כשרונות תשע"ט

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
יסוד ארי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 26, 2017 9:48 pm
לאקאציע: אין וואלד

תגובהדורך יסוד ארי » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 11:13 am

נומבער איינס, עץ חיים היא, איז גאנץ א שיינער ניגון

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1871
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 12:23 pm

איך האב געשטימט אויף זכרנו דער האט עכטע טאלאנט.

ווי אויך קומט ער אריין מיט פול פאוער...
לעצט פאראכטן דורך פעיק נוז אום מוצ"ש נובעמבער 17, 2018 10:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
בענאנע שאלאכץ
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 01, 2017 6:46 pm

תגובהדורך בענאנע שאלאכץ » מוצ"ש נובעמבער 17, 2018 7:54 pm

איך האלט זייער שטארק פון רופא כל בשר
איך רעד נישט פון די טון אבער ווען מען הערט צו די גראמען הערט מען אז ס'איז א גוטע פוינט

זייער קלוג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » מוצ"ש נובעמבער 17, 2018 8:15 pm

יא איך האב אויכט זייער ליב נאמבער 3 רופא כל בשר עס איז זייער א שיינע ניגון.
עס האט אבער א חסרון איך האלט נישט אז עס איז א ניגון וואס מען קען סתם אזוי זינגען, עס איז מער געמאכט פאר א פרעזענטעישן פאר א דינער פאר א ארגענזאציע וואס נעמט קער פין אזלכע זאכן.
אבער חוץ מזה איז עס א הערליכע ניגון, שיינע גראמען
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 720
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » זונטאג נובעמבער 18, 2018 7:49 am

די מערסטע האב איך הנאה דעם יאר, אז עס פארט צייטליך. ניין אזייגער איז ניין אזייגער. עס איז שוין די דריטע וואך, און יעדעס מאל איז עס געווען אויפ'ן סיסטעם פונקט אין צייט. קיפ אפ די גוד ווארק, קול מבשר!

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג נובעמבער 18, 2018 10:22 am

יסוד ארי האט געשריבן:נומבער איינס, עץ חיים היא, איז גאנץ א שיינער ניגון

א אלטע ניגון, מאדנע.

עס איז געווען אויף די "תהלימל" אלבום פון משפחת טייכמאן
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
טיכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

תגובהדורך טיכטיגער » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 5:35 pm

הערט דעם פרישן מבינים פענאל, העכער צוויי שעה אינהאלטסרייכע ידיעות. מיט וואס האבן זיך געטוישט די היינטיגע חתונות פון אמאל? קוים געמאכט זיין ערשטע ניגון, ארויף אויף די ערשטע כשרונות פענאל, און... וואס האט ווייטער פאסירט? און אויף וואס האבן זיך די מבינים געדארפט פארענטפערן? דערקוויקט אייך מיט דעם הערליכן שמועס צווישן מאיר אדלער, מוישי אייזנבערג און דער גאסט-מבין זשעי-זשעי פריעד.

אויך קענט איר הערן די פרישע ניין ניגונים, אויף קול מבשר - כשרונות, 4-4 פון די מעין מעניו, און דערנאך פון 1 ביז 9 פאר די פרישע לידער.

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלפיים
תגובות: 2115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 6:06 pm

נומבער 9 איז א סאליד סאליד ניגון!

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14043
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 6:31 pm

טיכטיגער האט געשריבן:הערט דעם פרישן מבינים פענאל, העכער צוויי שעה אינהאלטסרייכע ידיעות. מיט וואס האבן זיך געטוישט די היינטיגע חתונות פון אמאל? קוים געמאכט זיין ערשטע ניגון, ארויף אויף די ערשטע כשרונות פענאל, און... וואס האט ווייטער פאסירט? און אויף וואס האבן זיך די מבינים געדארפט פארענטפערן? דערקוויקט אייך מיט דעם הערליכן שמועס צווישן מאיר אדלער, מוישי אייזנבערג און דער גאסט-מבין זשעי-זשעי פריעד.

האסט פארגעסן פון די ושמחת בחגך פון א אכט יעריג קינד

אור
שר האלף
תגובות: 1612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 6:35 pm

#1 אמת ואמונה קוקט אויס ווי א פערטיגע ירמי' דמן בעלזע ניגון

אוועטאר
יסוד ארי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 26, 2017 9:48 pm
לאקאציע: אין וואלד

תגובהדורך יסוד ארי » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 8:21 pm

גארנישט מיט נישט האט געשריבן:נומבער 9 איז א סאליד סאליד ניגון!


איי עגרי
געשטימט נומבער 9

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1871
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 8:27 pm

בכלליות איז דא גאנץ שוואכע סחורה די וואך, איין ניגון (איך געדענק שוין נישט וועלכע) זעהט אויס ווי עס ווערט געמאכט דעמאלטס אויפן פלאץ.

איך האב געשטימט פאר 7 הגם די דערליווערי איז היבש שוואך אבער די ניגון פאר זיך ווען מען טראכט אריין איז זייער א שיינע ניגון.

נומער 8 און 9 זענען אויך זייער שיין, אבער בעיקר כאפט עס צוליב זייער גוטע דערליווערי.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4578
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 10:16 am

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:
דע מה שתשיב האט געשריבן:
ריטער טויערדאנק האט געשריבן:א אנדערע זאך וואס אהרט מיך, אויב מעג איך זאגן דא. אין די אלגעמיינע וועלט ווען איינער גייט אויף אזא סארט פראגראם, אפילו אויב מאכט ער עס נישט, גייט ער נאך אלס ארויס מיט ריווח. מ'הערט פון אים, ס'ברענגט פובליסטי, ער האט א בעסערע טשענס צו שיינען - נאר ווייל ער האט זיך ארויסגעשטעלט. איך זעה נישט א זינגער זאל גיין קאנטעקטן א קאמפאוזער פשוט ווייל ער האט א ניגון אויף כשרונות וויט אל דו ריספעקט. אדרבה אויב עמיצער ווייסט אנדערש איך בין גרייט צו הערן.


לוי פאלקאוויטש דערמאנט די וואך אויף כשרונות, אז דער ניגון אני מאמין וואס שימי ענגל האט אויף זיין סי די איז פון די ערשטע יאר כשרונות.

אגב, איך האב זיך פארבענקט צו דעם גראמען כשרונות ניגון איבער דעם אלטן בחור, וואו קען איך עס טרעפן?

דאס איז 'אני מאמין' פון שימי ענגל סי די.

סאיז פון די ערשטע יאר כשרונות???

engel ani maamin...jpg


אגב. די צווייטע יאר כשרונות, איז געוועהן א 'אני מאמין', אבער א גאנץ אנדערע ניגון!

זעה דא
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=18&t=35532

.
maamin second year kishroi.JPG


יא. עס איז געווען אויף כשרונות פאר שמעי האט עס גענומען.

די אני מאמין פון וואס דו רעדסט האט שמעי׳ פישער קאמפאזירט. ער זינגט שוין היינט צוטאגס אויף חתונות.

עס איז געווען די 3 וואך די זיבעטע ניגון דאכט זיך
גראדע דארט איז עס געווען זייער שנעל א דיסקא
ווען אויפן סידי איז עס א שטאטע.
אגב אינטערסאנט צו הערן די רעיטינגס דארט.. זייער שוואך
ווען למעשה די ניגון איז מיין פעיווערטס פון שימי'ס סידי.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 1:42 pm

eller האט געשריבן:עס איז געווען די 3 וואך די זיבעטע ניגון דאכט זיך
גראדע דארט איז עס געווען זייער שנעל א דיסקא
ווען אויפן סידי איז עס א שטאטע.
אגב אינטערסאנט צו הערן די רעיטינגס דארט.. זייער שוואך
ווען למעשה די ניגון איז מיין פעיווערטס פון שימי'ס סידי.

סוף ניגון מאכט עס שימי אויך שנעל
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט

אוועטאר
טיכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

תגובהדורך טיכטיגער » פרייטאג נובעמבער 23, 2018 12:56 pm

כשרונות
מיט פרייד איז געמאלדן געווארן אז דער גאסט-מבין דעם מוצאי שבת, וועט זיין דער בארימטער בעל מנגן חיים בלומענפעלד, וועלכער איז באוואוסט מיט זיין מבינות אין פארשטאנד צו א ניגון. אויף קול-מבשר (4-1) טוט דער אלוועלטליכער בעל-מנגן בערי וועבער אויסדריקן זיינע געפילן, פארוואס חיים איז דער פאסיגער קאנדידאט צו זיצן אויפ'ן ריכטער שטול.

קרתא דשופריא
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 9:28 am

פורים רב'ס ניגון

תגובהדורך קרתא דשופריא » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 3:36 pm

אור האט געשריבן:#1 אמת ואמונה קוקט אויס ווי א פערטיגע ירמי' דמן בעלזע ניגון

די ניגון האט קאמפאזערט ר' אברהם הלוי שישא לאנג יעריגער פורים רב אין דושינסקיא

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1871
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 5:18 pm

די וואך איז דא היבש פיינע ניגונים
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
טיכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

תגובהדורך טיכטיגער » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 12:50 pm

א גאר אינהאלטסרייכער פאנעל איז ארויפגעשטעלט געווארן, וואו די מבינים טוען דורך פרישע ניין ניגונים פון "כשרונות", און איינע פון זיי זענען זיי גרייט שוין אפצוקויפן כמו שהוא. אויך ווערט געמאלדן אז די כשרונות/גראמען וועט זיך אנהויבן אין די קומענדיגע וואכן, באלד נאכדעם וואס כשרונות/קאמפאזיציעס ענדיגט זיך. די גראמער ווערן געלאדנט שוין יעצט צו שרייבן זייערע גראמען, ווייל עס וועט זיין א 'דעדליין' ביז ווען מ'וועט קענען אריינשיקן און נאר די וועלכע וועלן קומען אין צייט, וועלן גענומען ווערן אין באטראכט.

אין אנדערע נייעס טוט 'כשרונות' פארשלאגן פאר די בעלי מחברים פון די ניגונים, צו פארהערן די מבינים איינס-אויף-איינס. אזוי אויך אויב איינער פון די צוהערער שפירט זיך פאסיג צו דינען אלס מבין, קען ער אריינשיקן זיין אינפארמאציע צו די כשרונות עי-מעיל. kmk4music@gmail.com.

נאר מיט שמחה
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2018 1:31 pm

קרתא דשופריא האט געשריבן:
אור האט געשריבן:#1 אמת ואמונה קוקט אויס ווי א פערטיגע ירמי' דמן בעלזע ניגון

די ניגון האט קאמפאזערט ר' אברהם הלוי שישא לאנג יעריגער פורים רב אין דושינסקיא

ווער איז דער? ר' שלום'ס ברידער?
זינגט מען די ניגון כסדר אין דושינסקיא??.

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » פרייטאג נובעמבער 30, 2018 11:52 am

The guest expert on this week's #KolMevaser @Kishronos panel will be the new composer @HershyWein Weinberger

ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 07, 2015 1:46 am

תגובהדורך ריטער טויערדאנק » מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 11:16 pm

eller האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:
דע מה שתשיב האט געשריבן:
ריטער טויערדאנק האט געשריבן:א אנדערע זאך וואס אהרט מיך, אויב מעג איך זאגן דא. אין די אלגעמיינע וועלט ווען איינער גייט אויף אזא סארט פראגראם, אפילו אויב מאכט ער עס נישט, גייט ער נאך אלס ארויס מיט ריווח. מ'הערט פון אים, ס'ברענגט פובליסטי, ער האט א בעסערע טשענס צו שיינען - נאר ווייל ער האט זיך ארויסגעשטעלט. איך זעה נישט א זינגער זאל גיין קאנטעקטן א קאמפאוזער פשוט ווייל ער האט א ניגון אויף כשרונות וויט אל דו ריספעקט. אדרבה אויב עמיצער ווייסט אנדערש איך בין גרייט צו הערן.


לוי פאלקאוויטש דערמאנט די וואך אויף כשרונות, אז דער ניגון אני מאמין וואס שימי ענגל האט אויף זיין סי די איז פון די ערשטע יאר כשרונות.

אגב, איך האב זיך פארבענקט צו דעם גראמען כשרונות ניגון איבער דעם אלטן בחור, וואו קען איך עס טרעפן?

דאס איז 'אני מאמין' פון שימי ענגל סי די.

סאיז פון די ערשטע יאר כשרונות???

engel ani maamin...jpg


אגב. די צווייטע יאר כשרונות, איז געוועהן א 'אני מאמין', אבער א גאנץ אנדערע ניגון!

זעה דא
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=18&t=35532

.
maamin second year kishroi.JPG


יא. עס איז געווען אויף כשרונות פאר שמעי האט עס גענומען.

די אני מאמין פון וואס דו רעדסט האט שמעי׳ פישער קאמפאזירט. ער זינגט שוין היינט צוטאגס אויף חתונות.

עס איז געווען די 3 וואך די זיבעטע ניגון דאכט זיך
גראדע דארט איז עס געווען זייער שנעל א דיסקא
ווען אויפן סידי איז עס א שטאטע.
אגב אינטערסאנט צו הערן די רעיטינגס דארט.. זייער שוואך
ווען למעשה די ניגון איז מיין פעיווערטס פון שימי'ס סידי.

איינער קען שיקן די ארגינעלע demo? איך גלייב נישט ס'איז א דיסקא, דיסקא איז א 4 ביט און שימי זינגט עס אויף א 8 ביט
אויך נישט קיין שטייטע ניגון, ס'איז מער צו די רוהיגע זייט, אבער נישט שטייט מ'רופט עס upbeat קענסט טאקע הערן ווען שימי זינגט עס שנעל אז ס'איז די זעלבע ווי א דריטע טאנץ ניגון. א 8 ביט איז פשוט אראפגעסלויט א ראק
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-

אור
שר האלף
תגובות: 1612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 5:06 pm

די וואך ביים פאנעל פון די מבינים, אויף די געקליבענע ניגונים איז תלי משה די גאסט מבין
ער שניידט מיט א שארפע מעסער אז א רויעך גייט

אור
שר האלף
תגובות: 1612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 5:07 pm

אגב די וואך פענעל קען מען ארויסנעמען אסאך גוטע נקודות וויאזוי צו קאמפזען וכו.

אוועטאר
טיכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

תגובהדורך טיכטיגער » פרייטאג דעצמבער 14, 2018 11:57 am

הגיע הזמן צו קרוינען דעם געוואונער פאר כשרונות/קאמפאזיציעס תשע"ט.
נאך א משך פון פינף וואכן, וואס דער חשוב'ער ציבור האט אויסגעהערט די ניגונים - זעקס און דרייסיג אין צאל - און די חשוב'ע מבינים האבן דאס דורכגעטון און גערעיט, האלט מען ענדליך ביי דעם אונטערשטן פאזע פון דעם פראגראם, ווען די צוויי געוואונער פון די 'בעסט אוו די בעסט' האבן פארפאסט צוויי פרישע לידער און זיי וועלן ווערן אנאלאזירט דורך פינף (!) מבינים - צוויי מוזיקאלישע מבינים, און דריי אידן וועלכע וועלן פארטרעטן דעם המון עם, און שטימען בשם דעם חשוב'ן ציבור. ביי די ענדע פון דעם פענאל וועט באשטימט ווערן דער געוואונער פונעם כשרונות פארמעסט, און וואס זיין באלוין וועט זיין. ווארט מיט שפאנונג אויף דעם פענאל, קומענדיגן מוצאי שבת, ניין אזייגער. בעזהשי"ת.

קעניגליך
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2018 7:46 pm

תגובהדורך קעניגליך » פרייטאג דעצמבער 14, 2018 12:34 pm

הר"ר נפתלי משה איז פלאי פלאים,מקען הערן אז דא רעדט א פרעדאסער וואס האט אינטער זיין הענט צעינדליגער צי הינדערטער סידיס.מיט לאנגע יארן נגינה ערפארונג.
זייער געפאלן די נקודה ווען מהאט גערעדט אז אמאל זאגן מענטשן אז א ניגון איז איין פאל גע'גנבט,זאגט ר' נפתלי משה אז אמאל איז ארויסגעקומען א ניגון וואס איז געווארן פאפולער און איינער האט איהם געזאגט אז געוויסע תנועות איז געגאנבעט האט ער איהם געזאגט גיי זיי מסביר פאר מענטש אז מזאל נישט זינגן דעי ניגון ווייל סאיז דא געגאנבעטע תניעות....
כ'האב גראדע אמאל געהערט פון א פרעדאסער זאגט ער אויב מענטשן זאגן אז א ניגון איז א ליקוט פון תניעות זאגט ער ני אדרבה לאמיר זעין וואס די קענסט ברעינג מיר נאך אזעלכע לקיטום דער עולם ווער זייער הנאה האבן..


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: הרב_שלום, ממה נפשך און 21 געסט