נייע סידי Sympinny + Yumi

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
מקווה איד
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך מקווה איד » דינסטאג יוני 06, 2017 6:31 am

געקלערט האט געשריבן:פון זעהן אפאהר קליפס דא דארט פון די ריקארדינגס אין סטודיאו, קיקט אויס אז ס'איז שיינע סידי מיט גיטע איידיעס, פיני אסטרייכער זינגט אויך גאר גיט, די אלבום איז אבער ווייט פון א חסידישע אלבום.

יא אבער עס איז אויכט ווייט פון פרענקיש אזווי גרינפעלד
יוסל חבר מיינע די זיצט דא ביי די פיאנע

אוועטאר
מקווה איד
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך מקווה איד » דינסטאג יוני 06, 2017 7:07 am

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:איז פאראן א ווידיאו פראמא

קען מען אבער נישט ברענגען יו טוב

איז ווער ס'קען ברענגען אויף אנדערע וועט מהנה זיין עטליכע אידן

האב איך געטראפען א שטיקעל
יו-טוב לינקס זענען פארבאטן
יוסל חבר מיינע די זיצט דא ביי די פיאנע

אוועטאר
מקווה איד
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך מקווה איד » דינסטאג יוני 06, 2017 7:20 am

מקווה איד האט געשריבן:
בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:איז פאראן א ווידיאו פראמא

קען מען אבער נישט ברענגען יו טוב

איז ווער ס'קען ברענגען אויף אנדערע וועט מהנה זיין עטליכע אידן

האב איך געטראפען א שטיקעל
יו-טוב לינקס זענען פארבאטן

https://drive.google.com/open?id=0B0KCX ... UJJem1ubVU
יוסל חבר מיינע די זיצט דא ביי די פיאנע

24/7
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 01, 2016 3:47 pm

תגובהדורך 24/7 » דינסטאג יוני 06, 2017 7:39 am

מקווה איד האט געשריבן:
געקלערט האט געשריבן:פון זעהן אפאהר קליפס דא דארט פון די ריקארדינגס אין סטודיאו, קיקט אויס אז ס'איז שיינע סידי מיט גיטע איידיעס, פיני אסטרייכער זינגט אויך גאר גיט, די אלבום איז אבער ווייט פון א חסידישע אלבום.

יא אבער עס איז אויכט ווייט פון פרענקיש אזווי גרינפעלד

עס איז געמאכט פאר 80 יעריגע באום'ס וואס ווילען הערען אמאליגע גוטע ניגונים אן קיין מוזיק....

אוועטאר
מקווה איד
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך מקווה איד » דינסטאג יוני 06, 2017 7:43 am

24/7 האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:
געקלערט האט געשריבן:פון זעהן אפאהר קליפס דא דארט פון די ריקארדינגס אין סטודיאו, קיקט אויס אז ס'איז שיינע סידי מיט גיטע איידיעס, פיני אסטרייכער זינגט אויך גאר גיט, די אלבום איז אבער ווייט פון א חסידישע אלבום.

יא אבער עס איז אויכט ווייט פון פרענקיש אזווי גרינפעלד

עס איז געמאכט פאר 80 יעריגע באום'ס וואס ווילען הערען אמאליגע גוטע ניגונים אן קיין מוזיק....

קום ביטע אריין קלאר 1# וואס איז באמיש 2# וואס מיינט אן מוזיק 3# וואס האט עס מיט 80 יאר
יוסל חבר מיינע די זיצט דא ביי די פיאנע

24/7
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 01, 2016 3:47 pm

תגובהדורך 24/7 » דינסטאג יוני 06, 2017 7:46 am

1 סאיז גאר אלטע ניגונים
2 "כאילו ROCK...JAZZ...
3 וויל די מיוזיק איז זיעער שוואך אזוי ווי אלטע יודן האבען ליב.

אוועטאר
מקווה איד
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך מקווה איד » דינסטאג יוני 06, 2017 7:51 am

24/7 האט געשריבן:1 סאיז גאר אלטע ניגונים
2 "כאילו ROCK...JAZZ...
3 וויל די מיוזיק איז זיעער שוואך אזוי ווי אלטע יודן האבען ליב.

1# יעדער וויל היינט עפעס אלט אויכט און ער האט פיין צוטיילט האלב און האלב 2# דזשעז מיט ראק איז נישט דא קיין שום היתר צו הערן ספירה מיט די 3 וואכן דהיינו אז עס איז געהעריגע מוזיק 3# די מוזיק אוז צו וועם איך האב נאר גערעדט האט זייער הנאה אבער אויף דעם האט יעדער א רעכט צו טענה'ן
יוסל חבר מיינע די זיצט דא ביי די פיאנע

24/7
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 01, 2016 3:47 pm

תגובהדורך 24/7 » דינסטאג יוני 06, 2017 7:53 am

מקווה איד האט געשריבן:
24/7 האט געשריבן:1 סאיז גאר אלטע ניגונים
2 "כאילו ROCK...JAZZ...
3 וויל די מיוזיק איז זיעער שוואך אזוי ווי אלטע יודן האבען ליב.

1# יעדער וויל היינט עפעס אלט אויכט און ער האט פיין צוטיילט האלב און האלב 2# דזשעז מיט ראק איז נישט דא קיין שום היתר צו הערן ספירה מיט די 3 וואכן דהיינו אז עס איז געהעריגע מוזיק 3# די מוזיק אוז צו וועם איך האב נאר גערעדט האט זייער הנאה אבער אויף דעם האט יעדער א רעכט צו טענה'ן

סאיז נישט קיין ספירה CD!!!

אוועטאר
מקווה איד
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך מקווה איד » דינסטאג יוני 06, 2017 7:58 am

24/7 האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:
24/7 האט געשריבן:1 סאיז גאר אלטע ניגונים
2 "כאילו ROCK...JAZZ...
3 וויל די מיוזיק איז זיעער שוואך אזוי ווי אלטע יודן האבען ליב.

1# יעדער וויל היינט עפעס אלט אויכט און ער האט פיין צוטיילט האלב און האלב 2# דזשעז מיט ראק איז נישט דא קיין שום היתר צו הערן ספירה מיט די 3 וואכן דהיינו אז עס איז געהעריגע מוזיק 3# די מוזיק אוז צו וועם איך האב נאר גערעדט האט זייער הנאה אבער אויף דעם האט יעדער א רעכט צו טענה'ן

סאיז נישט קיין ספירה CD!!!

די ווייסט צו ווי די צילסט???
יוסל חבר מיינע די זיצט דא ביי די פיאנע

אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובהדורך געקלערט » דינסטאג יוני 06, 2017 8:12 am

הערט'ס אויף מיט ענקערע בעבישע תגובות, הארגעט'ס נישט אוועק א נערמאלע אשכול.

מיין.מיינונג
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 5:07 pm

תגובהדורך מיין.מיינונג » דינסטאג יוני 06, 2017 12:13 pm

דער גאסט זינגער איז פארצופאל זייער פיין

אור
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דינסטאג יוני 06, 2017 3:04 pm

לענ"ד איז די ניגונים-קאלעקשן עפעס אויסערגעווענליך נישט צום זאך
סארי

אוועטאר
מקווה איד
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך מקווה איד » מיטוואך יוני 07, 2017 11:52 am

אור האט געשריבן:לענ"ד איז די ניגונים-קאלעקשן עפעס אויסערגעווענליך נישט צום זאך
סארי

געקלערט האט דיר געשריבן א תגובה קוק 2 תגובת צוריק
יוסל חבר מיינע די זיצט דא ביי די פיאנע

אוועטאר
טישטוך
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בכלל נישט דאהי...

תגובהדורך טישטוך » מיטוואך יוני 07, 2017 1:54 pm

מיין.מיינונג האט געשריבן:דער גאסט זינגער איז פארצופאל זייער פיין

ווער איז דער גאסט זיגער?
איך האב אויסגעמעקט מיין אונטערשריפט, האסט אן איידיע פאר מיר? קום אין אישי...

אוועטאר
מקווה איד
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך מקווה איד » מיטוואך יוני 07, 2017 2:05 pm

טישטוך האט געשריבן:
מיין.מיינונג האט געשריבן:דער גאסט זינגער איז פארצופאל זייער פיין

ווער איז דער גאסט זיגער?

נומא-ל ארוש א חבדסקע פון כפר חבד א''י. דאס איז די איינצוגסטע בילד וואס איך האב געפונען פון אים סארי אויב עס איז פאני
נמואל-אלוקי-ווקאלי-870x489_c.jpg
נמואל-אלוקי-ווקאלי-870x489_c.jpg (85.57 KiB) געזעהן 1702 מאל
יוסל חבר מיינע די זיצט דא ביי די פיאנע

אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובהדורך געקלערט » דאנארשטאג יוני 08, 2017 6:42 am

דניאל אויערבאך האט געשריבן:דעי פיקטשער פין די דעקל קיקט מער אויס ווי רויבערס קומען אין א שרעקעדיגע דראמאטישע פלעי , נישט אזשיינע מוזיק סידי. פארוואס מאכט מען אזאלעכע פאני דעקלעך ?
יואלי פאלאטשעק פון זמירות האט געמאכט די קאווער מיט די גרעפיקס...

אוועטאר
מקווה איד
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך מקווה איד » דאנארשטאג יוני 08, 2017 7:21 am

געקלערט האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:דעי פיקטשער פין די דעקל קיקט מער אויס ווי רויבערס קומען אין א שרעקעדיגע דראמאטישע פלעי , נישט אזשיינע מוזיק סידי. פארוואס מאכט מען אזאלעכע פאני דעקלעך ?
יואלי פאלאטשעק פון זמירות האט געמאכט די קאווער מיט די גרעפיקס...

זייט ווען איז ער אין די ליין
יוסל חבר מיינע די זיצט דא ביי די פיאנע

אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובהדורך געקלערט » דאנארשטאג יוני 08, 2017 8:28 am

שוין ! כ'בין שוין נאכן אויסהערן דעם סידי א שיינע פאהר מאל.....חברה וואס זאל איך ענק זאגן כ'בין ממש אדיקטעד צו דעם סידי, כ'קען זיך ממש נישט אפרייסן דערפון, ס'איז א סמעש פון סידי, מיין מיינונג איז אז ס'איז די בעסטע קאלעקשן סידי וואס איז ארויס די לעצטע צוויי יאר, קודם כל פאר אלעם וויל איך מודיע זיין אז ווער ס'זיכט א חסידישע סידי זאל גיין איינהאנדלן 'פורים אין סטרעליסק', ווער ס'זיכט ארט און קוואליטי מוזיק צו אים רעדט איך יעצט....

קודם כל די סעלעקשן פון די נגונים איז איינס אין וועלט, נישטא דארט סתם נארישע ניגונים, אין פאקט איז ממש נישט דא קיין היינטיגע היט ניגונים, ס'איז אלעס עלטערע ניגונים וואס דאס איז א ריזיגע מעלה, 'איינס' ווייל איך ברעך שוין פון הערן טאג און נאכט 'כי לא תשכח מפי זרעו' און נאכאמאל 'ויעזור ויגן' ס'קימט שוין פון די נאז, 'צווייטענס' זיין עיקר ציל איז געוועהן צו ברענגן גיטע געשמאקע מוזיקאלישע סחורה און נישט נאכאמאל די זעלבע אפגעריסענע טעקנוי מכלומר'שע היט ניגונים, דא איז נאר דא קוואליטי.....

די מוזיק אויפן סידי איז טאפ נאטש... ס'איז איין שטיק פערפעקשן.... ווי ס'פאסט זיך פאר פיני.... ס'איז נישט ווי די אלע אנדערע קאלעקשן סידי מיט ציווילדעוועטע צופלויגענע מוזיק, די מוזיק דא האט א מעכטיגע Groove די מוזיק זיץ'ס מיט א פאריקטע פינקטליך'קייט און מסודר'דיגקייט, און פון די אנדערע זייט האט עס א מעשיגענע פאוער און זעץ, און אזוי ווייטער מאכט ער קוקו איידיעס און שטיק מיט מעסיוו קאורט פערגרעשאנס.....בקיצור כ'קען עס נישט מסביר זיין ווער ס'וויל פארשטיין זאל זיי מוחל זיין און עס גיין אליין אויסהערן.....פארפאלן דעי פיני איז א טאלאנט ער האט זיך זיין איינגענארטיגע שניט און סטייל דער איז אן ריכטיגער ארטיסט בלא מובן המילא.....


די עיקר זינגער אויפן סידי איז יומי לואי, וואס ווי יעדער קען אים זינגט ער זייער 'קלאר פינקטלעך שטארק און שיין' און די זעלבע וועג זינגט ער דא אויפן סידי אן מאכן חכמות און קינצען נאר ער זינגט פשוט גראד און סימפאל....חוץ יומי איז דא איין סעט פון ניגונים וואס פיני אליין בכבודו ובעצמו זינגט אפ, 'בעליוו איט אר נאט' דעי פיני זינגט גאר גאר פיין ער פאקט איין אסאך זינגער'ס איך וואלט אים ענדערט געקענט באשטיין צו הערן אליין אפזינגען דעם גאנצן סידי, דער דרייט גיט און ברענגט גיט ארויס א ניגון....

נאכדעם האמיר אויפן סידי "נמואל הרוש" פאר א געסט זינגער, די עולם דא אין אמעריקע קען אים נישט אבער אין א"י איז ער פון די טאפ זינגער'ס און ער קען טוהן וואס קיינער קען נישט, לאמיר גיין צוביסלעך....נמואל איז א חבד'סקער און ער קימט לכתחילה פון פראנקרייך היינט וואוינט ער אין א"י אין כפר חב"ד, נמואל איז אנבעליוויבל מוזיקאליש ער קען שפילן אויף אסאך אינסטערמענטס, בעיקר איז ער ברייט באוויסט פאר זיין אייגענארטיגע שטימע, ער קען טוהן מיט זיין שטימע וואס קיין ספרדי קען נישט, ער דרייט מיט זיין קול אזוי ווי ער דרייט א רעדל, ער פארט ארויף צו די העכסטע נאוטס אינדערצווישן פארט ער אריין אין א קאפ שטימע און נאכדעם אראפ צו די סאמע נידריגסטע נאוטס אלעס אין געציילטע רגע'ס, מיט דעם צוזאמען האט ער די גאנצע חבד'סקער ברען און געשמאק מיט סופער ענערדזשי...איך האב אים די ערשטע מאל געזעהן ביי אן אויפטריט צוזאמען מיט מונה איך האב דעמאלס נאכנישט געוויסט ווער ער איז, איך בין פשוט געשטאנען אין א זייט פארפרוירן....דער האט אזוי מין אויפגעשאקלט די זאל אז די דאך איז שיעור אראפגעקימען....זייט דעמאלס בין איך געווארן א געשוואוירענע חסיד זיינע... ער האט פאריאהר ארויסגעגעבן א סידי מיט חבד'סקער ניגונים "התגלות" איך ראקאמענד פאר ווער ס'וויל הערן א פיינעם סידי ער זאל זיך דאס איינהאנדלען, אלע מבינים און מוזיק ליב האבער ווערן פארגאפט פון דעי סידי, דני אבידני האט ארעינדזשד די מוזיק און די מוזיק באמבערט אויף עפעס אן אבנערמאלען פארנעם, אין אמעריקע ווייסט עפעס די עולם נישט דערפון אין א"י איז די סידי געווען שטארק פארשפרייט, בקיצור א מעשה... פיני אסטרייכער איז די ווינטער געווען צוזאמען מיט זיין בענד אין א"י אויף א חתונה ווי די זינגער דארט איז געווען נמואל און דארטן האבן זיך צו צוויי אנגעטראפן און ס'געווארן א שידוך ...נמואל זינגט אויפן סידי איין סעט ניגונים ניסוח נמואל הרוש מיט אלע פיטשעווקעס און געדרייאכצער, ס'איז פשוט א שאד אז ער זינגט נישט אפ דעם גאנצן סידי....

בקיצור ווער ס'זיכט גיטע מוזיק מיט געשמאקע איידיעס איז דאס זיין סידי, זייטס געזינט....
לעצט פאראכטן דורך געקלערט אום דאנארשטאג יוני 08, 2017 3:10 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2408
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג יוני 08, 2017 1:01 pm

איך בין דיסיפוינטעד פון פיני,
ער קען סאך בעסער ווי דעם.
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » דאנארשטאג יוני 08, 2017 2:04 pm

משיח האט געשריבן:איך בין דיסיפוינטעד פון פיני,
ער קען סאך בעסער ווי דעם.


משיח, קוקס'ט אויס צו זיין א מבין!

בד''וו, האסט שוין געהערט די סידי? :grin:
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » דאנארשטאג יוני 08, 2017 2:07 pm

געקלערט! דו קומסט אריין קלארער ווי קלאר! דערמאנסט מיר פון די אמאליגע אייוועלט מוזיק קענער וועלכע זענען שטענדיג דא געווען מיט זאכליכע ריוויואס אנשטאט רעדן איבער די גוי'ישקייט...
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2408
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג יוני 08, 2017 2:39 pm

משה מאשקאוויטש האט געשריבן:משיח, קוקס'ט אויס צו זיין א מבין!

בד''וו, האסט שוין געהערט די סידי? :grin:

יאפס,
איך האב זיך צוריקגעהאלטן פון שרייבן א מיינונג פאר איך האב אים געהערט 3 מאל,
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » דאנארשטאג יוני 08, 2017 2:41 pm

משיח האט געשריבן:
משה מאשקאוויטש האט געשריבן:משיח, קוקס'ט אויס צו זיין א מבין!

בד''וו, האסט שוין געהערט די סידי? :grin:

יאפס,
איך האב זיך צוריקגעהאלטן פון שרייבן א מיינונג פאר איך האב אים געהערט 3 מאל,


כל הכבוד.

וועלכע חלק האלסטו וואלט ער געקענט בעסער מאכן.
כ'פרוביר צו פארשטיין וועלכע חלק ער קען און ער האט עס ווירקליך נישט דעליווערד
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

אוועטאר
פאקטען
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » דאנארשטאג יוני 08, 2017 4:49 pm

משה מאשקאוויטש האט געשריבן:געקלערט! דו קומסט אריין קלארער ווי קלאר! דערמאנסט מיר פון די אמאליגע אייוועלט מוזיק קענער וועלכע זענען שטענדיג דא געווען מיט זאכליכע ריוויואס אנשטאט רעדן איבער די גוי'ישקייט...

אגרי מיט יעדעס ווארט, געקלערט די קומסט אריין שטארק
שטאלץ מיט מיין פראופייל..
מערסט אקטיוו אין פארום: היימישע פארברענגן
פארוואס?

ביסט גערעכט
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 11:16 am

תגובהדורך ביסט גערעכט » דאנארשטאג יוני 08, 2017 11:59 pm

זייער א שיינע סידי אבער אביסעלע א שאד אז עס ארויס די זעלבע צייט וואס יעדער איז פארנימען מיט די מלך המנהגים ר' מרדכי


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אורייתא און 15 געסט