בלאט 1 פון 2

"נוסח ימים נוראים" רעקאדירונגען פון היימישע בעלי תפלה

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2016 5:39 pm
דורך ישעי בלום
א גוטן
אט אט האלטן מיר שוין ביי ראש חודש "תמו"ז" ר"ת "זמני תשובה ממשמשין ובאים", מען דארף זיך ערנסט זיך נעמען גרייטן צום די ימים נוראים הבאים לקראתינו. פארשטייט זיך אז די גרעסטע הכנה איז תשובה ותיקון המעשים אבער מיר בעלי תפלה גרייטן זיך אויך צו מיטן שארפן די שטימע און באפוצן די נוסח.
אזוי ווי אסאך בעלי תפלה האבן מיר שטארק ליב צו הערן נייע נוסחאות, אדער נייע תנועות חידושים אין די פעלד פון נוסח.
אפילו דער זעלבער נוסח קען מען ביי יעדע בעל תפלה הערן א נייע קוועטש א נייע ניגון.
לכן כאטש איז מיר זענען א הנני העני, א קליינער בעל תפלה צווישן די גרויסע לייבן וואס מיר האבן היינט, דאך ווילן מיר הערן מער, און מיר גלייבן אז אסאך אידן אפילו לאו דוקא בעלי תפלה וועלן הנאה האבן צו הערן נוסחאות פון בעלי תפלה שליט"א און אפילו ז"ל אויך, ווי א שטייגער ר' שאול הוטטערער ע"ה און יבלחט"א ר' מאיר ברוך קאהן שיחי'.
איך לאדן יעדער חובב נוסח ארויף צו לייגן דא ריקארדינגס פון בעלי תפלה און כבין זיכער אז דער עולם וועט הנאה האבן.

יישר כח למפרע

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2016 5:40 pm
דורך ישעי בלום
קען איינער מיר אנווייזן ווי אזוי מען לייגט ארויף ריקארדינגס? כהאב באמתחתי אפאר שטיק

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2016 6:04 pm
דורך דוד משה
ישעי בלום האט געשריבן:קען איינער מיר אנווייזן ווי אזוי מען לייגט ארויף ריקארדינגס? כהאב באמתחתי אפאר שטיק

עפן דיר א דראפבאקס אקאונט (אויב דו האסט נאכנישט), אפלאוד די פיילס דארט, רייט-קליק אויף א פייל און קליק share, קאפי די לינק וואס קומט ארויף און פעיסט עס אריין אין דיין תגובה.

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2016 6:36 pm
דורך דוד משה
באמת איז שוין דא א אשכול איבער דעם נושא
viewtopic.php?t=5442

געשריבן: מאנטאג מאי 30, 2016 6:54 pm
דורך yield
איך האב אמאל געהאט פון חזן שטארק חבל על דאבדין

געשריבן: דינסטאג מאי 31, 2016 11:08 am
דורך אברהם שמואל לעמברגער
דוד משה האט געשריבן:באמת איז שוין דא א אשכול איבער דעם נושא
viewtopic.php?t=5442

ביי יענעם אשכול איז געווען צוויי זאכן וועס איך האב געוואלט הערן. נוסח וויז'ניץ אויף ימים נוראים, און עפעס א הקלטה אפשר פון אמרי חיים.

ר מאיר ברוך קאהן שיחי' הערליכע שטיקלעך

געשריבן: דינסטאג מאי 31, 2016 1:09 pm
דורך ישעי בלום
https://www.dropbox.com/sh/tg5n160a8xp2 ... 9-d5a?dl=0
https://www.dropbox.com/sh/rc8usydcrmqk ... Cr_ta?dl=0
https://www.dropbox.com/sh/5srqw0fj0pv2 ... 160Oa?dl=0

זיין הארציקייט צונעמט יעדע סטרינע, זיין שטארקע שטימע ברעכט ווענט, זיין ציען און דרייען איז אויך אויסערגעווענטליך, אויך איז ער א מומחה אין גאר קונצליך ארויף זעצן ניגונים און קאמפיאזציעס אויף שטיקלעך ביים דאווענען,
ער איז דער מלך הבעלי תפלה בדורינו לפענ"ד העני והרש.

געשריבן: דינסטאג מאי 31, 2016 1:20 pm
דורך ישעי בלום
וואס איך זוך צו הערן און דערווייל לא זכיתי, און כוועל מיר פרייען אויב איינער קען דא מזכה זיין
דאס איז ריקארדינגס פון דער באקאנטער בעל תפלה ר' שאול הוטטערער ז"ל פון באבוב עס הייסט אז ער איז געווען א בעל תפלה ביי צדיקי בית פשעווארסק הרה"ק ר' איציקל און הרה"ק ר' יענקעלע זי"ע און ביי יבלחט"א דער רבי שליט"א
אויך האט ער לכאורה געדאוונט אין באבוב

געשריבן: דינסטאג מאי 31, 2016 2:11 pm
דורך חמרא
ובלכתך בדרך האט געגעבען רשות עס ארויפצולייגען??? איך מיין אז נישט

געשריבן: דינסטאג מאי 31, 2016 2:13 pm
דורך אברהם שמואל לעמברגער
ישעי בלום האט געשריבן:https://www.dropbox.com/sh/tg5n160a8xp2ccg/AAD8WQqn_UQHhW3lOzPT9-d5a?dl=0
https://www.dropbox.com/sh/rc8usydcrmqk ... Cr_ta?dl=0
https://www.dropbox.com/sh/5srqw0fj0pv2 ... 160Oa?dl=0

זיין הארציקייט צונעמט יעדע סטרינע, זיין שטארקע שטימע ברעכט ווענט, זיין ציען און דרייען איז אויך אויסערגעווענטליך, אויך איז ער א מומחה אין גאר קונצליך ארויף זעצן ניגונים און קאמפיאזציעס אויף שטיקלעך ביים דאווענען,
ער איז דער מלך הבעלי תפלה בדורינו לפענ"ד העני והרש.

זייער שיין ! א גרויס'ן יישר כוח !

געשריבן: מיטוואך יולי 27, 2016 9:06 am
דורך אברהם שמואל לעמברגער
איך זוך ווי קען מען הערן די וויז'ניצע נוסח אויף ימים נוראים, און אויך אויף שבת, יום טוב און ימות החול אפילו.
איך ווייס וואס ס'איז דא א ריאקארדינגס פון דעם, אבער איך האב נישט געטראפן אין קיינפלאץ.
אויב איינער קען א טובה טוהן און ארויפלייגען די ריאקארדינגס אדער לפחות ווי קען מען עס באקומען.
א יישר כח פון פאראויס!

געשריבן: מיטוואך יולי 27, 2016 10:19 am
דורך גולם
אין ביהמ"ד אמונת ישראל:טאהש:באבוב 49:מטה אפרים און נאך פלעצער קען מען דאונלאודען בחינם נוסח פון אסאך בעל תפילות
ביי די אויסוואל פון גמ"ח יוסף שלמה:ימים נוראים

געשריבן: מיטוואך יולי 27, 2016 11:03 am
דורך אברהם שמואל לעמברגער
א יישר כח און אנטשולידגט!
איך האב נישט געזאגט, איך דארף אין לונדון אדער אין ארץ ישראל, ווי קען מען עס באקומען.

געשריבן: מיטוואך יולי 27, 2016 11:58 am
דורך יענקל פאטאש

געשריבן: דאנארשטאג יולי 28, 2016 12:44 pm
דורך אברהם שמואל לעמברגער
יענקל פאטאש האט געשריבן:פראביר http://koltorah.co.uk/

איך האב היינט געגאנגען, און זיי האבן נישט קיין ריאקארדינג פון וויז'ניצע נוסח.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 28, 2016 12:53 pm
דורך יענקל פאטאש
נוסח מוסף לראש השנה-וויזניץ http://www.koltorahonline.com/index.php/nusach-musaf-lr-h-viznitz-1371.html

געשריבן: פרייטאג יולי 29, 2016 10:29 am
דורך אברהם שמואל לעמברגער
יישר כח!

געשריבן: פרייטאג יולי 29, 2016 11:36 am
דורך יענקל פאטאש
דו קענסט אויך פרעגן ובלכתך בדרך tapes@thejnet.com 845-783-7900, זיי פלעגען האבן א וועבזייטל און איך שטעל זיך פאר אז זיי קענען דיך נאך פארקויפן דאונלאודס אויב האבן זיי.

מאיר ברוך'ס נוסח

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 2:23 pm
דורך משטיינסמער
דאכט זיך מיר א קרוב מאיר ברוך'ס זינגט דא:

https://www.dropbox.com/sh/n5b5gy4pevpk ... H3zJa?dl=0

ובלכתך

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 2:24 pm
דורך משטיינסמער
חמרא האט געשריבן:ובלכתך בדרך האט געגעבען רשות עס ארויפצולייגען??? איך מיין אז נישט


כהאב געהערט בשם מאיר ברוך אז ער האט נישט געגעבן רשות פאר זיי צו פובליצירן זיינע זאכן. ער איז א גונב מן הגנב אויב עפעס.

רבי איטשע'לע שטראמ'ס נוסח

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:08 pm
דורך אברעמיל
50 יאהר צוריק האב איך גיהערט דעם העליכען חסידיש-חזניש דאווענען פון ר' איטשע'לע שטראם ז"ל, עס קלינגען נאך ביי מיר זיין "ועל כלם" אין "וכל מאמינים" וואס איך מיין זענען געווען אריגינעלע. אבער דער נוסח פאר אלעס איז הערליך און אומפארגעסלעך. מ'האט געזאגט אז אלס קינד האר ער גיזונגען ביים הייליגער שיניווער זי"ע (ער איז שוין געווען איבער אכציג ווען איך האב עם געהערט). זיין זון ר' משה דוד וואס איז אוועק נישט לאנג צוריק ביי א טיפער עלטערן פון קרוב למאה איז אויך גיווען א וואונדערבארער בעל תפילה, מסתמא מיט איינליכער נוסח. איך ווייס אז די משפחה האט טייפס פון זיי..... אפשר ווייסט אימעס'ן צו ס'איז היינט מעגליך צו הערען אויף א mp3 וכדומה

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:14 pm
דורך מאניש בנבנשתי
ישעי בלום האט געשריבן:וואס איך זוך צו הערן און דערווייל לא זכיתי, און כוועל מיר פרייען אויב איינער קען דא מזכה זיין
דאס איז ריקארדינגס פון דער באקאנטער בעל תפלה ר' שאול הוטטערער ז"ל פון באבוב עס הייסט אז ער איז געווען א בעל תפלה ביי צדיקי בית פשעווארסק הרה"ק ר' איציקל און הרה"ק ר' יענקעלע זי"ע און ביי יבלחט"א דער רבי שליט"א
אויך האט ער לכאורה געדאוונט אין באבוב



http://www.koltorahonline.com/index.php ... yutim.html

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:33 pm
דורך לבנת הספיר
ישעי בלום האט געשריבן:וואס איך זוך צו הערן און דערווייל לא זכיתי, און כוועל מיר פרייען אויב איינער קען דא מזכה זיין
דאס איז ריקארדינגס פון דער באקאנטער בעל תפלה ר' שאול הוטטערער ז"ל פון באבוב עס הייסט אז ער איז געווען א בעל תפלה ביי צדיקי בית פשעווארסק הרה"ק ר' איציקל און הרה"ק ר' יענקעלע זי"ע און ביי יבלחט"א דער רבי שליט"א
אויך האט ער לכאורה געדאוונט אין באבוב

"עס הייסט אז ער איז געווען וכו' " יא ער איז געווען בעל תפילה ביי צדיקי בית פשעווארסק ראש השנה דאכט זיך מיר מוסף אין יוה"ק אין באבוב 48-45 , ס'איז דא א בייקאנטע מעשה אז ר' איציקעל ז"ל האט עם אמאל געבעטין ער זאל בלייבען ביי עם יוה"ק אין ער וועט געהאלפען ווערן מיט זרע של קיימא , אבער זייענדיג א פייערדיגע חסיד פין ר' שלמה'לי (אין פין מקימי חורבות באבוב נאכ'ן מלחמה) איז ער יא געפארען זאגענדיג אז ר' איציקעל קען , קען די רב זיכער !! למעשה איז ער ל"ע אוועק אן קינדער , מפי השמוע האט ר' שלמה'לי דעמאלץ עם געריפען חסיד שוטה !!!
מאנכע זאגן בדרך צחות אז ר' איציקעל האט גארנישט איינגעשטעלט מיט'ן צוזאגען קענענדיג גודל התקשרותו פון ר' שאול קיין באבוב .
אגב ר' שאול איז געווען לעצטע בעלז'ע רב'ס משמש בשעת'ן מלחמה

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:34 pm
דורך לבנת הספיר
ר' שאול איז געווען בעלזא רב'ס משמש בשעת'ן מלחמה אין באכניא'ע געטא

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 10:00 am
דורך ישעי בלום
יא
ער פלעגט דערציילן אז ער האט איינמאל אנגעגאסן דער בעלזער רב מיט תשעה קבין ווייל קיינער פון די בעלזע חסידים האבן נישט געהאט די העזה
און לויט מיינע בירורים האט ער געדאוונט מוסף ראש השנה איין טאג אין באבוב'ע בית המדרש אין אנטווערפן
און יוה"כ האט ער געדאוונט שחרית אין באבוב בארא פארק ביים רב זצ"ל