ בחצרות סאטמאר

--אבינו מלכינו,
בעט מיר בתפלתינו
גלה כבוד,
כי דלוני מאד,
זיי מבטל יעדע גזירה,
עלינו מהרה,

--אבינו מלכינו,
מפני חטאינו גלינו מארצינו,
גלה כבוד,
אין אונזער נויט,
אונז צו העלפן די האסט די ברירה,
עלינו מהרה,

"והופע והנשא,
פרוק ית ענך מפום אריותא,
משיח בן דוד במהרה לשָלחי,
לעיני כל חי,

"והופע והנשֵא,
טאטניו עד מתֵי,
צוריק אהיים מלך במלכו,
לעיני כל חי,

=וקרב פזורנו,
בשלש פעמי רגינו,
ונפצותינו כנס,
שוין די העכסטע זמן-איז,

=וקרב פזורינו,
צוזאמען מיט משיח צדיקנו,
ונפצותינו שוין יעצט,
מירכתי ארץ,


ניגון וקרב פזורינו

אוי וקרב פזורינו, מבין הגוים,
ברוך הוא אלקינו, שהבדלנו מן התועים,
אוי וקרב פזורינו, מבין הגיום,
מיט השפעות מלא אסמינו,
אל תמנע מים,

"אוי וקרב פזורינו, מבין הגוים,
יהי רצון שיכרתו שונאינו,
את זכר עמלק מתחת השמים,
אוי וקרב פזורינו, מבין הגוים,
שיק שוין משיח צדקינו,
דער מצב איז דאך נורא ואיום,

"אוי וקרב פזורינו, מבין הגוים,
הפורש סוכת שלום עלינו,
ועל כל עמו ישראל ועל ירושלים,
"אוי וקרב פזורינו, מבין הגוים,
זה ה' קוינו לו ויושיעינו,
מ'וועט זיך טרעפן מיט די שבעה רועים,
אוי וקרב פזורינו, מבין הגוים,
ותבנה בית מקדשינו,
בגדי כהונה מיט די אבני שוהם,

אוי וקרב פזורינו, מבין הגוים,
מיט קרבנות חובותינו,
מן הצאן ומן המָתָים,
אוי וקרב פזורינו,
קוממיות לארצינו,
קעגן משיח'ן גיין,
במהרה בימינו אמן,

.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 10:52 am

הערליך, יישר כחכם.

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2009 11:50 am

שאץ מאץ האט געשריבן:אבינו מלכינו גלה כבוד

ניגון לכבוד יו"ט
חרוזים ע"י ר' מרדכי דוד עסטרייכער

ניגון של ר' יודל ווערצבערעגר ני"ו
שמזמרים יו"ט וחוה"מ בחצרות סאטמאר

--אבינו מלכינו,
בעט מיר בתפלתינו
גלה כבוד,
כי דלוני מאד,
זיי מבטל יעדע גזירה,
עלינו מהרה,

--אבינו מלכינו,
מפני חטאינו גלינו מארצינו,
גלה כבוד,
אין אונזער נויט,
אונז צו העלפן די האסט די ברירה,
עלינו מהרה,

"והופע והנשא,
פרוק ית ענך מפום אריותא,
משיח בן דוד במהרה לשָלחי,
לעיני כל חי,

"והופע והנשֵא,
טאטניו עד מתֵי,
צוריק אהיים מלך במלכו,
לעיני כל חי,

=וקרב פזורנו,
בשלש פעמי רגינו,
ונפצותינו כנס,
שוין די העכסטע זמן-איז,

=וקרב פזורינו,
צוזאמען מיט משיח צדיקנו,
ונפצותינו שוין יעצט,
מירכתי ארץ,


ניגון וקרב פזורינו

אוי וקרב פזורינו, מבין הגוים,
ברוך הוא אלקינו, שהבדלנו מן התועים,
אוי וקרב פזורינו, מבין הגיום,
מיט השפעות מלא אסמינו,
אל תמנע מים,

"אוי וקרב פזורינו, מבין הגוים,
יהי רצון שיכרתו שונאינו,
את זכר עמלק מתחת השמים,
אוי וקרב פזורינו, מבין הגוים,
שיק שוין משיח צדקינו,
דער מצב איז דאך נורא ואיום,

"אוי וקרב פזורינו, מבין הגוים,
הפורש סוכת שלום עלינו,
ועל כל עמו ישראל ועל ירושלים,
"אוי וקרב פזורינו, מבין הגוים,
זה ה' קוינו לו ויושיעינו,
מ'וועט זיך טרעפן מיט די שבעה רועים,
אוי וקרב פזורינו, מבין הגוים,
ותבנה בית מקדשינו,
בגדי כהונה מיט די אבני שוהם,

אוי וקרב פזורינו, מבין הגוים,
מיט קרבנות חובותינו,
מן הצאן ומן המָתָים,
אוי וקרב פזורינו,
קוממיות לארצינו,
קעגן משיח'ן גיין,
במהרה בימינו אמן,

.


ווער איז דער מרדכי דוד אסטרייכער? איז דאס דער באוואוסטער בדחן? כ'האב גארנישט געוואוסט אז ער איז אזוי גוט!!!
איך זאג עשה!

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג דעצמבער 01, 2009 7:49 pm

נאך א ניגון פון ר' מרדכי דוד עסטרייכער

ניגון לכבוד חנוכה
(ניגון לעכטעלע לעכטעלע)

(ערשטע פאל)
אינמיטן די נאכט א איד שפאצירט,
די גרויסע ווינטן אין די ביינער ער שפירט,
פון די שטארקע קעלט ממש ער פרירט,
ער געט זיך אליינס א פרעג,
צו איז דען דא א סוף צו דעם וועג,
איך גיי שוין דא עטליכע וואכן און טעג,


(2'טע פאל)
די שנייען מאכן נישט גרינגער,
עס שפירט זיך א שטארקע דארשט און הונגער,
אזוי גייט ער טיף אינמיטן די טונקעלע וואלד,
ער גייט צוביסלעך שפאן נאך שפאן,
פון דערווייטן זעהט ער א קליינע שיין,
ער וועט פרייליך ס'איז אין שוין נישט קאלט,


(הויכע פאל)
ער זאגט:
"לעכטעלע לעכטעלע" דו שיינסט און ברענסט,
שיינען פאר מיר די קענסט,
אין טיפן וואלד ביסטו מיין איינציגע טרייסט,
ווי נאר איך קום צו דיר באלד,
וועט מיר שוין נישט זיין קאלט,
און דיין ווארעמע שטוב באקום איך א נייע גייסט,


(2'טע פאל)
שנעל איז ער אהין געלאפן,
א לעכטיגע שטוב דארט געטראפן,
געגעסן געטרינקען און געווארן זאט,
זיך אראפ געזעצט און אפגערוהט,
נאך אפאר שעה איז ער שוין נישט מיד,
די ליכטיגע שיין וועט ער געדענקען א לאנגע צייט,

***

(ערשטע פאל)
פון אנפאנג יאר ראש השנה,
יעדער איד בעט מיט כוונה,
צום נייען יאר אויפן וועג מ'לאזט זיך ארויס,
שמחה לארצך,
ועריכת נר לבן ישי משיחך,
באשעפער מיט דיין לעכטיגקייט לייז אונז אויס,


(2'טע פאל)
ס'קומט אבער די ווינטער נעכט,
די מצב ווערט פינסטער און שלעכט,
איבעראל א פינסטערנישט א חשכות,
וויפיל אידן ווערן נעבאך נענש,
פון טונקלקייט זיי זעהן - ניש,
אינדרויסן דרייט זיך דער מלאך המשחית,


(הויכע פאל)
ס'קומט אבער די נעכט פון חנוכה,
פירסומא ניסא אין די גאסן בשוקא,
מ'פארמערט א לעכטעלע יעדן טאג און טאג,
זאגט מען לעכטעלע לעכטעלע דו שיינסט און ברענסט,
שיינען פאר מיר דו קענסט,
ווייל דו ביסט די איינציגסט זאך וואס איך פארמאג,


(2'טע פאל)
אט די לעכט איז אונזער נחמה,
אז אפי' אין גלות אין דעם מדבר שממה,
זעהן דעם נר מצוה ואור תורה,
באשעפער באהאלטן דעם חושך, מפני אור,
שיק אונז דעם עני רוכב על החמור,
ויוצאינו מאפילה לאורה,


(ניגון אור חדש סקולעני)
אור חדש, יבנה המקדש,
על ציון תאיר,
ונזכה, ונחי',
נאך זוכה זיין זיין היי יאר,

אוי, אור חדש, מיט משיח'ן בראש,
ס'זאל לייכטן דיין מנורה,
ויאר לנו, כלנו,
במהרה במהרה לאורו,

אור חדש, ס'וועט זיין מתוק מדבש,
על ציון תאיר,
ונזכה, מ'בעט בכל פה,
זעהן דעם אור הבהיר,

אוי, אור חדש, תיקר שירת רש,
מיר בעטן ביים בורא,
ונזכה, ביום הזה,
במהרה במהרה לאורו,


א ביאור אויף דעם ניגון זיכט א אשכול קען א לעקטער אויפטון ווען מ'איז הונגעריג,
ווער עס איז וויליג זאל אים אהער ברענגען, כ'ווייס נישט וויאזוי מ'מאכט דאס,
יש"כ


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ואיני יודע מה, שאהן הענניטי און 18 געסט