נייע אויפגעמאכטע ניגונים, מישמאש אידיש און לשה"ק

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

מחנך
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » דינסטאג מארטש 20, 2018 11:21 am

נאך א שלב ווי די היינטיגע מחברי ניגונים זענען ארויס פון טרעק, א נייע "לעבעדיגע" ניגון "מה נאמר לפניך יושב מרום ומה נספר לפניך שוכן שחקים, הלא כל הנסתרות והנגלות אתה יודע, אתה יודע, אתה אתה אתה יודע, לעבעדיג"!

ביסט פאררוקט אינגאנצן? דעם ניגון זאגט מען איינגעבויגן מיט הכנעה יום כיפור די הייליגסטע טאג אין יאר ווען מ'רעדט צום רבוש"ע מיט בושה און הכנעה אויף די עוונות וואס מ'האט אפגעטון, מ'מאכט דערפון א לעבעדיגע טאנץ ניגון? נאך איין מזל אז משוגע מאכט נישט וואקסן.

איך בין דן די מחבר לכף זכות אז ער ווייסט נישט די טייטש פון די ווערטער

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » דינסטאג מארטש 20, 2018 11:27 am

אויב איך מעג צולייגען מיינע צוויי צענט
ס'איז א גוטע איידיע צו נוצן אידישע ווערטער אין א ניגון
סקען אסאך מאל ארויסברענגן בעסער די געפיל
(בדרך אגב איז עס מער אויסגעהאלטן להלכה ווי זינגען א פסוק עקסטערע שמועס)

ווי איך פארשטיי די וואס ס'באדערט זיי
איז ווען די ווערטער איז דירעקט פאלש געלערנט פשט
די עצה אויף דעם איז צו פרעגן מה הפשט פון די ווערטער
און מען קען צומאל באקומען א צופרידענשטעלנטע תשובה, כאטש די געפיל וועט נישט אזוי שנעל קומען ווי ווען מען כאפט גלייך די מהלך פון די ווערטער

די פראבלעם ווערט ווען עס זענען דא אסאך פסוקים, מימרות, וואס בשטחיות זענען מענטשן זיך טועה און די "פשוטע" באדייט, און איינער וואס קען נאר אביסל לערנען ווייסט אז די פשט איז אנדערש
און מען טייטשט עס איבער פאלש אוי שטעכט עס די אויערן
אביסל ערגער איז ווען סאיז א ניגון וואס די תנועה האט געכאפט די מענטש
און מען וויל עס איבער זינגן ודא קאקא האט געגעבן א שמייס אריין אפאר ווערטער וואס נעמט אוועק די געפיל פאר איינעם וואס האט שכל נאך צו באמבלען
(למשל שערי דמעות - יודל, אדער, מי שענה מונה 4 נישט אידיש אבער הודל מיט בודל)


משיח האט געשריבן:מיר שטערט די ניגון ״זאג נישט פארן באשעפער ווי גרויס דיינע צרות איז...״
פארוואס נישט?
דוד המלך האלט אנדערש, ״השם מה רבו צרי״ האט ער געזאגט.
ביי מיר זינגט מען ״ווען דו זאגסט פארן באשעפער ווי גרויס דיינע צרות איז...״ וכו׳.


דו האסט א פוינט, אבער די מקור פון די ווערטער איז אן אלטער סעיאינג אין ענגליש און מען קען עס פארשטיין
פראבלעם איז אז "איז" אנשטאט "זענען" איז אזוי שלעכט גראמאטיש אז 10 יערעגיע קינדער קענען זיך מוטשענען עס צו איבערזאגן

אלזא מיין בקשה צו די זינגערס
איך פארשטיי אז היינט גייט בעסער מיט אידיש
איז אויב ווילסטו ניצן א ניגון מיט אידיש
אדער בעט א איינער וואס זיין ליין איז - נישט מוזיק, מארקעטינג, וכדו',- נאר תורה, זאל דיר זאגן צו די טייטשט איז נארמאל
אדער לייג עס אויף די תנועה וואס איך גיי מילא נישט נאכזינגען נאר דורך סובסטענס אינפלאענס

אדער טוה ווי די ווילסט (מיין פראבלעם איז נאר נאכדעם ווען איך זאג פאר מיין אינגעל אז יענער זינגער וואס מהאט אינטערוויאט אויף קול מבשר איז א טיפש עצום בין איך אפשר צו אן עקסטרעמיסט און עס קען אים חלילה שאטן, ווייסעכניש)

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » דינסטאג מארטש 20, 2018 11:33 am

פאטעטא קוגל האט געשריבן:לכתך אין אלע שווערע זמנים
,,,,,,,,,,פארהאנען
,,,,,,,,,,(מיטגעגאנגען)מיטגעגאנגען



גראדע דעם מחבר בין איך מכיר טוב ווייל ס'איז א שיינע תנועה, און ער האט עס געמאכט אזוי,
אז ווער סמשעקט נישט קען אויסקראסן די אידיש אינגאנצן, און נאך אלץ האבן דעם גאנצן ניגון ובזה יצא ידי שניהם, קודוס
,

אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 2:06 pm

תגובהדורך זבולון ווייס » דאנארשטאג מארטש 22, 2018 1:08 pm

דער אמת איז, אז אויב למשל דער זינגער ווען ער זינגט עפעס האט ער אינזין די ווערטער וואס ער זינגט, איז א קשיא פארוואס די לשה"ק קלעבט נישט מיט די אידיש

אבער אויב רוב זינגערס טראכטן נישט א רגע וואס זיי זינגען, מען זינגט אבי אין די וועלט אריין, איז בכלל נישט קיין פראבלעם צו מאכן א מישמאש פון הוידל בוידל שלאכזעם מאמצעם

עס איז אלעס איין זאך, ער קען זינגען היברעיש, געמישט מיט ענגליש, און אידיש, און לשה"ק און אפי' אונגאריש און כינעזיש צוזאמען, ער האט סייווי אינזין די זעלבע כונה, עס זאל זיין מעכטיג, רייסעריש, און די בחורים זאלן פליען ביז די לבנה, און יעדער זאל זאגן WOW ער זינגט צו די זאך...

אוועטאר
טישטוך
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בכלל נישט דאהי...

תגובהדורך טישטוך » מיטוואך אפריל 04, 2018 5:14 am

sorry dont have a yiddish keyboard
its from amnon yitzchak
[i]א מענטש האט גארנישט, קען גארנישט, אבער טוט אלעס.[/i]

פלטי חרץ
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 26, 2018 9:45 am

תגובהדורך פלטי חרץ » מיטוואך אפריל 04, 2018 5:05 pm

אויף די ניגון מצליח - משיח פון אברהם פריעד זינגט ער יהי רצון מלפניך שתשרה שכינה
די ווארט מלפניך טוישט די משמעות פון א ברכה וואס משה רבינו בענטשט די אידן צו א תפילה
ח"ו צו בעהטן דעם אייבערשטן "שתשרה שכינה במעשה ידיכם רח"ל

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2503
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג יוני 11, 2019 5:53 pm

א גראם מיט טעם האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:געדענק איך נישט פונקטליך, אבער ביי די ווערטער פונעם ניגון ממלא כל עלמין, האב איך עפעס געשפריט א סקרוך אין די ביינער, טשילס בלע"ז, אפשר קען איינער אפשרייבן די ווערטער וועט מען פארשטיין וואס איך מיין.

ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין
אין שום מציאות מבלעדיך יתברך כלל
ובכל תנועה ותנועה שם אלופו של עולם

מבלעדיך מיט יתברך, גייט נישט צוזאמען
אדער מבלעדו יתברך, אדער מבלעדיך תתברך

פארנימען
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 01, 2019 3:43 pm

תגובהדורך פארנימען » דינסטאג יוני 11, 2019 10:49 pm

צווישן די ניגון און די אינטראדאקשן פון ויתן לך אויף שמילי אונגאר'ס ערשטע סידי זאגט ער
"And then Hashem said"
בעת ס'איז יצחק אבינו'ס ברכה...

פארנימען
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 01, 2019 3:43 pm

תגובהדורך פארנימען » דינסטאג יוני 11, 2019 11:07 pm

גראדע דערמאנט עס מיר, ער האט איבערגעפרינט יענעם סידי נאכדעם וואס משה לאופער האט געכאפט אז ער זאגט מה יתרון לאדם 'ל'כל עמלו אנשטאט 'ב'כל...
כ'האלט נישט נפתלי משה דארף אויפנעמען א פול טיים בן תורה אין סטודיא פאר דעם אבער ער וואלט דעפיניטלי געמעגט געבן אויסצוהערן זיינע פראזשעקטס פאר צוויי דריי יודעי ספר פארן ארויסגעבן...
ס'וואלט אים געשפארט געלט און בישות...
דאונט געט מי ווראנג ח"וו ער איז א חשובע אינגערמאן באט מיט'ן זיין אזוי פארנימען ב"ה קענען זאכן פארזעהן ווערן, יו נאו וואט איי מין.

חוח בין השושנים
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג יוני 11, 2019 11:11 pm

אבן יקרה האט געשריבן:מבלעדיך מיט יתברך, גייט נישט צוזאמען
אדער מבלעדו יתברך, אדער מבלעדיך תתברך

יא יא, אזוי ווי אונז זאגן אלעמאל ברוך אתה ה' אשר קדשתנו במצוותיך וצויתנו וכו'. אדער ברוך הוא ה' אשר קדשנו במצותיו וצונו.

דאונט געט מי ראנג, איך האלט אויך נישט פונעם ווערטער צאמשטעל מבלעדיך יתברך, אבער אונז זענען שוין צוגעוואוינט צו אזעלכע מימי קדם, אבל הבו דלא לוסיף עלה.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

חוח בין השושנים
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג יוני 11, 2019 11:15 pm

פארנימען האט געשריבן:גראדע דערמאנט עס מיר, ער האט איבערגעפרינט יענעם סידי נאכדעם וואס משה לאופער האט געכאפט אז ער זאגט מה יתרון לאדם 'ל'כל עמלו אנשטאט 'ב'כל...
כ'האלט נישט נפתלי משה דארף אויפנעמען א פול טיים בן תורה אין סטודיא פאר דעם אבער ער וואלט דעפיניטלי געמעגט געבן אויסצוהערן זיינע פראזשעקטס פאר צוויי דריי יודעי ספר פארן ארויסגעבן...
ס'וואלט אים געשפארט געלט און בישות...
דאונט געט מי ווראנג ח"וו ער איז א חשובע אינגערמאן באט מיט'ן זיין אזוי פארנימען ב"ה קענען זאכן פארזעהן ווערן, יו נאו וואט איי מין.

איך האב שוין געטראפן אסאך מיסטעיקס אין ניגונים, נאך זיי זענען ארויסגעקומען.
א שאד זיי האבן מיר עס נישט געלאזט הערן קודם.
למשל 'אינו דומה השומע מפי שליח לשמוע מפי המלך'... אנשטאט 'לשומע'.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » דינסטאג יוני 11, 2019 11:26 pm

איך קען נישט פארגעסן ווי ביי איינע פון די הדלקות דא אין ברוקלין מיט א 6-7 יאר צוריק האט דער זינגער געזינגען דעם פיוט "אשרינו מה טוב חלקנו בהילולא דבר יוחאי" און האט אויסגעלאזט הויך ביי יעדן צווייטן שטיקל "בזכות אדונינו דבר יוחאי" אן קיין שום בושה [נישט קענענדיג אפילו כאטש אריינטראכטן מיט 2 צענטיגע שכל אין די ריכטיגע טייטש]... עס האט מיר דאן געגעבן א שטיקל בילד על הכלל כולו איבער די שרעקליכע טפשות און עמ-הארצות אין די היינטיגע זינגעריי.

פארנימען
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 01, 2019 3:43 pm

תגובהדורך פארנימען » דינסטאג יוני 11, 2019 11:32 pm

לא"ל, ס'שטימט בעסער מיט'ן רידם...

חוח בין השושנים
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג יוני 11, 2019 11:33 pm

צ/ק:
יעלילי טאנץ חביבי שתהא למזל שתהא אי"ה ביי דיר שתהא את החתן ספרדי כלה נאה אשכנזי רחל אמנו ספרדי מאמע רחל אשכנזי באבא סלי ספרדי רבי נחמן אשכנזי שתהא למזל ספרדי אי"ה ביי דיר אשכנזי יעלילי טאנץ חביבי ג'ינה ג'ינה ספרדי עוד ישמע אשכנזי יוסי אבי ספרדי יום השמיני אשכנזי מועדים לשמחה ספרדי א גוט יום טוב אשכנזי שתהא למזל ספרדי אי"ה ביי דיר אשכנזי

#א באנדע בהמות
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2656
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מיטוואך יוני 12, 2019 2:10 am

אבן יקרה האט געשריבן:
א גראם מיט טעם האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:געדענק איך נישט פונקטליך, אבער ביי די ווערטער פונעם ניגון ממלא כל עלמין, האב איך עפעס געשפריט א סקרוך אין די ביינער, טשילס בלע"ז, אפשר קען איינער אפשרייבן די ווערטער וועט מען פארשטיין וואס איך מיין.

ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין
אין שום מציאות מבלעדיך יתברך כלל
ובכל תנועה ותנועה שם אלופו של עולם

מבלעדיך מיט יתברך, גייט נישט צוזאמען
אדער מבלעדו יתברך, אדער מבלעדיך תתברך

איר זענט גערעכט אז די ריכטיגע ווארט איז מבלעדו, אבער מ׳רעדט דא פון אפאר ווארימע ווערטער וואס אן אדם גדול האט ארויסגעגעבן זיינע געפילן מיט געגועים פון הארץ,
בכלל נישט דומה צו די עמהארצות פון מלחינים וואס די אשכול רעדט.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

נאר מיט שמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » מיטוואך יוני 12, 2019 4:12 am

חוח בין השושנים האט געשריבן:צ/ק:
יעלילי טאנץ חביבי שתהא למזל שתהא אי"ה ביי דיר שתהא את החתן ספרדי כלה נאה אשכנזי רחל אמנו ספרדי מאמע רחל אשכנזי באבא סלי ספרדי רבי נחמן אשכנזי שתהא למזל ספרדי אי"ה ביי דיר אשכנזי יעלילי טאנץ חביבי ג'ינה ג'ינה ספרדי עוד ישמע אשכנזי יוסי אבי ספרדי יום השמיני אשכנזי מועדים לשמחה ספרדי א גוט יום טוב אשכנזי שתהא למזל ספרדי אי"ה ביי דיר אשכנזי

#א באנדע בהמות

אז מ'רעדט שוין פון דעם (ניגון???)..., היינט וואלט מען געדארפט מאכן פארקערט: "באבא סאלי אשכנזי רבי נחמן ספרדי".......

פראצעדור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

תגובהדורך פראצעדור » מיטוואך יוני 12, 2019 7:45 am

אבא, אבא, אבא, מלך העולם,
מלך, מלך, מלך, אבא של כולם,
שוב ושוב אתה סולח,
רק אליך עוד בורח,
אבא, טאטע.

טאטע, טאטע, טאטע, ווען גייט מען שוין אהיים?
מלך, מלך, מלך, צוריק אין חדר גיין,
נאר צו דיר איך שטענדיק לויף,
נאר צו זיין ביי דיר אין הויף,
טאטע, טאטע.

Father, Father, Father, to You we sing and pray,
You never turn away,
שוב ושוב אתה סולח,
רק אליך עוד בורח,
טאטע, טאטעניו.

חוח בין השושנים
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג יוני 14, 2019 3:35 pm

how about דער ניגון פון MBD?
אין אדם שר שירה אלא מתוך שמחה וטוב לבב,
איז דאך משמע פון רש"י, אז צו זינגען א ניגון, קען מען נאר ווען א איד איז בשמחה.

וואס איז פשט פון משמע?
איז עס נאר משמע אזוי, אדער האט ער בערכ'דיג געטייטשט די ווערטער?
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט