ניגון - הורני ה' דרכך - יענקי דאסקאל

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 12:22 pm

ניגון - הורני ה' דרכך - יענקי דאסקאל

תגובהדורך תמימות'דיגער » מאנטאג מאי 22, 2017 11:58 pm

גיהערט איצטער אז יענקי דאסקאל האט מחבר גיוועהן גאר א שיינע התעוררות'דיגער ניגון אויפן ווערטער הורני ה' דרכך אהלך באמיתך יחד לבבי ליראה שמך [איינער פון די טיפסטע בקשות פון דהע"ה וועלכע האט דאכצעך קיינמאל גיהאט קיין ניגון דערויף].
דער ניגון האט ער מחבר גיוועהן לכבוד די שבת אין מעזיבוזש פ' בה"ב העעל"ט בצל כ"ק האדמו"ר מהר"א מסאקמער שליט"א ווי ער'ס מיטגעפאהרן מיטצוהעלפן די סאטמאר'ע קאפעליע מיט די וויזשניצע ניגונים...
מפי השמועה שמעתי אז דער ניגון איז גאר שטארק אויפגעפיקט גיווארן ביים עולם און מ'האט עס כסדר איבערגעזינגען מיט א גרויסן ברען, און ס'גייט אריינגיין אין די סעריע פון די "סאטמאר'ע ניגונים" [שלום עליכם - אהבה רבה - אנא עבדא וכו'].
בקשתי שטוחה אויב איינער פון די משתתפי הנסיעה האט א רעקארדירונג אדער א קליפ זאל ער ביטע מהנה זיין דעם ציבור.
כ'בין א תם - נישט א נער

ווערעצקי
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » דינסטאג מאי 23, 2017 12:04 am

תמימות'דיגער האט געשריבן:גיהערט איצטער אז יענקי דאסקאל האט מחבר גיוועהן גאר א שיינע התעוררות'דיגער ניגון אויפן ווערטער הורני ה' דרכך אהלך באמיתך יחד לבבי ליראה שמך [איינער פון די טיפסטע בקשות פון דהע"ה וועלכע האט דאכצעך קיינמאל גיהאט קיין ניגון דערויף].
.


גראדע שוין דא א שיינער ניגון מיט די ווערטער, אויף פון די טעיפס פון ר' ירמי' דאמען.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דינסטאג מאי 23, 2017 12:10 am

ווערעצקי האט געשריבן:
תמימות'דיגער האט געשריבן:גיהערט איצטער אז יענקי דאסקאל האט מחבר גיוועהן גאר א שיינע התעוררות'דיגער ניגון אויפן ווערטער הורני ה' דרכך אהלך באמיתך יחד לבבי ליראה שמך [איינער פון די טיפסטע בקשות פון דהע"ה וועלכע האט דאכצעך קיינמאל גיהאט קיין ניגון דערויף].
.


גראדע שוין דא א שיינער ניגון מיט די ווערטער, אויף פון די טעיפס פון ר' ירמי' דאמען.

יאפ, אויף די צמאה אלבום, דער ניגון ליגט מיר פיין אין די ביינער.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 12:22 pm

תגובהדורך תמימות'דיגער » דינסטאג מאי 23, 2017 12:26 am

נו וועט מען דארפן משלים זיין
כ'בין א תם - נישט א נער

לחי
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2015 7:24 am

תגובהדורך לחי » דינסטאג מאי 23, 2017 4:07 am

איך האב שוין געהערט די ניגון פון עם צוויי יאר צוריק ביי א קומזיץ אינמיטן זוממער, ער האט דעמאלטס געזאגט אז ער פלאנט צו מאכן א סידי אין דאס איז איינע פון די ניגונים פון זיין סידי, so א נייע ניגון לכבוד די נסיעה איז עס זעכער נישט.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6603
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דינסטאג מאי 23, 2017 4:11 am

עס איז גאר גאר א פיינע ניגון, אבער עס האלט נאך נישט דארט אז מען זאל עס אריינלייגן אין די ליסט מיט שלום עליכם אהבה רבה און אנדערע אלטע סאטמארע ניגונים.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

קרייסלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג מאי 23, 2017 5:58 am

תמימותדיגער איר זענט צו תמימותדיג... קיין איין נייע קען נישט אריינגיין אין די סעריע פון אהבה רבה אפילו נישט אנא עבדא, דאס זענען ניגונים מלא רגש ויסודתם מהררי קודש זיי זענען מעורר נישט ווייל סאיז א שיינע ניגון

אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 12:22 pm

תגובהדורך תמימות'דיגער » דינסטאג מאי 23, 2017 8:07 am

קרייסלער האט געשריבן:תמימותדיגער איר זענט צו תמימותדיג... קיין איין נייע קען נישט אריינגיין אין די סעריע פון אהבה רבה אפילו נישט אנא עבדא, דאס זענען ניגונים מלא רגש ויסודתם מהררי קודש זיי זענען מעורר נישט ווייל סאיז א שיינע ניגון


מסכים אז כ'בין תמימות'דיג וועגן דעם רוף איז זיך דאך תמימות'דיגער אבער ס'מיר נישט איינגעפאלן אז איינער וועט מיינען אז כ'לייג אריין "אנא עבדא" אין די זעלבע קאטעגאריע פון "שלום עליכם" וואס איז אויך עפעס העכערס, ווי אויך וואלט איך קיינמאל נישט אריינגעלייגט "שלום עליכם" אין די זעלבע קאטעגאריע ווי די הייליגער "אהבה רבה" ניגון פונעם רבין ר' הערש זי"ע. נאר כ'האב געמיינט צו זאגן אז דאס זענען דאך די ניגונים וואס מען זינגט אין סאקמאר ווען ס'איז פארהאנען אן התעוררות און דעם "הורני ה'" איז יעצט צוגעקומען צום ליסטע, והוא רחום יכפר וכו'.
כ'בין א תם - נישט א נער

סידיראם
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דינסטאג מאי 23, 2017 9:17 am

נא לאמיר שוין הערן די ניגון. ווער קען עס ארויפלייגן?
buy some good stuff here. http://amzn.to/2noFRHC

סוואליעווער אייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » דינסטאג מאי 23, 2017 9:44 am

מען קען טוישן דעם קעפל, דער ניגון איז שוין אפאר יאר אלט, טאקע זייער שיין און הארציג.
(חוץ אויב עס איז נאך איינס??)

נחום וואהלינער
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » דינסטאג מאי 23, 2017 11:36 am

גיהערט פאר 11 יאר צוריק זייער א ווארימער ניגון אויף די פסוק מפי הגה"ח רבי יצחק דוד גראסמאן שליט"א פון מגדל עמק, ער האט דעמאלטס געזאגט ווער די מחבר איז אבער איך האב שוין פארגעסן, אבער דאס גידענק איך יא אז ס'איז שוין דעמאלטס נישט גיווען קיין נייע ניגון

אוועטאר
עין טובה
שר האלפיים
תגובות: 2423
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג מאי 23, 2017 2:14 pm

וואס זיך טענה'ן? שטעל ארויף דעם ניגון

איך האב א שפור אז דאס איז שוין אן אלטע ניגון וואס מ'זינגט שוין לאנג אין וויזניץ, נאר איז יעצט אנגעקומען קיין סאטמאר.

כפי השמועה פון איינעם וואס איז געווען דארט אויף שבת האט יאנקי געזאגט אז אין וויזניץ זינגט מען עס שוין, און אז אדמו"ר מהר"א האט זייער געקאכט מיט די ניגון און שטארק הנאה געהאט.
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט
תשח"ח פאר קיקיון פארן צושטעלן דעם חתימה.

ניס קראכער
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג מאי 23, 2017 2:42 pm

אבער דער ניגון האט נאך קיינער נישט פארשאפט דא

אוועטאר
שואף
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 28, 2017 2:18 pm
לאקאציע: אויף די לינקע זייט פון די תגובה

תגובהדורך שואף » דינסטאג מאי 23, 2017 2:56 pm

ביטע טוישן די קעפל

דער ניגון איז שוין זאגאר געזינגען געווארן אין וויילי ווען דער וויזניצער רבי פון ארה''ק איז דאהי געווען אויף שבת

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

תגובהדורך קיווי סטראבערי » דינסטאג מאי 23, 2017 3:27 pm

איך האב עס מיט מוזיק, אינטרעסאנט?

ניס קראכער
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג מאי 23, 2017 4:25 pm

קיווי סטראבערי האט געשריבן:איך האב עס מיט מוזיק, אינטרעסאנט?

יא מען קען שוין באלד הערן מוזיק

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15288
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מאי 23, 2017 5:13 pm


אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17179
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מאי 23, 2017 5:50 pm

יש"כ אייראפעישער מגיד.

איך הער דער ניגון, קען נישט כאפן די עקסייטמענט דערויף, נאטינג ספעשיעל עט אלל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ווערעצקי
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » דינסטאג מאי 23, 2017 5:58 pm

האבן מיר דאכט זיך שוין געהערט ביים "תולדות אברהם יצחק רבי" ביים טיש, זיך קאכן אויף די ניגון. איך האב זיך שוין דאן געוואונדערט וואס ער טרעפט אין דעם ניגון, איך האב געוואלט טראכטן אז דאס איז אן אלטע וויזניצע ניגון, וואס דאס ברענגט אים אויף געגועים צו אמרי חיים זצ"ל, אבער יעצט זעה איך גאר אז דאס איז גאנץ א לעצטיגע ניגון, ווייס איך נישט פשט.

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1137
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דינסטאג מאי 23, 2017 7:21 pm

farshlufen האט געשריבן:יש"כ אייראפעישער מגיד.

איך הער דער ניגון, קען נישט כאפן די עקסייטמענט דערויף, נאטינג ספעשיעל עט אלל.

גא"מ אפילו אויף די ווערטער אליין האב איך שוין געהערט אסאך בעסערס
If you think it’s expensive to hire a professional, wait until you hire an amateur
הק' 9863 (נאך א נאומבער דא)

אוועטאר
Intern Tish
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 12:20 pm

תגובהדורך Intern Tish » דאנארשטאג מאי 25, 2017 3:12 pm

דא האט איר די ניגון "אן מוזיק"

https://www.dropbox.com/s/hre1nenzr1apx ... 0.mp3?dl=0
רבותי טראכטס אריין!
די ארבעט וואס מיר טוהן איז נישט גרינג, מיר בעטן אייך נישט קיין געלט דערפאר,
אבער כאטשיג גיבטס אפ אייער יישר כח דא

אוועטאר
געשמאקע ווינטל
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:06 pm

תגובהדורך געשמאקע ווינטל » דאנארשטאג מאי 25, 2017 7:55 pm

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:יש"כ אייראפעישער מגיד.

איך הער דער ניגון, קען נישט כאפן די עקסייטמענט דערויף, נאטינג ספעשיעל עט אלל.

גא"מ אפילו אויף די ווערטער אליין האב איך שוין געהערט אסאך בעסערס

נאכ'ן עס הערן אזוי פראפעשינאל געזונגען, האב איך אביסל אן אנדערע בליק אויף דעם ניגון.
מ'הערט און מ'הערט ביז מ'קומט צום טעם.

כא כא כא
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » פרייטאג מאי 26, 2017 12:16 am

די געשמאק פון דעם ניגון איז אז ס'איז קורץ און גייט נישט ארויף הויעך און גייט אויף א שנעלע ספיד דאס מיינט אז מ'קען עס זינגען נאן סטאפ
ר' אונטערן אז די ברענגסט אזא פראפעשענעל ריקארדינג מעגסטו צילייגן ווער ס'האט געמאכט אזא שיינע ארבעט
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט

כא כא כא
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » פרייטאג מאי 26, 2017 12:25 am

די ניגון האט ער געמאכט בערך אין די צייט וואס ר' ישראל איז געווארן רבי דאס מיינט שוין א 4-5 יאר צוריק
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט

שיק יונגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2016 12:59 pm

תגובהדורך שיק יונגל » פרייטאג מאי 26, 2017 1:46 am

אויף קול סאטמאר איז עס ארויף געלייגט געווארן לכבוד שבועות מיט נאך 2 אנדערע נייע ניגונים פאר שבועות איינס איז פון הרה"ח רבי יושע מענדלאוויטש משב"ק און איינס איז פון ר' עמרם אקער ראש המשוררים בסאטמאר. אלע פראפעשינאל אן מוזיק


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט