אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
מַחְכִּימַת פֶּתִי
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:37 pm

תגובהדורך מַחְכִּימַת פֶּתִי » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 2:32 pm

shalsheles האט געשריבן:א) אין באבוב דוכנ׳ט מען הושענא רבה?
ב) וואס איז דער מקור/טעם אז חוה״מ פסח זאגט מען די עקדה ביי קרבנות אין חוה״מ סוכות נישט?
(אזוי שטייט אין די צלותי׳ דשלמה סידור)

א) געווענליך נישט, נאר אויב ס'פאלט אויס ערב שבת קודש דעמאלס דוכנ'ט מען יא (בקיצור, בלי התפילות)
ב) כ'ווייס נישט אבער ס'איז פארקערט, חוה"מ סוכות זאגט מען יא די עקידה און חוה"מ פסח זאגט מען נישט די עקידה

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 3:23 pm

גערעכט, טעיתי.
וועט זיין אינטערסאנט אויב איינער ווייסט אפשר די טעם (פון ביידע)

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 4:20 pm

מענין לענין, דער ניגון בבקעך ים סוף איז באקאנט צו זיין פונעם קדו"צ, כ'האב אבער געהערט פון איינעם מפקפק זיין דערויף, ולמרבית הפלא לעצטנס איז ערשינען פונדאסניי 'אה רעביש' און דארט האבן די מו"ל געטוישט דעם ווערסיע אז דער ניגון איז יא אן אלטן ניגון (מיוחס לבית דזיקוב דאכט זיך) און נישט פונעם קדו"צ.

איינער ווייסט מעהר דערוועגן?

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 4:50 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:מענין לענין, דער ניגון בבקעך ים סוף איז באקאנט צו זיין פונעם קדו"צ, כ'האב אבער געהערט פון איינעם מפקפק זיין דערויף, ולמרבית הפלא לעצטנס איז ערשינען פונדאסניי 'אה רעביש' און דארט האבן די מו"ל געטוישט דעם ווערסיע אז דער ניגון איז יא אן אלטן ניגון (מיוחס לבית דזיקוב דאכט זיך) און נישט פונעם קדו"צ.

איינער ווייסט מעהר דערוועגן?

איך מיין אז איר מישט אויס, בבקעך ים סוף איז נישט פארהאן אויף אה רביש.

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 4:58 pm

קען זיין, אבער דאס געדענק איך גאנץ קלאר אז ס'איז לעצטנס געווען אויף א נייע סידי (ארויסגעגעבן דורך באבוב'ער יונגעלייט) פון אלטע ניגונים, בשינוי יחוס הניגון אנדערש ווי מ'האט געוויסט אין באבוב אלע יארן.

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3013
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 9:44 pm

איך האב יעצט גענדיגט דורכליינען דעם גאנצן אשכול כמעט בנשימה אחת און ווי פארשטענדליך אויסטערליש הנאה געהאט

עס קומט זיך א ספעציעלן דאנק פאר דוד משה, איטשע, באאבאכטער און פאר אלע אנדערע כל אחד בשמו הטוב יבורך פארן צוגעבן אזויפיל ווערדפולע אינפארמאציע

איך האב עטליכע פראגן און קאמענטארן

אויף אנצופאנגן

ווער זענען די מאנדעלבוים׳ס, בלום׳ס, אהרן מיללער, אביש מאיר וכו וואס ווערן אפט דערמאנט דא. זענען זיי מלחינים לבית באבוב?

און וועלכע יארן האבן זיי געלעבט?

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 9:56 pm

ר' אביש מאיר איז שוין געווען א אינגערמאן נאך בחייו פון צאנזער רב, און האט זוכה געווען צו זיין דער בעל תפלה און מחבר געווען ניגונים אין צאנז, זיינע ניגונים זענען אלזא געווען שטארק באקאנט און אנגענומען בפרט צווישן די צאנזער הויפן, (ער האט געלעבט ביז נישט לאנג פאר די קריג, ובסוף ימיו האט ער געוואוינט בעיר ואם בישראל קראקא).

בלום און מאנדעלבוים זענען באבוב'ע פונדערהיים (דאכט זיך מתקופת הקדו"צ) און האבן פארפאסט פיהל הערליכע יצירות, די קינדער איבערגעלעבט די קריג און דערנאך מפאר געווען בתפלה ובשירות ותשבחות בחצה"ק של מרן מהר"ש מבאבוב זצוק"ל.

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3013
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 11:44 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:ר' אביש מאיר איז שוין געווען א אינגערמאן נאך בחייו פון צאנזער רב, און האט זוכה געווען צו זיין דער בעל תפלה און מחבר געווען ניגונים אין צאנז, זיינע ניגונים זענען אלזא געווען שטארק באקאנט און אנגענומען בפרט צווישן די צאנזער הויפן, (ער האט געלעבט ביז נישט לאנג פאר די קריג, ובסוף ימיו האט ער געוואוינט בעיר ואם בישראל קראקא).

בלום און מאנדעלבוים זענען באבוב'ע פונדערהיים (דאכט זיך מתקופת הקדו"צ) און האבן פארפאסט פיהל הערליכע יצירות, די קינדער איבערגעלעבט די קריג און דערנאך מפאר געווען בתפלה ובשירות ותשבחות בחצה"ק של מרן מהר"ש מבאבוב זצוק"ל.


טענקס

אן אמעראצישע פראגע

וויאזוי גייט דער יחוס פון באבוב ביזן צאנזער רב?

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4247
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 11:51 pm

רבי שלמה מבאבוב בן רבי בן ציון בן רבי שלמה בן רבי מאיר נתן בן רבינו מצאנז זי״ע
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4247
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 11:53 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:קען זיין, אבער דאס געדענק איך גאנץ קלאר אז ס'איז לעצטנס געווען אויף א נייע סידי (ארויסגעגעבן דורך באבוב'ער יונגעלייט) פון אלטע ניגונים, בשינוי יחוס הניגון אנדערש ווי מ'האט געוויסט אין באבוב אלע יארן.

וואלט מיר געווען אינטרעסאנט ווען איר קענט מיר ווען אנצייגן א פונקטליכע מ״מ
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4247
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 11:54 pm

shalsheles האט געשריבן:גערעכט, טעיתי.
וועט זיין אינטערסאנט אויב איינער ווייסט אפשר די טעם (פון ביידע)

כ׳מיין די ווארט איז אז גאנץ חודש תשרי זאגט מען די עקידה
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3013
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 12:13 am

חמרא טבא האט געשריבן:רבי שלמה מבאבוב בן רבי בן ציון בן רבי שלמה בן רבי מאיר נתן בן רבינו מצאנז זי״ע


יישר כח

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 12:18 am

חמרא טבא האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:גערעכט, טעיתי.
וועט זיין אינטערסאנט אויב איינער ווייסט אפשר די טעם (פון ביידע)

כ׳מיין די ווארט איז אז גאנץ חודש תשרי זאגט מען די עקידה

דאס איז דאך דער גאנצער ענין פון די הייליגע טעג לעורר זכות האבות הק'

און וואס איז מיט דעם תפלה רבש"ע נאכן פ' העקידה?
ר"ה יוה"ק איז לכאו' פשוט אז מ'זאגט ס'איז דאך ממש מענין היום, סוכות אויך?

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 12:20 am

מ׳זאגט עס נישט אויך ר״ה און יו״כ

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 12:22 am

אזוי? פלא גדול

מקור ביטע

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 12:47 am

מחזור צלותיה דשלמה

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 12:52 am

ייש"כ

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:36 am

ברויך מען א זוך טוהן אין רב פאלגערס כתבים

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20277
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:42 am

ידיעות שונות האט געשריבן:אזוי? פלא גדול

וואס איז די פלא אויפן נישט זאגן רבוש"ע?

ר"ה זאגט מען נישט אזעלכע סארט תחינות, ווידער יוה"ק זאגט מען דאך עס שוין שפעטער ביי די סליחות.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:47 am

farshlufen האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:אזוי? פלא גדול

וואס איז די פלא אויפן נישט זאגן רבוש"ע?

ר"ה זאגט מען נישט אזעלכע סארט תחינות, ווידער יוה"ק זאגט מען דאך עס שוין שפעטער ביי די סליחות.

וואס הייסט אזעלכע סארט? עניני חטא אדער ווידוי שטייט אין אריה"ק נישט צו זאגן, אבער תחינות ובקשות לעורר רחמים רבים?
ווייטער שבת שחל בו קען מען הערן אבער ר"ה יוה"ק באמצע שבוע איני יודע טעם לחלק.
לעצט פאראכטן דורך ידיעות שונות אום דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:47 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלפיים
תגובות: 2115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:47 am

אלמוני האט געשריבן:מ׳זאגט עס נישט אויך ר״ה און יו״כ

מ'זאגט יא ר"ה און יו"כ, אן די תפילה פארדעם און נאכדעם.
מהאקט
לעצט פאראכטן דורך גארנישט מיט נישט אום דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:52 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:49 am

היינו דאמרן

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4247
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 12:33 pm

ניין הרב ידיעות לא כמו שאמרת אלא בלי התפלה פניה ולאחריה
לעצט פאראכטן דורך חמרא טבא אום דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 12:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
דביה תחדי נפשא

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 3:34 pm

אנדערע האבן שוין פריער אזוי געשריבן אז די עקידה אליין זאגט מען יא אבער די תפלות נישט, (והיינו דאמרתי 'היינו דאמרן', ודו"ק).

ס'וואלט געווען גלייך צו געבן א קוק אין די מנהגים ספרים לבית באבוב, ואינו תח"י כעת.

אוועטאר
מַחְכִּימַת פֶּתִי
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:37 pm

תגובהדורך מַחְכִּימַת פֶּתִי » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 5:00 pm

פון ווי שטאמט די תנועה וואס מ'זינגט פרייטיג-צו-נאכטס פאר קידוש?
איז דא נאך א זמן ווען מ'זינגט די תנועה?


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט