נייע סידי ''אלול אין בארדיטשוב''

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

פארהוילן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 21, 2013 1:51 pm

נייע סידי ''אלול אין בארדיטשוב''

תגובהדורך פארהוילן » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 1:04 am

פרייליכע נייעס
דער בארימטער 
 בעל מספר הרב מתתי' גרין
קומט ארויס מיט א הערליכע קינדער CD  
מיטען נאמען
''אלול אין בארדיטשוב''
גאר א זעלטענער חידוש אין עולם ה"קינדער-סידי'ס"
פארצייטישע מעשיות דערציילט און אראפגעשפילט ממש ווי לעבעדיג
מיט פארשידנארטיגע "קאראקטורן" (CHARACTERS)
דראמאטיש און אטעם פארכאפנד אינאיינעם מיט זאפטיגע הומאר
באגלייט מיט פראפעסיאנעלע מוזיק און "בעק גראונד סאונדס"
באצירט מיט ווארימע הארציגע לידער געזונגען דורך טאלאנטפולע קינדער  
א סידי וועלכע וועט צונאגלן די קינדער אויף לאנגע שעות
מיט-אטעמנדיג און אריינשפרייזנדיג לעבעדיג אין די פארצייטישע וועלט וועלכע ברענגט אריין א העכערקייט אינעם "אלול''
עס וועט זיין צו באקומען סוף קימעדיגע וואך בעזהי"ת

אוועטאר
מקווה איד
שר האלף
תגובות: 1457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך מקווה איד » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 7:02 am

דעס סאוענט גוט, קען קוים ווארטן.
וואס?? נעילה, מנחה, האסט שוין געדאווענט מנחה?
(קרעדיט ארי אבראמאוויטש @מסטעריע)

פארהוילן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 21, 2013 1:51 pm

תגובהדורך פארהוילן » זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:03 pm

דא האט איר דעם דעקל פונעם סידי
צוגעלייגטע
image002.jpg
image002.jpg (22.69 KiB) געזעהן 2962 מאל

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3611
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

ברוך השם

תגובהדורך dovidal » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:25 am

דער פארפאסער איז א חשובער היימישער יונגערמאן ופקע שמיה אלס א געלונגענער פארפאסער פון שיינע תוכנדיגע טעיפס
יצליח

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2548
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 12:36 pm

דער איז פיינע נייעס דער גרין, יעצט ארויסגעפארן אויף עטליכע טעג מיט די קינדער, זיי זענען געווען גוט צודריקט אין די קאר מחמת חוסר מקום און אלע פעקלעך, אבער רבי גרין האט געהאלטן דעם עולם אין ארדענונג...
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:50 pm

wow ר' מתתי' איז פיין, מיט זיין באסאווע שטימע וואס טרייבט פאנטאזיע אויף פאטריכאלישע הוועיות, דאס איז סחורה..
און יעצט פרישע סחורה איינס נאכאנאנדער..
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

Izzygreen
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:47 pm

Full preview

תגובהדורך Izzygreen » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:17 pm

Here is a link to the full preview of the new CD

https://www.dropbox.com/s/jqkvhyxekuwvw ... l.mp3?dl=0

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15991
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:31 pm

יאפס דער איז מתוק וואן אף עי קיינד גאר טאלאנטפול

איציק מעכל
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 03, 2014 11:44 pm

איינס אין דער וועלט

תגובהדורך איציק מעכל » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 3:10 pm

יעצט געהערט דעם פריוויא, איך קען שוין נישט ווארטן דאס צו קויפן, יעצט זומער ווען מיר פארן אין די קאנטרי הערן מיינע קינדער צו די פשוטע וואס מען קען קויפן אין ביהמ"ד און זיי האבן זייער שטארק הנאה איהם צוהערן, יעצט מיט דעם וועט מען זיין צוגענאגלט צום סידי און די דרייון וועט זיין א מחיה.
איינער ווייסט ווען ס'גייט זיין אין די געשעפטן?

Izzygreen
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:47 pm

Available in mostly misic

תגובהדורך Izzygreen » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 3:49 pm

איציק מעכל האט געשריבן:יעצט געהערט דעם פריוויא, איך קען שוין נישט ווארטן דאס צו קויפן, יעצט זומער ווען מיר פארן אין די קאנטרי הערן מיינע קינדער צו די פשוטע וואס מען קען קויפן אין ביהמ"ד און זיי האבן זייער שטארק הנאה איהם צוהערן, יעצט מיט דעם וועט מען זיין צוגענאגלט צום סידי און די דרייון וועט זיין א מחיה.
איינער ווייסט ווען ס'גייט זיין אין די געשעפטן?


The CD is already available at mostly music online. See link below. It will available on iTunes soon.

It should be available in all stores early next week.

https://mostlymusic.com/collections/fro ... -double-cd

איציק מעכל
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 03, 2014 11:44 pm

תגובהדורך איציק מעכל » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 4:51 pm

Izzygreen האט געשריבן:
איציק מעכל האט געשריבן:יעצט געהערט דעם פריוויא, איך קען שוין נישט ווארטן דאס צו קויפן, יעצט זומער ווען מיר פארן אין די קאנטרי הערן מיינע קינדער צו די פשוטע וואס מען קען קויפן אין ביהמ"ד און זיי האבן זייער שטארק הנאה איהם צוהערן, יעצט מיט דעם וועט מען זיין צוגענאגלט צום סידי און די דרייון וועט זיין א מחיה.
איינער ווייסט ווען ס'גייט זיין אין די געשעפטן?


The CD is already available at mostly music online. See link below. It will available on iTunes soon.

It should be available in all stores early next week.

https://mostlymusic.com/collections/fro ... -double-cd

א גרויסן יישר כח
העמיר דאס גיין קויפן

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 6:50 pm

ווער דיסטריביוט עס?

Izzygreen
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:47 pm

תגובהדורך Izzygreen » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:03 pm

נחום וואהלינער האט געשריבן:ווער דיסטריביוט עס?


L'chaim

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 10:09 pm

Izzygreen האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:ווער דיסטריביוט עס?


L'chaim

ייש"כ

פארהוילן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 21, 2013 1:51 pm

די פאסטערס

תגובהדורך פארהוילן » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 6:53 pm

Elul Barditshov Poster square.jpg
Elul Barditshov Poster square.jpg (91.46 KiB) געזעהן 2430 מאל
צוגעלייגטע
Elul Barditshov Poster.jpg
Elul Barditshov Poster.jpg (107.68 KiB) געזעהן 2430 מאל

Izzygreen
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:47 pm

Distribution update

תגובהדורך Izzygreen » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 11:11 am

Update on the distribution: the CD is now available in the entire mountains (a most have for the drive home from the country). The CD is currently being distributed in Brooklyn. Will be in all of brooklyn by end of the day. Tomorrow it will be distributed in upstate Rockland county/Monroe.

אין וועלט אריין
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 12, 2013 10:11 am

תגובהדורך אין וועלט אריין » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 12:21 pm

געהערט, WOW! מעכטיג איז נישט דאס ווארט!
מיינע קינדער זענען געזיצן צוגעשמידט ממש!!
עס איז דראמאטיש, שפאנענד, מייסטערהאפטיג, און מעכטיג!! און וואס נישט? און ועל כולם תוכנדיג ערנסט.
אפילו פאר ערוואקסענע ברענגט דאס אריין א אלול שטימונג

הרב מתתי' יישר כוחכם, כה לחי!

Izzygreen
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:47 pm

Message from R' Aron Arya Eisenberg

תגובהדורך Izzygreen » דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 8:43 pm

Listen to a private message that the famous story teller R' Aron Arya Eisenberg left for R Matis Green with his reaction to his new hit CD. We are posting this meaaage with the permission of R' AA Eisenbger.

https://www.dropbox.com/s/0l87yvqx0ddwo ... g.MP3?dl=0

שלעפל
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 2:53 pm

תגובהדורך שלעפל » זונטאג אוגוסט 27, 2017 2:59 pm

rabbi grin its the best of the best keep up the gr8 work

אין וועלט אריין
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 12, 2013 10:11 am

תגובהדורך אין וועלט אריין » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 5:20 pm

Izzygreen האט געשריבן:Listen to a private message that the famous story teller R' Aron Arya Eisenberg left for R Matis Green with his reaction to his new hit CD. We are posting this meaaage with the permission of R' AA Eisenbger.

https://www.dropbox.com/s/0l87yvqx0ddwo ... g.MP3?dl=0



טשי הא, האט ער א שפראך!! ס'גיסט זיך ס'פליסט זיך פון אים. ווי האב איך אזא שפראך, יעדעס איינציגע ווארט פון אים וואלט איך געזאגט. ער רעדט דאך אזוי ריכטיג, ער ברענגט ארויס ממש אלעס וואס איך האב געפילט. עס איז שטוינענד צוגעפאסיגט פאר גרויס און קליין און מען זיצט פארגאפט און מען הערט איינמאל און נאכאמאל. (ב.ד.וו. א נאבעלע אקט פון ר' אהרן ארי' אזוי צו פארגינען א צווייטע בעל מספר - ממנו ילמדו)


*
האט איינער שוין געהערט "סיפור לספר"?
ר' מתתי' האט געמאכט אויף "סיפור לספר" א געוואלדיגע געדאנק. ער קאמיוניקעיט מיט די קינדער וואס האבן די געלעגנהייט צו פרעגן זייערע פראגעס. מיינע קינדער ענזשויען עס. זיי האבן שוין אויך אריין געלייגט זייערע שאלות.

Izzygreen
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:47 pm

אינטערוויו

תגובהדורך Izzygreen » מיטוואך אוגוסט 30, 2017 6:31 pm

מ'קען שוין הערן אויף "קול מבשר" א אינטערוויו מיט ר'מתתי' איבער זיין נייע סידי דורך דריקן 3 פון די מעין מעניו
אין דערנאך 1 און דערנאך 1638

שלעפל
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 2:53 pm

תגובהדורך שלעפל » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 2:30 pm

gr8 intervew also lish from boznei bincha is talking

פארהוילן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 21, 2013 1:51 pm

אריינפיר ניגון

תגובהדורך פארהוילן » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:01 pm

בס"ד
צוליב די גרויסע נאכפראגע פונעם עולם אויף א ביכל פון די סקריפט און די גראמען. מיר האפן אז דעם קומענדיגן סידי וועט שוין יא זיין. מיר ברענגען כאטש דא די גראמען פון די ניגונים, אז דער וואס וויל זאל דאס קענען ארויסדרוקן און הנאה האבן הערנדיג דעם סידי און מיט האלטן די טעקסט.




#1 אריינפיר:
לאמיר אייך דערציילן, לאמיר אייך דערציילן, מעשיות פון הייליגן בארדיטשובער,
לאמיר אייך מיט טיילן, לאמיר אייך מיט טיילן, מעשיות פון הייליגן בארדיטשובער,

איין מעשה איז:
חודש אלול אין בארדיטשוב איז געווען, ווי אזוי אין יעדע זאך האט דער צדיק א מוסר השכל געזען,
נאך א מעשה איז:
ווי די גויים צו סליחות מען וועקט, און אזוי האט דער צדיק פאר כלל ישראל זכותים ערוועקט,
ווידער א מעשה איז:
וואס לערנט אונז די ריכטיגע הכנה, דער עיקר פון אלעס איז אריינלייגן הארץ און כוונה,

לאמיר אייך דערציילן, לאמיר אייך דערציילן, מעשיות פון הייליגן בארדיטשובער,
לאמיר אייך מיט טיילן, לאמיר אייך מיט טיילן, מעשיות פון הייליגן בארדיטשובער,
כאטש כאטש כאטש, ס'איז סאך העכער פון אונזער פארשטאנד, דאך דאך לוינט צו ווערן דערמיט באקאנט,
מיט אט די מעשיות פון אמאל, פונעם הייליגן סניגור של ישראל, ווערט נתעורר אן א צאל, רחמים אויף כלל ישראל
* * *

פארהוילן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 21, 2013 1:51 pm

#2 סטאשעק פארעכט:

תגובהדורך פארהוילן » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:03 pm

ווער האט עפעס צו פארעכטן, זאל עס געבן פאר מיר סטאשעק,

איך פארעכט אלעס פונקט ווי ניי, שנעל און זייער געטריי,
איך פארעכט אלעס פונקט ווי ניי, כלים און מעבל אלע ערליי,
טישן, בענקלך, אלעס זייער שיין,
טישן, שענקלך, אלעס זייער פיין,

ווער האט עפעס צו פארעכטן, זאל עס ברענגן פאר מיר סטאשעק,

איך בין דער שטערקסטער איך בין דער בעסטער, איך פארעכט עס שטערקער און פעסטער,
אלעס פונקט ווי ניי פון מיין האנט גייט ארויס, פאר אלעס וואס איר דארפט נאר אין אייער הויז,
טישן, בענקלך, טירן, אלעס פונקט ווי ניי,

ווער האט עפעס צו פארעכטן, זאל עס געבן פאר מיר סטאשעק,
* * *

פארהוילן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 21, 2013 1:51 pm

#3 מען דארף פארעכטן:

תגובהדורך פארהוילן » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:04 pm

#3 מען דארף פארעכטן:

מען דארף פארעכטן, וואס מ'האט געטון נעכטן,
יעדער איד דארף אריינקוקן טיף,
בחדרי חדרים, זקנים עם נערים,
זיך אויפוועקן פונעם שופר'ס רוף

מען דארף פארעכטן, דעם וועג דעם שלעכטן,
אלעס פונעם יאר וואס גייט פארביי,
מיט תשובה ריכטיג, ריין און ציכטיג,
פארעכטן אלעס ממש ווי ניי,
* * *


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מה ידידות און 25 געסט