לכה דודי / ק'ל אדון ניגונים

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2869
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

לכה דודי / ק'ל אדון ניגונים

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג מאי 08, 2017 3:59 pm

לאמיר גיין פתיחה פאר זייער א וויכטיגע אשכול,
יונגעלייט דאווענען פארן עמוד, מאנכע זענען באמת גוטע בעלי תפלות אבער ווען ס'קומט צום זינגען בלייבט מען סטאק,

אנדערע מיינען גאר אז חוץ "שומרי" איז נישטא נאך אנדערע ניגונים וואס קען געזינגען ווערן אויף לכה דודי / ק'ל אדון.

איך וויל נישט אריין גיין אין די נושא פון די סטייל ניגונים, וואס מ'זינגט ווי, הגם אין פוילן גאליציע האט מען געקענט זינגען אויף לכה דודי א וואלץ,
אבער כהיום יום זינגט מען אין א גרויסן טייל שול'ן לכה דודי א ווארעמע ניגון, און ק'ל אדון מער א מארטש,

דעריבער ווער עס קען דא ארויף לייגן פאסיגע ניגונים אויף לכה דודי / ק'ל אדון, הרי זה משובח.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18112
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מאי 08, 2017 4:03 pm

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מאנטאג מאי 08, 2017 4:11 pm


אוועטאר
דוד משה
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » מאנטאג מאי 08, 2017 4:19 pm

viewtopic.php?t=25433
(סוף אשכול האב איך געלייגט א דראפבאקס לינק)
הייליגער באשעפער, מיר ווילן זיך מקשר זיין צו דיר.

קנאק יאנקעל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2016 4:04 pm

אוצר ניגוני - לכה דודי

תגובהדורך קנאק יאנקעל » מיטוואך יולי 05, 2017 1:40 pm

אוצר ניגוני - לכה דודי

219 ניגוני לכה דודי פון אלע שיכטן פון כלל ישראל


https://drive.google.com/drive/folders/ ... GM1UDFXc0U

הערט און האט הנאה

לעילא ולעילא
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 2:04 pm

תגובהדורך לעילא ולעילא » זונטאג יולי 09, 2017 5:16 am

קנאק יאנקעל האט געשריבן:אוצר ניגוני - לכה דודי

219 ניגוני לכה דודי פון אלע שיכטן פון כלל ישראל


https://drive.google.com/drive/folders/ ... GM1UDFXc0U

הערט און האט הנאה


און יש"כ פאר ווער ?

viewtopic.php?f=18&t=13216&start=50#p1439539

קנאק יאנקעל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2016 4:04 pm

תגובהדורך קנאק יאנקעל » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 6:16 pm

לעילא ולעילא האט געשריבן:
קנאק יאנקעל האט געשריבן:אוצר ניגוני - לכה דודי

219 ניגוני לכה דודי פון אלע שיכטן פון כלל ישראל


https://drive.google.com/drive/folders/ ... GM1UDFXc0U

הערט און האט הנאה


און יש"כ פאר ווער ?

viewtopic.php?f=18&t=13216&start=50#p1439539


אוודאי קומט דעם פולען יישר כח פאר "לעילא ולעילא" - איבערהויפט אין די עשרת ימי תשובה !!!

נ.ב.

מיר האבן בכלל נישט געזען דעם צוגעצייכענטן אשכול - אנטשולדיקט

כא כא כא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 6:49 pm

אין די יעצטיגע וואכן וואס ס'איז שבת ויו''ט דארף מען איידיעס פאר די קורצע לכה דודי
ס'מעג זיין פון דריי פעלער אדער אפי' פון צוויי און מ'זינגט צוויי מאל די הויכע פאל.

אינעם אנדערען אשכול וואס פארשלאפן טייערע האט ציגעברענגט האט דארט איינער א גוטע איידיע פון די סאטמארע 'אבינו מלכנו גלה כבוד'
'ווען איך וואלט געהאט כח' איז אן אינטערעסאנטע איידיע צי דעם דארף מען שוין הייסן פון פארדעם א גוטע בעל תפלה... גראדע פאר שבת נאך שומחת תורה ווען דער עולם האט נישט קיין פינטל כח קומט עס גוט אריין..

'וכולם מקבלים עליהם' איז גאנץ איזי גוט פאר יעדעם.

הגלה נא פאר שבת חוה''מ סוכות.

'פיטסבורג אלקא דיליה' איז אויך גוט נאר דער עולם מישט אויס די פרוק ית ענך פאל מיט למקדשך טוב דארף מען קענען זיך אויסדרייען צום עולם און פארעכטן...

די וועצבערגערס 'שבת הייליגער שבת' איז אויך א גוטע טשעינדש, טאקע נאר צוויי פעלער אבער דער עולם האט עס ליב.

די וואך האב איך געהערט ווי איינער האט געזונגען 'וידע כל פעול' אויך צוויי פעלער אבער ווי געשמועסט מ'מעג איבער זינגען די צווייטע פאל.

ווער ס'האט נאך איידיעס זאל ביטע מזכה זיין דעם ציבור
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10287
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 6:51 pm

געהערט די וואך "שומרי מצותיה"
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

כא כא כא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 6:56 pm

לכאורה האט געשריבן:געהערט די וואך "שומרי מצותיה"

לץ איינער
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 8:48 pm

לכאורה האט געשריבן:געהערט די וואך "שומרי מצותיה"

די וואך האב איך געהערט א גוטע איידיע
היום הרת עולם אויף לכה דודי און בספר חיים אויף ימין ושמאל...
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 8:51 pm

קען זיין אויף שבת סוכות איז א איידיע הגלה נא (קרעדיט כא כא כא) און ושמחת
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 8:56 pm

איינער האט א איידיע פאר יוה"ק?
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10287
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 10:58 pm

כא כא כא האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:געהערט די וואך "שומרי מצותיה"

לץ איינער

נישט געשריבן אלס ליצנות חלילה
פשוט א בעל תפילה האט געזינגען דעם ניגון פון "שומרי מצותיה" אויף די ערשטע 3 חרוזים פון "לכה דודי" און עס האט זייער פיין געפאסט
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

פאטעטא קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובהדורך פאטעטא קוגל » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 11:17 pm

עפעס א שיינע קל אדון פאר יום כיפור שחל בשבת?

מונאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:06 am

איך האב אמאל פראבירט צו לייגן די שטייטע "חסל סידור פסח" אויף לכה דודי שחל ביו"ט (הויכע פאל "זך שוכן מעונה" ענדעלט אביסל צו שומרי מצותיה), און עס איז מיר געווען א וואונדער אז דער עולם האט עס נישט געקענט.
"איך האב געהאט א חלום אז איך בין וואַך, איך דערוועק זיך און איך זעה אז איך שלאָף." — מפי השמיעה

מפתח צו מיינע אשכולות.

יאיר גאלד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:07 am

פאטעטא קוגל האט געשריבן:עפעס א שיינע קל אדון פאר יום כיפור שחל בשבת?

אני הקטן פלעג צו זינגען "שומרי מצוותיה", איך קלער פון טוישן צו "ידעתי".
ביידע זענען ניגונים וואס איך גלייך צו זינגען אליין - אויב מאכט זיך און קיינער זינגט נישט מיט, אבער עס ווארימט אן דעם עולם.
ביי די לעצטע צוויי שטיקלעך, בערך ביי פאר וכבוד, הער איך שוין א גרויסער ציבור מיט זינגען, און עס העלפט אז ביי מכלכל חיים זינגט מען שוין מיט מער ווי געווענליך, ווייל עס איז נישט די ערשטע ניגון...

יאיר גאלד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:09 am

פאר לכה דודי ווען שבת געפאלט אויף יום טוב איז זייער גוט קה אכסוף. גענוג לאנג און שיין צוטיילט.

באקסער בוים
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

תגובהדורך באקסער בוים » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:40 am

אקעי, ניגונים האביך שוין גענוג, יעצט דארף מען נאר זיכער מאכן אז דער גבאי שיקט מיר טאקע צו.

אוועטאר
צו געזונט
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: נישט משנה

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:48 am

ביי מיר איז די דזשיקוב'ע לכה דודי שטענדיג גוט. פאמעלאך און פיין אויף האבען דעם עולם מיטצוזינגען
לא תבושו איז יענקל תלמוד'ס פיין פאר א תפילה מיט מענטשן הכער די בינה יארען און יו"ט ערליך'ס (הערט אויס ליבע אידען) ליד פאר סיי וועם און מען קאן טאקע פאטשען מיט הענט אוואו די וואסערן פון בעש"ט.
א-ל אדון א שיינעם אלטן וואלץ פון וויזניץ

https://www.dropbox.com/s/th7aym1znpli5 ... z.mp3?dl=0
דערנידערן א צווייטן מאכט דיך נישט העכער

עמקן
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 4:01 pm

תגובהדורך עמקן » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 1:14 am

סזייער אינטערסאנט. סדא אמאליגע ניגונים און סדא היינטיגע. אין בית מדרש זינגט מען נאר אמאליגע!
פארוואס?! פארוואס דארף מען זיין א גאטספולע יונגערמאן אנצוהייבן הורני השם חסדיך וישעך תתן לנו....
ועוד, איז מאדנע, אז סדא פארשידענע היינטיגע ניגונים וואס ווערט פארעכנט ווי אמאליגע, אסאך משה גאלדמאנס ניגונים, פינקיס, ועוד, וואסע פשט?

ישראל_הלוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 8:26 am

די ויזניצע גוט שבת אויף די קורצע לכה דודי.

פלאחותיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 8:43 am

צו געזונט האט געשריבן:ביי מיר איז די דזשיקוב'ע לכה דודי שטענדיג גוט. פאמעלאך און פיין אויף האבען דעם עולם מיטצוזינגען
לא תבושו איז יענקל תלמוד'ס פיין פאר א תפילה מיט מענטשן הכער די בינה יארען און יו"ט ערליך'ס (הערט אויס ליבע אידען) ליד פאר סיי וועם און מען קאן טאקע פאטשען מיט הענט אוואו די וואסערן פון בעש"ט.
א-ל אדון א שיינעם אלטן וואלץ פון וויזניץ

https://www.dropbox.com/s/th7aym1znpli5 ... z.mp3?dl=0


לא תבושי - יענקל תלמוד'ס מיינסטו דאס?
https://rsa.fau.edu/album/41072
Track 5 Rikud
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18112
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 9:08 am

איי קיינמאל געהערט דעם ניגון אזוי אריגינעל, ס'איז פיל שענער ווי די וועלט איז געוואוינט איר צו זינגען.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1903
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 10:26 am

אויף קל אדון, קיין נפק"מ וועלכע שבת, קומט א מארש.

די מערסטע און פאסיגסטע מארשן וואס 'פיטן' אויף קל אדון מיט "אלע מפרשים" זענען פון אונזער אזוי באליבטן און לעגענדארן קאמפאזיטאר ר' יאסעלע מאנדלבוים ז"ל.

איינס מעכטיגער און 'קנאקעדיגער' פון ס'אנדערע!

זיי הייבן זיך אפ - בדרך כלל - מיט א רייך מאיעסטעטיש מעידזשער, מארשירנדיג קעניגליך ווי אן ארמיי דאס ערשטע און צווייטע פאל, דאן גייט די דריטע מיט א מיינאר/פריגיש נויג, תנועות אראפגעצויגן פון דערהייעך וואס טרייסלט אויף דאס הערצעלע, און דאן צוריק צום מעידזשער, ווי סאלדאטן פירן אויס דאס באגריסונג מיט די מונדירן צום טאקט.

ר' חיים דוד בלום'ס מארשן זענען אויך הערליך מיוחדים ביפיים וואס זענען געאייגנט ממש פאר קל אדון.

וכן אנו נוהגים בדרך כלל.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט