איז א 50 דאלער צו סאך?

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

דעם נייעם אלבוים שבת פראיעקט נאכן הערן איז ווערט א 50 דאלער?

יא ווערט נאך מער ווי א 50
17
27%
נישט ווערט קיין 50 אבער עס איז א שיינע סידי
24
39%
נישט ווערט און בכלל נישט ווי איך האב געמיינט עס וועט זיין
21
34%
 
סך הכול שטימען: 62

יישר כח באשעפער
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:01 pm

איז א 50 דאלער צו סאך?

תגובהדורך יישר כח באשעפער » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:30 am

נאכן הערן דעם נייעם שבת סידי לאמיר זעען וואס די עולם האלט איבער א 50 דאלער איז די מארקעטינג געווען אומזיסט אדער עס איז טאקע עפעס וואס איז נאכנישט געוועזן און ביטע נאר ענטפערן נאכן הערן די סידי כאטשיג צוויי מאל צו וויסען בערך וואס די חושבע ציבורס מיינונג איז איבערן פרייז
לעצט פאראכטן דורך יישר כח באשעפער אום זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:41 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » זונטאג דעצמבער 01, 2019 12:36 am

יישר כח באשעפער האט געשריבן:נאכן הערן דעם נייעם שבת סידי לאמיר זעען וואס די עולם האלט איבער א 50 דאלער איז די מארקעטינג געווען אומזיסט אדער עס איז טאקע עפעס וואס איז נאכנישט געוועזן און ביטע נאר ענטפערן נאכן הערן די סידי כאטשיג צוויי מאל צו וויסען בערך וואס די חושבע ציבורס מיינונג איז איבערן פרייז

לייג צו א אפשען נישט ווערט און נישט שיין

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג דעצמבער 01, 2019 5:53 am

מעגסט בעטן וויפיהל די ווילסט.

די חוצפה איז אז זיי זענען געקומען אויפן אינטערוויו זאגן פאר פאר כלל ישראל,
דאס איז פשוט 'לשם שמים, אז די יוגנט זאל האבן היימישע נגינה'.
--

אויב די ווילסט די יוגנט זאל האבן היימישע נגינה, וועסטו מאכן א געהריגע סידי פאר $17, און וועט האבן צוטריט פאר 20,000 משפחות,
און נישט א באמבאסטישע $50 פעקעדזש ווי אפאר טויזענט משפחות וועלן האבן צוטריט.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג דעצמבער 01, 2019 6:54 am

די אלגעמיינע עולם האלט נאך פארן קויפן איז וויאזוי קען מען שרייבן מיט א זיכער קייט אז עס איז נישט ווערט א פופציגער?!

אזויפיל העל איך שרייבן , איך העל נישט קויפן פאר איינער העט מיר באמת משכנע זיין אז דא איז די פלאץ וואו איך זאל יעצט אויסגעבן א פופציגער
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

צווייער
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 11, 2019 2:56 pm

תגובהדורך צווייער » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 3:00 pm

איך האב געוואוט אויף"מער ווערט פון 50" נישט וויל סאיז מער ווערט פון אנדערע סידיס נאר וויל עני שיינע סידי איז ווערט מער פון 50

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 3:01 pm

נאך איין אשכול איבערן פריאקעט און סברעכט די רעקעט פון די וועקסינס אלטס נושא מיט די מערסטע אשכולות
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 3:08 pm

די קעפל פונעם אשכול איז נישט רעלעוואנט צום אנקעטע.

איז א 50 דאלער צי סאך? - יא באמת. עס איז א שיינע מטבע און איך קען זיך נישט ערלויבן דאס צו שפענדן פאר א סידי
איז די סידי ווערד 50 דאלער? - יא זיכער. איך האב עס נאכנישט געהערט, אבער ווי מען שמועסט איז עס באמת ווערד.
אבער די צווייטע פאקט טוישט גארנישט אויף די ערשטע

אור
שר האלף
תגובות: 1968
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 3:37 pm

ויפיל נאך אשכולות איז אין פלאן פאר די איבערלעבעניש?
:|

מי כעמך
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

תגובהדורך מי כעמך » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 6:06 pm

50 דאללער א סידי איז טאקע אן איבערלעבעניש
אז מ'איז פארבינדען פון אויבן פאלט מען נישט פון אונטען 10x(כרובים עליונים)

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 7:26 pm

50 דאללער פאר א היילי פראפעסיאנאלע אלבוים איז נישט קיין סאך.
באמת רוב פון די פראפעסיאנאל סידיס וואס קאסט ארויסצוגעבן א הונדערט אלפים ויותר.
און סאיז אינגאנצען דא אפאר טויזענט אידען פון גאנץ כלל ישראל וואס קויעפן עס. וואלט עס געדארפט קאסטען מינימום הונדערט דאללער.
(דאס וועט אייך יעדער ביזנעס מאן זאגען וויפיל דארף מען צוריק מאכען אויף א השקעה פון 100 אלפים און הונדערטער שעות ארבייט)

נאר וואס דען. די פרייז האט זיך אנגעהויבען ביי ביליגערע סידיס. און ווען סאיז נאכנישט געווען אזופיל סידיס אויף די מארקעט. און מהאט נאך געקויפט מער.

ממילא די סידיס איז געבליבען אדער א האבי פאר עשירים וואס זענען גרייט צו ספענדען געלט פאר א האבי.
אדער א גאלדענע ביזנעס קארד פאר א זינגער וואס איז גרייט צו נעמען א געמבעל פאר זיין קאריערע.
אבער איינער וואס וויל ארויסנעמען געלט פון זיין השקעה זאל עפענען א גראסערי און פארקויפען שבת ארדערס פאר קינדער געבענטשטע פאמיליעס ער זאל זיך ארויסלאזען פון די ליין

יא די סטודיאוס וואס זענען אויפגעפיקט מאכען שיין געלט. אזוי אויך די זינגערס און שפילערס. כל זמן שהשעה משחקת להם מאכען אויך פרנסה. אבער אלבוימס נישט.
אחוץ אפאר געציילטע וואס גייען אריבער די טרעשהאלד פון פינעף טויזענט שטיק.
ממילא פאר די מוזיק ליבהאבערס מעג מען בעטן הונדערט דאללער און מער.
די פארשטייט דערצו. באצאל....
און סקוקט מיר אויס אז די שבת פראיעקט הייבט אן ארויסצונעמען דעם מושג אז א מוזיק אלבוים זאל קאסטען 17 דאללער.
נאר וואס דען מהאט אויפגענומען מארקעטערס א באנדע בלאפערס און שקרנים וואס ארבעטען אויף די געפילען פונעם עולם. אז פילען א טעם אין שבת גייט באנאזאם מיט דעם אלבוים. ממילא פאר קדושת שבת דא באצאלט מען..
.און צו דעם לייגט מען צו א שיינע בעג. מיט א קי טשעין סזאל זיך גיט הערן די אינקריעס.

און די גרעסטע ראי' לדברי איז. אז רוב פון די נעמען וואס פראמאטען דעם סידי. זענען פארנומען כסדר צו ארויסגעבן און ''פראמאטען'' אנדערע סידיס. וואס הרגעט אפ די אידישע געפילען פון אונזערע קינדער.

משטיפט ארויס זינגערס אויף די מארקעט. וואס אחוץ וואס זיי זענען אליינץ קלים וריקים.ברענגען זיי אריין א חיה'שקייט ביי חתונה'ס מיט אלע מעשיגענע ניגונים.
און נאכדען ווילסטו ער זאל פילען א טעם אין שאבבעס.
ווייסטו וואס. לא מעוקצץ ולא מדובשך.
הארגע נישט אפ מיין אידישקייט און פארעכט מיר נישט מיין אידישקייט.
הרב מלאך האט זיכער גיטע כוונות און א חלק פון די זינגערס זענען איידעלע זינגערס אבער.....וכ'ו וכ'ו

עכ''פ יעצט איז עס שבת. די נעקסטע איז א איבערלעבעניש פון כיבוד אב ואם. נאכדעם א איבערלעבעניש פון גיין אין חדר. וואטעווער...יא גאט די פוינט.
דער עיקר אז מגייט קענען בעטן מער פאר א' סידי וואס איז אן איבערלעבעניש. און שוין.
ומחה ה' אלוהים דמעה מעל כל פנים וחרפת עמו וכו''
גיט טשאבבבבבבעעעעעס.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 8:52 pm

סארקאזי האט געשריבן:און די גרעסטע ראי' לדברי איז. אז רוב פון די נעמען וואס פראמאטען דעם סידי. זענען פארנומען כסדר צו ארויסגעבן און ''פראמאטען'' אנדערע סידיס. וואס הרגעט אפ די אידישע געפילען פון אונזערע קינדער.

נישט אויפגכאפט די נקודה

ער זאגט א שטארקע פוינט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

לאמיר פארשטיין
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 01, 2016 9:56 pm

תגובהדורך לאמיר פארשטיין » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 9:17 pm

;l;p-
איינס האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:און די גרעסטע ראי' לדברי איז. אז רוב פון די נעמען וואס פראמאטען דעם סידי. זענען פארנומען כסדר צו ארויסגעבן און ''פראמאטען'' אנדערע סידיס. וואס הרגעט אפ די אידישע געפילען פון אונזערע קינדער.

נישט אויפגכאפט די נקודה

ער זאגט א שטארקע פוינט


;l;p-

סקאראמוטשי
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

תגובהדורך סקאראמוטשי » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 1:56 am

$15 פאר אן אלבום ווייסט איר שוין אז עס איז נישט צו סאך, אייער שאלה איז אויף $50. אהא


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט