נפתלי משה שניצלער פרעזענטירט: יונגערליך.

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20691
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

נפתלי משה שניצלער פרעזענטירט: יונגערליך.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 3:21 am

אה, סיז שטיל... יעדער שלאפט, שששש... איינער איז דא? וואו צינדט מען נאר אן די לייט? אך! אינגאנצן ארומגעדרייט דא די אפיס... וואו ליגט מיין טי... אה! מיי גאש! אינגאנצן שטויביג... די חברה האבן דא ארומגעדרייט, הא? שוין לאנג נישט דא געווען... אייטש... צופליקט מיין בענקל! לאמעך זעהן... אה, צייטליך'ס בענקל ליגט נאך דא אזוי שיין מיט א פלעסטיק...

טעסטינג טעסטינג... די מייק ארבייט בכלל? וואן טו... לאמעכעס איינפלאגן... איינס, מ'האלט? וואס איך בין לייוו? אה, ניין, דאס איז וויכי, כ'בין אריינגעקומען דא טשעקן מיין אלטע אפיס אין היכל הנגינה... יא! כאב גאר גוטע סחורה צו שעירן, לאמעך וויסן ווען כ'קען אנהייבן... כעלל זיין גרייט ביז 2 מינוט, כ'דארף אראפשלינגן די ריקאולע קענדי און ענדיגן די לויזע אייער - טיי...

אקעי, לאמעך וויסן ווען כ'זאל אנהייבן... יא, שכח...

א גוטן אווענט טייערע צוהערער, וואס מאכט איר? איר הערט נישט וואס איר גלייבט, הא? וויכי איז צוריק צום היכל הנגינה טישל מיט א פרישע פראיעקט, ווער האט געגלייבט! כליפ כליפ... געמער א טישו...

מיר האבן פאר אייך גאר אן אינטערעסאנטער אלבומם סלעש סידי פארצושטעלן...

אט הערט א מאנסע... געלויבט דער פון אויבן, דער באשעפער האט צוגעפיהרט אז די לעצטע פאר יאר איז מיר נישט אויסגעקומען קיין סאך זיך צו דרייען אונטער די קוליסן און שאפן אינסייד אינפארמאציע איבער סידי'ס פאר ס'קומט ארויס, האט אבער אזוי פאסירט כאב אריינגעוואנדערט צו מיין אלטן ידיד ערעב נפתלי משה'ן אין סטודיו, און שטייצעך אז ער איז נישט דארט געווען, וואס זוכט א שפיהלער אינמיטן א חתונה סעזאן אין סטודיא? אבער כאב געטראפן דארט אפאר נייע פנים'ער וואס כאב נאכנישט געקענט ביז היינט...

קודם מיין ידיד ערעב שלמה זלמן וועכטער, דער היינט באקאנטער זינגער (לב וואויסעס) און ארעינדזשד פון א שיינע פאר ניגונים, ער זיצט אין איינע פון די שטובער, ער שרייבט יעצט די קאורדס פאר אן אינסטראמענט וואס גייט שפיהלן אויף איינע פון די ימים נוראים ניגונים... שלמה זלמן שטעלט אפ וואס ער האלט אינמיטן טוהן, וויכי, ביסט געקומען הערן די נייע קינדער פראיעקט? פרעגט ער... די נייע וואס? פרעגעך אים צוריק, ווי א איד...

פון די נעקסטע שטוב הערט זיך א קול, קום אריין דא... גיי ווייס ווער ס'שרייט דארט... איך זעה א מענטש וואס פון די בילדער קוקט ער אויס ווי דער נייער שטערן - קאמפאוזער, הערשי וויינבערגער... ער ווייסט ווער איך בין, ער וויל הערן וואס איך זאג צו די נייע פראיעקט...

פאר מ'גייט ווייטער מוז מען באגריסן הערשי'ן... איך האב לעצטענס א מישען פון נישט קוקן אויף די בוק פון די סידי ווער ס'קאמפאוזד וואס, אבער די ניגון "וועמען זאלמען פרעגן וועמען" האבעך געוואוסט אז ס'קומט פון אים... זעמער אריין אין א דיסקאשן אביסל איבער דעם ניגון און אנדערע ניגונים... כ'וועל זיין א מודה על האמת, ווען כ'בין אריין אין סטודיאו האבעך נישט געהאלטן אז כעלל הנאה פון אים, נאך א אינגערמאן וואס מאכט ניגונים, א סטאר פאר 5 מינוט... אבער נאכן רעדן צו דעם אינגערמאן איז די מעשה אינגאנצן אנדערש... הערשי האט א געוואלדיגע חוש צו מוזיק, ער איז לדעתי אן עכטער קאמפאוזער, וואס פארשטייט צו בויען א ניגון מיט פירוש! פאר דעם אליין האצעך געלוינט אריינצווואקן אין סטודיאו...

העמער זיין צוריק סאאן...

אויש, וויזוי זאגט מען נאר ווען מ'פינישט?

רעפארטינג לייוו, וויכי פראם דע ק.נ.א. מוזיק העדוואטערס אין וויליפעסט...

מער נייעס נאך די קורצע לאנגע אדווערטייזמענט, פאר אדווערטייזמענט פארבינדט אייך מיט די רעד אקציע...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

שמערלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 4:29 am

וויכי בתפארה.

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 8:25 am

איי איי, וויכי אין די געזונטע יארן, מי יתן והי'

בא שבת בא מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 11:37 am

מיר ווארטן מיט שפאנונג... קום אריין קלאר...

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 646
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 11:42 am

וויכי קוקט אויס ווי חוני המעגל נאך זיבעציג יאר... ער האט נישט ווער ס'זאל איהם באגריסן פון די גוטע צייטן.... עניוועי מיר ווארטן מיט שפאנונוג!
לעצט פאראכטן דורך טעם וריח אום דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 12:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 12:26 pm

אהעם חוני המגל

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1102
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 12:29 pm

איך בין נישט ממש אין נגינה און אויך ניי דא , באט איך בין גרייט גוט צו ווערן מיט דיר וויכי. ... איך זאג עז גוט? וויכי?! אקעי.. עני וועי וויכי איך ווארט צו הערן מיט דזשארף אויערן ווייטער.
#מעקוויכיגרעיטעגען.
Mistakes Are Proof That You Are Trying -If You Fail to Plan, You Plan to Fail..

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1102
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 12:31 pm

איך זעה איז די ביסט געשטראנדערט און דיין, לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
Mistakes Are Proof That You Are Trying -If You Fail to Plan, You Plan to Fail..

אוועטאר
מקווה איד
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 1:10 pm

וויכי קום שנעל צוריק
איך בין נישט קיין שרייבער, ניין ניין!!!

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 3:22 pm

וועלקאם בעק וויכי

א שכח פאר די באריכט, ווי אר וועיטונג פאר די רעסט
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 4:25 pm

וואוי! האמיר דא צוריק און היכל הנגינה אונזער וויכי מיט די גאנצע געשמאק קנאק ענד ענערדזשי!
מפתחות של זהב
א חסידישע יונגערמאן אן לערנען חסידישע ספרים? זעה דא

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 4:48 pm

איך האב שוין לאנג געטראכט אז וויכי פון היכל הנגינה איז א זיידע פון
יעצטיגן וויכי יעצט זעה איך אז ער איז צוריק דא עפעס שטימט נישט דא?
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 7:17 pm

א נייער האט געשריבן:איך האב שוין לאנג געטראכט אז וויכי פון היכל הנגינה איז א זיידע פון
יעצטיגן וויכי יעצט זעה איך אז ער איז צוריק דא עפעס שטימט נישט דא?


פישל פון די היינטיגע פישל בוקס איז א אייניקל פון די ארגינעלע פישל פון 10 יאר צוריק
אויב ווילסטו עפעס פון מיר קענסטו מיר קענטעקטן אין אימעיל אדער הענגאוטס: ferdsminister@gmail.com

בא שבת בא מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 12:42 am

וויכי איך דארף ווארטן ביז 3:30 ?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20691
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 2:12 am

נו'שוין... היינט האבן די חברה אריינגעברענגט געהעריג א_וואו ס'פאסט פאר א ליל שישי... קאלטע רויטע מעלאונע, הייסע פאטעיטא קוגל, א באקס געפרוירענע פאקסיס, סופער סנעקס, עפריקאט, ניסלעך, ביר, וואס נישט? אט אזוי פלעגט די ביורא אויסקוקן אינדערהיים פארן קריג... נו'לאמעך צוריק צו מיין פלאץ... יאנאש ארבייט נאך דא? מ'דארף אביסל זויבערמאכן דא... וואו ליגט... אייש, געב אהער טישו'ס נעפקינס, עפעס... ווער לייגט אראפ א קאפ אנגעפולט מיט קאולע דא אז סאלזעך אויסגיסן?! נו זאל זיין גם זו לטובה... כאף נאר אז די נייע מייק איז נישט נאס געווארן...

אה, ב"ה ס'ארבייט, און איך בין רעדי צו גיין לייוו.... זאגמער נאר וואו האמער נעכטן געענדיגט? רגע, שאקול ניע בדברו... נו'וואס זאגסטע? וואו האמער געהאלטן? אה, יא... איז אזוי די מעשה... מ'הערט שוין?

ווייסמער שוין ווער דער קאמפאוזער הערשי וויינבערגער איז, אבער וואס איז די נייע פראיעקט מיט וואס די חברה זענען אזוי אויף ווי פייסעך נאכן מישן די חרוסת? (דעמאלטס איז מען אויף?) די חברה רידערן עפעס נישט נארמאל! די נייע פראיעקט! די "יונגערליך" סידי!

כ'בין נישט זיכער אין די דיקדוק פון די ווארט "יונגערליך" , צו ס'מיינט יונג-ערליך, אדער עניטינג עלס, אבער דאס קעמען זאגן בפה מלא, די סידי איז ערליך, און ווערט געזינגן דורך יונגעלעך...

ווי הערשי איז מיר מסביר איז די ציהל פונעם פראיעקט צוצושטעלן א היימישע סידי געזינגן דורך קינדער, א שטייגער ווי קעמפ שלוה סידיס, ווען ער האט מיר געזאגט אז ביי יעדע ניגון גייט זיין אן עדאלט סאולאו האב איך אנגעפאנגן צו גיבן נעמען וועם ער קען אלץ נעמען, האטער מיר געזאגט "איך קען נאר נעמען א מענטש וואס קיינער גייט נישט זאגן איך קען נישט ארייננעמען די סידי צו מיר אין שטוב", ער זאגט אז אפילו צווישן היימישע זינגערס זענען דא מענטשן וואס מ'איז צו מאדערן פאר זיי... די פראיעקט דארף זיין 100 "היימיש - ערליך און חסידיש" ...

די סידי האט דערווייל 10 שיינע ניגונים, קאמפאוזט ביי טאפ אוו די ליין היימישע קאמפאוזער, ווי ר' משולם גרינבערגער, פינקי, אליעזר קאליש, (כתר פון אייזיק האניג ועוד) יונה ליפשיץ (איך האב ליב דיין תורה -שמואלי אונגאר) און הערשי וויינבערגער... מוזיק איז געמאכט ביי "משה לאופער" און ביי נפתלי משה'ן און זיין מיטארבייטער שלמה זלמן וועכטער...

נו, הערשי, אפשר צינדסטו אן אביסל, לאמער הערן אביסל וואס דא טוצעך...

מי, מי אנוכי... ווער בין איך? די גיטאר הייבט אן מיטן אינטראו... ווער מאכט מוזיק? מ'הייבט אן מיט מיין חבר, שלמה זלמן וועכטער... א שיינע ווארעמע "אומפא"...

אייש די קינדערלעך מיט די זיסע שטומע... מי אנכי, ווער בין איך צו דאווענען? הייליגער באשעפער דו האסט געבעטן דאווענען, גרויסער באשעפער וועל איך יעצט דאווענען פאר דיר... זאלן נאר די קינדערלעך אזוי דאווענען ווי ווארעם זיי זינגן... מיט א היימישע חסידישע געשמאק! די סטרינגס גיבן צו צום ווארעמקייט... הייליגער באשעפער מיר ווילן דאווענען, אוי יוי יוי יוי דאווענען פאר דיר... הייליגער באשפער... פאר דיר... אזא סמאאד סימפל ניגון... קאמפאוזד ביי הערשי וויינבערגער, געוואלדיג!

פרעדיקשן #קומזיץ אלערט...


אחת, שאלתי... פאר וועמען לייגט מען אוועק די צווייטע ניגון? אוודאי פאר ערעב פינקי'ן... אחת אחת שאלתי, מאת ה'... ממש א חידוש אין סימפליסיטי... און די אינעסענס מיט וואס די קינדער זינגן איז אנריעל! געשמאק סמאאד... א פלעזשער! און אלעס מיטן "היימישן חסידישן" געשמאק... און ווער נאך ווייסט וויזוי היימישע מוזיק דארף אויסקוקן אויב נישט דער מייסטער פון א שיינע צאל ר' משה גאלדמאן ז"ל סידי'ס? יאפ! משה לאופער מיט זיין רייכע סטרינגס... איי ס'בענקט צוריק צום אמאל...


און אז מ'מאכט א חסידישע סידי נעמט מען ניגונים פון וועם? ר' משולם גרינבערגער, ער איז שוין וואויל באקאנט מיט זיינע הערליכע לידער... א לעבעדיגע הארא, מלוך על כל העולם כולו... זאל שוין זיין זאל שוין זיין זאל שוין זיייין... ווער ס'מאכט מוזיק? וואס גייטעס דיך אן? אקעי, נפתלי משה מאכט מוזיק... דא ווייטער איז אריינצובייסן ווי די זיסע קולעכלעך זינגן, זאל שוין זיין זאל שוין זיין זאל שוין זיין...

פרעדיקשן #יעדע חתונה!

די פלאן איז געווען אויסצולאזן די פערטע ניגון און גראד גיין צום פיפטן ניגון, ווייל ס'שפרינגט מיר... אבער היינט אויפן וועג ארויס אין קאנטרי האבעך איבערגעהערט די פערטע טרעק, מ'קענעם נישט פלעין אזוי אוועקוואשן... דער אליעזר קאליש האט געמאכט א ניגון וואן אוו עי קיינד, און ענליך צו די אנדערע ניגונים, איז נישטא קיין מורא'דיגע חידושים, בלויז פשוט סימפל... אומגלויבליך די פשטת... הרחמן הוא יברך את אבי מורי... אוי אותם, די קינדער לויפן נאך, אותם, ואת ביתם, נאכלויפן... די הארמאניס וויזוי די קינדער זינגן איז אריינצובייסן! און אנדערש ווי כאב געמיינט, זעה איך אז נפתלי משה מאכט די מוזיק אויף דעם ניגון... ס'האט מיר גע'סאונדט מער ווי לאופער אביסל... אבער אויף שניצלער פרעג איך שוין גארניש! ער ווערט נאר בעסער און בעסער...

אצינד שטיימער אויף גאר א דעליקעט ארט, צווישן טרעק פאר און טרעק פייוו, נישט אזוי? אבער די טרעק איז נישט מעגליך צו שרייבן יעצט ווען אלעס איז שטיל... כ'קענעס נישט הערן... כ'וועל אויפזוכן וואס כאב אפגעשריבן בשעתן הערן...
וויזוי פלעגט נאר די רבי זאגן? מחלוקת איז ס'ארגסטע... ביי די נעקסטע ניגון האבעך ממש געטיילט קלעפ! קודם איז אויפגעקומען די אלטע מחלוקה וואס איך האב שוין לאנג מיט די סידי ארויסגעבער, מ'דארף אנהייבן ארויסגיבן סידיס אן מיקסן... די מוזיק איז פיהל רייכער... די אינטראו אליין זאגט שוין אלעס! און צום מזל איז שלמה זלמן וועכטער אריבערגעקומען פון די אנדערע שטוב און ער איז געווען אויף מיין זייט! דער אלטער משה לאופער מיט א פרישקייט... א רייכע סטרינג און ברעסס סעקשן... צו וואס מיקסן און שניידן שטיקער, קאמפרעססן די גאנצע מעשה? לאז אזוי!!!

אבער דאס איז נאר די אנהייב... איך גלייב איך גלייב איך גלייב... זינגט מיט מיר צוזאמען, די דרייצן אני מאמין... העי! שטעל אפ!!! געווענליך פאר די ניגון איז נישט פארטיג די ערשטע מאל בלינק איך נישט, כ'מוז אויסהערן כאטש איין מאל כ'זאל פיהלן צו ס'האט עפעס מיט מיר... נישט דא! כאב געכאפט די ערשטע רגע אז דאס איזעס!!! הערשי מיט שלמה זלמן קוקן מיך אן ווי פון די לבנה... מ'האלט נאך ביים ערשטן פאל און איך שפרינג שוין... שא! שטיל זאל זיין! איך זאג פאר הערשי'ן איך זעה שוין וואו דו גייסט מיט דעם ניגון, זאלסט וויסן אז דאס איז אן אוצר אדיר! א דימאנט! שלייף עס און פיץ עס ווילאנג ס'איז פערפעקט! ער האט מיר דערציילט אז ער האט טאקע נישט אליין געמאכט די גראמען, נאר איינער עפעס אן אומבאקאנטע בדחן מיטן נאמען וועלווי פעלדמאן... וואס? אה! כאב געוואלט זעהן צו איינער הערט נאך אויס... דער באקאנטער בדחן וועלווי פעלדמאן האט געשריבן די גראמען, און איז איבערגעגאנגן די ווערטער מיט גוטע אידן צו מאכן זיכער אז ס'פארדרייט נישט די גארניש...

סיז באמת זייער זייער רייך, אבער כאבעם געזאגט אז אזא ניגון גייט לדעתי זיין אויפגעכאפט אין אלע היימישע סקולס וכד' ער זאל איבערגיין מיט וועלווי'ן צו נאך איינעם, אפשר קעמען שניידן אדער צולייגן, סתם טוישן א ווארט... אגב, כ'דארף פון וועלווי'ן בכלל נישט רעדן, יעדער קען זיין טאלאנט, אבער כ'מוז זאגן, און דער עולם וועצעך אליין איבערצייגן, ער האט געשריבן גאר רייכע ווערטער... סימער געפאלן למשל ער שרייבט אויף לא תהא מחולפת... איך וואלט געשריבן פארטוישן, ער שרייבט "בייטן", לדעתי איז דאס פיהל רייכער... הערליך איז יא דאס ווארט! הערשי האט מיר געזאגט אז ער גייט נאכאמאל איבערגיין מיט וועלווי'ן און מעגליך אנדערע צו מאכן זיכער אז ס'גייט בעז"ה זיין א דבר השלם...

יעצט קעמען גיין ווייטער, איך גלייב אז דער בורא ער איז דער וואס פיהרט... יויש, הערשי, זאג מיר דעם אמת, פון וואנעט האסטו דעם ניגון? ווען האבעך געהאט אז א לעבעדיגע ניגון זאל אזוי שפיהלן אויף מיינע געהירן! די מוזיק, די ווערטער, די באדייט! איך בין ממש נישט דאהי! די חברה לאכן זיך אונטער "דער איז נישט מיט אונז"... נאכאמאל... הייב אן פון אנפאנג... און דא ווייטער מחלוקות! גיין ווייטער אדער איבערגיין... ביז מ'האט שלום געמאכט אז ווען מ'האט ענדיגן אלע ניגונים העט מען עס נאכאמאל איבערגיין...

אבער גארניש האט נישט קיין טעם מער! ווילאנג מ'הערט נישט נאכאמאל "איך גלייב" האבן די אנדערע ניגונים נישט קיין פשט! זערא באדייט!


כ'האב היינט איבערגעהערט דעם ניגון אפאר מאל, און איך פיהל אז כאניש גענוג ארויסגעברענגט פון וואס די רעדע איז... אבער כעלל עס לאזן אזוי, ווען די סידי וועט זיין אינדרויסן העט שוין דער עולם אליין כאפן אז דאס איז עפעס וואן אוו עי קיינד!

ואגב, מיט רשות פון נפתלי משה'ן בינעך איבערגעגאנגן דעם ניגון מיט ידידי ערעב מרדכי דוד עסטערייכער, ער איז ארויס פון די גלייזן, סיי פון די איידיע פון די ניגון, און בעיקר זיין ליין, די גראמען! הערליכע ליינס!

מיין פרעדיקשן פאר דעם ניגון איז זייער באלד! אבער מרדכי דוד עסטערייכער האט עגריט צו מיר, סאו איך בין היבש קאנפידענט דערמיט... די ניגון גייט ווערן אויפגעפיקט ביי סקולס און גייט געזינגן ווערן טעגליך נאכן דאווענען!

נישט געזארגט, די סידי האט נאך טרעקס און מ'וועט אי"ה אנקומען דערצו, אבער יעצט גיימער טרינקן א טיי... האמער און זייצמער! וויכי, עט די ק.נ.א. נעטווארק...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
מקווה איד
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 3:08 am

וויכי שקויעך, קוקט אויס אז מיר האבן וואס צו ווארטען אויף
איך בין נישט קיין שרייבער, ניין ניין!!!

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 3:10 am

רב מאכער, זייער שיין.
ווען בערך קומט דאס ארויס?
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5225
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 8:52 am

ס'רינט מיר די שפייעכץ.. וועט שוין זיין א הערליכע פרישע קינדער סידי צי הערן מיטן גאנצן חסידישן קנאק? הלואי!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

מי שברך
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

תגובהדורך מי שברך » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 9:46 am

ענדע צדיק! האט געשריבן:ס'רינט מיר די שפייעכץ.. וועט שוין זיין א הערליכע פרישע קינדער סידי צי הערן מיטן גאנצן חסידישן קנאק? הלואי!
יא יא מיר אויך

אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

תגובהדורך שמועסער » זונטאג אוגוסט 19, 2018 3:04 pm

טענקס וויכי פאר די געשמאקע ריפארטס!

ש שפ שפא שפאנ שפאנו... כ'דארפשויניש אויספירן.. דו ווייסט אליינס וואסעכמיין..
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג... נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט...
קרעדיט: שמועסער ענד יאצמעך

אוועטער קרעדיטס: טראבל מעיקער מיט די גאנצע טריסקע הויף...

אוועטאר
זיכער יא
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2016 3:37 pm

תגובהדורך זיכער יא » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 3:16 pm

שכח וויכי, איך האף נאר אז ער וועקט אויך אויף זיינע חבירים פונעם ערשטען דור אויפן וועלטעל

קיפ איט קאמינג מיסטער וויכי!!!

שמערלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 6:31 am

וויכי פון דעם רעדסטו ?
צוגעלייגטע
kinderlech.jpg
kinderlech.jpg (42.98 KiB) געזעהן 4023 מאל

רעמאט קאנטראל
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 1:14 am

תגובהדורך רעמאט קאנטראל » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 11:04 pm

דאכזעכמיר אז יפה פראדאקשאנס האט שוין געהאט א ניגון אויף די ווערטער מי אנוכי שאזכה להתפלל
א הערליכע ניגון וואס עס טייטשט ממש די ווערטער קאפאזירט דורך יהושע פרידמאן
אויב איינער האט עס ביטע אהערברענגען

טעיפ רעקארדער
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm

תגובהדורך טעיפ רעקארדער » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 11:44 pm

רעמאט קאנטראל האט געשריבן:דאכזעכמיר אז יפה פראדאקשאנס האט שוין געהאט א ניגון אויף די ווערטער מי אנוכי שאזכה להתפלל
א הערליכע ניגון וואס עס טייטשט ממש די ווערטער קאפאזירט דורך יהושע פרידמאן
אויב איינער האט עס ביטע אהערברענגען

דא האסטו!
https://www.dropbox.com/s/mv7tmvlzup9rg ... i.mp3?dl=0

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 5:41 pm

וויכי איך בין שוין אינגאנצן הייפער... איך קען שוין נישט ווארטן... הערן האב איך געטוהן הערן אז די סידי דארף זיין אינדערויסן נאך פאר סוכות, איז דאס אמת?
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: קנאק יאנקעל און 20 געסט