אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
ריקוד
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

תגובהדורך ריקוד » מיטוואך מאי 24, 2017 1:25 pm

איטשע האט געשריבן:
פון פרעמדער מחברים:
תורת ה׳ תמימה פון אהרן מילער
והאר עינינו פון יאסאלע מאנדלבוים - דאכציך
אזי בשלישי פון דער אדעסער חזן
בריך שמיה פון חזן טאביאנסקי
לא תחמוד פון משה גאלדמאן


אויך פארהאן א ווארמע ניגון אויף אהבת עולם פון ר' חיים דוד בלום הי"ד
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17507
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מאי 24, 2017 2:34 pm

חמרא טבא האט געשריבן:נישט ביי לעכט צינדן נאר ביי טלית לייגן ער"ש עסט דער רב א שטיקל פיש טועמיה

ליבי אומר לי אז דער מנהג איז יסודתו בהררי קודש מבית צאנז, ווייל סאטמארער רב ז"ל האט זיך אויך אזוי געפירט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג מאי 25, 2017 5:42 am

שטומט.

רבי משה
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

תגובהדורך רבי משה » דאנארשטאג מאי 25, 2017 9:24 pm

farshlufen האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:נישט ביי לעכט צינדן נאר ביי טלית לייגן ער"ש עסט דער רב א שטיקל פיש טועמיה

ליבי אומר לי אז דער מנהג איז יסודתו בהררי קודש מבית צאנז, ווייל סאטמארער רב ז"ל האט זיך אויך אזוי געפירט.

הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט אמאהל געזאגט אז תלמידי בעש"ט הק' האבן געגעסן פיש ביי טועמיה

איטשע
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » פרייטאג מאי 26, 2017 5:38 am

כ׳פארשטיי נישט.

אויב באבובער רב עס פיש, דארף מען א מקור.
און וואס איז דער מקור? סאטמארער רב עסט פיש!

מיט וואס איז סאטאמארער רב א בעסערע מקור ווי דער באבובער רב?
האט איינער א הוא אמינא אז דער באבובער רב האט אויפגעמאכט א נייע מנהג, אוודאי שטאמט מאבות אבותיו, תלמידי הבעשה״ק.

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » פרייטאג מאי 26, 2017 7:21 am

ס'מאכט עס א צאנזער מנהג
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » פרייטאג מאי 26, 2017 7:22 am

״דאס״ מאכט עס?!
אפשר שטאמט עס פון דזיקוב און פון טאלטשווא?

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » פרייטאג מאי 26, 2017 7:36 am

רוף עס וויאזוי די ווילסט, א פריערדיגע מנהג.
אז מען וועט טרעפען א מנהג אויך ביי די ספרדים וועט עס ווערן נאך אן עלטערן מנהג, און ביי די תימנים וועט עס ווערן א מנהג פון בזמן שביהמ"ק היה קים שיבנה במהרה בימנו אמן.
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

לאלתר לחיים
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » פרייטאג מאי 26, 2017 10:04 am

איטשע האט געשריבן:כ׳פארשטיי נישט.

אויב באבובער רב עס פיש, דארף מען א מקור.
און וואס איז דער מקור? סאטמארער רב עסט פיש!

מיט וואס איז סאטאמארער רב א בעסערע מקור ווי דער באבובער רב?
האט איינער א הוא אמינא אז דער באבובער רב האט אויפגעמאכט א נייע מנהג, אוודאי שטאמט מאבות אבותיו, תלמידי הבעשה״ק.

Yep.
סאטמער רב'ס א מנהג איז א שטערקערע מקור, ער איז א דור פריער ווי באבובער רב, און זיין טאטע איז געווען ממש א בן בית ביים צאנזער רב, און בכלל האבן כמעט אלע רבנים געהאט עפעס אייגענע חידושים און ביים סאטמאר רב זענען זיי ממש געציילטע.

פאליש'ל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2014 7:40 pm

תגובהדורך פאליש'ל » פרייטאג מאי 26, 2017 10:28 am

לאלתר לחיים האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:כ׳פארשטיי נישט.

אויב באבובער רב עס פיש, דארף מען א מקור.
און וואס איז דער מקור? סאטמארער רב עסט פיש!

מיט וואס איז סאטאמארער רב א בעסערע מקור ווי דער באבובער רב?
האט איינער א הוא אמינא אז דער באבובער רב האט אויפגעמאכט א נייע מנהג, אוודאי שטאמט מאבות אבותיו, תלמידי הבעשה״ק.

Yep.
סאטמער רב'ס א מנהג איז א שטערקערע מקור, ער איז א דור פריער ווי באבובער רב, און זיין טאטע איז געווען ממש א בן בית ביים צאנזער רב, און בכלל האבן כמעט אלע רבנים געהאט עפעס אייגענע חידושים און ביים סאטמאר רב זענען זיי ממש געציילטע.


וואס עפעס א בן בית? קענסט שוין זאגן אז זיין טאטע איז געווען צאנזער רב אליין...

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » פרייטאג מאי 26, 2017 10:35 am

דער קדושת יו"ט האט נישט אזוי מקפיד געווען אויף אלע צאנזע מנהגים כידוע, וכן בנו הסאטמאר רב

אוועטאר
ריקוד
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

תגובהדורך ריקוד » פרייטאג מאי 26, 2017 10:59 am

farshlufen האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:נישט ביי לעכט צינדן נאר ביי טלית לייגן ער"ש עסט דער רב א שטיקל פיש טועמיה

ליבי אומר לי אז דער מנהג איז יסודתו בהררי קודש מבית צאנז, ווייל סאטמארער רב ז"ל האט זיך אויך אזוי געפירט.


לבי אומר לי אז דער מנהג איז יסודת בהררי קודש מבית ראפשיץ, ווייל די סאטמארער רב ז"ל האט דאס גענומען מבית חמיו אין פלאנטש, און באבובער רב ז"ל האט דאס גענומען פון די דזיקובער זיידע. גיי דינג דיך... :wink:
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן

אוועטאר
ריקוד
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

תגובהדורך ריקוד » פרייטאג מאי 26, 2017 11:23 am

ווען ס'קומט צו צאנז'ער מנהגים איז זייער שווער נאכצוגיין דורך זעהן די מנהגים פון זייער אייניקלעך ווייל יעדער האט שוין אדאפטירט א צווייטע גזע'ס מנהגים אויך.
באבוב - דזיקוב
קלויזנבערג - סיגוט
סאטמאר - סיגוט
ציעצנוב - בעלז
אוודאי וועלן אלע שרייען אז "כמעט אלעס" איז צאנז חוץ מ... .... ... אבער אויף השערה'ס איז גאנץ שווער צו בויען.
בנוסף צו דעם איז אפילו דא מערירים אויף מנהגים וואס ס'שטייט אין 'דרכי חיים'. לדוגמא דאס מנהג פון טראגן א שטריימעל ביי די חנוכה ליכט האט די ערשטער באבוב'ער רב זי"ע (וועלכע איז אויך געוועהן פון די נאנסטע "שטיב מענטשען" ביים צאנזער רב זי"ע) האט געהאלטן אז דאס איז א מנהג וואס די גבאים האבן איינגעפירט. [גיי זאג דעס פאר א קלויזנבערגער...]
ביי די צאנזער קינדער אליין איז שוין געוועהן אהן א שיעור חילוקים אין מנהגים וואס יעדער האט אדאפטירט א צווייטע מנהג.
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן

גשר
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 26, 2017 11:06 am

תגובהדורך גשר » פרייטאג מאי 26, 2017 11:43 am

דוד משה האט געשריבן:
שמן האט געשריבן:
דוד משה האט געשריבן:איז פארהאן א מנהג צו עסן מילכיגס ביי של"ש אין איינע פון די וואכן ?

פון די וואך פון הוד, שטאמט פון צאנז

ביז ?


ר"ה

איטשע
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » זונטאג מאי 28, 2017 6:49 am

לאלתר לחיים האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:כ׳פארשטיי נישט.

אויב באבובער רב עס פיש, דארף מען א מקור.
און וואס איז דער מקור? סאטמארער רב עסט פיש!

מיט וואס איז סאטאמארער רב א בעסערע מקור ווי דער באבובער רב?
האט איינער א הוא אמינא אז דער באבובער רב האט אויפגעמאכט א נייע מנהג, אוודאי שטאמט מאבות אבותיו, תלמידי הבעשה״ק.

Yep.
סאטמער רב'ס א מנהג איז א שטערקערע מקור, ער איז א דור פריער ווי באבובער רב, און זיין טאטע איז געווען ממש א בן בית ביים צאנזער רב, און בכלל האבן כמעט אלע רבנים געהאט עפעס אייגענע חידושים און ביים סאטמאר רב זענען זיי ממש געציילטע.


כ׳האף אז דו וועסט נישט זיין בייז, אז כ׳דינג מיך מיט דיר.

בראשית ברא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » זונטאג מאי 28, 2017 8:00 am

לאלתר לחיים האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:כ׳פארשטיי נישט.

אויב באבובער רב עס פיש, דארף מען א מקור.
און וואס איז דער מקור? סאטמארער רב עסט פיש!

מיט וואס איז סאטאמארער רב א בעסערע מקור ווי דער באבובער רב?
האט איינער א הוא אמינא אז דער באבובער רב האט אויפגעמאכט א נייע מנהג, אוודאי שטאמט מאבות אבותיו, תלמידי הבעשה״ק.

Yep.
סאטמער רב'ס א מנהג איז א שטערקערע מקור, ער איז א דור פריער ווי באבובער רב, און זיין טאטע איז געווען ממש א בן בית ביים צאנזער רב, און בכלל האבן כמעט אלע רבנים געהאט עפעס אייגענע חידושים און ביים סאטמאר רב זענען זיי ממש געציילטע.

חוץ מזה, באבובער רב קען נאר צאנז פון זיין טאטע און משפחה פון פארן קריג, משא"כ סאטמאר רב וואס איז נאכגעגאנגען מימי נעוריו יעדן וואס ער האט נאר געהערט איז געווען אין צאנז און אויסגעפרעגט שעות ארוכות אויף אלע מנהגים עובדות וכדומה. און מ'רעדט פון א פריערדיג תקופה.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » זונטאג מאי 28, 2017 8:01 am

כ׳גיי דיר אפילו נישט ענטפערן, פאר די הוילע שטותים וואס דו האסט נארוואס דא געשריבען.

בראשית ברא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » זונטאג מאי 28, 2017 8:17 am

כ'האב נישט געקלערט גייסט אנדערש רעאגירן..

איטשע
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » זונטאג מאי 28, 2017 8:22 am

די רעאקציע איז נישט געווען דיר צופרידען צו שטעלן, נאר אז די ליינער זאלן נישט קלערן ״מדשתיק שמע מינה דניחא ליה״.

צו דיר זאג איך: דיין תשובה קומט ״נישט״ פון ״וועלן וויסן״, נאר ליבערשט פון ״נישט וועלן וויסן״ - דעריבער האלט די דיך ביי דיינס און איך ביי מיינס.

אוועטאר
ריקוד
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

תגובהדורך ריקוד » זונטאג מאי 28, 2017 3:31 pm

בראשית ברא האט געשריבן:חוץ מזה, באבובער רב קען נאר צאנז פון זיין טאטע און משפחה פון פארן קריג, משא"כ סאטמאר רב וואס איז נאכגעגאנגען מימי נעוריו יעדן וואס ער האט נאר געהערט איז געווען אין צאנז און אויסגעפרעגט שעות ארוכות אויף אלע מנהגים עובדות וכדומה. און מ'רעדט פון א פריערדיג תקופה.

"נאר צאנז פון זיין טאטע און משפחה פון פארן קריג"
יא יא, זיין טאטע און משפחה פארן קריג (און נישט נאכן קריג), מיט דעס איז ער אויפגעוואקסן, ער האט נישט געדארפט פאהרן צו קיין ווייטע מדינות זיך נאכצופרעגן אויף צאנזער מנהגים ער האט אלעס געהאט ביי זיין פאטערס שטוב און ביהמ"ד.
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן

בראשית ברא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » זונטאג מאי 28, 2017 4:07 pm

ריקוד האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:חוץ מזה, באבובער רב קען נאר צאנז פון זיין טאטע און משפחה פון פארן קריג, משא"כ סאטמאר רב וואס איז נאכגעגאנגען מימי נעוריו יעדן וואס ער האט נאר געהערט איז געווען אין צאנז און אויסגעפרעגט שעות ארוכות אויף אלע מנהגים עובדות וכדומה. און מ'רעדט פון א פריערדיג תקופה.

"נאר צאנז פון זיין טאטע און משפחה פון פארן קריג"
יא יא, זיין טאטע און משפחה פארן קריג (און נישט נאכן קריג), מיט דעס איז ער אויפגעוואקסן, ער האט נישט געדארפט פאהרן צו קיין ווייטע מדינות זיך נאכצופרעגן אויף צאנזער מנהגים ער האט אלעס געהאט ביי זיין פאטערס שטוב און ביהמ"ד.

סאטמאר רב האט אויך נישט געדארפט..
אבער איך האב בכלל נישט געמיינט צו מינימיזירן איינעמס לעגיטימיטעט ווי ארויסברענגען די חילוק אינ'ם היקף פון איין צד, וואס איז די קאמפלעקסן.

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » זונטאג מאי 28, 2017 4:13 pm

ריקוד האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:חוץ מזה, באבובער רב קען נאר צאנז פון זיין טאטע און משפחה פון פארן קריג, משא"כ סאטמאר רב וואס איז נאכגעגאנגען מימי נעוריו יעדן וואס ער האט נאר געהערט איז געווען אין צאנז און אויסגעפרעגט שעות ארוכות אויף אלע מנהגים עובדות וכדומה. און מ'רעדט פון א פריערדיג תקופה.

"נאר צאנז פון זיין טאטע און משפחה פון פארן קריג"
יא יא, זיין טאטע און משפחה פארן קריג (און נישט נאכן קריג), מיט דעס איז ער אויפגעוואקסן, ער האט נישט געדארפט פאהרן צו קיין ווייטע מדינות זיך נאכצופרעגן אויף צאנזער מנהגים ער האט אלעס געהאט ביי זיין פאטערס שטוב און ביהמ"ד.


דער קדושת יו"ט איז געווען א פייערדיגע חסיד פון צאנזער רב כיודע אבער ווי אלט איז סאטמער רב געווען ביי זיין הסתלקות (בשנת תרס"ד)? 17 יאר משא"כ באבוב'ער רב איז געווען ביי זיין טאטע'ס הסתלקות (בשנת תש"א) 33 יאר

עס איז א גרויסע נפ"מ

לעצם דער גאנצע וויכוח איז נאר אויב ביידע האבן געזאגט אז עס איז פון צאנז, למעשה האבן ביידער זיך געפירט מיט אנדערע מנהגים אויך סאטמער רב האט זיך געפירט מיט מנהגים פון סיגוט צאנז פלאנטש (ראפשיץ ובניו) און באבוב האט מען זיך געפירט מיט מנהגים פון צאנז דזיקב קאמינקא

בראשית ברא האקט
איר זענט גערעכט איר האט בכלל נישט געמיינט גארנישט נאר נישט געטראכט וואס פאר נארשקייטן עס ווערט געזאגט אויף מנהגי צאנז ואתכם הסליחה
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
בדרך אפשר
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

תגובהדורך בדרך אפשר » זונטאג מאי 28, 2017 6:00 pm

קען איינער ביטע ארויפלייגן די שטאטע אהבת עולם? יישר כח למפרע

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » זונטאג מאי 28, 2017 6:46 pm

א שאד אין אזא נארמאל אשכול זאלן ווערן זאכן 'הייס' פאר גארנישט און פאר נישט. (נישט דאס ערשטע מאל, כמעט באותו אופן)

א איד זאגט אז דער מנהג באבוב פון עסן פיש אויף טועמיה ערש"ק ביים טלית לייגן - וואס זיכער איז עס יסודתו בהררי קודש - איז לפי השערתו פון צאנז,
וואס איז די השערה? וויבאלד אז סאטמארער רב האט זיך אויך אזוי נוהג געוועהן,
ממילא, אויב באבוב פון איין זייט, און סאטמאר פון איין זייט, איז הצד השווה שבהם 'לכאורה' צאנז, וכלשונו "לבי אומר לי", (הצד השוה הוא מה שקורין היום "מכנה משותף")

איז דא אויף דעם אן אנדער השערה, ידיעה, אדער פירכא? נו אדרבא, זאל געזאגט ווערן.


און היצט חשוב'ער עולם, ביטע גייט נאך תגובה ביי תגובה, און זעהט ווי מען ווערט היציג על לא דבר ממש, דאס דאמפף ווערט וואס א תגובה העכער ביז א געהעריג פארטיי-מחאה לעוול.
נישט צום גלייבן...



אטשולדיגט,
מיר דערקוויקן זיך מיט יעדע ידיעה, תנועה, ניגון, מנהג, פון קהילות קדושות בישראל אשר חפרוה שרים שרי מעלה בקודש.
מיר ווילן דא הנאה האבן און עררייכן אונזערע ידיעות פון הייליגע צדיקים, אן צו ווערן ארויפגעצוואונגען 'הויף-געזעצן'.

דוד משה
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » מאנטאג מאי 29, 2017 4:55 pm

בדרך אפשר האט געשריבן:קען איינער ביטע ארויפלייגן די שטאטע אהבת עולם? יישר כח למפרע

איך ווייס נישט וועלכע דו רופסט אן די שטאטע, דאס האב איך געטראפן אין די פאלמאן קאלעקציע, ר' איטשע איז דאס וואס איר רופט "די באקאנטע" ? מי מחברו ?

ריקוד קענסט אפשר ארויפלייגן פון רח"ד בלום ?
.You are what you eat, And you are what you read


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט