אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מיטוואך אוגוסט 23, 2017 7:46 am

אה

די ברוך קל עליון וואס מ'האט געזינגען ביי ר' הערשעלע ספינקער זצ"ל, די פאל פון ואשרי ענדלט שטארק.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:20 am

דוד משה האט געשריבן: איך וויל בעיקר וויסן וואס מען זינגט ביי מוסף ר"ה אויף:
זכרנו
מכלכל חיים
אין קצבה
חמול
וכל מאמינים
ויאתיו
היה עם פיפיות
היום הרת
ארשת זינגט מען ?
היום תאמצינו (זינגט מען דאס בכלל ?)
קדיש נאך מוסף.

אלעס געענטפערט, א דאנק אלעמען.

לאמיר גיין ווייטער,

וועלכע נוסח/ניגון זאגט מען אויף ונתנה תוקף? גייט דאס ביז כבקרת אדער פריער? איז דאס ווי אדער בערך ווי אין סאטמאר (וואס קומט לכאורה פון פלאנטש)?
וואס גייט אויף כבקרת?
בראש השנה יכתבון?
כי כשמך כן תהילתך, זאגט מען?
אדם יסודו?
כתר, מיט וועלכע תנועה/נוסח?
ווי אזוי גייט עלינו?

האט די עבודה אן עקסטער נוסח? די ווידוי?
אחת ואחת גייט מיט "לאמיר דערציילן", אבער נישט ווי אין סאטמאר נאר ברצף אחד, אמת?


א דאנק פון פאר אויס

איטשע
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:24 am

ביז כבקרת גייט נוסח
כבקרת גייט א באקאנטע תנועה, וואס צועט זיך ווייטער אויך בראש השנה
כי כשמך - נוסח
אדם יסודו - דער קאלובער ׳גלות׳ תנועה
כתר, מיט׳ן מוסף נוסח
עלינו - איז צו קאמפליצירט צושרייבן מיט ווערטער, עס איז א געמיש פון נוסח פון כל נדרי מיט׳ן עבודה

אחת ואחת - כאמור, כ׳ווייס נישט וואס גיט פאר אין סאטמאר.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:44 am

א דאנק אייך,

וואס איר האט געזאגט "נוסח", מיינט איר א נוסח מיוחד אויף ונתנה תוקף? און דאס זעלבע אויך כי כשמך?
איז דא ערגעץ רעקארדעט?
און דער כבקרת תנועה?

דער עלינו מוז איך האבן, ס'וועט קיינעם נישט העלפן...

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 11:08 am

האב איך געטראפן ביי מיינע פארגעסענע ווינקלען אט דאס!
ונתנה תוקף זעה איך אז בשורשם זענען אלע גלייך, פונקט ווי דער נוסח ימים נוראים בכללות, נאר מיט תנועת דא און דארט אנדערש, למשל די הויכע תונעה פון קהל ביי ובשופר גדול איז ממש דומה צו סאטמאר.
כבקרת איז גוט באקאנט.

בעאבאכטער האט געשריבן: דער עלינו מוז איך האבן, ס'וועט קיינעם נישט העלפן...

אויך עלינו האב איך געפונען
נישט קיין געמיש, נאר אן נוסח בפני עצמו, עס האט קלאנגען פון דא און דארט ווייל עס איז דאך פון די הייליגע טעג.
איטשע האט געשריבן: כתר, מיט׳ן מוסף נוסח
נוסח כתר איז מער ווייניגער ווי די וועלט זאגט אויף כתר ימים נוראים.

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 1:17 am

הונגרי האט געשריבן:אני מחפש את היה עם פיפיות של באבוב ? איפה אפשר לשמוע? (שמעתי את הניגון בטיש במוצאי יום כיפור בבאבוב ומאד נהנתי)


האט איינער דעם ניגון געזעצט אויף היה עם פיפיות - בעסער אויב מען קען הערן דעם עולם זינגען דעם ניגון - צום-ביישפיל א טיש וכדו'.

האט עס איינער?

איטשע
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 6:17 am

מען זינגט עס נישט ביים טיש מיט די תנועה.
מען קען עס הערן אויף די נוסח רעקארדינגס פון ר׳ שאול הוטטערער.
ירמי׳ דאמען זינגט עס אויך אויף איינער פון זיינע אלבומס, אבער ער זעצט די ווערטער ווי א...

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2580
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 1:05 pm

חסדי אבות האט געשריבן:
הונגרי האט געשריבן:אני מחפש את היה עם פיפיות של באבוב ? איפה אפשר לשמוע? (שמעתי את הניגון בטיש במוצאי יום כיפור בבאבוב ומאד נהנתי)


האט איינער דעם ניגון געזעצט אויף היה עם פיפיות - בעסער אויב מען קען הערן דעם עולם זינגען דעם ניגון - צום-ביישפיל א טיש וכדו'.

האט עס איינער?


בעאבאכטער האט געשריבן:
איציק מעכל האט געשריבן:
הונגרי האט געשריבן:אני מחפש את היה עם פיפיות של באבוב ? איפה אפשר לשמוע? (שמעתי את הניגון בטיש במוצאי יום כיפור בבאבוב ומאד נהנתי)

תשאל בבאבוב (45) שם אני יודע מנגנים את זה הרבה, אני מאמין שיש את זה במערכת שלהם בקול באבוב
זה באמת ניגון מאד יפה, אפילו הרה"ק המהר"ש מבאבוב זי"ע העיד בעצמו על הניגון הזה שהוא מרגיש שזה לא סתם ניגון

ר' חיים דוד'ס א ניגון קען דען זיין 'סתם' א ניגון?...

טאקע אן הערליך ניגון ביז גאר.
האט איר עס פון דאנעט,
דורך א איד פון בתי ראנד, אן אייניקל פון הרה"ח ר' מענדל בריכטא.
ווערט געזונגען צוויי מאהל, איינמאל מיט נאך אידן, און די צווייטע מאהל אריינגעזעצט אין די ווערטער פון "היה עם פפיות" (ער איז היינט בעל תפילה אין בתי ראנד ביהמ"ד)

וויבאלד ס'ווערט געזונגען מיט כמה לייכטע פאלשע תנועות (מיינער מעידשער... יאך... כ'קען נישט...) און ריטעם 'קריצן', וועל איך עס שטעלן נאך אמאהל, ארויפגעזעצט אויף "ברוך קל עליון".
נאט אייך
גענומען פון "א שבת מיט די ווערדיגער פאמיליע", ווערט געזונגען דורך מרדכי אלס סאלא.


איך האב א רעקארדינג פון די ניגון ביי א יאקאב קאמזיץ (אויך פון בעאבאכטער)
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

1000 שקל
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:08 am

תגובהדורך 1000 שקל » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 3:13 pm

חסדי אבות האט געשריבן:
הונגרי האט געשריבן:אני מחפש את היה עם פיפיות של באבוב ? איפה אפשר לשמוע? (שמעתי את הניגון בטיש במוצאי יום כיפור בבאבוב ומאד נהנתי)


האט איינער דעם ניגון געזעצט אויף היה עם פיפיות - בעסער אויב מען קען הערן דעם עולם זינגען דעם ניגון - צום-ביישפיל א טיש וכדו'.

האט עס איינער?


וויאזוי לייגט מען ארויף?

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 10:53 pm

נאטיץ:
די צווייטע טאג ראש השנה, אין בית המדרש וואו מיר דאווענען איז מען איז מכבד איינעם פון קהל צו זינגען היה עם פפיות (דער בעל תפילה 'כאפט זיך אפ' דאן), האט אן עלטערער איד געזונגען דעם ראפשיצער היה עם פפיות וואס מען זינגט ביי גזע ראפשיץ ובבאבוב,
בלויז איינער וואלט אים געקענט העלפן...
אבער ער האט דאס געזאגט/געזונגען מיט אזא מיט חיות נישט קוקנדיג אויף קיינעם, קענטיג געוועהן אויף אים אז ער איז היצט גאר 'ביים רבי'ן'...

האב איך אים געפרעגט נאכן דאווענען פון וואנען קומט דאס צו אים, כלומר ביי וועלכן רבי'ן האט ער אין זיינע יונגע יאהרן געדאוונט,
"וואס רעדט איר, איך האב נישט פארפעלט א תפילה ביי באבוב'ער רב זצ"ל"

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2580
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 11:00 pm

און ס׳נישט געווען די אויבן דערמאנטע היה עם פיפיות ?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 11:03 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:נאטיץ:
די צווייטע טאג ראש השנה, אין בית המדרש וואו מיר דאווענען איז מען איז מכבד איינעם פון קהל צו זינגען היה עם פפיות (דער בעל תפילה 'כאפט זיך אפ' דאן), האט אן עלטערער איד געזונגען דעם ראפשיצער היה עם פפיות וואס מען זינגט ביי גזע ראפשיץ ובבאבוב,
בלויז איינער וואלט אים געקענט העלפן...
אבער ער האט דאס געזאגט/געזונגען מיט אזא מיט חיות נישט קוקנדיג אויף קיינעם, קענטיג געוועהן אויף אים אז ער איז היצט גאר 'ביים רבי'ן'...

האב איך אים געפרעגט נאכן דאווענען פון וואנען קומט דאס צו אים, כלומר ביי וועלכן רבי'ן האט ער אין זיינע יונגע יאהרן געדאוונט,
"וואס רעדט איר, איך האב נישט פארפעלט א תפילה ביי באבוב'ער רב זצ"ל"

איך מיין אז איר רעדט פון די ראפשיצער/דזיקובער, נישט די אראפגעברענגטע ניגון.
יענס, פון וואס איר רעדט איז מער א לעבעדיגער תנועה, ירמי' דמן זינגט עס אויף איינע פון זיינע קאסעטעס.

איך זינג עס יעדעס יאר איינע פון די טעג.
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 11:07 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:אחת ואחת גייט מיט "לאמיר דערציילן", אבער נישט ווי אין סאטמאר נאר ברצף אחד, אמת?


אין באבוב איז עס מער די ווארימע קארליבאך תנועה ווי די ארגינעלע לאמיר דערציילן, אין סאטמאר איז עס ממש לאמיר דערציילן.
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 11:10 pm

היה עם פיפיות האבעך דעך קלאער געזאקאט, בגזע ראפשיץ ובבאבעב.

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 2:34 pm

יאיר גאלד האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:אחת ואחת גייט מיט "לאמיר דערציילן", אבער נישט ווי אין סאטמאר נאר ברצף אחד, אמת?


אין באבוב איז עס מער די ווארימע קארליבאך תנועה ווי די ארגינעלע לאמיר דערציילן, אין סאטמאר איז עס ממש לאמיר דערציילן.


לויט ווי איך האב געהערט האט זיך שלמה געדרייט אין באבוב ווען ער איז געווען א בחור (מן הסתם פאר לעיקוואד) שטימט אז ער האט גענימן זיין לאמיר דערציילן פון באבוב און נישט פארקערט
אין חב"ד זינגט מען עס אויף א שנעלע אופן איז דאס דער וועג מען זינגט עס אין סאטמער?
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2580
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 2:39 pm

יא אבער חב''ד האט נאך א פאל צום סוף.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 1:17 pm

וואס גייט אויף "היום תאמצנו"?

אויף "כי אנו עמך" גייט א ניגון, א תנועה?
ואת"ל אז יא, ביי אלע תפילות?
ואת"ל אז יא, די זעלבע ביי אלע?


און יא, וויכטיג, ווי גייט דער נוסח העבודה?

איטשע, חמרא טבא, ושאר תלמידי באבוב החשובים והאהובים כ'האב נישט געבעטן דאס אריינזינגען אטהער...

אין אנדערע ווערטער, האט עס איינער פון אייך חשוב'ע ידידים רעקארדעט באיזה אופן שהוא ועל ידי מאן דההוא?

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 2:04 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:וואס גייט אויף "היום תאמצנו"?

אויף "כי אנו עמך" גייט א ניגון, א תנועה?
ואת"ל אז יא, ביי אלע תפילות?
ואת"ל אז יא, די זעלבע ביי אלע?


און יא, וויכטיג, ווי גייט דער נוסח העבודה?

איטשע, חמרא טבא, ושאר תלמידי באבוב החשובים והאהובים כ'האב נישט געבעטן דאס אריינזינגען אטהער...

אין אנדערע ווערטער, האט עס איינער פון אייך חשוב'ע ידידים רעקארדעט באיזה אופן שהוא ועל ידי מאן דההוא?


היום תאמצנו איז א נוסח וואס גייט כעין ניגון

כי אנו עמך זינגט מען דריי אנדערע ניגונים אבער רבינו מהר"ש האט געציילטע מאל ביי מוסף משנה געווען פון די געווענטליכע ניגון
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1139
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 2:11 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:וואס גייט אויף "היום תאמצנו"?

אויף דעם האט שוין איטשע געענטפערט דא

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 2:39 pm

וועט מען פרעגן איינס איינס,

וואס גייט אויף כי אנו עמך?

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 2:46 pm

דוד משה האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:וואס גייט אויף "היום תאמצנו"?

אויף דעם האט שוין איטשע געענטפערט דא

האט מיר איינער אריינגערוימט אין אישי מיט א פראגע, הלמאי איך האב די רעקארדינגס און איך פריד מאנסע טאמעוואטע?
אקעי, געמיינט צומפרעגן אוף יוה"ק.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 2:46 pm

און וואס טוט זיך מיט די "עבודה"?

אוועטאר
מַחְכִּימַת פֶּתִי
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:37 pm

תגובהדורך מַחְכִּימַת פֶּתִי » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 11:08 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:און וואס טוט זיך מיט די "עבודה"?

אויף 'אחת ואחת' זינגט מען די בארדיטשובער ניגון 'כי הנה כחומר'/לאמיר דערציילן
און אויף 'והכהנים והעם וכו' א ספיציעלע תנועה (די הויכע פאל איס ענדליך צו ואס מ'זינגט אויף 'עלינו לשבח' ר"ה יו"כ)

איטשע
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 5:44 am

אויף כי אנו עמך, תנועות פונ׳ם קדושת ציון, פארפאסט אויף די ווערטער כי אנו עמך.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 8:25 am

מַחְכִּימַת פֶּתִי האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:און וואס טוט זיך מיט די "עבודה"?

אויף 'אחת ואחת' זינגט מען די בארדיטשובער ניגון 'כי הנה כחומר'/לאמיר דערציילן
און אויף 'והכהנים והעם וכו' א ספיציעלע תנועה (די הויכע פאל איס ענדליך צו ואס מ'זינגט אויף 'עלינו לשבח' ר"ה יו"כ)

אויף אחת ואחת ווייס איך, און שוין געשריבן איבער דעם, ביטע ראללט צוריק,
והכהנים והעם, א ספיציעלע תנועה,
נישט גענוג געזאגט, ווייל ביי יעדען איז עס אנדערש, ספעציעל, און בשורש זענען כמעט אלע דומה.
איז עס רעקארדעט ערגעצוואו?


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט