אונטערן רוקן - שפיל פסח תשע"ו

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
טיכטיגער
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm

תגובהדורך טיכטיגער » מיטוואך ינואר 04, 2017 8:00 am

לויט ווי איך הער מאחורי הפרגיד, איז פוקס דער וועלכער שטעלט צוערשט אליין צוזאם דעם עצם מעשה, דערנאך ווערט דאס איבערגעקיקט דורך די פרענקל ברודער'ס און נאך עטליכע פארשטייער'ס, און נאכן דורכגיין עטליכע טאטשאפ'ס איז די מעשה גרייט צו ווערן אפגעשריבען בתורת סקריפט.

דאכט זיך אז איר האט נישט גוט געהערט, ווייל ווי ווייט מ'ווייסט איז יוסי פרענקל דער בעל הדמיון וואס שטייט אויף איין אינדערפרי "והנה חלום" און יואל הערש הייבט אן מאכן סקריפטס דערויף, מער קען מען הערן אויף קול מבשר אינטערויו #903
טיכטיגער? ווייט דערפון...
tichtiger246@gmail.com

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15570
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך ינואר 04, 2017 10:16 pm

געווען אמאל מיט די פרענקל בראדערס אויף א לענגערע נסיעה האבן זיי דארט גע'חלומ'ט בהקיץ א מעשה - ווייסעכניש צו דאס איז די געווענדליכע פראצעדור אבער דאן איז עס אזוי געווען

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 9:35 am

בערל קראקאווער האט געשריבן:
נאך עפעס איך בין נייגעריג צו נאך איינער פילט אז אברהמעל האט דא איבערגעשטיגן אסאך מער ווי מיט זיין פריערדיגער עקט ביי אונטערן בילד אלס נעבעכדיגע קאנטאניסט.


אגרי. דער אברהמ'ל האט געמאכט א סופער דשאב ביי די פלעי. קע"ה.
דער האט אזוי גוט פארגעשטעלט א בחור'ל מיט אמבישען וואס די גאנצע וועלט איז אים אלעס שולדיג :wink: ... איי איי איי....
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

גרינע
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 10:21 am

תגובהדורך גרינע » מאנטאג ינואר 09, 2017 9:30 am

מקען עס איבער קוקן נאכאמאל און נאכאמאל און נישט ווערן מיד!
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"

גרינע
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 10:21 am

תגובהדורך גרינע » מאנטאג ינואר 09, 2017 9:32 am

אגב ווייסט איינער פארוואס האט דער מאשקאוויטש בחור נישט געשפילט ער איז דאך געווען עפעס מורא'דיג....
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"

24/7
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 01, 2016 3:47 pm

תגובהדורך 24/7 » מאנטאג ינואר 09, 2017 3:22 pm

גרינע האט געשריבן:מקען עס איבער קוקן נאכאמאל און נאכאמאל און נישט ווערן מיד!

איך נישט. אינמאל געזעהן טאקע זייער אינטרעסאנט אבער זעטס איט

אוועטאר
קאץ און מויז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » מאנטאג ינואר 09, 2017 3:57 pm

קען איינער אפשר מאכן א ליסט וויפול פלעיס די אינטערן חבריא (נייהויז פראדוקשען) האבן שוין געמאכט & די נעמען / יארן

גרינע
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 10:21 am

תגובהדורך גרינע » מאנטאג ינואר 09, 2017 4:00 pm

24/7 האט געשריבן:
גרינע האט געשריבן:מקען עס איבער קוקן נאכאמאל און נאכאמאל און נישט ווערן מיד!

איך נישט. אינמאל געזעהן טאקע זייער אינטרעסאנט אבער זעטס איט

מן הסתם ביסטו יא געווארן מיד
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"

חרש וחושב
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 31, 2016 10:52 pm

תגובהדורך חרש וחושב » מאנטאג ינואר 09, 2017 5:19 pm

גרינע טייערער

וואסי פשט אז מקען אייך נישט אישי'ען?

אוועטאר
טריסקער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5798
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג ינואר 09, 2017 5:20 pm

קאץ און מויז האט געשריבן:קען איינער אפשר מאכן א ליסט וויפול פלעיס די אינטערן חבריא (נייהויז פראדוקשען) האבן שוין געמאכט & די נעמען / יארן

8 פלעי'ס (מיטן אונטערן סלאגאן):

1) אונטערן באנק - פסח תשס"ה
2) אונטערן פענסטער - פסח תשס"ו
3) אונטערן שטעטל - סוכות תש"ע
4) אונטערן קעניגרייך - סוכות תשע"א
5) אונטערן אויווען - פסח תשע"ב
6) אונטערן שריפט - סוכות תשע"ד
7) אונטערן בילד - סוכות תשע"ה
8) אונטערן רוקן - פסח תשע"ו

אזוי אויך האבן זיי ארויסגעגעבן נאך 3 פלעי'ס:

1) חודש ניסן אין טערקאוויץ
2) א מינוט צו שפעט
3) א בריוועלע
האט איר זיך נארוואס איינגעשריבן? ליינט קודם דורך דעם אשכול:
>> שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה <<
זענט איר שוין אן אלטגעזעסענער? אויך פאר אייך איז דאס רעלעוואנט.

הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער

zugurnish
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מאנטאג ינואר 09, 2017 7:00 pm

ישר כח.

{גענומן אזא גרויסע ברייק צווישן פסח תשס"ו ביז סוכות תש"ע?}

אוועטאר
טריסקער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5798
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג ינואר 09, 2017 7:03 pm

יאפ! איך געדענק דאס נאך גוט דעם ווארטן אויפן קומענדיגן פלעי, און אויך די סידי האט גענומען גאאאאר לאנג ביז ס'איז ארויסגעקומען.
האט איר זיך נארוואס איינגעשריבן? ליינט קודם דורך דעם אשכול:
>> שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה <<
זענט איר שוין אן אלטגעזעסענער? אויך פאר אייך איז דאס רעלעוואנט.

הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער

24/7
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 01, 2016 3:47 pm

תגובהדורך 24/7 » דינסטאג ינואר 10, 2017 9:40 am

גרינע האט געשריבן:
24/7 האט געשריבן:
גרינע האט געשריבן:מקען עס איבער קוקן נאכאמאל און נאכאמאל און נישט ווערן מיד!

איך נישט. אינמאל געזעהן טאקע זייער אינטרעסאנט אבער זעטס איט

מן הסתם ביסטו יא געווארן מיד

:lol: :lol: :lol:

ha ha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 18, 2016 9:12 am

תגובהדורך ha ha » דינסטאג ינואר 10, 2017 9:59 am

געזעהן. אין גאנץ פיין, אבער צים סוף האבן זיי גענדיגט גאנץ שוואך...

גרינע
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 10:21 am

תגובהדורך גרינע » דינסטאג ינואר 10, 2017 10:40 am

גערעכט. אבער דאך בעסער ווי א פינסטערע נאכט אין ווארשע וואס צום סוף איז געווען ממש...
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"

אוועטאר
קאץ און מויז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » דינסטאג ינואר 10, 2017 2:16 pm

טריסקער האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:קען איינער אפשר מאכן א ליסט וויפול פלעיס די אינטערן חבריא (נייהויז פראדוקשען) האבן שוין געמאכט & די נעמען / יארן

8 פלעי'ס (מיטן אונטערן סלאגאן):

1) אונטערן באנק - פסח תשס"ה
2) אונטערן פענסטער - פסח תשס"ו
3) אונטערן שטעטל - סוכות תש"ע
4) אונטערן קעניגרייך - סוכות תשע"א
5) אונטערן אויווען - פסח תשע"ב
6) אונטערן שריפט - סוכות תשע"ד
7) אונטערן בילד - סוכות תשע"ה
8) אונטערן רוקן - פסח תשע"ו

אזוי אויך האבן זיי ארויסגעגעבן נאך 3 פלעי'ס:

1) חודש ניסן אין טערקאוויץ
2) א מינוט צו שפעט
3) א בריוועלע

ייש"כ גדול

ווען איז געווען די 3 אנדערע פלעיס?

אוועטאר
כסליו
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 7:29 pm

תגובהדורך כסליו » פרייטאג ינואר 13, 2017 1:21 am

פטיש האט געשריבן:
איש החסד האט געשריבן:ווי דער עולם זעהט דאך דא אויפן וועלטעל האלט איך זיך אלץ א שטיקל מבין און פארשטייער צו געשיכטע'ס בכלל און פיקציע בפרט. די אלע וועלכע לייענען מיין געשיכטע 'די אומגעלונגענע קידנעפינג!' און האבן דאס מיטגעהאלטן פון אנהויב ביז ווי עס האלט איצט, האבן דאך אודאי באמערקט די ארבעט וואס גייט אלץ אריין אין א פיקציע. שרייבן פיקציע איז נישט פון די גרינגסטע זאכן, עס קומט בעיקר פון א אינערליכע געפיל דערצו און א געשמאק צו פאנטאזירן, דערנאך ווערט דאס אויך שטארק אויסגעשארפט אלץ מערער מ'טיט דערין.

דא ביסטו?
קים שנעל צוריק און ענדיג צו דיין מעשה!

איש וואס איז מיט טירחא דציבורא, פארוואס לאזטו זיך ווארטן?
ביטע קום צוריק, און זיי ממשיך

יישר כח
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 5:15 am

תגובהדורך פטיש » פרייטאג ינואר 13, 2017 3:55 am

חרש וחושב האט געשריבן:גרינע טייערער

וואסי פשט אז מקען אייך נישט אישי'ען?


איינער וויל עס אין אישי?

אוועטאר
ס'שטימט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 25, 2016 4:35 pm
לאקאציע: אינעם וועלטעל

תגובהדורך ס'שטימט » מוצ"ש ינואר 14, 2017 3:40 pm

האבן די אונטערן חבריא, עפעס פלענער אויפ'ן קומענדיגן חוהמ''ד??
לאמיר זעהן.....................יא ס'שטימט

אוועטאר
טיכטיגער
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm

תגובהדורך טיכטיגער » מוצ"ש ינואר 14, 2017 5:06 pm

יא נישט צו מאכן א שפיל!
נאר יעדע יאר דריטע חוה"מ ד.ה. חוה"מ סוכות ע"ח הבעל"ט
טיכטיגער? ווייט דערפון...
tichtiger246@gmail.com

אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

תגובהדורך רביש » מוצ"ש ינואר 14, 2017 9:21 pm

טיכטיגער האט געשריבן:יא נישט צו מאכן א שפיל!
נאר יעדע יאר דריטע חוה"מ ד.ה. חוה"מ סוכות ע"ח הבעל"ט


דרך אגב איז אינטערסאנט אז די וועסט קוקען אויף די היסטאריע פון אונטערן (קוק אויבען) וועסטו זען אז פון תש"ע איז יעדעס יאר געווען א פלעי...
ס'אינטערסאנט צו זיי וועלן ווארטן אויף סוכות ע"ח וואס דאס מיינט געסקיפט ע"ז...
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...

אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 619
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 1:18 pm

תגובהדורך חברותה » מוצ"ש ינואר 14, 2017 10:06 pm

די יאר פסח חול המועד איז נאר דא איין טאג ווען צו מאכן, עס געפאלט דארנעשטאג פרייטאג שבת און זינטאג.

אוועטאר
טריסקער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5798
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » זונטאג ינואר 15, 2017 4:40 am

רביש האט געשריבן:
טיכטיגער האט געשריבן:יא נישט צו מאכן א שפיל!
נאר יעדע יאר דריטע חוה"מ ד.ה. חוה"מ סוכות ע"ח הבעל"ט


דרך אגב איז אינטערסאנט אז די וועסט קוקען אויף די היסטאריע פון אונטערן (קוק אויבען) וועסטו זען אז פון תש"ע איז יעדעס יאר געווען א פלעי...
ס'אינטערסאנט צו זיי וועלן ווארטן אויף סוכות ע"ח וואס דאס מיינט געסקיפט ע"ז...

ע"ג איז אויך נישט געווען.
האט איר זיך נארוואס איינגעשריבן? ליינט קודם דורך דעם אשכול:
>> שרייבט איר אויף אייוועלט? - נקודה למחשבה <<
זענט איר שוין אן אלטגעזעסענער? אויך פאר אייך איז דאס רעלעוואנט.

הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער

אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

תגובהדורך רביש » זונטאג ינואר 15, 2017 7:15 am

טריסקער האט געשריבן:
רביש האט געשריבן:
טיכטיגער האט געשריבן:יא נישט צו מאכן א שפיל!
נאר יעדע יאר דריטע חוה"מ ד.ה. חוה"מ סוכות ע"ח הבעל"ט


דרך אגב איז אינטערסאנט אז די וועסט קוקען אויף די היסטאריע פון אונטערן (קוק אויבען) וועסטו זען אז פון תש"ע איז יעדעס יאר געווען א פלעי...
ס'אינטערסאנט צו זיי וועלן ווארטן אויף סוכות ע"ח וואס דאס מיינט געסקיפט ע"ז...

ע"ג איז אויך נישט געווען.


גערעכט... נישט באמערקט....
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...

רבי משה
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

תגובהדורך רבי משה » דינסטאג ינואר 17, 2017 10:03 am

נאכן אויסהערן די הערליכע פלעי, בין איך געבליבן מיט איין קשיא.
אויב ראבערט האט אינטערגעהערט ביים וואסער אז מען פלאנירט אויפצורייסן די דאטשע, טא פארוואס האט ער דאס נישט איבערגעגעבן און געלאזט טאמעס געיטש אהינגיין.
על כגון נאמרה "א קשיא אויף א מעשה"


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: רואה ואינו נראה און 11 געסט