נייע סאטמארע סידי - ״פונעם סאטמארן הויף״

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג דעצמבער 17, 2017 1:54 pm

מז"ט נועם, צו דיין פופציגסטע תגובה!
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

אוועטאר
זאקן
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2017 10:48 am

תגובהדורך זאקן » זונטאג דעצמבער 17, 2017 3:36 pm

לעמעלע האט געשריבן:פון די אנדערע זייט איז אבער דא די מוזיק...

איך פארשטיי אז מ'רעדט נישט דא פון עפעס א גרויסע זינגער וואס גיט ארויס א סידי פון נייע ניגונים פאר ברענדינג, און אז ער וויל מ'זאל קויפן זיין סידי און ער זאל ווערן מער פאפולער און מ'זאל אים רופן צו קאנסערטס, חתונות, א.א.וו. מוז ער אינוועסטן הונדרעט טויזענט דאלער אז די מוזיק און אלעס ארום זאל זיין ווי שענער.
מ'רעדט דא סך הכל פון א סידי פון אלטע סאטמארע ניגונים און זייער ספענדינג באדזשעט איז נישט אזוי גרויס.. אבער מיט דעים אלעם וואלט געמעגט זיין בעסערע מוזיק.

פאר די יערליכע סידי מיט די 6 נייע ימים נוראים ניגונים פאר $4.99 איז די מוזיק פונקט גוט. אבער פאר אפציעל א שיינע פראפעשינעל סידי פאר $17 טויג עס נישט

די אלטע דראמס ביי די לעבעדיגע מוזיק איז פונקט גוט פאר די באגלייטן מוצאי סוכות, און די מוזיק ביי די שטייטע ניגונים און מארטשן דערמאנט מיר פון די מיעל ביי א חתונה 10 יאר צוריק (שוין דעמאלטס אויך נאר ביי די אלד פעשיאנד מוזיקאנטן..) איך פארשטיי אז זיי האבן זיך נאר געקענט עפארדען א 1 מאן באנד, אבער מיט א איין מאן באנד קען מען היינט צו טאגס אויף אהערשטעלן גאנץ שיינע מוזיק, און זיי וואלטן געמעגט אפגרעיטן די מוזיק און דראמס צו מער היינטיגע און רייכערע מוזיק.


איך מיין איך ווייס וואס דו מיינסט.
דו רעדסט פון MIDI מיוזיק וואס מיט דעם מאכט מען אלע היינטיגע קיבארד מיוזיק אויף סידיס, לטב ולחיין איז לכאורה אזוי געמאכט געווארן, און חיים יצחק גאלדמאן ארבעט אויך מיט דעם, און נאך אסאך. וואס דעמאלטס קען מען נאכמאכן עכטע אינסטומענטס , דו קענסט דעמאלטס מאכן די ריטעם פון אנפאנג, וכהנה וכהנה.
אבער דעי סידי איז בכלל נישט געמאכט געווארן אויף דעי מהלך זיי האבן געניצט געהעריגע קיבארד דראמס און סאונדס. אבער נאך אלעם דעי הארץ און געפיל וואס זיי האבן אריינגעלייגט אין דעי מיוזיק קען אסאך איבערשטייגן אנדערע פראפעשענעל MIDI מיוזיק לעניות דעתי. איך האב זייער ליב (איך רעד יעצט פון די מיוזיק) די ערעינדזמענטס, ס׳איז מיט קאפ, אין פלאץ, מיט אסאך געפיל, ביי די זעקסטע מאל הערן הער איך נאך פרישע זאכן. די אינטראוס ענדינגס איז זייער רייך און פראפעשענאל. איך האלט נאר אז זאל דעי אינטראוס און ערעינדזמענטס זיין מיט די MIDI מיוזיק, מיט מער ענדליך צו עכטע סאונדס, וואלט עס געווען טאפ טאפ, און עס וואלט יעדעם אנגעפאקט.
כפי ראות עיני

פרידן
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג דעצמבער 17, 2017 3:41 pm

איך לויף נישט נאך סידי אז איך זעה עס אין קוקט אויס היימיש קויף איך עס
דעי סידי פלאן איך אי"ה צוקויפן אבער איך האב עס נאך פשוט נישט באגעגענט בידערווייל

נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:47 am

תגובהדורך נועם סטאדיאו » זונטאג דעצמבער 17, 2017 4:24 pm

פרידן האט געשריבן:איך לויף נישט נאך סידי אז איך זעה עס אין קוקט אויס היימיש קויף איך עס
דעי סידי פלאן איך אי"ה צוקויפן אבער איך האב עס נאך פשוט נישט באגעגענט בידערווייל

ווי דרייסטעזעך ?

נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:47 am

תגובהדורך נועם סטאדיאו » זונטאג דעצמבער 17, 2017 4:36 pm

זאקן האט געשריבן:
לעמעלע האט געשריבן:פון די אנדערע זייט איז אבער דא די מוזיק...

איך פארשטיי אז מ'רעדט נישט דא פון עפעס א גרויסע זינגער וואס גיט ארויס א סידי פון נייע ניגונים פאר ברענדינג, און אז ער וויל מ'זאל קויפן זיין סידי און ער זאל ווערן מער פאפולער און מ'זאל אים רופן צו קאנסערטס, חתונות, א.א.וו. מוז ער אינוועסטן הונדרעט טויזענט דאלער אז די מוזיק און אלעס ארום זאל זיין ווי שענער.
מ'רעדט דא סך הכל פון א סידי פון אלטע סאטמארע ניגונים און זייער ספענדינג באדזשעט איז נישט אזוי גרויס.. אבער מיט דעים אלעם וואלט געמעגט זיין בעסערע מוזיק.

פאר די יערליכע סידי מיט די 6 נייע ימים נוראים ניגונים פאר $4.99 איז די מוזיק פונקט גוט. אבער פאר אפציעל א שיינע פראפעשינעל סידי פאר $17 טויג עס נישט

די אלטע דראמס ביי די לעבעדיגע מוזיק איז פונקט גוט פאר די באגלייטן מוצאי סוכות, און די מוזיק ביי די שטייטע ניגונים און מארטשן דערמאנט מיר פון די מיעל ביי א חתונה 10 יאר צוריק (שוין דעמאלטס אויך נאר ביי די אלד פעשיאנד מוזיקאנטן..) איך פארשטיי אז זיי האבן זיך נאר געקענט עפארדען א 1 מאן באנד, אבער מיט א איין מאן באנד קען מען היינט צו טאגס אויף אהערשטעלן גאנץ שיינע מוזיק, און זיי וואלטן געמעגט אפגרעיטן די מוזיק און דראמס צו מער היינטיגע און רייכערע מוזיק.


איך מיין איך ווייס וואס דו מיינסט.
דו רעדסט פון MIDI מיוזיק וואס מיט דעם מאכט מען אלע היינטיגע קיבארד מיוזיק אויף סידיס, לטב ולחיין איז לכאורה אזוי געמאכט געווארן, און חיים יצחק גאלדמאן ארבעט אויך מיט דעם, און נאך אסאך. וואס דעמאלטס קען מען נאכמאכן עכטע אינסטומענטס , דו קענסט דעמאלטס מאכן די ריטעם פון אנפאנג, וכהנה וכהנה.
אבער דעי סידי איז בכלל נישט געמאכט געווארן אויף דעי מהלך זיי האבן געניצט געהעריגע קיבארד דראמס און סאונדס. אבער נאך אלעם דעי הארץ און געפיל וואס זיי האבן אריינגעלייגט אין דעי מיוזיק קען אסאך איבערשטייגן אנדערע פראפעשענעל MIDI מיוזיק לעניות דעתי. איך האב זייער ליב (איך רעד יעצט פון די מיוזיק) די ערעינדזמענטס, ס׳איז מיט קאפ, אין פלאץ, מיט אסאך געפיל, ביי די זעקסטע מאל הערן הער איך נאך פרישע זאכן. די אינטראוס ענדינגס איז זייער רייך און פראפעשענאל. איך האלט נאר אז זאל דעי אינטראוס און ערעינדזמענטס זיין מיט די MIDI מיוזיק, מיט מער ענדליך צו עכטע סאונדס, וואלט עס געווען טאפ טאפ, און עס וואלט יעדעם אנגעפאקט.
כפי ראות עיני

גוט און ריכטיג געזאגט! מיר האפן נאך זיך איינצישאפן דעם פראגרעם און עס ניצן ביי די קומענדיגע ווען האפענטליך וועט שוין זיין עטוואס אינקאם פון ווי עס צי באצאלן...!!
אבער גראדע איז שוין ארויס געקומען אפאר אזוינע סטייל סידיס פון אלטע ניגונים און ס'האט די זעלבע אדער שוואכערע סטייל מוזיק פאר די רעגולער פרייז. ווי למשל ירמי' דמן'ס עתיקא קדישא סעריע צי א וויזניצער ניגון א שבת אין וויזניץ. די פשט איז אז די סידיס קויפט מען בעיקר צי הערן און זיך אויסלערנען די אמאליגע ניגונים און דאס דארף זיין גוט און שיין אראפ געלייגט די מוזיק דארף מען נאר צי באגלייטן, אבער כוחות און געלט ליגט א געוואלד מ'זאל מעגן בעטן א געהעריגע פרייז.

פרידן
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג דעצמבער 17, 2017 4:49 pm

נועם סטאדיאו האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:איך לויף נישט נאך סידי אז איך זעה עס אין קוקט אויס היימיש קויף איך עס
דעי סידי פלאן איך אי"ה צוקויפן אבער איך האב עס נאך פשוט נישט באגעגענט בידערווייל

ווי דרייסטעזעך ?

ב"פ

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2884
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג דעצמבער 18, 2017 12:01 am

געקויפט דעם סי די,
אויסגעהערט איינמאל,
הערליך הערליך שיין,
מלא חן וטעם,
איך בין געבליבן הונגעריג פאר נאך.....

נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:47 am

תגובהדורך נועם סטאדיאו » מאנטאג דעצמבער 18, 2017 7:16 am

Wowowowo
אז הרב שאץ מאץ איז אריינגעקומען צי געבן א קאמפלימענט האט זיך עס שוין געלוינט
יישר כח ר' שאץ.

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובהדורך יש מזל » מאנטאג דעצמבער 18, 2017 8:44 am

שאץ מאץ האט געשריבן:געקויפט דעם סי די,
אויסגעהערט איינמאל,
הערליך הערליך שיין,
מלא חן וטעם,
איך בין געבליבן הונגעריג פאר נאך.....

גא"מ
ווארט שוין וויאזוי מ'וועט אראפלייגן די 'היה עם פפיות' פון תשכ"ז/ת"ש-כ"ח און שפעציעל פון תשל"ד (פאר ווער ס'ווייסט וואס איך רעד)
און ווער רעדט נאך פון די מארשן.... ונזכה ונחי' ונראה....

נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:47 am

תגובהדורך נועם סטאדיאו » מאנטאג דעצמבער 18, 2017 3:19 pm

זאקן האט געשריבן:
פישל האט געשריבן:05. אודה ל״ט. איך האב אמאל געהערט פון ר' יושע מענדלאוויטש אז דער ניגון איז לכתחילה געמאכט געווארן אביסל אנדערש ווי דער עולם זינגט עס. ער האט גע'טענה'ט אז ער האט עס אריינגעזינגען אינעם טעיפ צוזאמען מיט ר' יאסל אשכנזי ז"ל בשעתו, און דער עולם האט זיך עס פאלש אויסגעלערנט. דארף מען מברר זיין מיט ידידינו ר' נועם סטודיאוס צי דאס זענען טאקע די שינויים אין דעם ניגון.

עס הערט זיך טאקע היבש אנדערש די שטאטע פאל, אבער נאך אפאר מאל הערן זעה איך אז אזוי מאכט עס טאקע מער סענדז, און ס׳שטומט גוט.
בין איך נאר נייגעריג פון וואו ׳נועם׳ נעמט עס אזוי. ווייל אפי׳ יו״ט ערליך זינגט עס אויך נישט אזוי, קוקט אויס אז דעמאלטס האט מען עס שוין אזוי נישט געזינגען. איז ווען יא?

אט דא קענט איר הערן וואו אזוי די קאסעטע פון תשל״ט - די יאר וואס די ניגון איז ארויסגעקומען - זינגט דעם פאל.
https://www.dropbox.com/s/62m7n6i9lsnz7 ... -.mp3?dl=0

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:26 pm

נועם סטאדיאו האט געשריבן:
זאקן האט געשריבן:
פישל האט געשריבן:05. אודה ל״ט. איך האב אמאל געהערט פון ר' יושע מענדלאוויטש אז דער ניגון איז לכתחילה געמאכט געווארן אביסל אנדערש ווי דער עולם זינגט עס. ער האט גע'טענה'ט אז ער האט עס אריינגעזינגען אינעם טעיפ צוזאמען מיט ר' יאסל אשכנזי ז"ל בשעתו, און דער עולם האט זיך עס פאלש אויסגעלערנט. דארף מען מברר זיין מיט ידידינו ר' נועם סטודיאוס צי דאס זענען טאקע די שינויים אין דעם ניגון.

עס הערט זיך טאקע היבש אנדערש די שטאטע פאל, אבער נאך אפאר מאל הערן זעה איך אז אזוי מאכט עס טאקע מער סענדז, און ס׳שטומט גוט.
בין איך נאר נייגעריג פון וואו ׳נועם׳ נעמט עס אזוי. ווייל אפי׳ יו״ט ערליך זינגט עס אויך נישט אזוי, קוקט אויס אז דעמאלטס האט מען עס שוין אזוי נישט געזינגען. איז ווען יא?

אט דא קענט איר הערן וואו אזוי די קאסעטע פון תשל״ט - די יאר וואס די ניגון איז ארויסגעקומען - זינגט דעם פאל.
https://www.dropbox.com/s/62m7n6i9lsnz7 ... -.mp3?dl=0

דארט קען מען אויך הערן די ארגינעלע "ווערטער" פון די ניגון... רעיל טא רא רא רארא ראם אוי וועי, רעיל טארא רארא
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2850
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג דעצמבער 18, 2017 6:17 pm

פישל האט געשריבן:דארט קען מען אויך הערן די ארגינעלע "ווערטער" פון די ניגון... רעיל טא רא רא רארא ראם אוי וועי, רעיל טארא רארא

;l;p- :lol:
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג דעצמבער 24, 2017 11:19 am

כ'האב געקויפט די סידי גלייך װען ס'איז געווארן אוועילעבל אויף מאסטלי מיוזיק,

כ'בין נאר נישט אנגעקומען זיך צו באדאנקן פאר הרב נועם אויף די סי-די צוליב טרדת החג (ליין חנוכה מסיבות...)

די ניגונים זענען הערליך שיין געשמאק און הארציג אראפגעזינגען, די תנועות זייער גוט ארויסגעברענגט.

די ניגונים ווי יעלה תחנוני, אודה, קל אדון, און די מארטש, זענען ניגונים וואס איך קען, אבער יעצט זעה איך אז איך זינג עס היבש פארגרייזט....

די אנדערע ניגונים די 3 הקפות, שלום עליכם, אזמר בשבחין, וכל מאמינים, קאן איך נישט, כ'מיין אז מ'זינגט עס נישט אפט אין די סאטמארע בתי מדרשים, סוי ממילא אינטערסירט מיר עס נישט, פונקט ווי די ניגונים פון יעדעס יאר וואס וועררן פארשלינגען אונטער די ערד נאך די ימים נוראים...

נאכאמאל שכוח ר' עמרם, עס זייער א שיינע סי-די, און מיר ווארטן אויפ'ן קומענדיגע!!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3347
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » זונטאג דעצמבער 24, 2017 12:27 pm

געקויפט תיכף ווען עס איז ארויסגעקומען, כהאב זייער הנאה דערפון.

ביטע בעתיד זינגען ווי מער ניגונים מיט ווערטער.

נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:47 am

תגובהדורך נועם סטאדיאו » זונטאג דעצמבער 24, 2017 1:39 pm

צווייפעל האט געשריבן:געקויפט תיכף ווען עס איז ארויסגעקומען, כהאב זייער הנאה דערפון.

ביטע בעתיד זינגען ווי מער ניגונים מיט ווערטער.

מיר הערן עס פון אסאך אידן, אבער ס׳האט א גרויסע פראבלעם ווייל דעמאלטס גייט זיך אנהייבן א גאנצע קאפ ווייטאג ׳דער רבי האט ביי די ווארט געגעבן א קוועטש ארויף׳ אדער ׳איך האב איינמאל קלאר געהערט דעם רבין זעצן מיט איין ווארט ארויפציר׳ אא״וו...
נאך אזאך, אן ווערטער האט מען שטערקער ארויס דעם ניגון, און אזוי ווי מיר האבן אנפאנג געשריבן אז ווען ר׳ יוסף וואלדמאן האט ארויס געגעבן זיין סידי לטב ולחיין אויך פון אלטע סאטמארע ניגונים און ער האט עס יא ארויף געלייגט אויף ווערטער האט מען געהערט אסאך זיך אפרעדן דערויף אז ס׳איז שווער צי כאפן דעם ניגון.
דאך וועלן מיר פרובירן ביי די קומענדיגע אי״ה ארויף צי לייגן א צווי צי דריי מיט ווערטער.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3347
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » זונטאג דעצמבער 24, 2017 2:38 pm

סימפל, ווען איך האב א ניגון מיט ווערטער האב איך עס ווי איינצוקעשן, איך וואלט למשל אויספראבירט דעם שלום עליכם.

א ניגון אן ווערטער איז שווער זיך אויסצולערנען, דערמאנען, און בעיקר ווען זאל איך זינגען (פאר מיר) נייע ניגונים אן ווערטער ?

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2850
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » זונטאג דעצמבער 24, 2017 10:44 pm

אפשר קען מען זינגן מיט ווערטער און פארדעם און נאכדעם עס זינגן אן די ווערטער.
אזוי וועט עס האבן ביידע מעלות.
ניין?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
שמרי' קערנקרויט
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 18, 2017 11:11 pm
לאקאציע: ביים טיר פון בית המדרש

תגובהדורך שמרי' קערנקרויט » זונטאג דעצמבער 24, 2017 10:53 pm

נודה לך האט געשריבן:אפשר קען מען זינגן מיט ווערטער און פארדעם און נאכדעם עס זינגן אן די ווערטער.
אזוי וועט עס האבן ביידע מעלות.
ניין?

דאכצעך אויף לטב ולחיין פון וואדמאן האט ער דאס געטוען מיטן "תנו שבח", עס פארמאגט טאקע ביידע מעלות, סיי מען האט עס ווי צו זינגען (אויסקעשן) סיי מען הערט דאס ארגינעל.

אבער למעשה קען מען דאס נישט טוען אויף אלע ניגונים.
א שנארער
הצלחה מיט שששמחחההה!

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2604
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג דעצמבער 24, 2017 10:54 pm

צווייפעל האט געשריבן:סימפל, ווען איך האב א ניגון מיט ווערטער האב איך עס ווי איינצוקעשן, איך וואלט למשל אויספראבירט דעם שלום עליכם.

א ניגון אן ווערטער איז שווער זיך אויסצולערנען, דערמאנען, און בעיקר ווען זאל איך זינגען (פאר מיר) נייע ניגונים אן ווערטער ?

דעם שלום עליכם קאן איך גראדע גוט מיט די ווערטער. עס גייט ווי פאלגענד
שאאאלום עליכם, מלאכי השלום, מלאא-א-כי השרת, מלאכי ( דא קומט מלאכי מיט א קוועטש) עליון, ממלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוווווא
קומענדע פאל וועט נאכפאלגען
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
זאקן
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2017 10:48 am

תגובהדורך זאקן » זונטאג דעצמבער 24, 2017 10:58 pm

שמרי' קערנקרויט האט געשריבן:
נודה לך האט געשריבן:אפשר קען מען זינגן מיט ווערטער און פארדעם און נאכדעם עס זינגן אן די ווערטער.
אזוי וועט עס האבן ביידע מעלות.
ניין?

דאכצעך אויף לטב ולחיין פון וואדמאן האט ער דאס געטוען מיטן "תנו שבח", עס פארמאגט טאקע ביידע מעלות, סיי מען האט עס ווי צו זינגען (אויסקעשן) סיי מען הערט דאס ארגינעל.

אבער למעשה קען מען דאס נישט טוען אויף אלע ניגונים.

כ׳האב עס אויך געטראכט אז למשל ביי אזמר בשבחין וואלט מען די צווייטע מאל ביים ארויפפארן די טאן געקענט זינגען מיט די ווערטער, מענטשען וואלטן עס זיכער געניצט אויף אזמר בשבחין. און ס׳דארף נישט טאקע זיין אלע ניגונים מיט ווערטער אויף אזא סידי, אבער עפעס צוויי דריי פאר די טשענדזש וואלט נישט געשאדט.
כך נראה בעיני

נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:47 am

תגובהדורך נועם סטאדיאו » זונטאג דעצמבער 24, 2017 11:12 pm

נועם סטאדיאו האט געשריבן:דאך וועלן מיר פרובירן ביי די קומענדיגע אי״ה ארויף צי לייגן א צווי צי דריי מיט ווערטער.

מיר טוען זיך נאכאמאל באדאנקען פאר די פולע חיזוק. און עקסטער טוען מיר זיך באדאנקען פאר די קאמענדס וואס וועט בעזר ה׳ גענומען ווערן אין באטראכט ביי די קומענדיגע פראיעקטן צו פארבעסערן און נאך מער פארשענערן און בא׳טעמ׳טער מאכן די רייכע אוצרות פון די ניגונים פון אמאל. בעזר שמו יתברך.
יישר כח כל אחד בשמו הטוב יבורך!

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:43 pm

פישל האט געשריבן:זיך איינגעהאנדעלט דעם סידי, און ב"ה נישט אנטוישט געווארן. עס ארבעט דא ביי מיר אין אפיס נאן סטאפ מיט גרויס הנאה.

יעצט א שטיקל ריוויו פון מיין בליק איבער די ניגונים...

לאמיר אדורכגיין די 10 ניגונים:

1. יעלה תחנונינו. דער ניגון צעגיסט זיך ממש אין די ביינער, ס'האט נישט געקענט זיין קיין בעסערע התחלה פאר'ן סידי. ווען מען הערט די זיסע הארציגע שטימע פון שלמה זלמן הורוויץ ווערט מען אזוי אריינגעשלעפט אז מען קען נישט מפסיק זיין ביז צום סוף פונעם סידי. דער אריינפיר צום ניגון איז אויך עפעס געוואלדיג שיין און מלכות'דיג.

איבער די שנעלע פאל פון דעם ניגון האב איך שוין געשריבן דא אויבן ערגעץ אנהייב אינעם אשכול, אז ווען איך בין געווען אין די קינדער כאר ימים נוראים בערך 22 יאר צוריק, האט מען עס אויסגעלערנט פאר די קינדער אויף דעם אופן, יעצט האב איך הנאה עס צו הערן לעבעדיג.

בשיטה האלט איך נישט פון טראנספארמירן א נוסח התפילה אין א ניגון, אבער אויב ס'איז טאקע אזוי פארגרייזט געווארן ביים עולם האט זיך געלוינט עס אויסצולערנען.

2. הקפה תשכ"ו. א הערליכער לעבעדיגער ניגון. דער ניגון איז נישט אינגאנצן ניי פאר מיר, איך האב דאס אמאל געהערט ביי א חתונה פון בת ר' שלום יוסף ווייס וועלכער איז מקפיד צו זינגען נאר סאטמארער ניגונים ביי די חתונות פון זיינע קינדער. דער ניגון ווערט מייסטערהאפטיג אראפגעשפילט, ביי די צווייטע העלפט ניגון דוכט זיך ווי מען הערט טויזענטער מענטשן אין די הונטערגרונד וועלכע טאנצן אן אויפהער, מען שפירט זיך ממש אינמיטן ברען פון א סאטמארער הקפות.

איך האב שוין געהערט דעם ניגון פון פארשידענע מקורות, אבער איין קליינער קנייטש קען איך מיט א משהו אנדערש. עס וואלט געווען אינטערעסאנט אז ר' נועם זאל צוברענגען די רעקארדירונגען אויף וועלכע מען האט געבויעט די פונקטליכקייט פון די ניגונים.

ביי חסידי מהרי"י האט מען בשנת תשס"ג (בערך) ארויפגעלייגט דעם ניגון אויף די ווערטער "חזק ימלא משאלותינו וכו'". (מען זינגט עס שוין נישט היינט.)

3. שלום עליכם...

קיינמאל פריער נישט געהערט דעם ניגון. גאר שיין און הארציג!

4. מארש תשל"א. דאס איז דאך דער "דיפאלט" סאטמארער מארש, וואס קומט ארויף אויפ'ן געדאנק די ערשטע ווען מען וויל זיך דערמאנען פון א סאטמארער מארש. און ווען עס קומט נאך באגלייט מיט די מאכטפולע שטימע פון יששכר גוטמאן דארף מען מער גארנישט צולייגן. נאר אזויפיל אז ווען ר' אברהמ'עלע ווערצבערגער וואלט געוואוסט אז יששכר גוטמאן וועט עס זינגען, וואלט ער געמאכט נאך צוויי אזעלכע מארשן...

די שטייטע פאל וואלט איך אפשר ליב געהאט ווען עס איז א משהו שטייטער

איך נישט...

5. אודה תשל"ט. דא קומט ווידער אריין שלמה זלמן מיט א שטארקייט. ביי דעם ניגון האב איך געהערט עטליכע קנייטשן אנדערש ווי איך בין געווען געוואוינט. מן הסתם איז דאס אויך איינע פון די זאכן וואס די ארויסגעבער האבן געזוכט צו זיין ארגינעל... איך האב אמאל געהערט פון ר' יושע מענדלאוויטש אז דער ניגון איז לכתחילה געמאכט געווארן אביסל אנדערש ווי דער עולם זינגט עס. ער האט גע'טענה'ט אז ער האט עס אריינגעזינגען אינעם טעיפ צוזאמען מיט ר' יאסל אשכנזי ז"ל בשעתו, און דער עולם האט זיך עס פאלש אויסגעלערנט. דארף מען מברר זיין מיט ידידינו ר' נועם סטודיאוס צי דאס זענען טאקע די שינויים אין דעם ניגון.

איך האב גאר שטארק געגליכן די חלקים וואס ווערן געשפילט מיט'ן קלארינעט, ס'וואלט זיך מיר געגלוסט צו הערן דעם גאנצן ניגון אזוי... אפשר וואלט טאקע געווען א געדאנק פאר'ן קומענדיגן טעיפ צו מאכן איין ניגון מיט א קלארינעט.

6. הקפה תשי"א. ער שרייבט אז עס איז נתחבר געווארן דורך ר' יוסף אשכנזי ז"ל. אבער לויט ווי איך געדענק איז דאס נישט קיין זיכערע זאך, עס זענען דא וואס טענה'ן אז דאס איז נאך א אלטע ניגון וואס מען האט שוין געזינגען ביים רבי'ן אין סאטמאר נאך פאר די קריג.

דער ניגון האט נישט נושא חן געווען ביי מיר. ס'איז דא שענערע סחורה פון ר' יאסל...

אויף דעם הקפה ניגון פון יאר תשי"א האב איך אמאל געהערט פון הרה"ח ר' שמואל אבערלענדער ז"ל וכו'

אן אינטערעסאנטע מעשה.

7. הקפה תשט"ז. אויף דעם האב איך נישט וואס מוסיף צו זיין. דער ניגון איז אין די לעצטערע יארן צוריק אריינגעברענגט געווארן. מען זינגט עס ביי די הקפות פון האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א. איך האב געקענט דעם ניגון נאך פון אלס קינד פון איינע פון די הו"ר טעיפס ווי מען הערט דעם רבי'ן זייער קלאר ביי די הלל און נענועים און דארט זינגט מען דעם ניגון אויף הללו את ה' כל גוים.

א חלק פון דעם ניגון האב איך געהערט אלס קינד אויפ'ן טעיפ "לאמיר צינדן ליכטעלעך", וואו עס איז גרייזיג געמערדזשט מיט א צווייטן ניגון, איך האב אבער נאך קיינמאל נישט געהערט דעם ניגון געהעריג. זייער שיין.

8. קל אדון. האב איך געהאפט אז ווען כ'וועל עס הערן שיין אראפגעזינגען וועל איך באקומען עפעס מער א געפיל דערצו, אבער דערווייל האט זיך עס נישט אויסגעארבעט... ר' יששכר גוטמאן לייגט טאקע הארציג אראפ דעם הויכן פאל, אבער פונדעסטוועגן קען מען שוין מצידי טוישן דעם קל אדון ניגון אין סאטמאר די וואך...

אני הק' גלייך גראדע יא דעם ניגון, און נאך שענער איז געווען עס צו הערן אזוי שיין אראפגעזינגען.

9. אזמר בשבחין. א שיינע ניגון, כ'האב עס געקענט ביז היינט אויך, אבער כ'האב נישט געוואוסט אז דאס איז א סאטמארער ניגון.

איך האב שוין געהערט דעם ניגון, טאקע אויף "אזמר בשבחין", כ'האב אבער נישט געוואוסט פון וואו ס'קומט, און כ'האב עס שוין לאנג געוואלט קענען פון מער אן אריגינעלן מקור. א דאנק פאר'ן עס ארויפלייגן.

אזא ניגון ווען דאס קומט ווען ארויס געזעצט אויף ווערטער וואלט איך עס אנגעהויבן זינגען פרייטאג צו נאכטס. בכלל וואלט געמעגט זיין אויף דעם אלבוים לכה"פ 2-3 ניגונים מיט ווערטער. הגם בעצם האב איך יא בעסער ליב צו הערן א ניגון ארגינעל און נישט אזוי ווי די אלבוים "לטב ולחיין" וועלכער האט ארויפגעלייגט ווערטער אויף אלע אלטע ניגונים. אבער דאך ווען א סידי לויפט איבער א שעה צייט מעג אריינקומען עפעס מיט ווערטער אויך.

אויב מ'לייגט ארויף ווערטער, ווערט די פונקטליכקייט פונעם ניגון פארלוירן, דעריבער האלט איך נישט דערפון, ובפרט ווען דער ציל פונעם אלבום איז אויסצולערנען די ניגונים.

10. וכל מאמינים תשכ"ד. א שיינע אמאליגע סטייל ניגון, עס דערמאנט פון אלטע לכה דודי'ס. מען מאכט שוין נישט היינט אזעלכע ניגונים. עס האט א געוויסן חן.

זייער קלאסיש!


און יעצט בכלליות, די מוזיק איז גאנץ שיין, (אויסער די פלעסטיק דראמס ביי די שנעלע ניגונים.) אבער די שטימעס פון די סאלאס זענען שלעכט רעקארדירט.

פאר יששכר גוטמאן, האלט איך, האט מען נישט געגעבן די ריכטיגע ניגונים וואו אויסצוגעבן זיינע טאלאנטן, א מארש מיט א וואלץ קען שלמה הערש עקשטיין אויך. און בכלל, אויפ'ן דעקל קוקט אויס ווי א האלבע סידי זינגט יששכר, און די אנדערע האלב שלמה זלמן הורוויץ, ווען באמת זינגט יעדער פון זיי נאר 2 ניגונים.

איך האב נישט חרטה פאר'ן עס קויפן, עס האט זיך אויסגעצאלט און איבערגעצאלט, און איך האף אי"ה צו קויפן דעם קומענדיגן אלבום אויך. (אפי' אויב עס וועט מיט גארנישט זיין בעסער ווי דער ערשטער)

א דאנק פארן אויסהערן און פארשטיין יעדנ'ס הערות, און א באזונדערן דאנק פאר'ן עס האלטן מער ווייניגער נייטראל.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 5:18 pm

נועם סטאדיאו האט געשריבן:
מאקאווער האט געשריבן:פון וויפיל ניגונים רעדט מען דא?

יעצט רעדט מען פון 10 אבער ער וויל נאך גיין ווייטער און ארויסגעבן נאך.
פארשטייט זיך אז ס'ווענט זיך וויפיל ס'וועט זיך פארקויפן פון די ערשטע.

נו, עני אפדעיט אויפן צווייטן אלבום?

אוועטאר
כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 1:02 am

מונאוויטש האט געשריבן:
נועם סטאדיאו האט געשריבן:
מאקאווער האט געשריבן:פון וויפיל ניגונים רעדט מען דא?

יעצט רעדט מען פון 10 אבער ער וויל נאך גיין ווייטער און ארויסגעבן נאך.
פארשטייט זיך אז ס'ווענט זיך וויפיל ס'וועט זיך פארקויפן פון די ערשטע.

נו, עני אפדעיט אויפן צווייטן אלבום?

איך האב מיך לעצטענס נאך געפרעגט ביי די חברה צו ס'איז דא א פלאן פון גיין ווייטער, די תירוץ איז געווען אז ס'צאלט זיך נישט אויס,
איך האב גע'טעהנ'עט אז מ'דארף צו קענען טרעפן נדבנים וואס וועלן שטיצן אזא פריאקט,
נו דארף מען טאקע טרעפן די מענטשן וואס האבן עפעס איבעריגס און פארשטייען די וויכטיגקייט פון אזא סידי.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט