שמואלי אונגאר אלבום

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2250
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 7:48 pm

נאטורליך האט געשריבן:יא יא, ביי שוועקי ובדומה וואס רעדן מיט די הברה כסדר איז עס פארשטענדליך, ביי שמואלי איז דאס נישט ווי ער רעדט ממילא איז די ניגון נישט ער, אין ענגליש רופט מען דאס א wanna be.
די עצם הברה שטערט נישט קיינעם

ביטע רעד נאר פאר זיך. עטליכע האבן אויסגעדרוקט אנטריסונג מיטן הברה גופא.

איך עגרי אז עס איז נישט אויטענטיש. אבער טו בי האנעסט נישט די הברה איז וואס מאכט עס אומאויטענטיש.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 8:17 pm

שוין מאכט נישט קיין סענס צו מוחה זיין דערויף ווילסט עס נישט קויפן קויף נישט . א מחאה מאכט מען ווען איינער טוט אן עוולה. דא ביי דעם פאל האט ער נישט געטון אן עוולה

ריטער טויערדאנק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 07, 2015 1:46 am

תגובהדורך ריטער טויערדאנק » פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 1:02 am

נאטורליך האט געשריבן:יא יא, ביי שוועקי ובדומה וואס רעדן מיט די הברה כסדר איז עס פארשטענדליך, ביי שמואלי איז דאס נישט ווי ער רעדט ממילא איז די ניגון נישט ער, אין ענגליש רופט מען דאס א wanna be.
די עצם הברה שטערט נישט קיינעם

ווען חיים ישראל מאכט אן אפילו בהסתרה אין ספרדיש ווען שוועקי מאכט א רצונני אין חסידיש איז ער אויך א wanna be
Pure nonsense
לעצט פאראכטן דורך ריטער טויערדאנק אום פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 1:27 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ריטער טויערדאנק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 07, 2015 1:46 am

תגובהדורך ריטער טויערדאנק » פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 1:16 am

ירוחם האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:ריטער'ל, דא איז נישט ס'פלאץ פאר דעם, און מיין תגובה וועט לכאו' גיין לטמיון, באט ווילאנג ס'לעבט נעם עס דיר אריין אין קאפ.

אייוועלט איז א פארום פאר אידן וואס ווילן זיך האלטן ערליך, פליז הערט אויף בעדזשען ערליכקייט און אידישקייט דא!! איר זענט גוט אויסגעקאכט אין געוויסע נושאים, איר האט אן אפיניען, אזוי לאנג איר האלט זיך צום נושא, פיין! אבער הערט אויף אריינלייגן אייער פאר******** השקפה איבעראל! נאובאדי ניד'ס איט העיר!!

סאררי פאר די אויסברוך! ס'איבלט פשוט ווען איינער וואס שרייבט דא בלויז ווייל ער קען אידיש, "מוז" פראבירן אויפקלערן אין יעדע געלעגנהייט, פ"וו די וואס האבן א געפיל צו אויטענטישע ערליכע מסורה, זענען "נערראו מיינדעד"...

כ'קען נישט ריטער און כ'האב נישט צופיל געליינט זיינע תגובות, אבער, גאטעניו אין הימל, זיי מיר מסביר וואס האט פיינט האבן די ליטווישע הברה מיט אידישקייט, פרומקייט, מסורה, אדער ערליכקייט?

ירוחם ס'איז גארנישט ווען מ'כאפט אויסברוכן געווענליך פארלירט מען זיך און מ'טרייבט איבער. ס'איז דא וואס נעמען עס אויף נאך אן עקסטרים אין ארדער צו שטיל מאכן איינעם, רעפעזענטירנדיג די אייגענע בויך קרעמפן אין פארעם פון טויזענטער מענטשן מיטן "קיינער דארף עס נישט, דא קיינער האט דיך נישט געפרעגט, קיינער האלט נישט אזוי" ס'איז אקעי איי דאנט דזשאדזש, דארפסט אביסל ארבעטן אויף דיין רוהיגקייט און אדרבה ווער טאקע אביסל נאר א פיצי אופען מיינדעד, נאר אזויפיל אז די זאלסט פארשטיין וואס מיינט טוישן אן הברה דאס איז די גאנצע. פון מיין זייט טוה וואס די ווילסט איי דאנט קעיר זיי מחנך דיינע קינדער אז רעדן אויף די ליטווישע האווארע אפילו אויף איין מינוט איז כאילו עובד עבודה זרה ערגער פון גיין צום כותל, געזונטערהייט! אבער סטאפ מיט די העיט און א שגץ איז דער וואס האלט נישט ווי דיר און מסתם קען ער נאר אידיש און גארנישט מער און פארדעם איז ער דא...

חברה! ווער ס'האט נאכנישט געהערט דעם אינטערוויא גייטס שוין און הערטס עס, און ביים שטיקל ווי וועלווי פרעגט אים אזוי אומדירעקט איבער ענגליש און פון דארט פארט ער גראד צום האקעלן מאנסטער וואס הייסט "האווארע" שפיצטס ענק אן די אויערן, און איך עצה איר זאלט עס איבערהערן איין מאל נאכן אנדערן אפאר מאל, נאר די שטיקל פון דריי מינוט. איך מוז זאגן איים פראוד פון שמואלי, ער האט זיך בכלל נישט פארלוירן און ער ענטפערט זייער זייער קלוג און צו די זאך. איך גלייך ווי צום סוף ענדיגט ער צו "ווער ס'איז נישט צופרידן פון מיר קען הערן אייזיק האניג און קעמפ שלוה שמואלי קומט מיט די גאנצע פעקעדזש"

איך לייג צו
און ווער ס'איז נאך אלס נישט צופרידן: קיינער האט דיך נישט געהייסן אז די "מוזט עס קויפן" אויפן פריוויא האסטו פיין געקענט הערן וואס די רעדע דא איז גענוג מיט די נאנסענס!

מונאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 2:56 am

פאר די וואס פארפירן וועגן די הברה; איך האב אויך אזוי געשפירט פון אנפאנג. אבער איך האב שוין איבערהערט דעם אלבום צומווייסיך וויפולסטן מאל, אזש איך באמערק שוין נישט דעם האלב-ליטווישן עקסענט. אבער וואס גייט נישט אוועק אפילו נאך פיל מאל הערן איז די קוואליטי, אנגעפאנגן ביי ר' שמואל און געענדיגט ביי די מוזיק. מ'דארף נישט זיין א מוזיק דזשעני צו רעקעגנייזן אז די אלבום איז א GEM!

אגב, איך גלייך זייער דעם "(ו)יתן לך" ניגון (#9). א הערליכע קאנטרי סאנג; זייער דיפערענט. (אבער וואס האט אים געטריבן ארויסצונעמען די "ו" פון ויתן?)
Most people do what most people do, because this is what most people do. — Rabbi Dovid Orlofsky

מפתח צו מיינע אשכולות.

פרידן
שר האלף
תגובות: 1349
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 4:49 am

טייערע ריטער שליט"א זיין אויסברויך לויט ווי איך קוק עס אן פין די זייט איז בכלל נישט געווען וועגען די האווארע ווי די ריפסט עס, עס איז געווען א קאנטער אויסברויך אויף דיין אויסברויך אויפן היימישער עולם,
סארי טא טעל יא דיין אויסברוך איז אסאך ווילדער נארישער ווי זיין, זיין גייט נאר אויף דיר אין דיין אויסברוך איז אויף א גאנצער ציבור צוזאמען מיט א חסידישע קהלה, פארן הארבע חטא פין זאגן אז ווען א היימישע זינגער זינגט מיט די א אנדערע הברה קריצעלט עס די אויער,
יא מעגסט דיך שעמען, אזוי נערא מיינדעד אויב איינער פארשטייט אנדערשט ווי די אטעקירסטו העלא זיי ברייטער פארשטיי יענעם אויך, יענער איז נישט ערצויגן געווארן מיט דעי צמצום אין קאמפלעקס אז יעדע הינקעדיגע באם האט מער שכל ווי מיר, אין יעדע אפענע בעל עבירה פארשטייט א עסק, אין א מאדערענע מענטש איז אסאך א פארשטענדליכערע מענטשלעכערע מענטש, אין אפילו ער פירט זיך אויף אסאך אסאך מער פראסט ווי מיר מיינטס עס נישט אז איך בין מער ווי אים נאר אז איך בין פארמאכט,
איך בין נישט אויפגעצויגן געווארן מיט דעי טיפשות אז דעי מיט די סיעמ'ס זענען אסאך ערגער ווי די אן די שטרופ הא ראיה זיי דאווענען יא מנחה אין די סיעמס נישט, איך בין אסאך ברייטער איך בין אפילו גענוג ברייט צו פארשטיין אין מבחין זיין אז ווען אלע אונזערע רבנים האבן נישט אנגענומען א היתר אפילו עס איז דא אנדערע קרייזן וואס זיי האבן יא מתיר געווען, פארשטיי איך אז פארמיר איז עס נישט מותר בכלל איך ווער נישט צומישט אין קליינקעפיג ווי אזוי קען זיין יענער מעג אין איך נישט האלו איך בין ברייטער ווי דעם

יעצט לגבי די הברה אזאך וואס רוב היימישע זינגערס טוען נישט אויף א סידי מאכט נערוועז, למשל אז ער זאגט ווען די אינטערוויא אויף יענע הברה וואלטסי געווארן נערוועז אין עס וואלט דיך געבאדערט די רעדסט צו מיך רעד נארמאל היימישע יונגעלייט וואס האבן געזען געהערט אין געליינט אין אלע היימישע אויסגאבעס אז ער געט ארויס א סידי אין פארגעשטעלט האט ער עס אז ער געט עס ארויס פאר מיר , סא ווען איך קויף עס אין איך הער אז ער רעדט אנדערשט באדערט עס מיך
די ספרדישע תימנ'ענע הברה אויב האט ער ווען אסאך ספרדישע קאסטעמערס וואלט אויך געווען נארמאל ווען ער געט ארויס פארן היימישען גאס?
אין קורצן עס איז נישט די הברה עס איז די פעקדזש ווילסט ארויס געבן פאר די ליטווישע אין מאדערענע גיי צו זיי אין ברענד עס ווי ווי זיי ביי זיי אין צו זיי, קומסט אונז עפעס פארקויפן אין טוסט ביי אונז ברענדען, רעד צו מיר נארמאל
לעצט פאראכטן דורך פרידן אום פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 8:43 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2250
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 8:50 am

פרידן, מהיכי תיתי אז ער קומט צו דיר? כ'בין נעכטן געווען אין אייכלערס אין פלעטבוש און כ'האב דארט געזען די סידי אויסגעליידט פונקט ווי אין לי עוועניו פאטא.

די פאר וועם די ליטווישע הברה "מאכט נערוועז" זענען די זעלבע וועלכע זענען אונטער די אילוזיע אז אויב איז דא פאר דעם אן אדווערטייזמענט אין דער איד איז עס מסתמא געמאכט פאר זיי.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

פרידן
שר האלף
תגובות: 1349
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 9:11 am

מאמענט, קול מבשר, זיינע אידישע וואס נאטס, וכו' וכו' וכו'
איך האב נישט געזאגט אז ער האט עס נאר ארויס געגעבן פאר אונז, אב ער ער האט עס אויך ארויסגעגעבן פאר אונז אין געזוכט אונזער סעיל
א שניט אין די רעקל איז נישט קיין פראבלעם גער באבוב גייט אזוי אבער אויב דזשי ענד דזשי ברענגט אריין נאר רעקלעך מיט א שניט אין ער זאל זיך ברענדן פארן סאטמאר עולם איז ער סטאם פאני ווייל איך גיי נישט קויפן, דא איז ער נישט גערעכט אויך ווייל איך קויף עס, נישט וויסענדיג, אין ווער געוואר נאכדעם אז נישט מיר מיינט מען

ריטער טויערדאנק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 07, 2015 1:46 am

תגובהדורך ריטער טויערדאנק » פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 3:46 pm

געקלערט האט געשריבן:
זכאי האט געשריבן:
אגב די אינטראו פאר רחמנא איז פון שלומי דאסקאל'ס עד מתי, איינער געדענקט?
הייבט זיך נישט אן.זיי זענען ניטאמאל קאזינס.עס קען זיין וויבאלד די דראמער האקט אויפן זעלבן סטייל האט עס אביסל א ענדליכן feel.וואס יא? די אנהייב פונעם אינטרוי פון אמת ואמונה איז די זעלבע ווי די אנהייב אינטרוי פון בני בראתי את היצר אויף אידיש נחת 2

קענסט עס ברענגן אהער? צו אלט צו געדענקן אויסעווייניג

ריטער טויערדאנק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 07, 2015 1:46 am

תגובהדורך ריטער טויערדאנק » פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 3:57 pm

מונאוויטש האט געשריבן:פאר די וואס פארפירן וועגן די הברה; איך האב אויך אזוי געשפירט פון אנפאנג. אבער איך האב שוין איבערהערט דעם אלבום צומווייסיך וויפולסטן מאל, אזש איך באמערק שוין נישט דעם האלב-ליטווישן עקסענט. אבער וואס גייט נישט אוועק אפילו נאך פיל מאל הערן איז די קוואליטי, אנגעפאנגן ביי ר' שמואל און געענדיגט ביי די מוזיק. מ'דארף נישט זיין א מוזיק דזשעני צו רעקעגנייזן אז די אלבום איז א GEM!

אגב, איך גלייך זייער דעם "(ו)יתן לך" ניגון (#9). א הערליכע קאנטרי סאנג; זייער דיפערענט. (אבער וואס האט אים געטריבן ארויסצונעמען די "ו" פון ויתן?)
Gem is right
דאס איז מיין בליק אויפן ו'
ריטער טויערדאנק האט געשריבן:
איש חמודות האט געשריבן:גיי פארשטיי וואס ס'האט אים אזוי געשטערט די ו' פון ויתן לך את ברכת אברהם

וואס איז דא צו פארשטיין? זאג האסט אמאל געלערנט די ערשטע רש"י אין משפטים? קען זיין די ביזט געווען פון די וואס האבן געהאט וואס צו שעלטן אויף דעם משפטים מאנסטער ווייל האסטע נישט געקאנט... אויב אזוי הער אויס יעצט!

רש"י זאגט:
כל מקום שנאמר אלה פסל את הראשונים ואלה מוסיף על הראשונים

סתם קריטיק לשם קריטיק ווי איך זאג אלס..

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1715
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 4:16 pm

פרידן, ריכטיג ארויסגעברענגט מיין פוינט. מיך האט נישט געבאדערט אז איינער האלט אז די 'ליטווישע' הברה איז נישט 'גוי'איש' (כאטש, ווען א היימיש'ע זינגער טוט דאס, סאונד עס גראדע יא 'מאדערן', עקסקיוז מי...), נאר אז איינער פארשטייט נישט אז ס'דא וועם ס'שטערט יא, און גראדע מיט רעכט (בפרט אויב מ'ברענגט דאס אריין אין שטוב און די קינדער הערן דאס, און ס'גיבט א שטיק לעגימיטעט פאר די 'ליטווישע' (ליין; מאדערנע), ביים זען א 'היימישע' זינגער זינגען אזוי, וואס איז זייער נישט ריכטיג, בפרט פאר קינדער וואס קענען נאך נישט מבחין זיין, וד"ל), און אנשטאט שרייט ער יענעם אן 'צמצום'!

אויסערדעם, האב איך גאנץ קלאר געשריבן אז די תגובה איז נישט באזירט אויף עמיצן'ס איינמאליגע 'פליטת הקולמוס', נאר ווי 'פרידן' האט געשריבן, אויף איינער וואס לאזט נישט אויס א געלעגנהייט מסביר צו זיין פ"וו מיר זענען נערראו-מיינדעד, דהיינו, אז מיר טאלערירן נישט פארשידענע פראסטע און נידריגע הנהגות, פין מענטשן וואס זענען אויסגעליידיגט פין תוכן, עכ"פ זיי דארפן ווייט נישט זיין דיע וואס מיר וואלטן בכלל געדארפט צו קלויבן אלס משפיעים אויף אונזער לעבן.

אלנפאלס, ס'נישט די ריכטיגע אשכול דא בעצם פאר די נושא, און איך האב נישט אין פלאן צו מאריך זיין דערין יעצט, ס'איז א ווייטאג, און ווער ס'פארשטייט פארשטייט.

א גוט שבת!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

פרידן
שר האלף
תגובות: 1349
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 3:27 am

אז לגבי הברה ללאו יוצאת אין איך האב געשריבן אין דעי נושא מוז איך אבער אויך אויסדריקן מיין התפעלות אויף שמואלי איך האב געהערט זיין אינטערוויא איך זעה אז ער איז זייער א אפענע מענטש ממש א דורכזוכטיגע גלאז אבער זייער א שיינע גלאז אזא אמונה אזוי ערליך מען זעט עס איז נישט געמאכט נישט סתם געזאגט, ער וויל נישט נעמען קרעדיט איין סקונדע אליינס אלעס אין אלטץ נאר די באשעפעער זיין הודאה איז צום באשעפער אין זיין סיבת הצלחה איז די באשעפער, אין זיין עתיד איז די באשעפער, אזא ערליכע אמונה ווערט נישט ווי אנדערע פארחושט פין סוקסעס פונקט םארקערט WOW WOW WOW לעבעדיג חובת הלבבות
נאך אזאך ער געט קרעדיט פאר אנדערע מענטשן זאגט נישט אלעס איך איך יעדע זאך דעס האט יענער געטון דאס יענער דא האט מיך יענער געהאלפן דא דער א פארגונער אין מכיר טוב NICE

איך וועל דיך פאלגען אין קויפן אייזיק האניג אין שלוה אבער איך וואלט געקענט באשטיין מיינט קינדער זאלן דיר הערן פליז כאטש איין טעיפ מאך פאר די יאנטשיס (אפשר שמואלי 1)

אוועטאר
Intern Tish
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 12:20 pm

שמואלי אונגאר אינטערוויא אויף קול מבשר

תגובהדורך Intern Tish » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 5:12 pm

שמואלי אונגאר אינטערוויא אויף קול מבשר
1:57 מינוט

הערט און האט הנאה!

https://www.dropbox.com/s/ra7y2k0syluth ... w.mp3?dl=0
רבותי טראכטס אריין!
די ארבעט וואס מיר טוהן איז נישט גרינג, מיר בעטן אייך נישט קיין געלט דערפאר,
אבער כאטשיג גיבטס אפ אייער יישר כח דא

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 7:08 pm

ייש"כ וועט מען זיך מאכן צייט

אוועטאר
דער עולם
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 4:54 am

תגובהדורך דער עולם » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 10:42 pm

דער עולם האט געשריבן:
ריטער טויערדאנק האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס, אבער עפעס מאכט מיר פילן נישט אזוי עקסייטעד ווי איך בין געווען אפאר מאנאטן צוריק, איך בין עס אביסל נוטה אין די פאקט אז ס'גייט זיין א קליינע אויסוואל פון ארענדזשערס

איינער פילט די זעלבע?

נישט אוועקצומאכן דער לייב משה לאופער און נפתלי משה איז אויך נישט שלעכט, איך ווייס נאר איין זאך זייט מאיר דוד איז ארויסגעקומען איז אלעס אנדערש אויף האלד ביי מיר אפילו אברהם, הער איך שוין נישט באלד פון שבועות,
דער עולם זענען נישט קיין נערנים, מ'לאזט זיך נישט פון געפאפטע סחורה ווי אידיש נחת גארבעדזש... יא!!! די מעלאדיס דארט איז אבנערמאל, אבער קומט נישט צו איין ברעס סעקשאן שטיקל פון רובי באנעט! און דאס איז פונקטליך וואס מאיר דוד האט אהערגעשטעלט! לאמיר האפן אז שמואלי וועט אויך על כל פנים קומען נאנט צו צדיקים,

צדיקים דערמאנט מיר עכט פון די גוטע צייטן פון שלומי גערטנער ניסים צייטן...

וואס גייסטי אזוי פאר צדיקים?
האיש עולם קטן

אוועטאר
קאץ און מויז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 9:27 am

Intern Tish האט געשריבן:שמואלי אונגאר אינטערוויא אויף קול מבשר
1:57 מינוט

הערט און האט הנאה!

https://www.dropbox.com/s/ra7y2k0syluth ... w.mp3?dl=0

געהערט די אינטערוויא & מיין אפיניען איז אז ער איז טאו מודזש

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1715
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 9:57 am

.
לעצט פאראכטן דורך אַבּערוואַס אום דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 11:57 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
Intern Tish
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 12:20 pm

תגובהדורך Intern Tish » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 10:42 am

עד פאר שמואלי'ס אלבום אין ארץ ישראל
צוגעלייגטע
photo_2016-09-12_17-09-50.jpg
רבותי טראכטס אריין!
די ארבעט וואס מיר טוהן איז נישט גרינג, מיר בעטן אייך נישט קיין געלט דערפאר,
אבער כאטשיג גיבטס אפ אייער יישר כח דא

אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובהדורך געקלערט » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:10 pm

פאר די נאטן פון די גאנצע סידי דרוקט דא

אוועטאר
קאץ און מויז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2016 2:31 pm

Balloons
צוגעלייגטע
photo_2016-09-22_14-22-30.jpg
photo_2016-09-22_14-22-34.jpg

ריטער טויערדאנק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 07, 2015 1:46 am

תגובהדורך ריטער טויערדאנק » זונטאג אוקטובער 16, 2016 12:52 pm

דער עולם האט געשריבן:
דער עולם האט געשריבן:
ריטער טויערדאנק האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס, אבער עפעס מאכט מיר פילן נישט אזוי עקסייטעד ווי איך בין געווען אפאר מאנאטן צוריק, איך בין עס אביסל נוטה אין די פאקט אז ס'גייט זיין א קליינע אויסוואל פון ארענדזשערס

איינער פילט די זעלבע?

נישט אוועקצומאכן דער לייב משה לאופער און נפתלי משה איז אויך נישט שלעכט, איך ווייס נאר איין זאך זייט מאיר דוד איז ארויסגעקומען איז אלעס אנדערש אויף האלד ביי מיר אפילו אברהם, הער איך שוין נישט באלד פון שבועות,
דער עולם זענען נישט קיין נערנים, מ'לאזט זיך נישט פון געפאפטע סחורה ווי אידיש נחת גארבעדזש... יא!!! די מעלאדיס דארט איז אבנערמאל, אבער קומט נישט צו איין ברעס סעקשאן שטיקל פון רובי באנעט! און דאס איז פונקטליך וואס מאיר דוד האט אהערגעשטעלט! לאמיר האפן אז שמואלי וועט אויך על כל פנים קומען נאנט צו צדיקים,

צדיקים דערמאנט מיר עכט פון די גוטע צייטן פון שלומי גערטנער ניסים צייטן...

וואס גייסטי אזוי פאר צדיקים?

אויב דארף מען דיך מסביר זיין ווייס איך דיר נישט וואס צו זאגן אדער פארשטייסטו נישט צו מוזיק, אדער ביזטו פונעם איידעלען טייג אויסגעקנאטן וואס קען נאר הערן לאופער

סתם אזוי וואס האסטו פארפאסט צו זעהן אין מיין קוואט אז די פרעגסט אפילו אזא קשיא... ליין דעם אינהאלט! אלא במה ש...?
לעצט פאראכטן דורך ריטער טויערדאנק אום זונטאג אוקטובער 16, 2016 1:48 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובהדורך געקלערט » זונטאג אוקטובער 16, 2016 1:23 pm

ריטער טויערדאנק האט געשריבן:
דער עולם האט געשריבן:
דער עולם האט געשריבן:
ריטער טויערדאנק האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס, אבער עפעס מאכט מיר פילן נישט אזוי עקסייטעד ווי איך בין געווען אפאר מאנאטן צוריק, איך בין עס אביסל נוטה אין די פאקט אז ס'גייט זיין א קליינע אויסוואל פון ארענדזשערס

איינער פילט די זעלבע?

נישט אוועקצומאכן דער לייב משה לאופער און נפתלי משה איז אויך נישט שלעכט, איך ווייס נאר איין זאך זייט מאיר דוד איז ארויסגעקומען איז אלעס אנדערש אויף האלד ביי מיר אפילו אברהם, הער איך שוין נישט באלד פון שבועות,
דער עולם זענען נישט קיין נערנים, מ'לאזט זיך נישט פון געפאפטע סחורה ווי אידיש נחת גארבעדזש... יא!!! די מעלאדיס דארט איז אבנערמאל, אבער קומט נישט צו איין ברעס סעקשאן שטיקל פון רובי באנעט! און דאס איז פונקטליך וואס מאיר דוד האט אהערגעשטעלט! לאמיר האפן אז שמואלי וועט אויך על כל פנים קומען נאנט צו צדיקים,

צדיקים דערמאנט מיר עכט פון די גוטע צייטן פון שלומי גערטנער ניסים צייטן...

וואס גייסטי אזוי פאר צדיקים?

אויב דארף מען דיך מסביר זיין ווייס איך דיר נישט וואס צו זאגן אדער פארשטייסטו נישט צו מוזיק, אדער ביזטו פונעם איידעלען טייג אויסגעקנאטן וואס קען נאר הערן לאופער
נאר אין די פאהר זאכן פון רובי זענען דא חידושים אפהר גיטע קאנטערווערסיאלע רובי סטייל קאורדס ,די איבריגע סידי איז אויך זייער שיין איך גלייך זייער נפתלי יוסף מענדלאוויטשעס ארענדזשמענטס סאיז זייער ווארעם אראפגעלייגט,לאופער האט אויך געמאכט א אייזערנע דזשאב, אבער מה כל הרעש מ'האט שוין געהערט אזאנס, ביי שלומי גערטנער'ס סידי וואלט איך דיר פארשטאנען אזאנס קימט נאר ארויס איינמאל אין אפאהר יאהר.

ריטער טויערדאנק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 07, 2015 1:46 am

תגובהדורך ריטער טויערדאנק » זונטאג אוקטובער 16, 2016 2:04 pm

נפתלי יוסף? אויף אנדערע אלבומס נישט ביי מאיר דוד.

געקלערט! יו ביזטו שארף כ'קען נישט טראכטן פון א בעסערע פראז אויב דארף איך צולייגן רובי אין איין ווארט: "קאנטעווערסיאל" ! אלע רולס און רעגולאציעס פאלן אוועק ווען "רובי" נעמט איבער די לייצעס,

דעס מאכן די צולאזטע קארדס וואס מערדזשן ווי צוויי לעינס וואס ווערט ווי איינס, אמאל מיינט מען אז ס'איז איינס אבער למעשה אן אקטיוו העכער ווי אן אווערפעס וואס פארט העכערן קאפ רובי'ס חותם, קנאקעדיגע דראם פילס, געזונטע ברעס קיינער ביט עס נישט. אפילו מונה האט נישט די ספעציאליטעט פון קלין און קלעס, ס'איז הערליך, אבער ס'הערשט נישט די מסודר'דיגקייט ווי א רובי קריעשאן,

אפילו צוויי ניגונים פון רובי איז גענוג, קלער אריין אז איינער האט די שכל אויסצווועלן רובי איבער אלע אנדערע מיינט עס אז די קאפ שטייט אים גראד, קוקט נישט אויף געלט, און ווייסט וואס ער וויל, ווייל רובי מאכט נישט קיין ארי-פלארי ארבעט.

אזא סידי קויף איך!

אגב דער מאיר דוד קומט זיך אפאר געזונטי קלעפ פארן אויסנארן דעם ציבור מיטן שרייבן ארענדזשט ביי מונה ראזענבלום אויפן פראנט קאווער און אלע עדס. שענדליכער אקט.

אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובהדורך געקלערט » זונטאג אוקטובער 16, 2016 3:06 pm

איך פלעג אויך אמאהל זיין די זעלבע קראנק פאר רובי ווי דיר אבער ס'האט מיר שוין אויסגעוועפט, איך בין שוין עלטער געווארן מיט אפאהר יאהר און כ'האב שוין נישט די הייסע בליט פון אמאהל און כ'האב אנגעהויבן פילן אז דעי רובי איז שוין אביסל to much ער מאכט שוין צוסאך משוגענע קאורדס און זיין ברעס וואס איך פלעג אמאהל אראפ גיין פון זינען ווען איך פלעג עס הערן מאכט מיר שוין היינט אביסל נערוועז סאיז שוין צו פאוערפאל און קוויטשעדיג און איבערגעטריבן פאר מיינע אויער'ן איך גלייך היינט די מערסטע מונה'ס נייע ברעס סאונד וואס ער האט אויף גערטנער'ס סידי מנחה איך ווער מעשיגע פאר די שטארקע סעקסעפון סאונד וואס ס'האט ס'הערט זיך מורא'דיג רייך, לאופער האט אויך זייער א רייכע ברעס, יואלי דיקמאן למשל קען איך נישט פארנעמען זיין ברעס סאונד איז ברעכעדיג און ער איז שוין אויך איבערגעטריבן, איך זאג נישט רובי איז נאך אלץ אויף מיין אויבן אן פון מיינע פעווארייט ארעינדזשערס אבער כ'בין שוין נישט אזוי פארכישופט אין עם, יא קענסט מיר אנקיקן מעשיגע איך ענדזוי היינט מער לאופער ווי רובי אפי' ער האט נישט אזעלכע איידיעס ווי רובי, פשוט ווייל ער איז רואיג סאופט ווארעם און רייך.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17491
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 1:44 am

און איך טרעף נישט מיין ריוויא... איך געדענק ברור כשמש אז איך האבעס געשריבן...

עניוועי, יעצט האטעס שוין יעדער געהערט, און נישטא קיין סאך צוצולייגן, יעדער העט עגריען, שמואלי האט אונז אנטוישט! יא! איך זאג דעם אמת... איך האב געמיינט אז ער וועט זינגן נאך אפאר ניגונים און גארנישט, די סידי האצעך געענדיגט... איך זוך די שוואכע ניגונים... כ'מיין עפעס שוואך מודעך זיין, ניין? גארנישט!! איין היט נאכן צווייטן...

אגב, די ליטווישע הבהרה באדערט מיך כמעט נישט, אבער ביי רחמנא חוס, האבעכעם שיעור נישט צופראסקעט...

שמואלי יו ראק!!! און פינקי דו אויך... אפאר סאליד חידושים!!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Jobless און 15 געסט