אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

דוד משה
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דינסטאג מאי 23, 2017 1:11 pm

איז פארהאן א מנהג צו עסן מילכיגס ביי של"ש אין איינע פון די וואכן ?
.You are what you eat, And you are what you read

אוועטאר
שמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » דינסטאג מאי 23, 2017 1:21 pm

דוד משה האט געשריבן:איז פארהאן א מנהג צו עסן מילכיגס ביי של"ש אין איינע פון די וואכן ?

פון די וואך פון הוד, שטאמט פון צאנז

דוד משה
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דינסטאג מאי 23, 2017 1:56 pm

שמן האט געשריבן:
דוד משה האט געשריבן:איז פארהאן א מנהג צו עסן מילכיגס ביי של"ש אין איינע פון די וואכן ?

פון די וואך פון הוד, שטאמט פון צאנז

ביז ?
.You are what you eat, And you are what you read

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » דינסטאג מאי 23, 2017 3:11 pm

שמעתי אז צאנזער רב פלעגט זיך צו יאגן פון דאנערשטיג כדי צו קענען עסען מילכיגס ביי של"ש און ער האט נאר אנגעיאגט אויף איין שבת א יאר
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

לאלתר לחיים
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » דינסטאג מאי 23, 2017 3:25 pm

חוקר האט געשריבן:שמעתי אז צאנזער רב פלעגט זיך צו יאגן פון דאנערשטיג כדי צו קענען עסען מילכיגס ביי של"ש און ער האט נאר אנגעיאגט אויף איין שבת א יאר

און דו גלייבסט עס נאך ? ...

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » דינסטאג מאי 23, 2017 3:30 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:
חוקר האט געשריבן:שמעתי אז צאנזער רב פלעגט זיך צו יאגן פון דאנערשטיג כדי צו קענען עסען מילכיגס ביי של"ש און ער האט נאר אנגעיאגט אויף איין שבת א יאר

און דו גלייבסט עס נאך ? ...


וואס איז אזוי שווער צו גלייבן?
הרה"ק מהר"א מבעלז האט זיך געיאגט פון דאנערשטיג פאר שבת שחל להיות ת"ב כדי צו קענען עסען מיליכיגס ביי של"ש און ווען עס איז געקומען צו של"ש האט ער גענימן א קליין שטיקל חלה און איינגעטיקן און די גלאז מילך און דאס איז געווען דער מיליכגס וואס ער האט געגעסן

וואס איך וויל ארויסברענגן, איז אז מען פארשטייט נישט עפעס מיינט נאכנישט אז עס איז נישט אמת (מיינט נישט אז יא אויך)
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10022
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג מאי 23, 2017 3:38 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:
חוקר האט געשריבן:שמעתי אז צאנזער רב פלעגט זיך צו יאגן פון דאנערשטיג כדי צו קענען עסען מילכיגס ביי של"ש און ער האט נאר אנגעיאגט אויף איין שבת א יאר

און דו גלייבסט עס נאך ? ...

יא, עס איז א באקאנטע זאך אין צאנז

האסט א פראבלעם דערמיט?

און וואס זענען די דריי פינטעלעך ענדע פון דיין תגובה, איך כאפ נישט די וויץ
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
פירש"י: קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
שמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » דינסטאג מאי 23, 2017 3:56 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:
חוקר האט געשריבן:שמעתי אז צאנזער רב פלעגט זיך צו יאגן פון דאנערשטיג כדי צו קענען עסען מילכיגס ביי של"ש און ער האט נאר אנגעיאגט אויף איין שבת א יאר

און דו גלייבסט עס נאך ? ...

אודאי איז עס אמת אזוי פלעגט האדמו"ר מ'באבוב זצ"ל פארציילן

לאלתר לחיים
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » דינסטאג מאי 23, 2017 4:23 pm

אפשר זיך יאגן פון מיטוואך א קוואדער צו דריי נאכמיטאג?
מ'דארף נישט איבערזאגן אלע באבע מעשיות אן קיין הענט און פיס וואס די חוקרי הדורות ובעלי המצב הענגען אן אויף אונזערע הייליגע רבי'ס, פינטל. וד"ל

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דינסטאג מאי 23, 2017 5:36 pm

ווער איז דער מחבר פון די באקאנטע "לא תחמוד" ניגון (פון אזמר בשבחין סידי)?
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

אוועטאר
שמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » דינסטאג מאי 23, 2017 5:37 pm

משיח האט געשריבן:ווער איז דער מחבר פון די באקאנטע "לא תחמוד" ניגון (פון אזמר בשבחין סידי)?

משה גאלדמאן ע"ה

בראשית ברא
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דינסטאג מאי 23, 2017 5:39 pm

בענין הנל
גם הרב הקדוש מסאטמאר זי"ע עשה כמו הדברי חיים לאכול חלב בשלש סעודות

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דינסטאג מאי 23, 2017 5:40 pm

איז פארהאן נאך ניגוני-באבוב ספעציעל פאר שבועות ?
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7606
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג מאי 23, 2017 5:43 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:אפשר זיך יאגן פון מיטוואך א קוואדער צו דריי נאכמיטאג?
מ'דארף נישט איבערזאגן אלע באבע מעשיות אן קיין הענט און פיס וואס די חוקרי הדורות ובעלי המצב הענגען אן אויף אונזערע הייליגע רבי'ס, פינטל. וד"ל

חוקרי הדורות, בעלי מצב? פון וואנט נעמט איר אז דאס שטאמט פון דארט?

מ'דארף נישט יעדע זאך וואס מען פארשטייט נישט אוועקמאכן אלץ א באבע מעשה פון חוקרי הדורות ובעלי המצב.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 10840
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג מאי 23, 2017 6:08 pm

אז דער צאנזער רב זי"ע האט זיך געיאגט כדי עסען מילכיגס ביי ס"ג
איז א "באבע מעשה"
אזוי שרייבט הרהגה"צ ר' ש' י' ש' ה"ש ציעשינבער רב זי"ע
אין שלוש שריגים הנספח לס' פי צדיק
Untitled.png
Untitled.png (177.52 KiB) געזעהן 438 מאל
לעצט פאראכטן דורך קיקיון אום מיטוואך מאי 24, 2017 12:22 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10022
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג מאי 23, 2017 10:47 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:אפשר זיך יאגן פון מיטוואך א קוואדער צו דריי נאכמיטאג?
מ'דארף נישט איבערזאגן אלע באבע מעשיות אן קיין הענט און פיס וואס די חוקרי הדורות ובעלי המצב הענגען אן אויף אונזערע הייליגע רבי'ס, פינטל. וד"ל

גיי צוריק טראללן די בלומינגבורג אשכול, לאז אפ די ערנסטע אשכולות ביטע
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
פירש"י: קאוופעפ"ע בלעז

איטשע
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך מאי 24, 2017 5:36 am

משיח האט געשריבן:איז פארהאן נאך ניגוני-באבוב ספעציעל פאר שבועות ?


פונ׳ם קדושת ציון זצ״ל:
אהבת עולם די באקאנטע
אהבת עולם פון שירי ציון
תורת ה׳ תמימה
נשמת מלומדי מורשה פון שמחת תורה
בני אל תלך בדרך אתם

פון דער רב ז״ל:
אבינו מלכנו פון אהבה רבה
והאר עינינו
ונשמח
ברוך הוא אלקינו
ברוך שנתן תורה
כי לקח טוב

פון פרעמדער מחברים:
תורת ה׳ תמימה פון אהרן מילער
והאר עינינו פון יאסאלע מאנדלבוים - דאכציך
אזי בשלישי פון דער אדעסער חזן
בריך שמיה פון חזן טאביאנסקי
לא תחמוד פון משה גאלדמאן

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מיטוואך מאי 24, 2017 7:43 am

איז דא איינע פון די ניגונים פון די רשימה וואס ס'איז איינגעפירט צו זינגן שבועות ביים טיש?

(א שטייגער ווי אילי הצדק וכו' אום צווייטע טעג פסח),
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

אוועטאר
חמרא טבא
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך מאי 24, 2017 10:59 am

בני אל תלך זינגט מען בעיסיקלי גאנץ טיש ביינאכט
אהבת עולם זינגט מען ביינאכט

אוועטאר
נא_שכל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3587
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

אכילת דגים בהדלקת הנרות

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך מאי 24, 2017 11:35 am

איז דא א ענין צו עסען פיש ביי ליכט צינדן?

כ'האב אמאל געהערט אין א שמועס פונעם ניימארקער רב שליט"א ווי ער זאגט אז אזוי איז די מנהג באבוב, און ביי זיי אין די משפחה איז אויך אזוי געווען די מנהג.

(כ'האב א קליפ דערפון, אויב ס'אינטערסירט איינעם).

אוועטאר
חמרא טבא
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך מאי 24, 2017 11:49 am

נישט ביי לעכט צינדן נאר ביי טלית לייגן ער"ש עסט דער רב א שטיקל פיש טועמיה

בית היין
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 26, 2017 8:22 pm

תגובהדורך בית היין » מיטוואך מאי 24, 2017 11:52 am

נא_שכל האט געשריבן:איז דא א ענין צו עסען פיש ביי ליכט צינדן?

כ'האב אמאל געהערט אין א שמועס פונעם ניימארקער רב שליט"א ווי ער זאגט אז אזוי איז די מנהג באבוב, און ביי זיי אין די משפחה איז אויך אזוי געווען די מנהג.

(כ'האב א קליפ דערפון, אויב ס'אינטערסירט איינעם).


דו ווארטס טאקע אז עימעציר זאל זיך אנרופן, אין אז נישט לייגסט׳ס נישט ארויף?
זיי אזוי גוט לייג ארויף..
דראפ קעסטעלע ביטע. שכויח.

אוועטאר
נא_שכל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3587
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך מאי 24, 2017 12:52 pm

בית היין האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:איז דא א ענין צו עסען פיש ביי ליכט צינדן?

כ'האב אמאל געהערט אין א שמועס פונעם ניימארקער רב שליט"א ווי ער זאגט אז אזוי איז די מנהג באבוב, און ביי זיי אין די משפחה איז אויך אזוי געווען די מנהג.

(כ'האב א קליפ דערפון, אויב ס'אינטערסירט איינעם).


דו ווארטס טאקע אז עימעציר זאל זיך אנרופן, אין אז נישט לייגסט׳ס נישט ארויף?
זיי אזוי גוט לייג ארויף..
דראפ קעסטעלע ביטע. שכויח.

צום באפעל!

ס'נישט וויאזוי מ'עסט די פיש, נאר ווען ער רעדט איבער דעם מנהג

הרב מניימארק אודות מנהג אכילת דגים

אוועטאר
ריקוד
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

תגובהדורך ריקוד » מיטוואך מאי 24, 2017 1:01 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:אפשר זיך יאגן פון מיטוואך א קוואדער צו דריי נאכמיטאג?
מ'דארף נישט איבערזאגן אלע באבע מעשיות אן קיין הענט און פיס וואס די חוקרי הדורות ובעלי המצב הענגען אן אויף אונזערע הייליגע רבי'ס, פינטל. וד"ל


און זייט ווען איז די באבוב'ער רב זי"ע [וכן הרב מציעשנוב] געוועהן פון די "חוקרי הדורות"?
ר'איז געוועהן זיין ממשיך דרכו און האט געהאט מקובל עובדות סיי פון זיין אבות הקדושים און סיי פון א "ים פון אידען" וואס האבן אליין בייגעואוינט אין צוגעזעהן ביי זיין הייליגע צאנזער זיידע זי"ע (כלשונו הק' "ווען כ'בין געוועהן יונג, איז יעדע איד מיט א גרויע בארד געוועהן ביים צאנז'ער זיידע") .
ער האט נישט פארציילט קיין מעשות וואס ער האט געזעהן אין די היינטיגע חודש'ליכע אויסגאבעס...
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן

אוועטאר
ריקוד
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

תגובהדורך ריקוד » מיטוואך מאי 24, 2017 1:02 pm

איטשע האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:איז פארהאן נאך ניגוני-באבוב ספעציעל פאר שבועות ?


פונ׳ם קדושת ציון זצ״ל:
אהבת עולם די באקאנטע
אהבת עולם פון שירי ציון
תורת ה׳ תמימה
נשמת מלומדי מורשה פון שמחת תורה
בני אל תלך בדרך אתם

פון דער רב ז״ל:
אבינו מלכנו פון אהבה רבה
והאר עינינו
ונשמח
ברוך הוא אלקינו
ברוך שנתן תורה
כי לקח טוב

פון פרעמדער מחברים:
תורת ה׳ תמימה פון אהרן מילער
והאר עינינו פון יאסאלע מאנדלבוים - דאכציך
אזי בשלישי פון דער אדעסער חזן
בריך שמיה פון חזן טאביאנסקי
לא תחמוד פון משה גאלדמאן

ס'איז דא צוויי ניגונים פונעם הייליגער קדושת ציון זי"ע אויף "תורת השם תמימה"
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: עטיש און 12 געסט