כולנו מסובין

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

כולנו מסובין

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אפריל 03, 2008 4:11 pm

שוין א אלטע טעיפ פון לחיים, פול מיט תוכן, הערליכע פסח'דיגע ניגונים, וואו "נון בוי", "והיא שעמדה" און "חסל סידור פסח".

כ'מיין אז ס'איז איינע פון די ערשטע טעיפ'ס ווי מ'הערט (הילד הפלה) אהרן הלוי, ער זינטעך אזוי זיס... "אוי יוי עומדים עלינו לכלותנו"...

איינער האטעס שוין געהערט?

כ'האבעס אויף טעיפ, כ'זאג ענק, ביוטיפאל!

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דאנארשטאג אפריל 03, 2008 4:19 pm

ס'שפילט פון נאך פורים ביז נאך פסח ביי מיר אין דער היים, ספעציעל האב איך הנאה פון די מאדזיצער חד גדיא.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אפריל 03, 2008 4:25 pm

כ'האב טאקע פארגעסן פון דעים ניגון, ס'איז עפעס א חד ב..אאאאםםם גדיא.

ס'איז שיין אמת.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג אפריל 03, 2008 10:15 pm

יא, איך גלייך עס אויך זייער. דאכט זיך אז ס'איז שוין דער דריטער ערבי פסחים וואס ס'ארבעט ביי מיר.
An article a day keeps the babies away

לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע: בסתר ובגלוי

תגובהדורך לב טוב » מאנטאג אפריל 02, 2012 1:48 pm

ביי די ערשטע ניגון איז דא א פארדריסליכע טעות, ביי די הויכע פאל "עומדים עלינו.." ווערט געזונגען די הארמאני במקום די געהעריגע פאל...
מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?

אוועטאר
בערטשע
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 22, 2012 11:28 pm
לאקאציע: צווישן איין דארף און צווייטן

תגובהדורך בערטשע » מאנטאג אפריל 02, 2012 2:07 pm

די פאל פון: אוי, כאשר זכינו, כאשר זכינו, אהוי אהא הוי לסדר אווותו, אוי, כן נזכה, אוי כן נזכה, אוי כ----ן נזכה, כ---ן נזכה נזכה לעשותו, איז אויך בכלל נישט אוועק צומאכן
מי יתן לנו תמורתו פון דעם אהרן הלוי...
א אנגענעמע רייזע מיט "בערטשע" דער בעל עגלה

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג אפריל 02, 2012 2:40 pm

אה, כ'האנישט געוואוסט אז ס'איז דא א אשכול פון מיין פעיוואריט פסח אלבום, יוי דער מונה..., אגב מ'קען דעם סידי הערן זייער אסאך שפילן אין געשעפטן.
בערטשע, כ'האב געמוזט יעצט אויפמישן און אנצינדן דעם טרעק, ס'איז געוואלדיג!
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
yield
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובהדורך yield » מאנטאג אפריל 02, 2012 9:04 pm

לב טוב האט געשריבן:ביי די ערשטע ניגון איז דא א פארדריסליכע טעות, ביי די הויכע פאל "עומדים עלינו.." ווערט געזונגען די הארמאני במקום די געהעריגע פאל...

דאס איז מונה'ס קונץ יעצט הער איבער
yield the right of way

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:02 am

די מה נשתנה אויף דעם אלבום איז עפעס געפערליך שיין

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3275
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:13 am

איך גלייך דעם טעמפיל שירה ניגון דארטן, מונה מיט זיין קווייער, געוואלדיג - אויך די ברידזש וואס סינגולדה שפילט דארט איז זייער ציפעדיג

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:22 am

כ'ווייס נישט אויב מ'רעדט פונעם זעלבן טעיפ, ס'דא א ניגון "אל גנות אגוז ירדתי" בעסער רוף עס "די מאמע האט געהייסן", א הערליכע ניגון!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3811
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:28 am

יא שמעלקע, פון דעם רעדט מען, אן אויסנאם הערליכע טעיפ! יעדע איינציגע ניגון איז זיך צו באלעקן.

דאכט זיך אז דער ניגון "די מאמע האט געהייסן" קומט פון עפעס א הייליגן מקור, כ'געדענק נישט פון וועם.

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5197
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:47 am

ידיד האט געשריבן:יא שמעלקע, פון דעם רעדט מען, אן אויסנאם הערליכע טעיפ! יעדע איינציגע ניגון איז זיך צו באלעקן.

דאכט זיך אז דער ניגון "די מאמע האט געהייסן" קומט פון עפעס א הייליגן מקור, כ'געדענק נישט פון וועם.

פון באבוב מיין איך..

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג מארטש 14, 2013 12:11 pm

מכטי1 האט געשריבן:
ידיד האט געשריבן:יא שמעלקע, פון דעם רעדט מען, אן אויסנאם הערליכע טעיפ! יעדע איינציגע ניגון איז זיך צו באלעקן.

דאכט זיך אז דער ניגון "די מאמע האט געהייסן" קומט פון עפעס א הייליגן מקור, כ'געדענק נישט פון וועם.

פון באבוב מיין איך..
צוגעלייגטע
Maalos.jpg
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5197
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » דאנארשטאג מארטש 14, 2013 12:12 pm

בקיצור אונז זעמיר ביידע גערעכט, און "באבוב האט מען עס מקובל פון "ר' אהרן קארלינער"...

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3811
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דאנארשטאג מארטש 14, 2013 12:37 pm

יישר כח מאניימער!

(ווייסעך שוין פארוואס דו שרייבסט אזוי ווייניג לעצטנס, דו ביזט ביזי ליינען די מעלות אין אפיס...)

אוועטאר
פיניע חזן
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

תגובהדורך פיניע חזן » דאנארשטאג מארטש 14, 2013 12:52 pm

א עהרליכע אלבום, זייט איך האב דאס געהערט האב איך איינגעפירט ביי מיין סדר טיש צו זינגען דעם מה נשתנה מיט ר' יוסף משה'ס ניגון וואס איז דא אויף דעם אלבום

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מארטש 14, 2013 1:20 pm

איך זעה אז ס'שוין דא אויף סידי, און ס'שטייט אז זיי האבן צוגעלייגט א ניגון... איינער ווייסט עפעס מער?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג מארטש 14, 2013 2:11 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך זעה אז ס'שוין דא אויף סידי, און ס'שטייט אז זיי האבן צוגעלייגט א ניגון... איינער ווייסט עפעס מער?

ס'הייסט? ס'שוין דא אויף סידי א גוטע פאר יאר.

ניגונים
1. והוא שהעמדה
2. מה נשתנה
3. טעמפל שירה
4. ואמרתם זבח פסח
5. אדיר במלוכה
6. בצאת ישראל
7. קרב יום - די מאמע האט געהייסן
8. חסל סידור פסח
9. חד גדיא


וועלכע איז נישטא אויף טעיפ?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג מארטש 14, 2013 2:16 pm

דער ניגון לפי ידיעתי שטאמט פון שפאלער זיידע זי"ע, און דער הייליגער צאנזער רב זי"ע פלעגט עס נאכזינגן אין פארשידענע זמנים.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1907
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דאנארשטאג מארטש 14, 2013 3:51 pm

אן הערליך סידי, גוטע קאלעקשאן פון ניגונים, ארענדזשמענט אויסער געווענליך, און כנהוג אצל רבים וטובים, מיום צאת הסידי לעולם בכל ימות ערבי פסחים דאמינירט עס ביי מיר אינדעהיים, קינד און קייט...
לענ"ד איז דאס די שענסטע פראדאקשאן פון יוסף משה כהנא פון די לחיים'ס.

וואס איך גלייך זייער, איז ר' ליפא לויאש'ס "והיא שעמדה".

אוועטאר
moishy56
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4010
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג מארטש 12, 2018 8:46 am

ארויפגעברענגט לכבוד ניסן תשע״ח


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט