בלאט 1 פון 7

אנאליזן - שירים ושיעורים - חהמ״פ תשע״ט

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 2:07 am
דורך כלל וכלל
מיינע צוויי צענט!

א הערליכן מעמד געווען! רוב האבן געוויסט וואס צי עקספעקטן און זענען ארויס זייער ציפרידן

אפאר קרישקעלעך

1) א שטארק חסודישער עולם. פין בחורי חמד ביז ערנסטע יונגעלייט בני תורה ביז בני שישים. כגלייב אז אלע וואס האבן נישט פארשטאנען וואס דאס גייט זיין אנדערש פין א רעגולער קאנסערט, זענען שוין קלאר. כבין זיכער אז ניינציג פראצענט זאל איז ביי קיין קאנצערט קיינמאל געווען. ניטעמאל די נסיון געהאט

2) הערליכער ניגונים קאלעקשען!! פין סקולען צו וויזניץ, פון ווישעווער צי רבי יו״ט ערליך. הערליכע אלטע פארצייטישע ניגונים מיטן אמאליגן חן!

3) ר׳ אברהם מרדכי מאלך איז זייער פיין געווען! געגעבן דעים טאן בעפאר יעדע פרישע סעט. מעורר געווען איבער ווי נגינה האלט היינט.

4) די סוקסעס פונעם עולם׳ס מיטזינגען איז געווען די סופרייז פונעם נאכט. פינטעל! סהאט געדינערט א קול נגינה אין זאל. פין א קאמפלעצירטע מה אשיב, צום בעש״ט אדון עולם, ביז ר׳ משה גאלדמאן׳ס אני מאמין. סהאט נישט גענימען ווי א האלבע שעה ביז די עולם איז געווען פולי אין! און פון דארט איז די קול נאר געווארן שטערקער אין מאכטפולער! נישט נאר איך בין געווען סופרייזד נאר די מאזיקאנטן אין שירה מיטגלידער אויך.



כבין שוין געווען ביי פולע קומזיצן אין מעמדים. אזאנס האב איך נאכנישט בייגעוואונט! כבלייב ווען זיצן נאך פיר שעה. מיינע שכנים אויך.
געגרי מיט וואס זיי האבן געזאגט בעפאר. ווער סהעט א געפיל צי אלטע ניגונים איז דאס פרייסלעס!


דאס איז פאר יעצט. געציילטע קריטיק קרישקעלעך וועט נאכפאלגן. פארשטייט זיך נאר אז די אנפירער זאלן קענען פארבעסערן קימענדיגס מאל

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 2:18 am
דורך א גולם
בין איך דארט געווען. יעדעס ווארט אמת ויציב.
געלוינט די פאר גראשען

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 2:22 am
דורך א גולם
דער הרב פילאפף איז אויך נישט אוועק צומאכן.

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 2:22 am
דורך מצב כללי
זייער הנאה צו הערן

א ליסטע פון די ניגונים בערך?

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 2:25 am
דורך א גולם
געלעגן אויף יעדעמס בענקל א זעקל.
20190424_010540.jpg
20190424_010540.jpg (512.95 KiB) געזעהן 4489 מאל

20190424_010632-1.jpg
20190424_010632-1.jpg (724.09 KiB) געזעהן 4489 מאל

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 2:31 am
דורך א גולם
מצב כללי האט געשריבן:זייער הנאה צו הערן

א ליסטע פון די ניגונים בערך?


מהאט נישט געזינגען קיין איין ניגון וואס איז מחבר געווארן פין איינער וואס איז נאך בחיים

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 2:34 am
דורך גראבער
א גולם האט געשריבן:דער הרב פילאפף איז אויך נישט אוועק צומאכן.


יא. רבי משה אהרן פיליפ האט אריין געפירט דעם עולם צום מעמד. מיט זיין אראטארישען קראפט האט אויסגעקוקט ווי פאר דעם אליינס האט זיך געלוינט צו קומען.
כרעד שוין נישט פון די השתוקקות לגאולה ווי שיין און עמאציאנאל ער האט עס ארויס געברענגט. געזען ביי אפאר שכינים טרערן אין די אויגן.

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 2:35 am
דורך ווער איז דאס
א קידוש השם
א לעקציע פארען יוגענט אז סאיז דא א גישמאק אין אלטע ניגונים

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 2:37 am
דורך אזוי וויל איך
א גולם האט געשריבן:בין איך דארט געווען. יעדעס ווארט אמת ויציב.
געלוינט די פאר גראשען

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 2:38 am
דורך שכל'דיג
בילדער פונעם עולם. ביטע.

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 2:39 am
דורך שכל'דיג
וויפיל מענטשן זענען דארט געווען בערך?

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 2:41 am
דורך הארמאניע
כ'ווייס נישט וויאזוי עטס קענטס ענק אזוי שנעל מצמצם זיין דאס אראפצומאלן! כ'קען נישט אנפאנגען טראכטן פין עפעס אנדערש ווי דער עולם'ס מיטזינגעריי!

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 2:41 am
דורך א גולם
שכל'דיג האט געשריבן:בילדער פונעם עולם. ביטע.


No Cellphones
No Camreh
No Video
No Recorders

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 2:43 am
דורך א גולם
שכל'דיג האט געשריבן:וויפיל מענטשן זענען דארט געווען בערך?



ווייסעך נישט קיין נומערן, אבער א שיינע פילע זאל

דא דארט געווען א ליידיג בענקל

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 2:48 am
דורך כלל וכלל
אט זענעו טייל פון מיינע הערות. ביטע נישט אנעמען אלס קריטיק, ווייל כוויל דאס זאל אנהאלטן!
און כבין זיכער אז רוב עולם וואס איז דא געווען וועט קימען נאכאמאל און די שם טוב וואס דאס וועט האבן וועט העלפן אנפולן אפילו א גרעסערע זאל קימענדיגס מאל! מענטשען האבן נאטורליך מורא פון אן אומפראבירטע זאך.

1) יעדער האט געוואלט אין געפלאנט איבערציגעבן די סעלפאונס ביים אריינגיין. די מעטעל דיטעקטערס איז געווען אביסעל איבערגעטריבן!

2) טייל מאל, בעיקר די ערשטע האלב, האט אויסגעקיקט ווי סאיז די א ניגונים ליסט וואס דארף געקאווערד ווערן פאר יעדן פרייז. היפש אפגעכיפערט אפאר ניגונים. סאיז צייט איינציזעהן אז א גיטע ניגון מעג ווערן איבערגעזינגען צוויי דריי מאל. שפעטער איז דעי פרט געווארן בעסער

3) די בחורישע קלאטשערייען נאך יעדע סעט האט נישט אויסגעפעלט. געזען אפאר ערנסטע אידן אין מיין געגענט שפירן אימבאקוועם דערפון. כווייס נישט וויזוי מקען דאס אפשטעלן, כזאג נאר מיין אויפפאסונג

4) וזה העיקר. וויבאלד מהאט געוואלט דער עולם זאל מיטזינגען האט מען געזינגען ניגונים וואס דער עולם קען. סאיז אבער די אזופיל הערליכע ניגונים וואס איז נישט אזויפאפולער. אלטע סקולענע ניגונים, ר׳ בעריש ווישעווערס בר יוחאי וכו׳, קימענדיגס מאל האלט איך מזאל אנאונסן בעפאר, די פאר אומבאקאנטע ניגונים וואס מגייט מגלה זיין, מזאל פארשפרייטן די טרעקס אז דער עולם זאל זיך קענען אנגרייטן. דאס וועט העלפן זיכער מאכן אז די געוואלדיגע אוצרות ווערן נישט פארגעסן. אין אז די אווענט זאל העלפן מגלה זיין אוצרות, נישט נאר חזר׳ן די עקזעסטירענדע אוצרות.


צי ענדיגן מעין הפתיחה. כהאב שטארק הנאה געהאט, און כבין שטארק דאנקבאר פאר די עסקנים וואס האבן דאס געמאכט צישטאנד קימען!

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 2:52 am
דורך איצל פיצל
א גולם האט געשריבן:
שכל'דיג האט געשריבן:בילדער פונעם עולם. ביטע.


No Cellphones
No Camreh
No Video
No Recorders

Voice recorder האט מען יא אריינגעלאזט, כ'האב געזעהן ווי דער גארד באקוקט איינעמ'ס און לאזט אים אריין דערמיט, און מיין שכן נעבן מיר האט געהאט איינס אפענערהייט.

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 2:58 am
דורך מצב כללי
צו וואס האט אויסגעפעלט מעטעל דעטעקטערס?

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 3:25 am
דורך גם זקנתי
איז פינקי למעשה דארט געווען?

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 3:52 am
דורך fiena nieas
וואס איז געווען די איידיע דערפון קען איינער אריינקימען קלאר?

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 7:58 am
דורך פוילישער
דער פראגראם האט זיך אנגעהויבן דורך ר' משה אהרן פילאפ, איבערגייענדיג די גרויסע כח הנינגה ביי כלל ישראל אין אלע תקופות.

דוד המלך איז דורך זיינע יארן מיט'ן פידל אין די הענט. כלל ישראל ביים ים סוף זענען צוגעגעקומען צו אמונה ביי אז ישיר משה. כפרות עוונות דורך די קרבנות איז געווען דורך די זמירות פון שבט לוי. אזוי האט ער אויסגערעכנט ווי אזוי ביי די צווייטע וועלט מלחמה האבן זיך איד מחזק געווען מיט נגינה. און דער סקולנער רביס האבן משפיע געווען זייער קדושה דורך ניגונים אא"וו.

דערנאך האט ער ארויסגעברענגט אז מען הערט זייער אסאך האקן און מוסר זאגן וועגן אומערליכע נגינה, וואס טאר זיך נישט געפינען ביי אונז, אבער קיינער רעדט נישט פון די פאזיטיווע זייט פון די כח הנגינה וואס פארא השפעה דאס האט למוטב, און דאס איז וואס שירים ושיעורים האפט בעז"ה צו דערפילן.

ער האט נאכגעזאגט זייער טרעפליכע און מורא'דיגע דיבורים פון חסיד'ישע ספרים תלמידי בעש"ט איבער די השפעה און כח פון נגינה, וואס איך געדענק איז פון אוהב ישראל, זכרון זאת פונעם חוזה, קדושת לוי, וואס סוועט זיך לוינען צו צו הערן די רעקארדירונגען דערפון.

דערנאך האט מען אינאיינעם געזינגען און פארברענגט, ווען פון הינטערווייליכטץ שפילט" פרייליך בענד" אינאיינעם מיט "שירה קווייער".

די ניגונים וואס מען האט געזינגען איז געווען פון מחברים א שטייגער ר' ליפא לויאש, בעריש ווישעווער, משה גאלדמאן, יו"ט ערליך, בנציון שענקער. און למעלה בקודש פונעם הייליגן תניא די דביקות'דיגע ד' בבות, וואס איז געזינגען געווארן אין אן העכער ווארימעדיגע אטמאספערע. ווארעמע אלטע ליובאוויטש ניגונים. אזוי אויך הארציגע קאמפיזיאציעס פון וויזינץ, אהבת ישראל, אמרי חיים, ישועת משה. פארשטייט זיך אויך הארציגע לידער פון די סקלענע רבי'ס. און נאך אלטע פארצייטישע מעלאדיעס וואס ברענגט ארויס די טיפע אידישע געפילן וואס א אידישע ניגון טראגט מיט זיך.

צווישן איין ליד און דער אנדערער האט מען זיך דערקוויקט מיט פערל ווערטער פון הרב מלאך, וואס האט צוגעגעבן צו דער נאכט גאר אסאך, ערגענצנדיג עס אלץ א חסידישער פארברענג ווי דער חסיד אינעם אמאליגן קלויז אדער שטיבל.

דער אטמאספער דארט איז געווען דערהויבן און חסידיש. טעימה איז געווען טענשערינס מיט בעננענס, גרעיפ דשוס און סעלצער. איינע פון די שטארקע חידושים איז געווען אז ס'האט זיך נישט געפינען קיין סעלפאונס ביים עולם, אזוי איז געווען א ריכטיגער זמן חירותינו אן די פרעשור פון ווערן געשטערט, און די לחץ פון ווערן אפגעכאפט אויף א קליפ. דאס האט זיכער צוגעגעבן צום סוקסעס פונעם אווענט.

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 8:01 am
דורך קיסריה
fiena nieas האט געשריבן:וואס איז געווען די איידיע דערפון קען איינער אריינקימען קלאר?


כשרע ענטערטעינמענט
היימישע ווארימע ניגונים
בחורים און אינגעלייט זאלן געוואויר ווערן אז אידישע ניגונים איז נישט ״היפ-האפ״, דזשעזז אדער ״ראק׳נ ראלל״!

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 8:11 am
דורך קיסריה
א גולם האט געשריבן:
שכל'דיג האט געשריבן:בילדער פונעם עולם. ביטע.


No Cellphones
No Camreh
No Video
No Recorders


דאס איז די גרעסטע סוקסעס
ס׳זאל נישט זיין קיין שום סמארטפאון / קאמערע

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 9:27 am
דורך פלאחותיך
חסדי ה'
איך האב שטארק ארויסגעקוקט אויפן מעמד ס'זאל זיין א סוקסעס. אפילו דאס מאל איז מיר נישט אויסגעקומען זיך אליין צו קענען באטייליגן, אבער כ'האף בעזהשי"ת דאס קומענדיגע מאל וועל איך יא קענען.

לויט ווי מ'לייגט עס דא אראפ איז עס באמת געווען פון די כשר'סטע פארברענגען צוגעשטעלט באמת פאר די ערליכע הייליגע קרייזן, אין די פאסיג'סטע צייט דעם יו"ט להודות בשיר והלל.

לגביי די פאר אידעלעך וואס רעדן זיך אפ וועגן די מעטל דיטעקטערס, אז ס'איז איבערגעטריבן, אויב איז דער עולם טאקע אזוי גרייט איבערצוגעבן זייערע סעלפאונס, זענען זיי אויך זיכער גרייט דורכצוגיין די מעטל דיטעקטערס, זיכער צו מאכן אז ס'וועט נישט זיין 1 אדער 2 אויבער חכמים וואס וועלן זיך ממש נישט קענען פויעלן ביי זיך ארויסלאזן אזא שיינע מחזה הוד און נישט פאראייביגן אזאנע זכרונות, און במילא וועלן מוזן בע"כ כאפן אפאר געציילטע קליפס ממש נגד רצונם הטוב פון אויספאלגן די פארלאנגטע תקנות המקום

און היות רוב ציבור וויל זיך נישט טרעפן ארומרייזענדיג אויף קליפס בכל קצבי תבל איז עס א גאר גוטע זאך און ס'ווייזט אז די אנפירערס מיינען עס טאקע ערנסט און ערליך

ווייסט איינער צו ס'וועט זיין צו באקומען אן אודיאו סי-די פונעם מעמד?

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 9:44 am
דורך הארמאניע
די אודיאו איז געווארן פראפעסיאנאל אפגעכאפט און וועט אי"ה זיין צו באקומען.

ס'געפעלטמער וויאזוי דערעולעם טרייט מסביר צו זיין די קאנצעפט פון די איווענט. אווי מ'האט פרובירט פון פאראויס.

חברה! דאס געפיל פין מיטזינגען מיט אזא חשובן ציבור אזאנע שיינע אלטע ערליכע ניגונים (וואס רוב פין די ניגונים זענען היינט געלעיבלט אלץ בארינג) און נאכדערצו ווען מ'זעט ווי שיין די ניגון ווערט מיט אזא פראפעסיאנאלע בענד/קווייער איז (ווי האט יענער געזאגט?) פרייסלעס! און זייער שווער מסביר צו זיין.

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 9:59 am
דורך איש האשכולות
גם זקנתי האט געשריבן:איז פינקי למעשה דארט געווען?

ניין