מאדזשיץ און נגינה

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

מאדזשיץ און נגינה

תגובהדורך מאשקע » זונטאג אוגוסט 05, 2007 5:27 pm

כ'האב אסאך צו רעדן דערפון. זייער אסאך.

אבער קודם וויל איך וויסן: ווער נאך האט אן אינטרעסע אין מאדזשיצער ניגונים? איך לעב ממש דערמיט. נאך איינער איז אזוי?
An article a day keeps the babies away

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » זונטאג אוגוסט 05, 2007 5:31 pm

איך.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג אוגוסט 05, 2007 5:33 pm

פון דיר ווייס איך... כ'וויל וויסן ווער נאך...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » דינסטאג אוגוסט 07, 2007 8:22 pm

מאשקע איך האב ליעב מאדזשיצע ניגונים, אויך האב איך א היבשע קאלעקציע פון זייערע ניגונים. שרייב מיין פריינד שרייב.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוקטובער 07, 2007 4:00 pm

אויף קול מבשר איז לכבוד סוכות ערשינען אן אינטערוויו מיט דעם מייסטער בעל מנגן הרב בן ציון שענקער פון מאדזיץ, א מייסטערהאפטיגער און וואונדערבארער אינטערוויו וואס איז ווערט אלע געלטער!

דרוקט 212.444.1100 דאן דרוקט 3, דאן 1, דאן 23#

איר קענט עס אויסהערן טיילווייז, ווייל עס געדויערט א גוטע שעה/אנדערטהאלבן (איך האלט נאך אינמיטן הערן)

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » זונטאג אוקטובער 07, 2007 4:38 pm

לפי מיטב ידיעתי, ולפי ידיעת מאשקע, נעמט דער אינטערוויו צוויי שעה.
איך האב דאס געענדיגט אויסהערן נעכטן נאכט ליגנדיג אין בעט.
ס'איז דערוואלדיג! זיס און געשמאק!
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20066
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג אוקטובער 12, 2007 12:25 pm

הו הא געהערט די וואך דעם לאנגן אינטערוויו, ער איז זיס ווי צוקער, ער זינגט גוט, ער אידאך ממש מעין עולם הבא. ער איז דער ערשטער וואס האט מיך אריינגעשלעפט קיין מאדזשיץ.

ער מיינט נעבעך אז ער רעדט צו קול הלשון. ער זאגט א יישר כוח אז ווען ער וויל קאלט ער הערן דעם דף.... וואונדער איבער וואונדער אז דער קאראספאנד פון קול מבשר האט זיך זייער שיין ארויסגעדרייעט. בכלל ביי די גאנצע אינטערוויו איז ער גוט אהערגעשטעלט.

עס איז הערליך צו הערן זיין היסטוריע וואס ווארפט אן היבשע שיין אויף די אידישע היסטוריע אין אמעריקא פון ערגעץ סוף תר יארן ביז תש"ו. מורא'דיג שיין.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » פרייטאג מאי 01, 2009 12:15 pm

כ'הער יעצט אויף מאסטלי מוזיק א קומזיץ פון איינער די מאדזשיצ'ער יארצייטן. ר' בנציון זינגט דאך אזוי שיין, א מחיה.

איינער ווייסט וואו מ'קען באקומען די לעצטערע קומזיצן?
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

ארצישראלדיגער ייד
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2013 6:37 am

תגובהדורך ארצישראלדיגער ייד » מיטוואך פאברואר 12, 2014 5:51 am

איך האב זיך דערמאנט מיט אפאר יאהר שפעטער פון אייך...

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » דינסטאג אפריל 29, 2014 10:43 am

האלא? מ'הערט עפעס? וואס טוט זיך אין מאדזיץ?

אקעי, מ'שטיי מיר שוין אין די טעג סמוך ונראה צום יארצייט פונעם אמרי אש ממודזיץ (בעל מור מבשמים) זצוק"ל - ד' אייר
וואס בדרך אגב, זענען זיינע ניגונים די מערסטע מפורסם און ס'לייכסטע זאכן נאכצוזונגען און זיך דערווארעמען,

וועט פארקומען א סעודת הילולא לכבודו פונעם רבי'ן ז"ל אינעם מאדזיצער שטיבל
אין פלעטבוש אויף קאר. קאני איילענד און עוו. ל
זונטאג בהר אין 7:00 אווענט.


שמעו ותחי נפשכם, בואו ותהנו.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

Forkosh
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 22, 2012 1:09 am

תגובהדורך Forkosh » פרייטאג מאי 02, 2014 5:19 pm

ניגון עתיק האט געשריבן:האלא? מ'הערט עפעס? וואס טוט זיך אין מאדזיץ?

אקעי, מ'שטיי מיר שוין אין די טעג סמוך ונראה צום יארצייט פונעם אמרי אש ממודזיץ (בעל מור מבשמים) זצוק"ל - ד' אייר
וואס בדרך אגב, זענען זיינע ניגונים די מערסטע מפורסם און ס'לייכסטע זאכן נאכצוזונגען און זיך דערווארעמען,

וועט פארקומען א סעודת הילולא לכבודו פונעם רבי'ן ז"ל אינעם מאדזיצער שטיבל
אין פלעטבוש אויף קאר. קאני איילענד און עוו. ל
זונטאג בהר אין 7:00 אווענט.


שמעו ותחי נפשכם, בואו ותהנו.

דאס מיינט אז ר' בן ציון גייט פירן די קומזיץ?

Forkosh
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 22, 2012 1:09 am

תגובהדורך Forkosh » זונטאג מאי 04, 2014 12:59 am

וועט פארקומען א סעודת הילולא לכבודו פונעם רבי'ן ז"ל אינעם מאדזיצער שטיבל
אין פלעטבוש אויף קאר. קאני איילענד און עוו. ל
זונטאג בהר אין 7:00 אווענט.


שמעו ותחי נפשכם, בואו ותהנו.[/quote]
קיקט נישט אויס ווי איך וועל עס קענען מאכן. איך וועל שטארק מכיר טובה זיין אייב איר קענט עס ריקארדן און ארויפלייגן אויף קאפי מיט א לינק דא.

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » מאנטאג מאי 05, 2014 12:21 pm

Forkosh האט געשריבן:וועט פארקומען א סעודת הילולא לכבודו פונעם רבי'ן ז"ל אינעם מאדזיצער שטיבל
אין פלעטבוש אויף קאר. קאני איילענד און עוו. ל
זונטאג בהר אין 7:00 אווענט.


שמעו ותחי נפשכם, בואו ותהנו.

קיקט נישט אויס ווי איך וועל עס קענען מאכן. איך וועל שטארק מכיר טובה זיין אייב איר קענט עס ריקארדן און ארויפלייגן אויף קאפי מיט א לינק דא.[/quote]
שוין, מיין טעיפ דרייט זיך און פרייט זיך, אבער די רעקארד קנעפעל האטזעך נעכטן צעבראכן...

האט אפשר איינער אהערצוברענגען די נעכטיגע יארצייט סעודה?
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

זסבה
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 27, 2014 5:54 am

תגובהדורך זסבה » מאנטאג מאי 05, 2014 1:41 pm

זייער חשוב ארויפברענגען שיינע ספציעלע ניגונים

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8478
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

מסיבת הילולת בעל אמרי אש ממאדזיץ, ד' אייר תשע"ד לפ"ק

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג מאי 05, 2014 3:50 pm

להורדה:

https://db.tt/ePb7eFZF

שמעו ותחי נפשכם

כולל, גם דרשת הרה"ג ר' דוב שטיין שליט"א רב דביהמ"ד מאדזיץ - פלעטבוש
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1785
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מאנטאג מאי 05, 2014 11:42 pm

יישר כח אייך! שוין אראפגעלאדנט.

געהאט אין פלאן צו קומען און אויך רעקארדן, אבער צום באדויערן נישט מעגליך געוועהן.

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » מיטוואך מאי 07, 2014 4:10 pm

יהיה כן האט געשריבן:להורדה:

https://db.tt/ePb7eFZF

שמעו ותחי נפשכם

כולל, גם דרשת הרה"ג ר' דוב שטיין שליט"א רב דביהמ"ד מאדזיץ - פלעטבוש

זייער שיין, שכוח,
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10553
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך מאי 07, 2014 4:17 pm

אופס, אנגעקומען צום אשכול צו שפעט און פארפאסט די מסיבה.

בעזר השם קומענדיגע מאל.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

סעודת הילולא

תגובהדורך ניגון עתיק » דאנארשטאג מאי 22, 2014 3:21 pm

א סעודת הילולא לכבודו פונעם רבי'ן רבי שמואל אליהו מזוואלין זצוק"ל (בן הרה"ק רבי יחזקל'ע קוזמירער זצוק"ל) אינעם מאדזיצער שטיבל.
אין פלעטבוש אויף קאר. קאני איילענד און עוו. ל
זונטאג נשא אין 9:00 אווענט. (מעריב, ותיכף הסעודה)

(אזויווי ס'נישט דא קיין סאך ניגונים פונעם זוואלינע'ר, זינגט ר' בנציון זז"ג געווענליך ניגונים, געשאפן דורך חסידים, דורכאויס די יארן).

שמעו ותחי נפשכם, בואו ותהנו.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10553
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג מאי 22, 2014 3:52 pm

יישר כח פאר די צייטליכע מעלדונג.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » זונטאג מאי 25, 2014 11:26 am

פונעם מארגנ'דיגן בעל ההילולא הרה"ק ר' שמואל אליהו מזוואלין זצוק"ל
איז באוואוסט איין ניגון די "בני היכלא" ס'ווערט געזונגען יעדעס יאר ביים יארצייט סעודה יסוד שביסוד כ"ו אייר.
דא האט איר
בדרך אגב, האט מען דעם ניגון געזונגען היי יאר ביים באיאנ'ע הדלקה אין מירון בל"ג בעומר העעל"ט די ערשטע ווארעמע ניגון איידערן הדלקה.

יעצט זעה איך אויף מודזיץ וועב זייטל אז ס'דא נאך איין ניגון פונעם זוואלינער דא האט איר א לינק
http://www.modzitz.co.il/%D7%90%D7%A8%D ... 7%9E%D7%95
דאס זעט אויס ווי דער ערשטער ניגון אויפן וויזינצער טעיפ "אודה".
דא האט איר

ווי אויך איז דא א ניגון ריקוד פונעם דברי ישראל, ס'זענען דא וואס זענען עס מייחס צום זוואלינער'ס זון (א ברודער פונעם דברי ישראל)
דא האט איר

ווי אויך איז דא א ניגון ריקוד, וואס אין וויזשניץ-מאנסי טאנצט מען דערויף מצוה-טאנץ.
ס'דא וואס זענען עס מייחס (מיט א זיכערקייט) צום זוואלינער
דא האט איר
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » מאנטאג מאי 26, 2014 3:08 pm

שוין, וואס זאל איך זאגן?
געווען נעכטן נאכט אין פלעטבוש אן הערליכן זיץ מיט ר' בנציון זז"ג, ער'ז שוין א יאר עלטער, יעצט ל"ג בעומר איז געווען זיין יום הולדת השמונים ותשעה ב"ה כן ירבו בבריאות השלימות.
נישט צום גלייבן, ער ווערט פשוט יונגער און פרישער. ס'האט זיך אזוי געזונגען אז ס'קען זיך פשוט נישט שרייבן.

שוין, עמער נישט לאזן ווארטן לאנג נאר שוין ארויפלאדענען די סעודת הילולא.
סעודת הילולא כ"ו אייר תשע"ד לפ"ק.
זאל דערעולם אויסהערן און זאגן צו איך האב רעכט.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10148
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך מאי 28, 2014 7:48 pm

א שיינעם דאנק אייך, ניגון עתיק (דאס זאל אויך דינען פאר אנדערע זאכן וואס איר לייגט ארויף דא און דארט און איך בין נאכנישט אנגעקומען זיך צו באדאנקן דערפאר).
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1785
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דאנארשטאג מאי 29, 2014 6:11 pm

א דאנק עצום ורב הרב עתיק!
עמער זעהן וואו לייגן ס'פעקל ווען ר'וועט ענדיגן אריינקריכן בחדרי מחשבי. ‏‎ ‎

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » זונטאג יוני 15, 2014 3:30 pm

קומענדיגן מיטוואך קרח כ' סיון הבעל"ט
פאלט אויס די יארצייט פונעם "נחלת דן" (נסתלק בשנת תשס"ו)

ס'איז דא זייער שיינע זאכן פונעם בעל ההילולא, מער קורצערע זאכן.

וועט זיין א סעודת הילולא אין פלעטבוש ביי ר' בנציון זז"ג.
לכאורה דינסטאג נאכט בשעה 9:00 (מעגליך אפשר מיטוואך, אויב איינער האט קאנפורמעישן ביטע מעלדן)
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: לעילא ולעילא און 7 געסט