מחשבות - מאטי אילאוויטש

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5819
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג מאי 18, 2015 10:03 pm

קדשינו ווי אזוי, במצותיך, ותן חלקינו ווי, בתורתיך, שבעינו מיט וואס, מטוביך, ושמח נפשינו בישועתיך
אוי איז ער פיין
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » מאנטאג מאי 18, 2015 10:21 pm

גוגל פלעי?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג מאי 19, 2015 12:26 am

און איך האמעך אייגערעדט אז מ'וועט ווארטן אויף מיר... א נעכטיגן טאג! די סידי איז פיקס פארטיג, געמיקסט, גע'מעסטערד, איבער'געמיקסט און איבער'גע'מעסטערד... איין מינוט, נאך דא א פרישע הערה? אקעי, איבערגעמיקסד צום 'ציגסטן מאל און נאך איין מאל איבער גע'מעסטערד... און אצינד אז יעדער שטומט שוין איין אויף אלעס, ס'איז ב"ה אויסגעקומען פערפעקט, אריין אינעם קאפי מאשין!!! ישראלי ווערצבערגער פון ניגון דיסטריביוטערס זאגט אז ס'קענאך געלונגן אויף מארגן דינסטאג... אבער כ'גלייב שווער, לכאורה נישט פאר מיטוואך... סידאך נישט מער ווי נארמאל אז די סידי זאל ארויסקומען נאכן פריוויא... וואס? די פריוויא אישוין אינדרויסן... יויש, סיז שפעט!

נו, אז מ'האלט שוין דא, מיינעך קעמען שוין אריינגיין אביסל מער אין דעטאלן... נו, וויזוי הייבט מען נאר אן? מאטי, הייב אן... לא איש דברים אנכי, איך ביניש קיין רעד... אךך! וואו בינעך דא?! האלט מיר נישט קיין דרשות... נעמדעך זינגען... אבער שוין... דער מאכט קונצן שוין ביין ערשטן טרעק... נו! נעמדעך זינגען!!! וואס? ווילסט נישט וועגן ס'פאסט נישט? שעהמססטעך? האניש מורא! ס'בייסט נישט... כ'מיין... פארדעם ביסטו דאך דא, ניין? אהההה, ווילסט נישט ווייל ס'דארף גאר זיין א סורפרייז איידיע? כער... דאפעך יעצט ווארטן אויף טרעק וואן... נו'גוט! #טרעק-וואן אלערט!

#2 העמער גראד גיין צום צווייטן... דא האבעך אויך א פראבלעם, איך טראכט צו איך זאל בכלל באשרייבן די "מאמע" ניגון, אדער ווי מ'רופטעס די "מאמע'ס אויגן"... אה, טאקע אויף די ניגון האט מיר צייטליך געזאגט "האסט מיך צונומען"... מאטי האט גענומען א באקאנטע מעשה און ער לייגטעס אראפ אז מ'קען צוגיין!!! נאכן הערן 5-10 מאל קריגעך נאכאלץ טשילס! "איך שרייב דא צו דיר מיין קינד, מיט בלוט אנשטאטס מיט טינט"... איינער האט 911'ס נאמבער? דער שטעכט דא מיט א שארפע מעסער! לדעתי איז טאקע בעסער ווי ווייניגער צו שרייבן...

#3 איינס צוויי דרייי פיר! אינטראו! האדרת והאמונה צו וועמען און צו וועמען... אויכמער א פראגע... נו'וואדע לחי העולמים... אה, מי הוא זה ואיזה הוא זה קלי ואנוהו... אלעס ביז אהער איז באקאנט, נו וואס פארשטייסטע נישט? אה, די ניגון איז ניי... א לעבעדיגע דיסקאו-הארא, מאטי מיט די קינדער קווייער טיילן זיך איין, ממש א נחת צו קוקן... האפקעטס אריין! נפתלי משה, ביסט דא? מאך העכער, זה! זה! קלי ואנוהו... אט אזוי! ס'פיינע נייעס! אנגעצייכענט פארן #צווייטן טאנץ... נעקסט!

#4 נו'וואו איז מאטי געגאנגן, איך האב צו דיר א פראגע, אפשר קענסטו מיר געבן צו פארשטיין וויזוי דו האסט געקענט זינגן די "פארשטיין" ניגון? ווען דו האסט גערעדט פון "צער און קלעם" האבעך געוויינט, וויזוי ביסטו נישט צוגאנגן פון דיין אייגענע זינגן? מוזט נישט ענטפערן, איך ווייס אז ס'האט א תירוץ, נאר דו ענטפערסט מיר נישט ווייל כ'מוז נישט אלעס פארשטיין, אבער איין זאך קענעך דיר זאגן... ווייס'עך כאפמעך יעצט? איך קעניש! כאניש קיין ווערטער... אבער פארן עולם קענעך יא זאגן, די ניגון גייט אריין אלל דע וועי, ס'איז איין שטיק חיזוק אויפן טאג טעגליכן לעבן! די סידי לוינצעך צו קויפן נאר פאר די איין ניגון! סיניש די מוזיק, סיניש די ווערטער, נישט די טאאן, ס'דיגאנצע!!!

#5 טראכט נאר אריין, ווען דו וואלסט ווען געוואוסט... און טאקע דא איז די ריכטיגע פלאץ זיך צו באדאנקן פאר נפתלי משה'ן און מאטי'ן פארן ארויסגיבן אזא הערליכן פראיעקט, און פארן שעירן מיט אונזער עולם דא... איי פארוואס פונקט יעצט? ווייל ווער ווייסט וואס ס'וועט זיין מארגן? נישט אזוי זאגן אונז חז"ל שוב יום אחד לפני? א הערליכע לעבעדיגע ניגון, מעסיוו איידיעס, שיינע גראמען און דאס זינגען... מאטי מיט די קווייער... אה, "א גוטן!" אריינצובייסן! און די אינטראו מיט די מוזיק... און נישט נאר אויף די ניגון, אבער דא גלייכעכעס ספעציעל...

#6 בכל צער וצער... גראדע נישט קיין יודישע ניגון, אבער כא'פארענק נייעס, מאטי קען לשון קודש ניגונים אויך... און דער יונגל... אני אוי אני עמכם... גאר א ווארעמע שיינע שטייטע ניגון #קומזיץ אלערט...

#7 ברענג אהער א סידור, לאמער טייטשן וואס דא שטייט... קדשינו - הייליג אונז, אקעי, דאס ווייסעך, אבער וויאזוי? אה, זייער פשוט במצותיך... ותן חלקינו, אבער וואו? ווארט א רגע, גיב א קוק... בתורתיך... וואט ען איידיע... אה און דאס איז די צווייטע הארא ניגון וואס מ'גייט האפקען ביי יעדע חתונה! #פרעדיקשן... די ניגון איז ווערד א מיאנטעק! אנגעפאנגן ביים ערשטן פאל, (וודאי, וואו דען, מ'הייבט דען אן ביים לעצטן?) איי אלוקינו... די צווייטע פאל קדשינו וויאזוי... און די דריטע פאל... וטהר וטהר וטהר לבינו... הערליך! #היט

#8 די ניגון איז א שטיק גראמען... כ'מיין, א שטיק ארט! קודם די ניגון, א הערליכע 3 ביעט וואלץ יעדע ליין פאר זיך, די מוזיק קאאפערירט געוואלדיג, די גראמען אויף די ניגון האט אזא פאטענט אז ס'ציהט! און נאך איין מאל, א שטיק ארט!

#9 שבת יקר וגדולה וכבוד... א פרייליך ניגון, כאבעס דערווייל געהערט נאר איין מאל (נאכן מיקס) כ'קענאכנישט זאגן, אבער כל'ייגעס ארויף אויפן #חתונה אלערט... קוקט מיר אויס ווי א ניגון אויף וואס מ'וועט טאנצן יעדע נאכט, און קען מעגליך זיין א #היט...

#10 און די בעסטע לייגט מען אוועק צום לעצט... אקעי, ס'איז שווער צו זאגן "בעסטע" אויף אזא סידי, אבער דאס איז זיכער אז ס'איז איינס און א גוטס! די "הר המוריה" ניגון (נערוועזער, האסט כמעט צוגעטראפן וואס די סטארס זענען...) קענעך נישט סטאפן צו הערן... נפתלי משה ביים פיאנא, און דער מיטן פידל דארט... די ניגון באקומט דעם טאאן נאך ביים אינטראו... יויש... וויזוי שרייבט מען אראפ אן אינטראו? און פלוצלינג מאטי מיט זיין זיסע שטומע... "אויבן אויף א בארג"... ער קומט פון אויבן אראפ... יעדע ליין פאר זיך איז ווערד קעש! מאטי בייסט אריין אינעם ניגון, ער כאפטעס גוט אן, ער דרייט דערמיט א_ווי ס'ברויך צו זיין... "אוי געגאנגן און פייער פאר דיר"... "צו וועסטו טאטע קרוין..." רייכע לשונות, טיפע גראמען מעסיוו קאנסעפט... א פרעזענטעישן "אוט אוו דיס ווארלד"!!! "טאטע ס'שוין גענוג"... וואף איזער שארף! עמעיזינג!!!

אווער אלל איז די גאנצע סידי מער ווייניגער די זעלבע זאך, א סידי וואס מ'זעהט נישט יעדן טאג, ס'איז זעלטן אז איינער זאל אליין שרייבן די ניגונים און די גראמען און אויך עס זינגן... און נאך מיט אזא קול ווי מאטי... וואאאףףף! און דאס גיבט אסאך צו צום פרעזענטעישן, מאטי האט געמאכט די ניגון לויט די גראמען און די גראמען לויט די ניגון... סיז באמת א זעלטענהייט פון א סידי...

ווי אנגעפאנגן, די סידי וועט זיין אין די סטארס די וואך אי"ה...

בעק טו יו צייטליך...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג מאי 19, 2015 12:43 am

האב איך יעצט אויסגעהערט די סידי... כ'מיין כהאב עס יעצט געליינט, אפפס...נישט די סידי נאר א דיסקריפשן פון די סידי...
וויכי, דו ציסט אן צום קלימאקס... באלד כאפסטו א ציפ... אוי לייגסטו עס גוט אראפ, כ'קען נישט ווארטן...
הק' איש ימיני

אוועטאר
קרוץ מחומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm

תגובהדורך קרוץ מחומר » דינסטאג מאי 19, 2015 1:17 am

א גראם מיט טעם האט געשריבן:איי בכל צער וצער, שיש לישראל...
אין איין ווארט, מעסיוו!!!!
מאטי, ס'האט געלוינט צו ווארטען!

ווער איך אזוי אנגערייצט.... ווער קען קאפי ביטע.

אוועטאר
חלפתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 22, 2011 9:36 am
לאקאציע: אין גמרא

תגובהדורך חלפתא » דינסטאג מאי 19, 2015 4:55 am


מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5819
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג מאי 19, 2015 8:22 am

ער האט דאך געבעטן א איידיע פונעם ציבור, ווועלכע ניגון האט מען פארגעשלאגן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2530
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג מאי 19, 2015 10:33 am

ספעציעל אויסגעהערט פאר איך ליין וויכי רעפארט, ווייל נאכדעם זענען שוין די חושים פארטושט..

גאר שיין, די קלארע שטימע איז מורא'דיג. מען קען פארשטיין יעדן ווארט אן בליקן אינעם ביכל.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג מאי 19, 2015 10:45 am

מי יודע האט געשריבן:קדשינו ווי אזוי, במצותיך, ותן חלקינו ווי, בתורתיך, שבעינו מיט וואס, מטוביך, ושמח נפשינו בישועתיך
אוי איז ער פיין


דאס וועט ווערן א נייע היט, איי איז ער מיר מחייה דער ר' מאטי, קודאס ר' מאטי, גיי ווייטער, ממני ילמדו וכן יעשו, א געשמאקע שיינע הערליכע סי. די. פון א וואוילער ערליכער זינגער וואס לויפט נישט נאך די שטותים און לאקשאן וואס די פארגרעבטע וועלט ברענגט מיט זיך!

איך קויף עס, וואסי די שאלה!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דינסטאג מאי 19, 2015 10:56 am

מען מעג שוין הערן מוזיק?
?I DON'T CARE, DO YOU

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3011
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » דינסטאג מאי 19, 2015 11:02 am

בוידעם האט געשריבן:מען מעג שוין הערן מוזיק?

לכאורה נישט
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דינסטאג מאי 19, 2015 11:25 am

בס"ד

היינט געפרעגט א דיין ווען מעג מען שוין הערן מוזיק, האט ער געענטפערט "שלשת ימי הגבלה." דאס מיינט דאנערשטאג.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » דינסטאג מאי 19, 2015 11:59 am

ס׳דא וואס הערן שוין פון ל״ג בעומר, ס׳דא פון ראש חודש און ס׳דא פון ג׳ סיון.

אור
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דינסטאג מאי 19, 2015 12:32 pm

kyshtiper האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:מען מעג שוין הערן מוזיק?

לכאורה נישט
ראש חודש אליין מעג מען ?

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג מאי 19, 2015 12:33 pm

אריין אין 'שאלות אין הלכה' אשכול.
הק' איש ימיני

אוועטאר
קרוץ מחומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm

תגובהדורך קרוץ מחומר » דינסטאג מאי 19, 2015 12:44 pm

חלפתא האט געשריבן:https://copy.com/WHhIJnnKIRFpega3

שכוח חלפתא
א ברכה אויף דיין קרקפתא
אין קאפי געווארן א פארשאפטע
מוטי איליאוויטש אשר אהבתי
אשר גם נכסוף נכספתי
וואס מאכט אלעמען פארגאפטע

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג מאי 19, 2015 2:27 pm

די נייע סידי איז שוין עוועלעבל אויף צו דאונלאודן ביי לי עוו פאוטאו און קרן שמואל ישעי...

אויב איינער וויל דוקא א הארד קאפי מיט א ביכל קעמען באצאלן 16 דאללער און עס באקומען אויף אן אייפאד/סענסא און אויפפיקן די סידי שפעטער...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

יענער פויגעל
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 25, 2015 12:35 am

תגובהדורך יענער פויגעל » דינסטאג מאי 19, 2015 2:40 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:די נייע סידי איז שוין עוועלעבל אויף צו דאונלאודן ביי לי עוו פאוטאו און קרן שמואל ישעי...

אויב איינער וויל דוקא א הארד קאפי מיט א ביכל קעמען באצאלן 16 דאללער און עס באקומען אויף אן אייפאד/סענסא און אויפפיקן די סידי שפעטער...

ווייסט איינער ווען עס וועט זיין אויף ניגון מוזיק דאט קאם?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג מאי 19, 2015 2:42 pm

ס'דארף צו זיין מסתם ביז א 2 שעה... די סידי דארף אנקומען ביז א שעה...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג מאי 19, 2015 2:46 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

היינט געפרעגט א דיין ווען מעג מען שוין הערן מוזיק, האט ער געענטפערט "שלשת ימי הגבלה." דאס מיינט דאנערשטאג.

כמובן אז דאס האלט נישט יעדער אזוי, און יעדער זאל פרעגן זיין מורה הוראה.

ועי' כאן: viewtopic.php?p=688803#p688803
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » דינסטאג מאי 19, 2015 2:46 pm

און וואס איז מיט 'גוגל פלעי' מיין חזקה ווי איך קויף סידי'ס פאר $10?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג מאי 19, 2015 2:56 pm

גוטע פראגע... העמער געוואור ווערן... יעצט איז די פראגע צו אויב למשל ס'גייט נעמען 3 וואכן לוינצעך צו ווארטן כדי צו סעיוון 2 דאללער, אדער אפשר גייסטו סייווי דארפן א הארד קאפי פאר די ביכל...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג מאי 19, 2015 2:58 pm

שטייצעך אז יעדער זאל פרעגן זיין דיין, אבער דזשאסט פאר די רעקארד נעכטן זענען שוין געווען היימישע שמחות מיט מוזיק, און מארגן נאכט איז שוין דא חתונות אלל אווער!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דינסטאג מאי 19, 2015 3:40 pm

לעצט פאראכטן דורך דוד משה אום דינסטאג מאי 19, 2015 11:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
באדינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 30, 2013 12:56 pm
לאקאציע: אויף דייעט

תגובהדורך באדינער » דינסטאג מאי 19, 2015 6:56 pm

What about mostly music?? I


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: כא כא כא און 23 געסט