דיסקאסיע: פארוואס איז נאכנישט דא קיין ״ישי ריבו״ אין אמעריקא?

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר ששת אלפים
תגובות: 6157
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: דיסקאסיע: פארוואס איז נאכנישט דא קיין ״ישי ריבו״ אין אמעריקא?

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » זונטאג אוגוסט 09, 2020 12:42 pm

רואיג! האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:ביז דארטן פארשטייסטו אלעס?

ביז דארט שטימט פערפעקט...

אהא. סאיז א טעות ה׳עפל פאון קיבאורד
ספר דרך השם - עם ביאור



#קענסט זיין ווי גמליאל, אדער נוצט אייער אייגענע שכל

bigamhaaratz@gmail.com

אוועטאר
ראשעשיווע
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 11:32 am

Re: דיסקאסיע: פארוואס איז נאכנישט דא קיין ״ישי ריבו״ אין אמעריקא?

תגובהדורך ראשעשיווע » זונטאג אוגוסט 09, 2020 9:55 pm

נו וואדע האט געשריבן:
גם אתה יכול האט געשריבן:ס'קוקט אויס ווי טינט און נו וואדע פירן א פריוואטע געשפרעך דא, אבער ס'איז אינטערסאנט צו באטאנען אז די ווארט "ארט" איז די אפטייטש פון נעמען געפיל, כארזימע און עס ארויסברענגן אויף א געוויסע וועג, צו זאל עס זיין דורך א פעניטינג צו דורך נגינה אא"ו.
ווען א קאמפעזירער וועט מאכן א ניגון סתם געבויעט אויף אלטע תנועות אן קיין נייע סארט הרגשים דערינען איז שייך צו זאגן אז ער איז נישט קיין ארטיסט צוליב וואס ער טוט איבערמאכן א געפיל וואס איז שוין אינדרויסן און ער האט נישט געדארפט נישט זיין אימעדזשנאציע, דמיון, וויזיע צו קענען ארויסברענגן די סארט געפיל ער צינד בלויז אן די ריקארדיראר ער מישט צוזאם אפאר תנועות וואס ער האט געהערט במשך ימיו און דער ניגון איז דא, און ער באנוצט זיך כמעט נישט מיט ארט , אודאי ליגט אביסעלע קריעטיוועטי דערין אבער מען קען פארשטיין אז דער מענטש פארדינט נישט דעם נאמען ארטיסט.
אבער חיים גולד איז לכו"ע א זינגער וואס ברענגט נייע תנועות און נייע הרגשים צום טיש, מען קען דן זיין וואס די תנועות טוען פאר די מענטש לו יהא אז ער ברענגט געפילן פון סוסייד איז ער אויך א געלונגענע ארטיסט וואס קען דאס אהערשטעלן.
ס'איז סתם אזוי א טעות וואס איז היינט אנגענומען ביי מערסטענס אז א ניגון ווערט געמאסט צו מען קען עס נאכזינגן און צו מען וועט קענען טאנצן דערויף הארא ביי די חתונה, בעצם איז עס זייער א שטחיותדיגע וועג פון מעסטן א ניגון, א ניגון איז נשמה שפראך וואס שאקעלט די אינערליכע סטרינעס פון די נפש.
ס'איז פינקט אזוי ווי א מענטש זאל אריינגיין אין א ארט גאלעריע ווי עס ליגן פעינינגס אויסגעשטעלט צום פארקויפ און ער וועט אנהייבן זאגן אז די פעינטינגס ווערד שווערע טויזענטערס זענען גארנישט ווערד צוליב וואס ער קען עס נישט נאכמאלן, יענער פארשטייט נישט די חשיבות פון די פעינינג, די מאלעריי איז געמאכט צו אהיימנעמען זיך אראפזעצן באטראכן און ווערן פארגאפט און איבערגענומען פון די כארזימע וואס די קינצליכע מעלער האט אריינגעלייגט אין די בילד.
די זעלבע איז מיט א ניגון, מען דארף עס נישט קענען נאכזינגען און ניטאמאל דארף די עצם ניגון אויפהייבן, ס'דארף עפענען די פארשפארטע נפש, אפילו די ענדרענלין קומט נישט פון די ניגון זעלבסט וועט די אפענע נפש ברענגן די חיות.



זייער פיין ר' גאמעלע כ'פיר ניש קיין געשפרעכן אזוי אפט דא אבער וואס זאלעך טוהן אז דאס איז אינטערעסאנטער אווי טראמפ-ביידען שווארץ-ווייס וקאלעי וקאלעי

יעצט צום עצם שמועס אז איר ווילט רעדן פון ארט , קען מען טרעפן ממש אין יעדע זאך ארט , דער היפסטער טרעפט אין א פאר דזשינס מיט מער לעכער אווי סחורה -ארט- , דער גאנץ גוטע מבין אויף פעינטינגס טרעפט אין א בענאנע צוגעטעיפט מיט דאקט טעיפ צום וואנט-ארט- דער גוטער פאטאגראפירער טרעפט אין א גרויסע ראסטיגע ביעם -ארט- , דער מבין פאר ווינטעדזש פעינטינגס טרעפט אין א פאפיר אנגעפירקלט אווי די קאלערינג בוך פון מיין 3 יעריגס -ארט- דער וויין מבין טרעפט אין וויין וואס האט א טעם פון לעמאן שאלאכץ און שווארצע ליקאריש מיט א וואנילא ענדינג -ארט- דער פעשען דיזיינער טרעפט אין א קלייד וואס כ'וואלט אפילו ניש ארוםגעוויקעלט מיין 5 יעריגס נאך א וואנע -ארט-


ממילא פירטס אליינס אויס , אודאי ווער ס'וויל העט טרעפן אין דעם גולד ארט , למעשה איז ער כלל וכלל ניש טיעף, זיין נגינה איז בכלל ניש טיעף און זיין עצם זינגן איז אויכעט ווייסעך וואס ( כ'ווייס נאכניש פארוואס א זינגער וואס קען ניש ארויפציען הייסט היינט ארט)

און מיט דאס זענט איר כשר גערעכט אז מ'מעסט ניש ארט ווי טיעף דער עצם ניגון איז צו מ'קען עס נאכזינגן אדער ניש אודאי ווענדט זיך עס אין שרייבן-פערפארמענס -טיעפקייט (וברוס שפרונגשטיין יוכיח, באכעשעם כ'בין בכלל ניש אין די גויאישע נגינה ליין אבער כ'האב אים איינמאל געהערט ביי א קליענט מיינער און הגם זיין קול סאונד אווי א אויסגעריבענע שופר אבער ער האט אלעס פון די אויבנדערמאנטע זאכן)

רנד און רזאל האבן אויך ניש קיין קולות ווייסעך וואס אבער זיי פארקויפן אסאך אסאך מער ווי גולד'ן

עגעין איני בא להתווכח איר ווייסט פארוואס ?, ווייל מ'קען זיך ניש ארום קריגן על טעם וריח נאר וואס דען א באטעמ'טע שמועס מעג זיך ווייטער ציען

און ווער ס'גלייכט גולד זאל אים ווייטער הערן געזונטערהייט , ובזה אני גומר

הרב ר' נו וואדע בכל הכבוד...
חיים גולד איז סיי א מאסן-ארטיסט, און סיי א קאמפאזיטאר וואס ברענגט צום טיש, סחורה וואס איז נאכנישט געוועהן.
זיין נגינה איז נישט נארמאל טיף, נעם א שטייגער זיין ניגון "איך ווער נישט פארשעמט" וואס איז צוזאמגעשטעלט פון גאר אייגנארטיגע chords לייק נעווער ביפאר...
ער איז א סטייל, נישט א זינגער. ס'איז דא קארליבאך סטיל נגינה, ס'פארהאן חב"ד נגינה, און עז ווי ספיעק קומט פאר א נייע יוניק סטייל פון מגינה: חיים גולד.
מיין אימעיל אדרעס איז: rushashiva@gmail.com

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: דיסקאסיע: פארוואס איז נאכנישט דא קיין ״ישי ריבו״ אין אמעריקא?

תגובהדורך שיעלע בהמה » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 12:45 am

וואס עפעס? האט געשריבן:אז ער וויל פארשאפן א ישי ריבו ברויך ער פארשטיין וואס איז די באשטאנדטייל פון ישי

1) ישי איז ארגינעל, ווען ער זינגט איז עס דברים היוצאים מן הלב , ער פרובירט נישט נאכצומאכען קיינעם אדער געפעלן קיינעם , ער איז זיך מתחנן לפני כונו מיט א תמימית

בכל אופן ווינטשן מיר נמש הצלחה


חוץ וואס די איזרעילי סטייל זינגען עקלט מיך (די עצבות/צופראסקעטקייט/אומסטרוקטור פון די א"ג ניגונים)
געפעלט מיר ווי משטעלט די קאץ אלץ די שומר פון די מילך
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

המברך בברכת גמר חתימה טובה הק' שיעלע

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3215
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: דיסקאסיע: פארוואס איז נאכנישט דא קיין ״ישי ריבו״ אין אמעריקא?

תגובהדורך מחשב » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 1:13 am

איך פארשטיי נישט א צווייטע זאך, פארוואס איז נישט דא קיין ר' חיים אין אמעריקא? אפשר קען מען אים אהער ברענגן?
תולה ארץ על בלימה, יטיב לכם כתיבה וחתימה!

קענטאקי
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: דיסקאסיע: פארוואס איז נאכנישט דא קיין ״ישי ריבו״ אין אמעריקא?

תגובהדורך קענטאקי » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 1:15 am

ווער זאגט ס'נישט דא ?

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4214
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: דיסקאסיע: פארוואס איז נאכנישט דא קיין ״ישי ריבו״ אין אמעריקא?

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 1:16 am

רעגט מיר אויף יעדע מאל דער אשכול שווימט ארויף בראש האשכולות אין היכל נגינה
א מין גיסטע פון א דיסקאסיע דאס...
- דער חתימה איז געשטעלט געווארן דורכן ניק על אפם ועל חמתם פון די מנהלים -

טינט
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: דיסקאסיע: פארוואס איז נאכנישט דא קיין ״ישי ריבו״ אין אמעריקא?

תגובהדורך טינט » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 1:29 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ישי רבו סטייל קען מיינען אז ער האט די זעלבע פיאות ווי אים...

ריכטיג פאר ריכטיג....
גראדע איז דא אין ארץ ישראל א איד וואס הייסט עקיבא , עקיבא תורג'מן , ער פארמאגט א שטארקע ענליכקייט צו ישי ריבו, ער ווערט טאקע גאר גאר שטארק אויפגעכאפט אין די לעצטע שטיק צייט,
ער האט שוין אויפגעטרעטן מיט ישי, און ער זינגט לעצטנס מיט די גרעסטע, זיין שטימע איז שטארק ענליך, די וועג וויאזוי ער זינגט איז אויך זייער זייער ענלעך,
איז אנטשולדיגט דער וואס האט אים גערעגט אז דער אשכול קומט ארויף נאכאמאל...
אבער פאר דעם וואס האט ליב ישי ריבו איז כמעט גאראנטירט אז דו וועסט ליב האבן עקיבא,
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

טינט
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: דיסקאסיע: פארוואס איז נאכנישט דא קיין ״ישי ריבו״ אין אמעריקא?

תגובהדורך טינט » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 1:34 am

שיעלע בהמה האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:אז ער וויל פארשאפן א ישי ריבו ברויך ער פארשטיין וואס איז די באשטאנדטייל פון ישי

1) ישי איז ארגינעל, ווען ער זינגט איז עס דברים היוצאים מן הלב , ער פרובירט נישט נאכצומאכען קיינעם אדער געפעלן קיינעם , ער איז זיך מתחנן לפני כונו מיט א תמימית

בכל אופן ווינטשן מיר נמש הצלחה


חוץ וואס די איזרעילי סטייל זינגען עקלט מיך (די עצבות/צופראסקעטקייט/אומסטרוקטור פון די א"ג ניגונים)
געפעלט מיר ווי משטעלט די קאץ אלץ די שומר פון די מילך


פשאאאא.....
געגעבן אזא מאל אוועק דעם גאנצן ארץ ישראל מיט א וויש פונעם ארבל, איזראעלי סטייל, עצבות, צופראסקעטקייט, פון וועם רעדסט? עס זענען דא הונדערטער בעלי מנגנים, און טויזנטער מיני שניטן און סטיילס,
אין ארץ ישראל, וואסידאס אפשניידן דעם גאנצן לאנד קיין לעזאזל???
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: דיסקאסיע: פארוואס איז נאכנישט דא קיין ״ישי ריבו״ אין אמעריקא?

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 7:05 am

טינט האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:אז ער וויל פארשאפן א ישי ריבו ברויך ער פארשטיין וואס איז די באשטאנדטייל פון ישי

1) ישי איז ארגינעל, ווען ער זינגט איז עס דברים היוצאים מן הלב , ער פרובירט נישט נאכצומאכען קיינעם אדער געפעלן קיינעם , ער איז זיך מתחנן לפני כונו מיט א תמימית

בכל אופן ווינטשן מיר נמש הצלחה


חוץ וואס די איזרעילי סטייל זינגען עקלט מיך (די עצבות/צופראסקעטקייט/אומסטרוקטור פון די א"ג ניגונים)
געפעלט מיר ווי משטעלט די קאץ אלץ די שומר פון די מילך


פשאאאא.....
געגעבן אזא מאל אוועק דעם גאנצן ארץ ישראל מיט א וויש פונעם ארבל, איזראעלי סטייל, עצבות, צופראסקעטקייט, פון וועם רעדסט? עס זענען דא הונדערטער בעלי מנגנים, און טויזנטער מיני שניטן און סטיילס,
אין ארץ ישראל, וואסידאס אפשניידן דעם גאנצן לאנד קיין לעזאזל???

יא יא ער מאכט עס אוועק, רוב פאפולערע זינגערס פון ארצישראל זענען זינגערס פון דעם שניט, א שטאטע באסעווע שטימע מיט טיפע קרעכצן פון עצבות
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2046
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: דיסקאסיע: פארוואס איז נאכנישט דא קיין ״ישי ריבו״ אין אמעריקא?

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 7:57 am

ווען העלן זיך געוויסע ניקס אויסלערנען צו שרייבן מיט ריספעקט פאר אנדערע

האלטסט עפעס ? נישט קיין פראבלעם . אבער פון דיין דעה ווערט נאכנישט קיין פאקט ( אפילו ווען מען ענדיגט צו מיטן שרייבן ״פינטעל״)
האסט עפעס נישט ליב? נישט קיין פראבלעם. עס איז אבער פארט דא מיליאנען וואס גלייכען עס יא

איינער צווינגט איינעם אריינצוקומען אין א אשכול ?!
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: דיסקאסיע: פארוואס איז נאכנישט דא קיין ״ישי ריבו״ אין אמעריקא?

תגובהדורך טישטוך » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 8:02 am

קודם כל...

איך האב נאר יעצט אנגעהויבן ליינען דעם אשכול פון אנהויב, דארט וואו דער שמועס האט זיך אריבערגעפירט איבער די דעפרעסיע און גייסטליכקייט פון חיים גאלדקלאנג האב איך ארויסגעטשעקט.

נאר עטליכע הגהות זענען ווי פאלגענד:

עס איז קענטליך אז דער פותח האשכול האט זיך יעצט געענפט און ארויס פון די אייער שאלעכץ אריין אין די ספרדישע נגינה וועלט, ער פרעגט א מורא'דיגע קשיא, איז פארהאן 10 פראצענט וואס פארשטייען די טייטש פון שימו לב? לאמיר נאר פרעגן, איז פארהאן 10 פראצענט פון די בארביקיוערס וואס קומזיצן נעכטליך וואס פארשטייען די טייטש פון הלב שלי?...

די סיבה פארוואס ישי ריבו איז גרויס געווארן אין ארץ ישראל איז גאר אנדערש פון פארוואס ער האט זיך בארימט גענאכט ביי ברוקלינע חסידים, ער איז א מייסטער ארטיסט מיט א טיפע נשמה, אבער ביי די געבארביקיוטע חסידים איז ער גרויס וויבאלד ער זינגט 'איווריט' און זיי זענען 'אופען מיינדעד', זיי גייען נישט פאלן פאר שמולי אונגאר און בערי וועבער, נע נע נע, זיי האבן שוין טועם געווען פון די ריכטיגע, וואס איז נייעס האלא? שיק מיר די מאסטערד.

וויפיל פראצענט ווייסן דעם טייטש פון שימו לב? זאג, וויפיל פראצענט חילונים ווייסן פארוואס זיי שפרינגען 'עולה לי ולא יורד לי' און וויפיל גוים ווייסן פארוואס זיי שפרינגען 'טייטעניאום'?

די צוויי סארטן ניגונים זענען פשוט אנדערש, דער מושג פעלט ביי זייער פיל מענטשן, ביי 'דענס' און 'פאפ' זענען די ווערטער נישט אזוי מחייב ווי די מוזיק, דער עיקר איז אז עס זאל זיין לעבעדיג און די קערפער זאל שפירן געצווינגען צום טאנצן, און 'אליהו הנביא זכור לטוב' איז פונקט אזוי פלאך און אינהאלטסלאז ווי 'החיים שלנו תותים'.

ספרדישע נגינה האט א באזונדערע חן, אבער נישט דאס איז וואס ישי ריבו פארקויפט, ישי ריבו זינגט פון הארץ ארויס זיינע געגועים און זיינע געפילן, ער איז פונקט ווי מאטי אילאוויטש און ליפא שמעלצער נאר אויף העברעאיש, נישט טיפער און נישט פלאכער, דער היימישער עולם וועט פיל מער פארבינדן ווערן פון א זאפטיגע ניגון פון פינקי אדער יוסי גרין.

עס זענען פארהאן ארטיסטן און עס זענען פארהאן פערפארמערס, יעדער איינער ווייסט אז שלומי דאסקאל האט א פיל שענערע שטימע ווי ליפא, אבער ליפא איז דער מלך הזינגערס בעת וואס שלומי בלייבט א חתונה זינגער, ווייל ער איז נישט קיין ארטיסטש דאגעגן זענען דא אזעלכע ווי בערי וועבער און מאטי אילאוויטש וואס מען קען דן זיין אויף זייערע שטימעס אבער די ארטיסטישקייט ביי זיי איז גובר איבער אלעם.

אויב ווילט איר אריינגיין אין ספרדישע נגינה דאן קומט צו מיר, איך וועל אייך געבן וואס צו הערן, קענט איר דעם הייליגן לידל 'אגדלך' פונעם אבן עזרא? קענט איר די היסטארישע לכה דודי פון די ספרדים? קענט איר די הארציגע לך קלי? קענט איר דעם 'אם ננעלו דלתי נדיבים'?

ישי ריבו איז נישט ספרדיש, ער איז פשוט אן איזראעלי און דערפאר ינגט ער אין העברעאיש.

אויב ווילט איר א ליסטע פון ארטיסטן אויף העברעאיש, פאלגענד איז א טיילווייזע.

שולי רנד, איין שטיק הארץ און עומק בדרך ר' נחמן מברסלב, עקיבא תורג'מן, און אזוי ווייטער זענען דא פיל פרומע זינגערס וואס טרעטן צו צום הארץ, אז איר ווילט הערן מער סעקולאר דאן הערט שלמה ארצי אדער אביב גפן (זיי זענען נישט פרום, גיבט אכטונג), דארט וועט איר פארשטיין וואס מיינט אז אן ארטיסט מוז נישט האבן א שטימע, ער מוז אפילו נישט זינגען, עס צוזינגט זיך פון אים אליין.

די לאך אין חסידישע נגינה ליגט ביי די ארטיסטישע זייט, עס פעלט ווער עס זאל באמת קענען מרגש זיין ווייל אלע זינגערס פרובירן צו נאכמאכן די גוי'ישע אדער איזראעלי סטילן און זיי ווילן אויך אז עס זאל ווערן א להיט, אן ארטיסטישע לידל איז לאו דוקא געמאכט צו קענען נאכזינגען, עס איז געמאכט צום הערן און צו שפירן, אויב קען מען עס זינגען איז עס א פלוס.

גיבט א קוק ווען מען שאקלט זיך באמת שטארק און פון טיפן הארץ, ביי 'נשמה וואו ביסטו' אדער ביי 'אך לאלוקים' פון חב"ד...

איך האב זייער אסאך נגינה געהערט, גלייבט מיר אז נאך אלעם איז זעלטן פארהאן אמאל וואס איך זאל הערן 'ונשגב' פון סקולען און נישט פארלאזן א טרער, ווייל דאס רעדט 'באמת' צו מיין נשמה.

לאמיר ווייטער ממשיך זיין, 'פאר דיר פאר דיר נאר פאר דיר'...
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
אבשלום
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 1:50 pm

Re: דיסקאסיע: פארוואס איז נאכנישט דא קיין ״ישי ריבו״ אין אמעריקא?

תגובהדורך אבשלום » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 9:32 am

א מין שאלה דעיס, פארוואס איז נאכנישט געווען א ״איינשטיין״ אין ארץ ישראל? הא?

גם אתה יכול
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

Re: דיסקאסיע: פארוואס איז נאכנישט דא קיין ״ישי ריבו״ אין אמעריקא?

תגובהדורך גם אתה יכול » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 8:11 am

שיעלע בהמה האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:אז ער וויל פארשאפן א ישי ריבו ברויך ער פארשטיין וואס איז די באשטאנדטייל פון ישי

1) ישי איז ארגינעל, ווען ער זינגט איז עס דברים היוצאים מן הלב , ער פרובירט נישט נאכצומאכען קיינעם אדער געפעלן קיינעם , ער איז זיך מתחנן לפני כונו מיט א תמימית

בכל אופן ווינטשן מיר נמש הצלחה


חוץ וואס די איזרעילי סטייל זינגען עקלט מיך (די עצבות/צופראסקעטקייט/אומסטרוקטור פון די א"ג ניגונים)
געפעלט מיר ווי משטעלט די קאץ אלץ די שומר פון די מילך


אז דו רעדסט פון וואס דו גלייכסט קען איך נישט אריינרעדן, אבער אין פאקט זענען די זרעלי מוזיק אסאך טיפער און מער אייגענארטיג, נעם אזא זינגער ווי חיים ישראל, ער איז אפשר נישט משלנו אבער זיינע ניגונים עקספרעסן עפעס, ער נעמט למשל אזא געפיל ווי תשובה טון ער איז עס ממחיש אויף אן אויסטערלישע קריעטיווע וועג, ממש ווי א קינד בעט זיך צו זיין טאטע ער זאל אים מוחל זיין, בכלל ווי ער נעמט פאעטישע געדאנקן און זינגט עס אראפ א יעדע ניגון מיט א פרישע סטייל און נייע אייגעננארטיגע קארדס לייק נעווער ביפאר.

די אמעריקאנע נגינה איז אויבערפלעכליך עס קען זיין עס האט מער סטורקטור ווי דו רופסט עס אבער דאס איז סע, עס האט גערנישט מער ווי די סטרוקטור, אן אויסגעדראשענע בעלאד וואס לויפט איבער נאכמאמאל און נאכאמאל אויף יעדע נייע סידי מיט די זעלבע געדאנקען מיט זייער ווייניג חידושים, כ'זאז נישט ס'איז דא זינגערס אין אמעריקא וואס האבן טיפקייט, א שטייגער ווי מוטי אילוויטש, בערי וועבער, ליפא, אבער מיט אן אויסערליכע בליק איז עס ממש גארנישט מחדש, ווען מען הייבט אן הערן א ניגון ווייסט מען שוין וואס דו צווייטע פאל גייט זיין, און אויטאמאטיש קען מען דאס נישט הערן מער ווי עטליכע מאל, ווידער די זרעלי חברה קען מען איבערהערן נאכמאלא און נאכמאל און זיך נישט ענדיגן אפזעטיגן.

די פאקט אז עס עקלט דיר קען נישט אוועקמאכן די טיפקייט וואס עס האט און די מענטשן וואס גלייכן צו הער עפעס א נייע סארט קלאנג מיט פרישע הרגשים וועלן דאס מער טרעפן ביי די זרעיליס און מער ביי די ספרדישע אפשטאמיגע

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7675
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דיסקאסיע: פארוואס איז נאכנישט דא קיין ״ישי ריבו״ אין אמעריקא?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 8:43 am

טישטוך האט געשריבן: ישי ריבו זינגט פון הארץ ארויס זיינע געגועים און זיינע געפילן, ער איז פונקט ווי מאטי אילאוויטש און ליפא שמעלצער נאר אויף העברעאיש, נישט טיפער און נישט פלאכער

:roll: :roll: :roll:
איך זוך א דזשאב

טאטע העלף
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 29, 2016 10:01 pm

Re: דיסקאסיע: פארוואס איז נאכנישט דא קיין ״ישי ריבו״ אין אמעריקא?

תגובהדורך טאטע העלף » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 1:56 am

לאמיר הערן פין די אלץווייסערס דא וואסי דער מעשה מיט דער וואס זינגט מיט דעם ישי די ניגן הלב שלי, אמיר דדון, ער זינגט אויך נישט שלעכט גראדע, וואסערע סטייל איז ער? שטארק אויפגעכאפט?

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2046
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: דיסקאסיע: פארוואס איז נאכנישט דא קיין ״ישי ריבו״ אין אמעריקא?

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 8:49 am

@טישטעך
די זאגסט ווערטער...
איך בין מסכים מיט די נקודה פון ארטיסטען וליפא יוכיח

שלי רנד איז טאקע אויך א זעלטענע א חידוש אבער מען ברויך דערליידן זיין דיקע שטימע ( אפשר יעצט אז ער האט אויפגעהערט רייכערען העלן זיך זאכען טוישן )

איך מיין נאכאלס אז א ריזיגע עולם פארשטייט נישט די טייטש פון די ניגון ׳אך לאלקים׳ און מען העט זיך שאקלן ווייל די תנועה איז מעורר

אדרבה , נעם אזא ניגון וואו תנא בני ליבך לי וואס מוטי שטיינמטס זינגט , מאך עס אויף אידיש העסטו זעהן אז סהעט מאכן העדליינס

אדערווייל העמיר ווייטער הערן כתר מלוכה ..
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: דיסקאסיע: פארוואס איז נאכנישט דא קיין ״ישי ריבו״ אין אמעריקא?

תגובהדורך טישטוך » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:07 am

טאטע העלף האט געשריבן:לאמיר הערן פין די אלץווייסערס דא וואסי דער מעשה מיט דער וואס זינגט מיט דעם ישי די ניגן הלב שלי, אמיר דדון, ער זינגט אויך נישט שלעכט גראדע, וואסערע סטייל איז ער? שטארק אויפגעכאפט?

ער איז זייער אויפגעכאפט און נישט פרום (אויב איר זענט מקפיד)
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: דיסקאסיע: פארוואס איז נאכנישט דא קיין ״ישי ריבו״ אין אמעריקא?

תגובהדורך טישטוך » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:08 am

וואס עפעס? האט געשריבן:@טישטעך
די זאגסט ווערטער...
איך בין מסכים מיט די נקודה פון ארטיסטען וליפא יוכיח

שלי רנד איז טאקע אויך א זעלטענע א חידוש אבער מען ברויך דערליידן זיין דיקע שטימע ( אפשר יעצט אז ער האט אויפגעהערט רייכערען העלן זיך זאכען טוישן )

איך מיין נאכאלס אז א ריזיגע עולם פארשטייט נישט די טייטש פון די ניגון ׳אך לאלקים׳ און מען העט זיך שאקלן ווייל די תנועה איז מעורר

אדרבה , נעם אזא ניגון וואו תנא בני ליבך לי וואס מוטי שטיינמטס זינגט , מאך עס אויף אידיש העסטו זעהן אז סהעט מאכן העדליינס

אדערווייל העמיר ווייטער הערן כתר מלוכה ..

יעדער זאל הערן וואס זיין הארץ באגערט און וואס זיינע נערוון טוען דערליידן...
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2046
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: דיסקאסיע: פארוואס איז נאכנישט דא קיין ״ישי ריבו״ אין אמעריקא?

תגובהדורך וואס עפעס? » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 3:39 pm

as they erased the new CD eshkol..
צוגעלייגטע
WhatsApp-Image-2020-08-25-at-21.03.09-1-1024x1024.jpeg
WhatsApp-Image-2020-08-25-at-21.03.09-1-1024x1024.jpeg (153.22 KiB) געזעהן 550 מאל
WhatsApp-Image-2020-08-25-at-21.03.09-1024x1024.jpeg
WhatsApp-Image-2020-08-25-at-21.03.09-1024x1024.jpeg (123.22 KiB) געזעהן 550 מאל
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

למדן וחסיד
שר האלף
תגובות: 1066
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:07 am

Re: דיסקאסיע: פארוואס איז נאכנישט דא קיין ״ישי ריבו״ אין אמעריקא?

תגובהדורך למדן וחסיד » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 4:17 pm

וואם איז דעס פון זיינע שאוס?

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2046
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: דיסקאסיע: פארוואס איז נאכנישט דא קיין ״ישי ריבו״ אין אמעריקא?

תגובהדורך וואס עפעס? » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 5:01 pm

למדן וחסיד האט געשריבן:וואם איז דעס פון זיינע שאוס?


עס איז א ליקוט פון קאנצערטן מיט אלע זיינע פארפאסטע ניגונים
עס האט אויך די נייע ניגון כתר מלוכה
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

נפשי חמדה
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: דיסקאסיע: פארוואס איז נאכנישט דא קיין ״ישי ריבו״ אין אמעריקא?

תגובהדורך נפשי חמדה » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 7:22 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:פאר די וואס טענן אז מוטי שטיינמעטס איז שטארק אויפן אינטערנעט.... זיין שטערקסטע ניגון האט דאכציך 6 מליון ציפיות און דע לשוב הביתה פון ישי האט איבער 30 מיליאן
סו...

רוב ישי רבו ליב-האבער זענען אויפן אינטערנעט, און א ריזיגע פראצענט פון מאטי שטיינמענץ ליב-האבער זיצן אינדערהיים [בבחינת 'סיילענ"ד שטיצער'].

אוועטאר
Bissli
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm

Re: דיסקאסיע: פארוואס איז נאכנישט דא קיין ״ישי ריבו״ אין אמעריקא?

תגובהדורך Bissli » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 2:28 pm

נפשי חמדה האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:פאר די וואס טענן אז מוטי שטיינמעטס איז שטארק אויפן אינטערנעט.... זיין שטערקסטע ניגון האט דאכציך 6 מליון ציפיות און דע לשוב הביתה פון ישי האט איבער 30 מיליאן
סו...

רוב ישי רבו ליב-האבער זענען אויפן אינטערנעט, און א ריזיגע פראצענט פון מאטי שטיינמענץ ליב-האבער זיצן אינדערהיים [בבחינת 'סיילענ"ד שטיצער'].

זאג מיר נישט אז דו האלטסט אז עס זענען דא 24 מיליון אידן וואס האבן ליב מאטי און האבן נישט קיין אינטערנעט

@סטאווי סארי פארן הייבן דיין בלאד פרעשור
.If they don't know you personally, don't take it personal

נפשי חמדה
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: דיסקאסיע: פארוואס איז נאכנישט דא קיין ״ישי ריבו״ אין אמעריקא?

תגובהדורך נפשי חמדה » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 8:50 pm

Bissli האט געשריבן:
נפשי חמדה האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:פאר די וואס טענן אז מוטי שטיינמעטס איז שטארק אויפן אינטערנעט.... זיין שטערקסטע ניגון האט דאכציך 6 מליון ציפיות און דע לשוב הביתה פון ישי האט איבער 30 מיליאן
סו...

רוב ישי רבו ליב-האבער זענען אויפן אינטערנעט, און א ריזיגע פראצענט פון מאטי שטיינמענץ ליב-האבער זיצן אינדערהיים [בבחינת 'סיילענ"ד שטיצער'].

זאג מיר נישט אז דו האלטסט אז עס זענען דא 24 מיליון אידן וואס האבן ליב מאטי און האבן נישט קיין אינטערנעט

איך רעד עפעס פון די האבן פאקטיש אינטערנעט, איך רעד פון די וואס די פלאץ ווי זיי האלטן מיט מוטי'ס זאכן איז אויפן אינטערנעט און זיי וועלן לייקן און דיסלייקן זיינע זאכן.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Porfavor, יקים, פריטלעך און 13 געסט