נייע סידיס!

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6620
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

נייע סידיס!

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 6:10 pm

דער אשכול וועט זיין געווידמעט פאר נייעס און באריכטען איבער נייע סידיס וועלעכע -וועלן- אדער זענען נארוואס ערשינען אויף די פאליצעס אין די געשעפטן.

פאלגענד וועלן מיר אנהייבן מיטן נייעם סידי "כל הנשמה שלי" וואס איז ערווארטעט צו ערשיינען קומענדיגע וואך בעז"ה פונעם וועלט בארימטן זינגער 'בעני פריעדמאן'.

בעני איז שוין היינט גארנישט פרעמד ביים עולם און האט זיך שוין באקאנט געמאכט מיט זיינע פריערדיגע אלבומס וואס זענען איינס ביי איינס געווען ריכטיגע 'היטס'! און דעריבער ווען דער עולם הערט אז בעני קומט שוין ענדליך ארויס מיט א פרישן סידי איז דאס גאר גוטע נייעס און דער עולם ווארט שוין מיט שפאנונג צו האלטן די סידי אין די הענט,
וועלן מיר דא ברענגן עטליכע אנדעקאטן איבער דעם נייעם סידי;

-די יעצטיגע סידי וועט זיין צום גוטן די 5'טע סידי פון 'בעני'.

-זינט די לעצטע סידי וואס איז ערשינען פון בעני איז שוין אריבער קרוב צו 3 יאר ווען ער האט ארויס געגעבן דעם וועלט-בארימטן סידי 'יש תקוה' אין 2012.

-די גאנצע סידי איז געווארן פראדאצירט דורך בעניס לאנג-יעריגער חבר 'ישראלי מאיער' און די מוזיק האט אראנדזשירט 'איען פרייטער'.

-עס פארמאגט 12 נגונים/טרעקס און ווי בעני זאגט האט אריינגעלייגט אסאך קאפ און געפיל צוזאמצושטעלן אן אויסוואל פון 12 'דיפערענט' נגונים.

-די 12 ניגונים זענען געווארן קאמפאזט דורך 12 קאמפאזערס ד"מ יעדע ניגון דורך א צווייטן, אריינגערעכנט איין ניגון קאמפאזירט דורך א 12 יעריג יונגל!

דאס איז די קאווער פונעם נייעם סידי וואס איז היינט נאכמיטאג ארויסגעגעבן געווארן:
צוגעלייגטע
FINAL-COVER_grande.jpg
Fine Tuned Machine

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6620
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 6:10 pm

לכבוד די 20'סטע יארצייט פונעם אלעמען וועלט בארימטן זינגער ר' שלמה קרליבאך ע"ה איז ערווארטעט צו ערשיינען א נייע סידי מיטן נאמען 'לקראת שבת' ארויסגעגעבן דורך א חסיד פון ר' שלמה הבעל מנגן ר' שלמה כ"ץ הי"ו פון א"י און די נייע סידי וועט אנטהאלטן 11 נייע ניגונים וואס ר' שלמה קרליבאך האט ארגינעל קאמפאזירט אבער איז נאך ביז היינט קיינמאל נישט ארויסגעקומען אויף קיין אלבומס און נישט געווען באקאנט פארן עולם.

מענטשן וועלעכע גלייכן זייער די ניגונים פון הרה"ח ר' שלמה ע"ה קוקן ארויס מיט שפאנונג אויפן ערשיינונג פונעם נייעם סידי;
דאס איז די דעקל פונעם סידי:
צוגעלייגטע
CD-FRONT.jpg
Fine Tuned Machine

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

תגובהדורך קיווי סטראבערי » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 6:14 pm

פארוואס איז דא א 3 אין בעני פרידמאןס נאמען?

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6620
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 6:25 pm

אין די קומענדיגע טעג איז ערווארטעט צו ערשיינען א הערליכע נייע קינדער דאבל סידי מיט א בוק מיטן נאמען "א פעסטע רצון" מנגיני ר' משה גאלדמאן ע"ה ארויסגעגעבן דורך ר' יצחק ליש הי"ו און ר' חיים יצחק גאלדמאן הי"ו;
געזינגען דורך די בארימטע 'פרחי מחני שלוה' און באגלייט מיט אינטערסאנטע שילדערונגען דורך די אלעמען באקאנטע בעלי מספרים הר"ר פישל שעכטער, הר"ר לייבוש לאנגער, הר"ר לייבוש ליש, הר"ר קאפל עלענבויגן און נאך.

די מוזיק איז אראנדזשירט דורך ר' משה לויפער, ר' ישראל לאם, און ר' חיים יצחק גאלדמאן.
דאס איז די דעקל פונעם ערווארטעטן סידי:
צוגעלייגטע
goldman.jpg
Fine Tuned Machine

אוועטאר
זינגער
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 8:13 pm

כאפצעם האט געשריבן:אין די קומענדיגע טעג איז ערווארטעט צו ערשיינען א הערליכע נייע קינדער דאבל סידי מיט א בוק מיטן נאמען "א פעסטע רצון" מנגיני ר' משה גאלדמאן ע"ה ארויסגעגעבן דורך ר' יצחק ליש הי"ו און ר' חיים יצחק גאלדמאן הי"ו;
געזינגען דורך די בארימטע 'פרחי מחני שלוה' און באגלייט מיט אינטערסאנטע שילדערונגען דורך די אלעמען באקאנטע בעלי מספרים הר"ר פישל שעכטער, הר"ר לייבוש לאנגער, הר"ר לייבוש ליש, הר"ר קאפל עלענבויגן און נאך.

די מוזיק איז אראנדזשירט דורך ר' משה לויפער, ר' ישראל לאם, און ר' חיים יצחק גאלדמאן.
דאס איז די דעקל פונעם ערווארטעטן סידי:

א גרויסען יישר כח פאר די אשכול.

די סידי א פעסטע רצון איז שוין ארויסגעקומען יענע וואך דאנערשטאג.

עס דאכט זיך מיר אז בעני קומט ארויס נאך א חודש אדער מער.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 8:22 pm

זינגער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:אין די קומענדיגע טעג איז ערווארטעט צו ערשיינען א הערליכע נייע קינדער דאבל סידי מיט א בוק מיטן נאמען "א פעסטע רצון" מנגיני ר' משה גאלדמאן ע"ה ארויסגעגעבן דורך ר' יצחק ליש הי"ו און ר' חיים יצחק גאלדמאן הי"ו;
געזינגען דורך די בארימטע 'פרחי מחני שלוה' און באגלייט מיט אינטערסאנטע שילדערונגען דורך די אלעמען באקאנטע בעלי מספרים הר"ר פישל שעכטער, הר"ר לייבוש לאנגער, הר"ר לייבוש ליש, הר"ר קאפל עלענבויגן און נאך.

די מוזיק איז אראנדזשירט דורך ר' משה לויפער, ר' ישראל לאם, און ר' חיים יצחק גאלדמאן.
דאס איז די דעקל פונעם ערווארטעטן סידי:

א גרויסען יישר כח פאר די אשכול.

די סידי א פעסטע רצון איז שוין ארויסגעקומען יענע וואך דאנערשטאג.

עס דאכט זיך מיר אז בעני קומט ארויס נאך א חודש אדער מער.

נאופס! נעקסטע וואך מאנטאג איז עס שוין און די געשעפטען.
My Life Has Become More And More Colorful

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 8:34 pm

בעני זעהט אויס אביסעל צו ערנסט....
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 10:29 pm

קיווי סטראבערי האט געשריבן:פארוואס איז דא א 3 אין בעני פרידמאןס נאמען?

כאפצעם האט געשריבן:-זינט די לעצטע סידי וואס איז ערשינען פון בעני איז שוין אריבער קרוב צו 3 יאר ווען ער האט ארויס געגעבן דעם וועלט-בארימטן סידי 'יש תקוה' אין 2012.

אולי...

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 10:40 pm

פשוט,ס'איז זיין דריטע רעגולע סידי
1- טעמו וראו
2- יש תקוה
3- כל הנשמה

בני היכלא איז געווען א שבת אלבום פון אלטע ניגונים
און דער חתונה אלבום האט אויך נישט פארמאגט נייע ניגונים
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

תגובהדורך קיווי סטראבערי » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 10:43 pm

א גראם מיט טעם האט געשריבן:פשוט,ס'איז זיין דריטע רעגולע סידי
1- טעמו וראו
2- יש תקוה
3- כל הנשמה

בני היכלא איז געווען א שבת אלבום פון אלטע ניגונים
און דער חתונה אלבום האט אויך נישט פארמאגט נייע ניגונים

אה פיין, נישט געוויסט אז ער האלט שוין ביים דריטן.
כ'מיין אז איך האב שוין א גוטע איידיע ווי ער זאל לייגן די נומער 4 ביים נעקסטן, איך גיב עס נאך נישט ארויס מטעם הכמוס עמדי...

אוועטאר
זינגער
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » מוצ"ש דעצמבער 06, 2014 10:27 pm

די פריוויו פין בעני פריעדמאן איז שוין אינדרויסען עס קוקט אויס ווי ער האט דארט אפאר היטס
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » מוצ"ש דעצמבער 06, 2014 10:31 pm

זינגער האט געשריבן:די פריוויו פין בעני פריעדמאן איז שוין אינדרויסען עס קוקט אויס ווי ער האט דארט אפאר היטס

https://www.dropbox.com/s/kz0u4pc6ou63d ... M.mp4?dl=0
My Life Has Become More And More Colorful

וימאןX3
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:04 pm

תגובהדורך וימאןX3 » זונטאג דעצמבער 07, 2014 12:13 am

טענקס בריסטאו..

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6620
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2014 8:47 pm

נייע סידי 'ברכנו' פונעם באקאנטן זינגער 'יהודה גרין' איז ערווארטעט ארויסצוקומען קומענדיגע וואך.
צוגעלייגטע
Twitter3e8246f.jpg
Fine Tuned Machine

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6620
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2014 8:52 pm

סידי פון 'אונטערן בילד' יצא לאור!
צוגעלייגטע
Twitterea9e433.jpg
Fine Tuned Machine

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2014 10:38 pm

געהערט אז יוצי שווארץ פון עי טיעם ארקעסטרע געט ארויס א חתונה אלבום, דער סעקאנד דענס #2,מיט א ווערייעטי פון זינגערס. באגלייט דורך משוררים קווייער.
ערווארטערט אין געשעפטען חנוכה אי"ה
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6620
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג דעצמבער 12, 2014 3:13 pm

קומענדיגע וואך וועט זיין צו באקומען אין די געשעפטן א נייע סידי פון נגיני סקולען מיטן נאמען "נועם סקולען" געשפילט דורך ר' נפתלי משה שניצלער און געזונגען דורך ר' יששכר גוטמאן און א קווייער.

דעקל פונעם נייעם סידי:
צוגעלייגטע
sklen.jpg
Fine Tuned Machine

אוועטאר
קרוץ מחומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm

תגובהדורך קרוץ מחומר » מוצ"ש דעצמבער 13, 2014 7:42 pm

נפתלי משה שפילט דא וואן מען בענד, אדער ער ערעינדזשט א פול בענד?

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6620
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מוצ"ש דעצמבער 13, 2014 7:48 pm

א גראם מיט טעם האט געשריבן:געהערט אז יוצי שווארץ פון עי טיעם ארקעסטרע געט ארויס א חתונה אלבום, דער סעקאנד דענס #2,מיט א ווערייעטי פון זינגערס. באגלייט דורך משוררים קווייער.
ערווארטערט אין געשעפטען חנוכה אי"ה

קוקט אויס ס'קומט א היט!
צוגעלייגטע
Twitterbf50ced.jpg
Twitter7cc594c.jpg

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מוצ"ש דעצמבער 13, 2014 8:58 pm

יודל גרינוואלד זינגט די הסתרה ניגון אויף ענגליש.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3697
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג דעצמבער 14, 2014 2:05 am

א גראם מיט טעם האט געשריבן:יודל גרינוואלד זינגט די הסתרה ניגון אויף ענגליש.

צוקער זיס גראדע
אויך איז דא דערויף די ניגון וועלכע איז פרפאסט געווארן ספיצעיל פאר די בר מצוה בחור פון ארץ ישראל וועלכע איז געווען בלינד און האט אנגעהויבן קענען זעהן.
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6620
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג דעצמבער 14, 2014 4:46 pm

היינט איז אנגעקומען אין די געשעפטן א נייע סידי מיטן נאמען "שירת הים" ארויסגעגעבן דורך'ן בעל מנגן ר' שלמה דאקס באגלייט דורך די 'קולינו קווייער'.

דאס איז די קאווער פונעם נייעם סידי:
צוגעלייגטע
shirat hayom.jpg
Fine Tuned Machine

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:47 pm

עס זינגט דערויף זיין זון דוד.
פלעגט זינגען אין שלשלת דזשוניאר.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
איך_וויל_יא
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 08, 2013 2:59 pm

תגובהדורך איך_וויל_יא » זונטאג דעצמבער 14, 2014 11:19 pm

קול מבשר אדווערטייזט א נייע קינדער סידי "א אידל מיט די אלף בית" איינער מיט מער אינפארמאציע???

אלץ ווייזער
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:31 pm

תגובהדורך אלץ ווייזער » מאנטאג דעצמבער 15, 2014 2:10 pm

די דעקל דערפון
צוגעלייגטע
Screen Shot 2014-12-15 at 2.11.41 PM.png
Screen Shot 2014-12-15 at 2.11.41 PM.png (205.55 KiB) געזעהן 7862 מאל


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט