וועלכע כלי שיר האט איר די מערסט ליב צו הערן ~ אנקעטע

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

מיין אינסטרומענט איז

פיאנא
17
13%
ווייאלין
26
19%
פלוט
9
7%
טראמפעט
14
10%
קלערינעט
25
19%
אקארדיען
4
3%
גיטאר
15
11%
סעקסאפאון
10
7%
פרענטש הארן
2
1%
הארמאניק
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
טראמבאון
9
7%
עפעס אנדערש (שרייב ארויס)
4
3%
 
סך הכול שטימען: 135

אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

Re: וועלכע כלי שיר האט איר די מערסט ליב צו הערן ~ אנקעטע

תגובהדורך Graphic24 » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 6:34 pm

איך בין נישט צו באקאנט מיט נגינה; וואלט געווען פאסיג צו צולייגן אן אודיא פון יעדע באזונדער

אוועטאר
אלופי אדום
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm

Re: וועלכע כלי שיר האט איר די מערסט ליב צו הערן ~ אנקעטע

תגובהדורך אלופי אדום » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 6:55 pm

האמיר געוואט פאר'ן טראמבאן,

העלמיר מסביר זיין פארוואס: די טראמבאן איז די מערסטע לאו-טאן כלי, די תוצאה דערפון איז אז ווען מ'נוצט אים ריכטיג ברענגט ער ארויס מייעסטעטישקייט, מלכות'דיג, פעסט,, טאקע וועגן דעם ביי אלע בענדס וואס זענען געבעיסט אויף ברעס אינסטרעמענטס זענען די טראמבאן פון די הויפט שפילער,

אויך איז דא בענדס וואס זענען געבויעט אויף סטרינגס אינסטרעמענטס, דארט ניצט מען מער די פידלעך, און די טראמבאן נוצט מען טאקע נישט אזוי וויכטיג דארט, ביי אזא בענד וואלט איך זיכער גוואוט פאר'ן פידל,

היות איך גלייך מער די ברעס בענדס האמיר געואוט פאר טראמבאן,
מיין לופי'לע........

אוועטאר
סבלנות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 11, 2018 8:26 am
לאקאציע: עולם העשייה

Re: וועלכע כלי שיר האט איר די מערסט ליב צו הערן ~ אנקעטע

תגובהדורך סבלנות » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 7:10 pm

ווען איך הער די 'פיאנא סאנאטעס' (בעיטאווען למשל) האב ליך ליב דעם 'פיאנא'.
ווען איך הער די 'צ'עלי סאנאטעס' (י"ס באך) האב ליב דעם 'צ'עלא'.
ווען איך הער 'א וויאלין קאנטשערטיס' האב איך ליב דעם 'וויאלין' וכן הלאה על זה הדרך.
לעצט פאראכטן דורך סבלנות אום מיטוואך אוגוסט 12, 2020 8:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עס האלט שוין ביי 322 גוטע, שיינע און הערליכע גערער ניגונים (אהן מוזיק / מיט מוזיק / נאר מוזיק).

אנקעטע: 'ניגוני ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו - מי ומי ההולכים?'

אנקעטע: 'פון וואלכע גערער קאמפאזיטאר'ן האלסטו?'

savlunes@gmail.com

אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: וועלכע כלי שיר האט איר די מערסט ליב צו הערן ~ אנקעטע

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 8:52 pm

קלארינעט

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: וועלכע כלי שיר האט איר די מערסט ליב צו הערן ~ אנקעטע

תגובהדורך שיעלע בהמה » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 8:57 pm

דער עולם ווייסט ניטאמאל די קול פון אן אקארדיאן..
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

המברך בברכת גמר חתימה טובה הק' שיעלע

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9798
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: וועלכע כלי שיר האט איר די מערסט ליב צו הערן ~ אנקעטע

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 10:22 pm

סאקסאפאן.

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: וועלכע כלי שיר האט איר די מערסט ליב צו הערן ~ אנקעטע

תגובהדורך האלצשטיין » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 10:37 pm

זלמן ווידער..

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3215
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: וועלכע כלי שיר האט איר די מערסט ליב צו הערן ~ אנקעטע

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 12:34 am

ס'ווענדט זיך... יעדע כלי האט זיך זיין מעלה, אמאל בינעך אין די גיסטע פון דעם און אמאל אין דעם.

אחרי ככלות הכל מיין איך אז קלארינעט איז די זאך.

פיאנא האט א מורא'דיגע רייכקייט, ס'נעמט דיך אריין. און ס'איז איידל, נישט ווי דער גיוטאר.

פידל, האט דאס נעימות. איידל און הארציג.

קלארינעט, ווידעראום, איז קודם א וואדווינד. דהיינו מ'בלאזט דערמיט מיטן מויל, דאס מאכט עס אסאך מער מענטשליך. דער שפילער קען בעסער ארויסגעבן זיינע אינערליכע הרגשים. אזא קרעכץ און אזא דריי, אזא ווייברעט, וכו'. ועוד, איז זיין שטימע בכלל הערליך, זייער א "פולע" שטימע, אבער אויף איידל.. א שטייגער ווי דעם טאטענ'ס האנט וואס נעמט איידל ארום דעם קינד... דער קלארינעט איז א "זאגער".. א ירושלים'ער מגיד..
--

סטאו, וואס ביזטו אזוי פארלוירן פאר דעם הארפ? ער האט טאקע אזא זיסע איידעלע טאנצעריי.. אבער עד כדי כך?
תולה ארץ על בלימה, יטיב לכם כתיבה וחתימה!

אוועטאר
חבקוק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4101
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm

Re: וועלכע כלי שיר האט איר די מערסט ליב צו הערן ~ אנקעטע

תגובהדורך חבקוק » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 12:36 am

איך ווייס נישט וואס, אבער דער טראמבאן דערמאנט מיר נישט אזוי ווייט פונעם כלי, ווי פון דער מיטן פלאכן ביבער היט וואס שפילט אויף עס...
בא חבקוק והעמידן על אחת - וצדיק באמונתו יחיה!

פרישע קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: וועלכע כלי שיר האט איר די מערסט ליב צו הערן ~ אנקעטע

תגובהדורך פרישע קוגל » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 12:39 am

שיעלע בהמה האט געשריבן:דער עולם ווייסט ניטאמאל די קול פון אן אקארדיאן..

פאלטער ביי?
דער אקארדיאן אליין איז אביסל טריקן אבער אויב גייט ער ציזאמען מיטן פיאנע איז עס ממש מאין עולם הבא...

אוועטאר
הענדימען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: וועלכע כלי שיר האט איר די מערסט ליב צו הערן ~ אנקעטע

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 5:40 am

איך קען נישט באשליסן

איך גלייך זייער א קלארינעט, סעקסאפאון, פיאנע, פלוט, פידל
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

שטומפיג
שר האלף
תגובות: 1974
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: וועלכע כלי שיר האט איר די מערסט ליב צו הערן ~ אנקעטע

תגובהדורך שטומפיג » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 9:48 am

געוועלט פאר "עפעס אנדערש"
soprano saxophone
כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא (סנהדרין, פרק י', משנה א')
עולם הבא באקומען אלע אידן, אבער עולם הזה האבן נאר ערליכע אידן!

אוועטאר
פייטל שעפסילקאוו
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 3:19 pm
לאקאציע: ביי די לייצעס

Re: וועלכע כלי שיר האט איר די מערסט ליב צו הערן ~ אנקעטע

תגובהדורך פייטל שעפסילקאוו » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 10:12 am

אלופי אדום האט געשריבן:האמיר געוואט פאר'ן טראמבאן,

העלמיר מסביר זיין פארוואס: די טראמבאן איז די מערסטע לאו-טאן כלי, די תוצאה דערפון איז אז ווען מ'נוצט אים ריכטיג ברענגט ער ארויס מייעסטעטישקייט, מלכות'דיג, פעסט,, טאקע וועגן דעם ביי אלע בענדס וואס זענען געבעיסט אויף ברעס אינסטרעמענטס זענען די טראמבאן פון די הויפט שפילער,

אויך איז דא בענדס וואס זענען געבויעט אויף סטרינגס אינסטרעמענטס, דארט ניצט מען מער די פידלעך, און די טראמבאן נוצט מען טאקע נישט אזוי וויכטיג דארט, ביי אזא בענד וואלט איך זיכער גוואוט פאר'ן פידל,

היות איך גלייך מער די ברעס בענדס האמיר געואוט פאר טראמבאן,

אגב, אויב נוצט מען אים ריכטיג, קען ער זיין הערליך שיין און אפי' הארציג, אפי' ביי ווארימע ניגונים, אבער דאס ברויך מען גוט קענען...
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע דיינע תגובות, עס איז דא א מאס פון 255 אותיות וואס מען קען שרייבן.

אוועטאר
פייטל שעפסילקאוו
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 3:19 pm
לאקאציע: ביי די לייצעס

Re: וועלכע כלי שיר האט איר די מערסט ליב צו הערן ~ אנקעטע

תגובהדורך פייטל שעפסילקאוו » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 2:07 pm

אויפן מינוט האב איך זייער ליב דעם אינסטרומענט...

טאטע אין הימל!!! איינער קען מיר מסביר'ן סארא כלי דאס איז?
צוגעלייגטע
אינטסרומענט.PNG
אינטסרומענט.PNG (692.68 KiB) געזעהן 286 מאל
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע דיינע תגובות, עס איז דא א מאס פון 255 אותיות וואס מען קען שרייבן.

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: וועלכע כלי שיר האט איר די מערסט ליב צו הערן ~ אנקעטע

תגובהדורך נעכטן » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 2:11 pm

This is a Sousaphone

The sousaphone (US: /ˈsuːzəfoʊn/) is a brass instrument in the same family as the more widely known tuba.
געשריבן דורך: נעכטן

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: וועלכע כלי שיר האט איר די מערסט ליב צו הערן ~ אנקעטע

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 2:15 pm

מחשב האט געשריבן:קלארינעט, ווידעראום, איז קודם א וואדווינד. דהיינו מ'בלאזט דערמיט מיטן מויל, דאס מאכט עס אסאך מער מענטשליך. דער שפילער קען בעסער ארויסגעבן זיינע אינערליכע הרגשים. אזא קרעכץ און אזא דריי, אזא ווייברעט, וכו'. ועוד, איז זיין שטימע בכלל הערליך, זייער א "פולע" שטימע, אבער אויף איידל.. א שטייגער ווי דעם טאטענ'ס האנט וואס נעמט איידל ארום דעם קינד... דער קלארינעט איז א "זאגער".. א ירושלים'ער מגיד..

זאגסט דאך אזוי גוט!

בנוגע סטאוו, ער האט סתם געוואלט ענטפערן אן אפציע וואס איז נישט דא...
אפוועזנד.

אור
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: וועלכע כלי שיר האט איר די מערסט ליב צו הערן ~ אנקעטע

תגובהדורך אור » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 2:17 pm

שלמה מולכו האט געשריבן:קלערינעט

כקען נישט דערליידן א קלערינעט

אוועטאר
זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וועלכע כלי שיר האט איר די מערסט ליב צו הערן ~ אנקעטע

תגובהדורך זאג א גוטס » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 3:28 pm

געשטימט פאר פידל. דאס איז מיין #1.

חיליק פראנק האט מיר אויך געמאכט ליב האבן א קלארינעט... ווען ער שפילט ד' בבות ל"ג בעומר...
וויאזוי זאל איך מיר אויסדרוקן? --
הארציג ווי א פידל!
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

אוועטאר
הענדימען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: וועלכע כלי שיר האט איר די מערסט ליב צו הערן ~ אנקעטע

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 6:37 pm

שטומפיג האט געשריבן:געוועלט פאר "עפעס אנדערש"
soprano saxophone

ס'זענען דא 4 מיני סעקסאפאונס
סאפרענאו איז די דינסטע קול, דערנאך קומט אלטע (alto) און נאכדעם טענאר (tenor) און דאן באריטאן (baritone)

די מערסט באקאנטע איז די אלטע. די סאפרענאו איז צווישן א אלטע און א קלארינעט
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4214
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וועלכע כלי שיר האט איר די מערסט ליב צו הערן ~ אנקעטע

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 7:06 pm

מחשב האט געשריבן:--

סטאו, וואס ביזטו אזוי פארלוירן פאר דעם הארפ? ער האט טאקע אזא זיסע איידעלע טאנצעריי.. אבער עד כדי כך?

פון קינדווייז אן גיי איך ניסלעך פאר די איידלקייט פון אירע קארדס, ווען א הארפ שפילט אינטער ווער איך פשוט נאָם
כ'בין נישט ווער ווייסט וואס מוזיקאליש, אבער ס'זענען פארהאן אינסטרומענטן וואס כ'גיי גאר שטארק פאר און פארהאן דיע וואס כ'דערלייד נישט

קלערינעט - אזוי ווי דיר איז מיין פעיוואריט, גראדע שוין א אלטע חלום מיינע זיך עס אויסצילערנען. פון די חלומות וואס וועלן בלייבן חלומות א חוץ דער מלאך גייט מיר עס אויסלערנען על רגל אחת

אקארדיען - אויכט פון מיינע פעיוואריטס, די באַס און צאמשטעל קען מיר האלטן אין פלאץ פאר צאללאזע שעות

פידעל - פארשטייט זיך אויכט פון מיינע גאר פיינע

פיאנא - פון א מעסטער גלייך איך עס גאר שטארק אבער סתם אזוי נישט איי איי איי

געטאר, סעקסעפאון, טראמפעט גיי איך נישט פאר
טראמבאן, עלעקטריק געטאר ועוד דילד איך נישט נאר אויב ס'איז עכט עכט נישט הערבאר...

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
בנוגע סטאוו, ער האט סתם געוואלט ענטפערן אן אפציע וואס איז נישט דא...



נישט ריכטיג, גלייך ביים זעהן דעם אנקעטע האב איך געזוכט דעם הארפ, כ'האב נישט געדארפט צוויי מאל טראכטן
- דער חתימה איז געשטעלט געווארן דורכן ניק על אפם ועל חמתם פון די מנהלים -

אוועטאר
הענדימען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: וועלכע כלי שיר האט איר די מערסט ליב צו הערן ~ אנקעטע

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 7:15 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:קלערינעט - אזוי ווי דיר איז מיין פעיוואריט, גראדע שוין א אלטע חלום מיינע זיך עס אויסצילערנען. פון די חלומות וואס וועלן בלייבן חלומות א חוץ דער מלאך גייט מיר עס אויסלערנען על רגל אחת

קום אריבער צו מיר און כ'וועל דיר אויסלערנען. כ'בין נישט קיין מלאך און כ'וועל דיר נישט לערנען על רגל אחת אבער
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
ציגאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 385
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: וועלכע כלי שיר האט איר די מערסט ליב צו הערן ~ אנקעטע

תגובהדורך ציגאנער » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 7:40 pm

הענדימען האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:קלערינעט - אזוי ווי דיר איז מיין פעיוואריט, גראדע שוין א אלטע חלום מיינע זיך עס אויסצילערנען. פון די חלומות וואס וועלן בלייבן חלומות א חוץ דער מלאך גייט מיר עס אויסלערנען על רגל אחת

קום אריבער צו מיר און כ'וועל דיר אויסלערנען. כ'בין נישט קיין מלאך און כ'וועל דיר נישט לערנען על רגל אחת אבער

מיר איז עס בכלל נישט שווער געווען צו לערנען (איינע פון די גוטע חלקים פון קאויד...), אבער כ'זעה נישט פון ווי מ'נעמט די כוחות צו בלאזן פון F און ארויף... :oops:

אוועטאר
הענדימען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: וועלכע כלי שיר האט איר די מערסט ליב צו הערן ~ אנקעטע

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 7:47 pm

דאס קומט מיט געוואוינהייט. נאכן שפילן א שטיק צייט פארגעסט מען אז ס'קאסט כח

די זעלבע מיט פלוט. אנפאנג ווערט מען שיכור פון בלאזן אזוי סאך אבער מיט די צייט איזעס א מחי'

יעצט ווילעך זיך לערנען פידל. אביסל קענען שוין. דארפעך פראקטיצירן מער
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: וועלכע כלי שיר האט איר די מערסט ליב צו הערן ~ אנקעטע

תגובהדורך האלצשטיין » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 8:05 pm

ס'איז שווער צו מאכן בלויז איין אויסוואל

איך גלייך זייער דעם גיטאר אבער אויך די סעקסעפאון

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: וועלכע כלי שיר האט איר די מערסט ליב צו הערן ~ אנקעטע

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 8:39 pm

איז דא דא אשכולות זיך צו לערנען שפילן אויף אינסטרומענטן?
אפוועזנד.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: געב נישט אויף!, חנוך, לאמיר פארשטיין, מצפה לישועה, נישט קיין רעדנער, פולין און 19 געסט