מחשבות - מאטי אילאוויטש

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

זכאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 5:00 pm

תגובהדורך זכאי » דינסטאג מאי 19, 2015 7:54 pm


אוועטאר
באדינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 30, 2013 12:56 pm
לאקאציע: אויף דייעט

תגובהדורך באדינער » דינסטאג מאי 19, 2015 8:28 pm

זכאי האט געשריבן:http://mostlymusic.com/products/moti-ilowitz
Pre-order

Any idea when it’s gene be available for download?

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דינסטאג מאי 19, 2015 11:12 pm

באדינער האט געשריבן:Any idea when it’s gene be available for download?

ביי ניגון קען מען שוין דאונלאודן (די לינק ארבעט שוין).

אוועטאר
קרוץ מחומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm

תגובהדורך קרוץ מחומר » דינסטאג מאי 19, 2015 11:28 pm

באדינער האט געשריבן:What about mostly music?? I

דערווייל נאר pree order

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6093
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: וואו דער מח איז

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג מאי 19, 2015 11:33 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:שטייצעך אז יעדער זאל פרעגן זיין דיין, אבער דזשאסט פאר די רעקארד נעכטן זענען שוין געווען היימישע שמחות מיט מוזיק, און מארגן נאכט איז שוין דא חתונות אלל אווער!

מסתבר אז דו מאכט א טעות, די שאלה איז נאר, אין די חתונה דאטום, צי גאר אין די אפטייטש פון היימיש.
זאג מיר: סי-נארמאל!? (בנעימת מונח רביע, באקצענט ירושלמי)

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דינסטאג מאי 19, 2015 11:51 pm

נישט פארדרייען די נושא האשכול , אבער דא האט איר א בילד פון א חתונה היינט נאכט אין עטרת חי'
צוגעלייגטע
1432093768025.jpg
.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

יענער פויגעל
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 25, 2015 12:35 am

תגובהדורך יענער פויגעל » מיטוואך מאי 20, 2015 12:38 am

דוד משה האט געשריבן:מ'קען שוין קויפן ביי ניגון

שוין געקויפט. ליגט שוין אויפען אייפאד גרייט פאר די מארגענדיגע וועג

יענער פויגעל
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 25, 2015 12:35 am

תגובהדורך יענער פויגעל » מיטוואך מאי 20, 2015 9:30 am

יענער פויגעל האט געשריבן:
דוד משה האט געשריבן:מ'קען שוין קויפן ביי ניגון

שוין געקויפט. ליגט שוין אויפען אייפאד גרייט פאר די מארגענדיגע וועג

לא איש דברים אנכי. איך בין שפראכלאז. מאטי האסט מיך צונומען

אוועטאר
געב_מיר_כח
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 07, 2015 10:11 pm

תגובהדורך געב_מיר_כח » מיטוואך מאי 20, 2015 9:32 am

AD
צוגעלייגטע
1.JPG
רבש"ע גיב מיר אביסעלע כח (קרעדיט דודי קאליש)

אוועטאר
באדינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 30, 2013 12:56 pm
לאקאציע: אויף דייעט

תגובהדורך באדינער » מיטוואך מאי 20, 2015 9:45 am

(iTunes has it already? if yes whats the name to search? (hope so

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך מאי 20, 2015 11:25 am

איינגעהאנדעלט דעם סידי אויף ניגון פינטעל קאם.
פיינע סחורה ר' מאטי!!!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5202
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך מאי 20, 2015 12:27 pm

האמיר זיך איינגעהאנדלט דעם קאסעטע. פיינע נייעס!!!

אלע ניגונים איינס בעסער פונעם צווייטען. זיין זונגען איז סאליד.

די לירעס ניגון איז אויסעם!!!!!

די מאמע'ס אויגן, קען דען זיין אזא מציאות?
העיני ''הנשים'' תנקר? מען קען פלאנצן אויגן פון איין מענטש צום צווייטן?

אפגעזעהן צו מען קען יא אדער נישט, די ניגון איז הערליך שיין!
?I DON'T CARE, DO YOU

אוועטאר
באדינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 30, 2013 12:56 pm
לאקאציע: אויף דייעט

תגובהדורך באדינער » מיטוואך מאי 20, 2015 12:30 pm

שמאטע האט געשריבן:איינגעהאנדעלט דעם סידי אויף ניגון פינטעל קאם.
פיינע סחורה ר' מאטי!!!

matovu
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 26, 2007 12:08 pm

תגובהדורך matovu » מיטוואך מאי 20, 2015 12:42 pm

באדינער האט געשריבן:(iTunes has it already? if yes whats the name to search? (hope so


anyone ?

אוועטאר
באדינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 30, 2013 12:56 pm
לאקאציע: אויף דייעט

תגובהדורך באדינער » מיטוואך מאי 20, 2015 12:47 pm

בוידעם האט געשריבן:די מאמע'ס אויגן, קען דען זיין אזא מציאות?
העיני ''הנשים'' תנקר? מען קען פלאנצן אויגן פון איין מענטש צום צווייטן?


הערליך......... אבער פארוואס ענדיגט ער נישט צו דעם ניגון מיטן נמשל??? ווי איך פארשטיי איז די מעשה א משל....
----
איך גיי פארן ניגון האדרת והאמונה........ (מ'האלט מיר דארט יעצט)

בוידעם האט געשריבן:האמיר זיך איינגעהאנדלט דעם קאסעטע. פיינע נייעס!!!

אלע ניגונים איינס בעסער פונעם צווייטען. זיין זונגען איז סאליד.

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » מיטוואך מאי 20, 2015 1:07 pm

matovu האט געשריבן:
באדינער האט געשריבן:(iTunes has it already? if yes whats the name to search? (hope so


anyone ?

דערווייל איז עס נישט דא
My Life Has Become More And More Colorful

matovu
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 26, 2007 12:08 pm

תגובהדורך matovu » מיטוואך מאי 20, 2015 1:23 pm

בוידעם האט געשריבן:די מאמע'ס אויגן, קען דען זיין אזא מציאות?
העיני ''הנשים'' תנקר? מען קען פלאנצן אויגן פון איין מענטש צום צווייטן?

אפגעזעהן צו מען קען יא אדער נישט, די ניגון איז הערליך שיין!


like Michoel Schnitzlers brother song

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19620
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך מאי 20, 2015 1:24 pm

באדינער האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:די מאמע'ס אויגן, קען דען זיין אזא מציאות?
העיני ''הנשים'' תנקר? מען קען פלאנצן אויגן פון איין מענטש צום צווייטן?


הערליך......... אבער פארוואס ענדיגט ער נישט צו דעם ניגון מיטן נמשל??? ווי איך פארשטיי איז די מעשה א משל....
----
איך גיי פארן ניגון האדרת והאמונה........ (מ'האלט מיר דארט יעצט)

בוידעם האט געשריבן:האמיר זיך איינגעהאנדלט דעם קאסעטע. פיינע נייעס!!!

אלע ניגונים איינס בעסער פונעם צווייטען. זיין זונגען איז סאליד.


סאו דו האלטסט ביים דריטן טרעק... העמער ווארטן אויף דיין רעאקציע נאכן הערן 4 און 10...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19620
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך מאי 20, 2015 1:26 pm

בוידעם האט געשריבן:האמיר זיך איינגעהאנדלט דעם קאסעטע. פיינע נייעס!!!

אלע ניגונים איינס בעסער פונעם צווייטען. זיין זונגען איז סאליד.

די לירעס ניגון איז אויסעם!!!!!

די מאמע'ס אויגן, קען דען זיין אזא מציאות?
העיני ''הנשים'' תנקר? מען קען פלאנצן אויגן פון איין מענטש צום צווייטן?

אפגעזעהן צו מען קען יא אדער נישט, די ניגון איז הערליך שיין!



דו מיינסט די ליריקס ניגון, איא? אויף יודיש הייסטעס "גראמען"... ווי געשריבן אויבן די ניגון איז א שיינע וואלץ, און די גראמען א פיס אוו ארט!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » מיטוואך מאי 20, 2015 1:30 pm

לא איש לא איש דברים אנוכי, דו האסט דו האסט א טאלאנט, מאך עס נישט אוועק מיט דיין האנט, האלט דיך נישט איין, קוק טיף אריין...

שוין שטייסטעמעך ווערט נעלם פאר ווייסעך ווי לאנג און אז די ספירה טעג איז פאריבער און ער הערט זיך עפעס א נייע אלבוים און ער קומט דרייען א קאפ. אבער קוק אהער ווילאנג מיין פעסווארד ארבעט און דער פרייליכער קלאנג אז כ'בין סוקסעספול איינגעשריבן קומט ארויף אויפן סקרין נעם איך מיר די רעכטן צו זאגן וואס כ'האב צו זאגן.

אבער איך זאג איך אייך נאכאמאל לא איש דברים אנוכי גם מתמול גם משלשום, איך שטארק מיך אבער בכל כוחי גם היום גם גם מחר...

פרעג איך אייך מיט אן אמת, קען מען זיצן שטיל ווען מ-א-ט-י אילאוויטש איז ענדליך ארויסגעקומען מיט א אייגענעם אלבוים?!
מ'שטיינס געזאגט ווער ס'האט נאר געהערט אידישע אלבוימס אין די לעצטע פאר יאר איז דאך אוממעגליך אז ער האט זיך נישט אנגעשטויסן אין דעם נאמען און אין זיינע ווערק. כ'גיי נישט יעצט מאכן א וויקיפידיע פון זיינע ניגונים, אבער יעדער ווייסט וואס כ'מיין סא מ'קען גיין ווייטער.

כנהוג וועל מיר אנהייבן מיט א דיסקלעימער: אויב שרייב איך נישט צום זאך ביטע מיך נישט באשולדיגן, די מעשה איז אזוי אז נעכטן נאכט האב איך אנגעהויבן הערן דעם אלבוים, און כ'האב דאס איבער און איבעגעהערט אזש כ'בין גארנישט געשלאפן די נאכט. סא ביטע מיך אנטשולדיגן.

יעצט צום ווינדער אלבוים. זאל איך גיין זאגן אז יעדע ניגון איז א באמבע? המממ.. ניין. אבער וואס דער אלבוים האט יא איז חידושים נפלאים ואדירים אין די רעיונות פון די לידער. עס האט אביסל דעם טאטש פון די ניגונים אויף יונתן שווארץ'ס אידישע טעיפס וואס האט אדרעסירט היינטיגע צייטן און פראבלעמען, געמישט מיט יוסף משה כהנא'ס בליציגע געדאנקן אויף זיינע אידישע טעיפס, און אלס טשערי אן טאפ אוו די פיי פינקי וועבער סטייל גראמען. פון דעם גאנצן געמויזעכץ ביינעזאם האט מאטי ארויסגעגעבן א אויסטערלישן יוניק אלבוים וואס לאזט זיך הערן צענדליגער מאל און נאכאמאל צענדליגער.

לא איש

די תנועה איז איבערמעכטיג, א רעדי אינטרו פאר חתונה גראמען. די געדאנק איז זייער גוט. גענומען די ווערטער וואס משה רבינו ע"ה האט געזאגט פארן בוכ"ע ביים סנה לא איש דברים אנוכי און געבויעט מיט דעם א געביידע איבער טאלאנטן וואס ליגן באגראבן ביי מענטשן און זיי נוצן דאס נישט. דער פזמון איז ערשט קלאסיג, די קווייער און מוזיק איז אייזן שטארק.

מאמע'ס אויגן

איז אזוי, די מעשה איז זייער רירענד, די תנועה צוברעכט הערצער, און די גראמען איז ממש פון הימל, אבער לדעתי איז א שאד אז די מעשה האט נישט קיין אויספיר, קיין מוסר השכל. עס האט דעם געדאנק אביסל פון מיכאל'ס ניגון אברהמלע אז מ'ווייסט קיינמאל נישט וואס דער אמת אונטער א געשיכטע ליגט, און נאך מער שטעלט זיך ארויס אז אויף די זעלבע זאך וואס מ'האט דן געווען לרע דעם אנדערן איז גאר געווען אלס א טובה פאר זיך. אבער ס'נישט אזא גוטע מעשה ווען ס'איז צווישן מאמע און קינד ווייל א מאמע וועט דאך אלעס אין די וועלט טון פאר א קינד, טא וואס פעלט אויס די ערשטע חלק מעשה אז דאס קינד האט אראפגעקוקט די מאמע?

אבער צוריק צום עצם ניגון און די מוזיק, מ'קען עס הערן טויזענט מאל און יעדעס מאל פריש ווערן באנומען, די הויעכע פאל צורייסט יעדע אינערליכע סטרונע אין הארץ, "כ'האב נישט געוואלט אז דו, זאלסט פילן ווי"... גאונות רבותי! גאונות. "זאלסטו וויסן מיין קינד, בוסט געבוירן נישט געזונט... אוי ווי שווער האב איך דיר אויפגעצויגן.. איך שרייב צו דיר מיין קינד מיט בלוווווט אנשטאטס מיט טינט"... איך מוז שוין גיין ווייטער ווייל כ'קען נישט מער!

האדרת והאמונה

קאדאוס צו מאטי פארן נעמען דעם האדרת והאמונה און איר פארוואנדלן אין א חסידישן לעבעדיגן ניגון מיטן גאנצן טעם, שפרינגעדיג און פרייליך. מיטן ארגינעלעם פזמון וואס מיר זענען צוגעוואוינט "הנוי והנצח צו וועמען און צו וועמען לחי עולמים לחי עולמים". + 1 פאר דעם לידל

פארשטיין

כ'וויל עטס זאלטס זייער קלאר פארשטיין, אז דעם ניגון איז אוממעגליך צו פארשטיין ווילאנג איר וועט דאס נישט אליין אויסהערן און פארשטיין.

אוי מאטי בתפארתו. די מעשה פונעם חתם סופר איז דאך עפעס א חידוש עצום. דער ליד איז ממש צוגעפאסט צו דעם ניגון אז כ'קען מיך שווערן אז ווען דער חתם סופר האט נאכן סדר געענטפערט פארן כתב סופר דעם תירוץ האט ער דאס געזינגן מיט דעם ניגון...

יעצט האב איך שוין נאך עפעס וואס כ'וויל פארשטיין...

אוהו! טאטע טאטע... אוהו! מיין טייער קינד...

אסאך מאל אין לעבן אז פארשידענס שווער, קשיות און ספיקות מ'ווארט אויף א ערקלער, איך וויל זאלסט געדענקן ס'דא א תירוץ אויף יעדע זאך, אפילו ווען מ'פארשטייט עס נישט גלייך.

דער ניגון איז ביי מיר גערעיטעד אלס "דער ניגון" פונעם אלבוים. אילו לא בא מאטי אלא בשביל זה דיינו.

שוב יום אחד

זייער א טיפיקעל תנועה, אבער דער רעיון פונעם ניגון איז ווידערמאל א טוץ מיט חידושים. ער לייגט אראפ וויאזוי עס וואלט אויסגעקוקט א טאג ביי א איד ווען ער ווייסט קלאר אז היינט איז די לעצטע טאג פון זיין לעבן, ס'געמישט הומאר און טיפע דברי מוסר. ס'איז ריזיק גוט.

אני עמהם

פשוט פירוש המילות מיט א הארצרייסענדע תנועה, די מוזיק איז סופער גוט. א הערליכע קומזיץ ניגון וואס וועט לדעתי שטארק אויפפיקן. מאטי'ס שטימע איז דא עפעס נישט נארמאל הערליך. די קווייער רייסט שטיקער, זיי לאזן נישט מאטי אפ פאר א רגע, זיי שרייען מיט מיט אים בכל צער וצעאאר אוי יוי שיש לישראל אני אני אניייייי עמהם. און דער אינגעלע ערגענץ דעם וויי געשריי...

קדשינו

נאך שבועות ווען איר וועט אריינשפאצירן צו א חתונה, און זען א גאנצע זאל שרייען "במצוותיך" "בתורתיך" "מטובך" זאלט איר וויסן אז דער זינגער האט נארוואס געפרעגט א באמבע קשיא: קדשינו וויאזוי??!! אויף וואס דער ציבור האט ספאנטאן געענטפערט במצוותיך... דערנאך האט דער זינגער געפרעגט א אנדערע קשיא ותן חלקינו וואו??!! דא האט דער ציבור טאנצעדיגע בחורים אויך געטראפן דעם תירוץ און ענטפערן בתורתיך...

נו מ'קען דאך נישט א אלבוים אן א הארא, אבער סתם א הארא קען דאך יעדער, נו לייגט מען צו חידושים און נישט סתם נאר מאטי סטייל... די מוזיק דא לאזט נישט זיצן אויף איין פלאץ ס'טאנצעדיג, פרייליך, לעבעדיג.

גראמען

לאמיר נישט פארגעסן, מאטי איז חוץ א קאמפאזער און א זינגער ארגינעל א בדחן...

אלזא קען דאך נישט זיין איינער בעסער ווי מאטי אראפצולייגן וואס גראמען טוט מיט א מענטש. די געגועים פון מענטשן צו גראמען, וויאזוי אפאר שורות ברענגט צוזאם א גאנצע געדאנק געפלאכטן מיט גראמען. וואו מענטשן נוצן אלץ גראמען פונעם געבורט ביזן נוסח המציבה. די זעלבע ווערטער וואס ווען מ'שרייבט עס סתם האט עס נישט דעם אפעקט ווי א גראם. ווואוווו איבערמעכטיג!

אין טאקע אין דעם נאבעלען תנועה האט דאס מאטי מיט גראמען אזוי גוט אראפגעלייגט אז איך האלט אין איין איבערהערן די סיבה פארוואס איך הער איבער דעם ניגון, ווייל ס'איז ווינדערליכע גראמען... געמישט מיט הערליכע מאמרים פון צדיקים איבער דאס חשיבות פון גראמען.

הר המורי'

אה דאס איז די ריכטיגע וועג צו פארענדיגן דעם אלבוים און איבערלאזן מיט א גוטן טעם אין מויל. ווידערמאל הערליכע מוזיק, א רוהיגע תנועה'לע, און ווערטער צו איבערנעמען ס'הארץ און איינוויקלן אין אזא סארט העכערן רגש.

"ווייל צדיקים האבן אנטפלעקט, וואו מ'האט דאס האלז אויסגעשטרעקט, אין פייער פארן בורא צו גיין, חשוב איז ביים אים דאס ארט, דער באשעפער וויל אז דווקא דארט, זאל דער בית המקדש שטיין". יעצט אדוני הפייפער'ל רייב עס אריין אין מיר...

יעצט גיימיר צוען אייגענע מסקנות היות מ'זעמיר דאך אז דער הר המורי' האט דער אייבירשטער באוויליגט צו שטעלן דעם בית המקדש צוליב וואס אונזער טאטע יצחק האט דארט געשטרעקט דאס האלז מיט מסירות נפש, איז די פראגע צו און "אין שפאניע, רוסלאנד, סיביר, אייראפע וואו מ'האט מיליאנען אידן אויסגעשחטן, ליטא, גאליציע פוילן אדעעעער אין אונגארן. אינדיע מומביי צו זיין א חלק אלוקי. דאס הויז פון בלוט און טרערן צי קען נאך איין טאג ווערן א בית המקדש אנשטאט א בית חב"ד..."

"אויב ווילסטו דווקא ארץ ישראל, יעדן בארג און טאל פארצייכענט מיט אידישע עקידות, אויף וועלכע גאס, וועלכע אויפרייס. דארט וואו בחורים פארכאפט מען, מתפללים באקלאפט מען.."

"אלזא טאטע ס'שוין גענוג, משיח שוין שיק, לאז נישט די אויסוואל ווערן גרעסער". יעצט קומזשע נאר ווידערמאל ליבער מר. פייפער און צונעם מיר דעם מוח...

יעצט גיימיר זיך פרובירן אביסל צולייגן נאך א שלאפלאזע נאכט.... טענקס מאטי!
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך מאי 20, 2015 1:40 pm

אויסגעפלאגט דעם גרויסן טעלעפאון דא אויפן דעסק, מיין סעלפאון אריין אין "עירפלעין מאוד", די טיר פארשפארט, די פענסטער פארקלאפט, די פירהאנג אראפגעלאזט. קיינער זאל מיך נישט שטערן יעצט! ארעסטאנט האט געשריבן אן אפהאנדלונג אויף מאטי'ס סידי.

זייטס מיר געזונט, איך גיי ליינען...
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » מיטוואך מאי 20, 2015 1:56 pm

ס'גייט דא אנהייבן א תחיית המתים, ארעסטאנט איז דא מיט'ן גאנצן חן, ווער איז נעקסט ?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19620
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך מאי 20, 2015 1:57 pm

ארעסטאנט, דיין פעסווארד ארבייט נישט, שרייב איבער דיין ריוויא...

איי מין... וואס נאך קעמען טוהן אז דער זאל שרייבן אפטער?

קענענדיג גוט דעם סידי האלטעך אז ארעסטאנט'ס פריוויא איז א טעות! נישט אז ס'איז נישט גוט געשריבן... ס'נאר בטעות נישט אריין אין די סידי האלטער! ס'דארף ווען מיטקומען מיט יעדן סידי...

צוויי זאכן... די איידיע פון אנהייבן א סידי "גראד צום פוינט" אן קיין אינטראו, האט נאך קיינער נישט באמערקט...

איבער די מאמע'ס אויגן... די מעשה קען ווארשיינליך נישט זיין אמת ווייל א קינד וואס איז געבוירן בלינד קעמען נישט מאכן זעהן... סיז א "קאנצעפט"! און די ערשטע חלק אז דאס קינד האצעך דערווייטערט פון די מאמע'ן איז פארט אוו איט! איך האבעס געהערט אזוי פון מיין באבע זז"ג אסאך מאל, איי פארוואס קומטער נישט צום אויספיהר? זייער פשוט, און איך פארענטפער נישט דא מאטי'ן פארן עס אזוי טוהן, פארקערט, איך האב געהאלטן אז ס'זאל אזוי זיין... איינס ווייל אזא מעשה, ספעציעל וויזוי ער געטעס אראפ רעדט פון זיך אליין! ס'דארף נישט קיין הסברים אדער נמשלים... שנית, מיך באדערט דאס שוין לאנג, מ'נעמט אסאך מאל א מעשה און מ'שנייטעס אויף שטיקער בלויז צו קענען אריינכאפן א גאנצע מוסר השכל אינעם ניגון... ועוד, די מעשה האט אסאך זאכן וואס מ'קען דערפון ארויסלערנען, לאז יעדן ארויסנעמען וואס ער וויל, און דו בלייב ווייטער א בדחן זינגער און קאמפאוזער...

ארעסטאנט, דו ביסט נאך דא?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך מאי 20, 2015 2:00 pm

נו, נישטא וואס צוצילייגן צו אונזער וועטעראן מוזיק אנאלעזירער. הערליך גוט אראפגעשריבן יעדע ניגון עקסטערע. אבער איין זאך בעיקר וואס איך וויל אויך ארויסברענגען (מ'רופט עס היינט 'ריטוויטן'). אז איבער אלעם וואס ער האט, שיינע ניגונים, הערליכע מוזיק, געוואלדיגע קווייער, רייכע גראמען וכדו' האב איך דאס מערסטע הנאה פון די געדאנקן, די טאפיק'ס אויף וואס די ניגונים זענען געבעיסט.

צוריק צום העדפאון.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » מיטוואך מאי 20, 2015 2:10 pm

איך הער וואס דו זאגסט וויכי אז ס׳נישט קיין מעשה ס׳איז די קאנצעפט. איז אפשר זאגסטו מיר וואס איז דא די קאנצעפט? אז א מאמע טוט אלעס פאר איר קינד, אדער אז קינדער פארשטייען נישט עלטערן טייל מאל און צום סוף שטעלט זיך ארויס אז ס׳געווען פאר זייער טובה? אדער אז די מאמעס דארפן גיין צו די פי.טי.עי מיטונגס?..
נאכאמאל איך פערזענליך גיי ניסלעך פאר דעם ניגון ווייל ס׳לאזט מיך צוען אייגענע מסקנות לויט וועלכע מוד איך בין יעצט. אבער למעשה דאכט זיך אז דער אלגעמיינער ציבור וואלט יא ענדערש אינדזשויט א פיקס פערטיגע מעשה מיט א מוסר השכל.

אבער ווי געשמועסט על טעם וריח וכו׳ (דער לאזונג איז נאך גילטיג דא בכלל?...)
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט