ניגוני ר' יעקב תלמוד

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

pesach
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2015 5:09 pm

ניגוני ר' יעקב תלמוד

תגובהדורך pesach » פרייטאג ינואר 29, 2016 9:46 am

איינער ווייסט אויב ס'דא ניגונים פון ר' יעקב תלמוד איבערגעמאכט? (חוץ פון דוד ווערדעגער). די אלטע טעיפס קען איך נישט אויסהערן.

איין סי די האב איך, גניבה איז נישט ערלויבט

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » פרייטאג ינואר 29, 2016 10:58 am

ביי מאסטלי מוזיק קען מען קויפן דריי סידי'ס ניגוני גור פון די לעצטע פיפציג זעכציג יאר, די ערשטע יארן זענען עפ"י רוב פון ר' יעקב תלמוד
אויך איז פארהאן א ספר 'המלחין לבית גור' אפגעשריבן אויף נאטן זייער אסאך פון זיינע ניגונים, ווי אויך זיין תולדות
כ'וועל עס מעלה זיין בקרוב אי"ה

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3184
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » פרייטאג ינואר 29, 2016 12:27 pm

pesach האט געשריבן:איינער ווייסט אויב ס'דא ניגונים פון ר' יעקב תלמוד איבערגעמאכט? (חוץ פון דוד ווערדעגער). די אלטע טעיפס קען איך נישט אויסהערן.

איין סי די האב איך, https://www.dropbox.com/sh/5y9egor3k1virqscpea?dl=0

ייש"כ pesach פאר'ן ארויפשטעלן.
הנותן לשכוי בינה...

pesach
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2015 5:09 pm

תגובהדורך pesach » מוצ"ש ינואר 30, 2016 2:13 pm

יהיה כן האט געשריבן:אויך איז פארהאן א ספר 'המלחין לבית גור' אפגעשריבן אויף נאטן זייער אסאך פון זיינע ניגונים,
כ'וועל עס מעלה זיין בקרוב אי"ה



דאס וואלט געווען אינטערעסאנט!!

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9026
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מוצ"ש ינואר 30, 2016 11:13 pm

ס'איז נישט ערלויבט ארויפצושטעלן דא סידי'ס וואס ווערן נאך פארקויפט.

ארץ ישראלי
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 4:38 pm

תגובהדורך ארץ ישראלי » דינסטאג פאברואר 02, 2016 3:39 am

ס'איז ארויס אין די לעצטע פאר יאר צוויי סידי'ס
בילד
בילד

goldman
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 22, 2013 11:51 am

תגובהדורך goldman » דינסטאג פאברואר 02, 2016 7:29 am

ארץ ישראלי האט געשריבן:ס'איז ארויס אין די לעצטע פאר יאר צוויי סידי'ס
בילד
בילד

ווי קען מען דאס באקומען? אוועילעבעל אנליין?

אדם
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 6:07 pm

תגובהדורך אדם » דינסטאג פאברואר 02, 2016 2:45 pm

http://mostlymusic.com/products/muvchar ... kel-talmud

אויספארקויפט!!!

אפשר ווייסט איינער ווי עס איז נאך דא צו באקומען?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג פאברואר 02, 2016 3:14 pm

איך האב די אלע ניגוני גור, אפשר וועל איך עס שפעטער מלקט זיין

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג פאברואר 02, 2016 3:26 pm

ספר מלחין לבית גור להורדה
ניגוני ותולדות המלחין הידוע ר' יעקב תלמוד

pesach
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2015 5:09 pm

תגובהדורך pesach » דינסטאג פאברואר 02, 2016 3:58 pm

יהיה כן האט געשריבן:ספר מלחין לבית גור להורדה
ניגוני ותולדות המלחין הידוע ר' יעקב תלמוד


א שיינעם דאנק

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1385
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 4:10 pm

ניגוני גור שהולחנו ע"י רבי יענקל תלמוד ע"ה און געזינגען דורך רבי דוד ווערדיגער ע"ה. (די אלבומס ליגן אויף די וועב זייטל פון "פלארידא אטלאנטיק יוניווערסיטי" און מען קען זיי נישט דאונלאודן; מען מוז עס דארט הערן.)

- שירי גור 1
- שירי גור 2
- שירי גור 3
- שירי מלוה מלכה
- שירי שמחה
- שירי ימים טובים

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 10:36 pm

זייער שיין, מיט א גרויסן 'אבער'...
שוין כמה פעמים ערוועינט, אז א גרויס חלק, רובו ככולו, איז גענומען שטיקעלעך פון זיינע ניגונים און מלביש געוועהן אויף זיי ווערטער, און... ויהי לניגון של ר' יעקב תלמוד ז"ל.

נישט דאס איז געוועהן דער ריזן מייסטער און גאון ר' יעקב, וואס נעמט דער צוהארכער אויף א הימליש שפאציר מיט בליציגע חידושים ביי יעדע תנועה אזש צום פאר'שיכור'ט ווערן פון התפעלות און שטיל-טיפע געפילן.
נישט דאס זענען געוועהן אטעם פארכאפענדע קאמפאזיציעס, די רייך שיין און רירענד ביז די נשמה פארפאסונגען, וואס נעמען און טראגן דעם מענטש מיט זייערע פליגלען אין אנדערע פלאנעטן אינעם הויכן רוים.


אגב,
נישט אלע ווייסן פון דעם אז ר' דוד ז"ל איז געוועהן א באגאבטער חזן אן אויסערגעווענליכער גוטער 'זאגער' נישט ווייניגער ווי די עכט גרויסע חזנים.

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 660
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 8:30 am

בין איך אינגאנצן ניי (פרעמד) צו דעם נאמען "יעקב תלמוד" וואס זעהט טאקע אויס ווי א גרויסן אוצר הערנדיג א ביסל פון די אויבנדערמאנטע לינקס, הרב בעאבאכטער (אדער סיי ווער) קענט איר אפשר געבן אויפן שפיץ גאפל א שטיקל ביאגראפיע פון אים
ווען און ווי איז ער געבוירן און געלעבט?
ווי האט ער זיך אנבאלאנגט? גור?
זיינע רבי'ס (בעקגראונד) אין נגינה
מער איבער זיינע ווערק
האט ער אליין קאמפאזיטירט און קאראגירט די מוזיק און קווייער אויף זיינע ווערק, אזוי ווי יאסעלע?
איז דא רעקארדירונג פון אים אליינס?
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 8:41 am

אין די "צייטונג - נייעס באריכט" איז פאר צוויי וואכן צוריק געווען א לענגערע באשרייבונג איבער דעם ר' יעקב תלמוד און זיינע ניגונים, זײ האבן הערליך אראפגעלייגט זיין גאנצע ארום, עס איז פאר מיר אויך געווען א נייע זאך צו הערן איבער דעם מייסטער בעל מנגן, וואס איז געווען אלע יארן דער הויפט משורר אינעם גור'ער הויף נאך פון אלץ קליין קינד עד זיבולא בתרייתא.

ס'וואלט מיר אויך געווען אינטערעסאנט אויב ס'איז דא ערגעץ ווי מען קען עם הערן היינט אויפען געוועב, ווייל ווי ס'זעהט אויס האט ער בחייו אליינס ארויסגעגעבן א שיינע פאר קאסעטעס פון זיינע חסיד'ישע הערליכע ניגונים.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 10:43 am

ער האט נישט ארויס געגעבן, ועי' לעיל.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:51 pm

אז מען רעדט שוין,

כידוע, די בעסטע סגולה צו פארמיידן שאלות, תשובות, דרשות, עצות, און מוסר שמועסן בעת מען נעמט אויף פאסאזשירן קיין בארא פארק און צוריק, איז פשוט לאזן גיין דעם מיוזיק פלעיער אינעם וואגן, דאן ווערט שטיל, אויסער טעכנישע פראגן כגון וואו מען דארף אפשטייגן וכדומה.

אלזא, אין לעצטע צוויי וואכן האט זיך געמאכט בהשגחה אז כ'האב פונקט געדארפט גיין אהין צו ב"פ און צוריק כמה וכמה פעמים,
ר' יעקב תלמוד'ס קאמפאזיציעס איז געגאנגען אין וואגן.

(וואסי? מ'טאר ניש, סיניש אינטערעסאנט, ס'איז אלט מאדיש, קיינער הערטעס נישט?... אוקעי, סא ביי דיר אין קאר/אפיס/היים וועסטו אויפשפילן בלויז מיט די שענסטע קאווער און פון וואס האט די לעצט האליוואוד-סטייל קליפ)

האמת אגיד כמה וכמה אידן האבן עכט הנאה געהאט און מיט התפעלות געפרעגט ווער און וואס.
און אין אנדערע ווערטער, נאך דא גענוג אידן וואס גלייכן א גלעזל אלט וויין איבער אן אנגעצוקערט און אנגעפלעיווערט סודא קען.



צוריק לגופו של אשכול.

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1156
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 2:06 pm


בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 2:43 pm

@בעאבאכטער

אז דו האסט עס יא, נו אפשר זאגסטו פון וועלכע קאמפאזיציעס דו רעדסט, און פון ווי עס קומט צו דיר?

אפשר קען מען עס נאך טרעפן ערגעץ היינט צוטאגס?

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 3:00 pm


אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2676
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 11:20 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:אז מען רעדט שוין,

כידוע, די בעסטע סגולה צו פארמיידן שאלות, תשובות, דרשות, עצות, און מוסר שמועסן בעת מען נעמט אויף פאסאזשירן קיין בארא פארק און צוריק, איז פשוט לאזן גיין דעם מיוזיק פלעיער אינעם וואגן, דאן ווערט שטיל, אויסער טעכנישע פראגן כגון וואו מען דארף אפשטייגן וכדומה.

אלזא, אין לעצטע צוויי וואכן האט זיך געמאכט בהשגחה אז כ'האב פונקט געדארפט גיין אהין צו ב"פ און צוריק כמה וכמה פעמים,
ר' יעקב תלמוד'ס קאמפאזיציעס איז געגאנגען אין וואגן.

(וואסי? מ'טאר ניש, סיניש אינטערעסאנט, ס'איז אלט מאדיש, קיינער הערטעס נישט?... אוקעי, סא ביי דיר אין קאר/אפיס/היים וועסטו אויפשפילן בלויז מיט די שענסטע קאווער און פון וואס האט די לעצט האליוואוד-סטייל קליפ)

האמת אגיד כמה וכמה אידן האבן עכט הנאה געהאט און מיט התפעלות געפרעגט ווער און וואס.
און אין אנדערע ווערטער, נאך דא גענוג אידן וואס גלייכן א גלעזל אלט וויין איבער אן אנגעצוקערט און אנגעפלעיווערט סודא קען.



צוריק לגופו של אשכול.

אהה, דו ביסט עס געווען ביים רעדל..?? טאקע שטארק הנאה געהאט.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1757
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 8:58 am

איינער האט דער באקאנטער גערער היום הרת עולם?

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2676
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 10:04 am

כאפט א באזוך דא אין שכינות קוק אויב רב סבלנות האט דאס אהין געשטעלט. אין איין וועג זייט אייך מחיה מיט די קאלעקציע דארט.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט