חברייא - זיצן

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דינסטאג מאי 20, 2014 12:23 pm

ארצישראלדיגער ייד האט געשריבן:איינער האט דא, מודז'יצער ניגונים מפי ר' יענקל הרשלר?

גייט צוריק צום אנהייב פון פורום וועט איר טרעפן כמה זיצן וואס ידידנו חיים בער וויינשטאק האט ארויף געשטעלט כדלהלן:
מוצש״ק אצל קרימילובסקי חלק נכבד פון זיץ איז על ידי הערשלער,
מוש״ק מטות די ערשטע צוויי ניגונים,
פסח אצל דוד זעירא כמה ניגונים,
סוכות אצל משה טאבאק כמדומה אויך צוויי ניגונים ביניהם די צווייטע אפערא,

מיר האבן שוין אמאל ערוועינט אז ר׳ יעקב הערשלער האט מקבל געוועהן פון די בעלי מנגן תלמידי האמרי שאול פון ארץ ישראל און האט אן אנדער בליק און גלאנץ פון ר׳ בנציון זז״ג (דאס וואס דער אמעריקאנער עולם האט בעיקר) ויש בזה משאין בזה, ואלו ואלו.

ארצישראלדיגער ייד
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2013 6:37 am

תגובהדורך ארצישראלדיגער ייד » דינסטאג מאי 20, 2014 12:28 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:מוצש״ק אצל קרימילובסקי חלק נכבד פון זיץ איז על ידי הערשלער,
מוש״ק מטות די ערשטע צוויי ניגונים,
פסח אצל דוד זעירא כמה ניגונים,
סוכות אצל משה טאבאק כמדומה אויך צוויי ניגונים ביניהם די צווייטע אפערא,

יישר כוחכם. ביטע, אויב איהר קענט ארויף ברענגען דא, לינקן אויף צו דוינלאדן די רעקארדס.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דינסטאג מאי 20, 2014 12:36 pm

[quote="בעאבאכטער"]בנוגע די "בתי ראנד קאלעקשן", כמדומני אז זיי (ובלכתך) האבן דאס קאנווערטעד (מיטן גוטהייסונג פונען אייגנטימער) פון טעיפס צו סידי'ס, אבער וואס אנבאלאנגט די רעכטן, וועל איך אי"ה אנרופן דער אייגנטימער.[/quote]
האב איך היינט אנגערופן דעם אייגנטימער וואס האט רעקאדירט די אידן, ער האט מיר באשטעטיגט אז ובלכתך האט פון אים באקומען די רעכטן אבער ער האט זיך איבער געלאזט רשות צוטיילן פאר וועם ער וויל.

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8531
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג מאי 20, 2014 12:58 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:
ארצישראלדיגער ייד האט געשריבן:איינער האט דא, מודז'יצער ניגונים מפי ר' יענקל הרשלר?

גייט צוריק צום אנהייב פון פורום וועט איר טרעפן כמה זיצן וואס ידידנו חיים בער וויינשטאק האט ארויף געשטעלט כדלהלן:
מוצש״ק אצל קרימילובסקי חלק נכבד פון זיץ איז על ידי הערשלער,
מוש״ק מטות די ערשטע צוויי ניגונים,
פסח אצל דוד זעירא כמה ניגונים,
סוכות אצל משה טאבאק כמדומה אויך צוויי ניגונים ביניהם די צווייטע אפערא,

מיר האבן שוין אמאל ערוועינט אז ר׳ יעקב הערשלער האט מקבל געוועהן פון די בעלי מנגן תלמידי האמרי שאול פון ארץ ישראל און האט אן אנדער בליק און גלאנץ פון ר׳ בנציון זז״ג (דאס וואס דער אמעריקאנער עולם האט בעיקר) ויש בזה משאין בזה, ואלו ואלו.


מיין זיידע ז"ל איז געווען א גרויסער קענער אין מאדזיצע נגינה, אסאך געדאווננט פארן עמוד, און געזינגען לענגערע מאדזיצע קאמפאזיציעס, כפי מה ששמע באר"י תלמידי האמרי שאול, א שאד כ'האב נישט צופיל פון אים רעקארדעד, וחבל על דאבדין
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » דאנארשטאג מאי 22, 2014 7:18 pm

ניגון עתיק האט געשריבן:
לאמיר נישט זיין נאר א נאה דורש, נאר לאמיר אויך זיין א נאה מקיים.
דא האט איר א זיץ ביי ר' יצחק אהרן הירשפעלד (מאנסי, נ.י.) אין שטוב פסח תש"ע מיט הנאה. דער זיץ גייט פאר 5 שעה


אפשר קענט איר ביטע נאכאמאל ארויפלייגן די תש"ע קומזיץ. די ע"א און ע"ב האב איך. נאר די ע' פעלט מיר.

תודה למפרע.

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » דאנארשטאג מאי 22, 2014 7:29 pm

נאטרוליסט האט געשריבן:
ניגון עתיק האט געשריבן:
לאמיר נישט זיין נאר א נאה דורש, נאר לאמיר אויך זיין א נאה מקיים.
דא האט איר א זיץ ביי ר' יצחק אהרן הירשפעלד (מאנסי, נ.י.) אין שטוב פסח תש"ע מיט הנאה. דער זיץ גייט פאר 5 שעה


אפשר קענט איר ביטע נאכאמאל ארויפלייגן די תש"ע קומזיץ. די ע"א און ע"ב האב איך. נאר די ע' פעלט מיר.

תודה למפרע.

פון חוה"מ פסח תש"ע
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

ארצישראלדיגער ייד
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2013 6:37 am

תגובהדורך ארצישראלדיגער ייד » דינסטאג מאי 27, 2014 6:04 am

אוו קען מען דאונלאדן די ע"א און ע"ב, און וואס איז מיט ע"ג און ע"ד?

אוועטאר
חיים בער וויינשטאק
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:48 am

תגובהדורך חיים בער וויינשטאק » דאנארשטאג מאי 29, 2014 12:47 pm

ענדע זיך אנגעשלעפט, מיט ווער ווייסט וואס... פארוואס בין אזא מין פארשלעפטע מעשה?..

איז אזוי, האט מען גערעדט אז אין בני ברק איז געוועהן האי שתא א זיץ, גאנץ איינגעמעם געוועהן, נישט צו א ריזיג עולם, אבער אייביג איז דא עטוואס שינוי,
דאס מאל זענען געוועהן וויזניצער אויך, און טאקע ביי א וויזנינער איד אינדערהיים.

געפירט דאס רעדל האבן די באבוב'ער חברה, און אנגעסטעמפלט דאס זיץ מיט זייער חותם...

די מאדזיצער זענען כלל נישט געווען, אבער איין מאדזיצער האט מען א באקאנטן האט מען געזונגען.
(למעעה אייס און א האלב?.. - דער 2'טער ניגון האט ניילענדער געזונגען, און צוגע'טענה'עט אז ס'איז מאדזיץ, עה!.. קיין ריח מאדזיץ נישט, נו נו, וועט מען לאזן די מומחים באשליסן)

ווי מיר האבן מציין געוועהן אז ס'איז נישט געוועהן חידושים מיוחדים, אבער תמיד איז איינגענעם צוהערן א חבורה אידן זינגען אלטע היימישע ניגונים.


זיץ בבני ברק חוה"מ פסח תשע"ד אצל ר' שלמה סאמעט הי"ו,
הורידוהו והעליהו אל קאמפיוטערכם ומשם נגנה ודיסקה.

קאסט מיר אשמייכל, דער זיץ האט א געשטאלט דומה מאד צו די יאקאב'ס...

ארצישראלדיגער ייד
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2013 6:37 am

תגובהדורך ארצישראלדיגער ייד » דאנארשטאג מאי 29, 2014 1:13 pm

יישר כח.

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » דאנארשטאג מאי 29, 2014 1:13 pm

א הארציגן יישר כח אייך הרב חיים בער, (בעיקר פאר'ן האלטן ווארט).
און שלום עליכם, וועלקאם בעק.
האלט זיך שוין אינמיטן אפלאדענען אויפן מחשב.
שיינט צו זיין גאנץ געשמאק.

וועלכע פון די ניילענדר ברודער האבן זיך באטייליגט?
ווי אויך אויב שייך ארויסצושרייבן די נעמען און די פרטים (ווי חסידות, היסטאריע) פון די זינגער?
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » דאנארשטאג מאי 29, 2014 2:06 pm

א גרןיסן יישר כח
שפילט שוין א קרוב צו א שעה בקאמפעטאתא.
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » דאנארשטאג מאי 29, 2014 3:03 pm

דער זעקסטער ניגון ובמקהלות, איז לפי ידיעתי פון זיידעל ראוונער.
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » דאנארשטאג מאי 29, 2014 4:08 pm

דער 13'טער ניגון, רופט זיך (אין פארשידענע פלעצער) דער צען פעלער'דיגע ניגון.

יעדע פלאץ וואו מ'זינגט דאס האט צוגעלייגט אייגענע קוועטשעס, אזש ס'דערקענט זיך שוין באלד נישט, ער'ז שוין א שני בשלישי פונעם עצם ניגון.
לעצט פאראכטן דורך ניגון עתיק אום דאנארשטאג מאי 29, 2014 4:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דאנארשטאג מאי 29, 2014 4:11 pm

יישר כח גדול ר׳ חיים בער, שוין אריין גשטופט ערגעצוואו אינעם קאמפיוטער.

וואס זאגט איר, קיינע חידושים? מאן יימר אז מען ברויך תמיד חידושים, אמאל איז דער חידוש דאס עצם געשמאק פון הערן דער ניגון זינגען דורך א חברייא.

גראדע אבער זענען כמה חידושים באו לפני כאן, ואלו הם:
טרעק 05 יאסעלע מאנדלבוים׳ס מארש, ס׳איז יופי שביופי!
טרעק 11 דער צווייטער קה קלי פון ר׳ אהרן מיללער, הערליך שיין נישט געהערט נאך קיינמאל.
טרעק 12 ואמונה כל זאת פון וויזניץ, אויך נאך קיינמאל נישט געהערט, דער ״חזן וקהל״ זאגעכץ צייגט אז ס׳פלעגט ווערן געזונגען/געזאגט ביי די רביים ביי די טישן וכדומה.

יאפין האט געשריבן:דער זעקסטער ניגון ובמקהלות, איז לפי ידיעתי פון זיידעל ראוונער.

יאפין איר האט רעכט, ס׳איז טאקע פון זיידל ראוונער.


ניגון עתיק, דער ניגון (13) רופט רב״צ זז״ג אויך ממקומך אין די ווילנא׳ער נאטן.
דער ניגון האט אין מאדזיץ גופא אינטערשיידן ווי מען זינגט דאס. רב״צ מיט די בעלי מנגן פון ארץ ישראל זענען אויך אנדערש ניט זינגען דעם ניגון.
אינטערעסאנט אז דער ניגון האט טאקע אזוי פיל ״האנט שריפטן״

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » דאנארשטאג מאי 29, 2014 4:36 pm

יא בעאבאכטער, גערעכט.

בד"וו אויב איינער קען זיך מרחם זיין און אראפנעמען די רחמנות'דיגע שטומע ביים ניגון "הננו מוכן ומזומן"... (הערט זיך ווי א ידען נפלא, ס'דערמאנט מער פון מיין שכן ביים דאוונען ימים נוראים, ווי ער געדענקט אלע שטיקלעך נאך פון פאריאר און פראבירט אויסכאפן דעם חזן...)
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

תגובהדורך אליקים געציל » דאנארשטאג מאי 29, 2014 4:55 pm

ניגון עתיק האט געשריבן:א הארציגן יישר כח אייך הרב חיים בער.
און שלום עליכם, וועלקאם בעק.

שיינט צו זיין גאנץ געשמאק.
ידידכם
אליקים געציל
elyokimgetzil@gmail.com

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » דאנארשטאג מאי 29, 2014 5:17 pm

הערט בעאבאכטער דער פינפטער ניגון איז דארטן אביסעל שוואך געזונגען, כ'על פרובירן ארויף צו לייגט וואו מען זינגט עס שענער.
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דאנארשטאג מאי 29, 2014 5:32 pm

יאפין האט געשריבן:הערט בעאבאכטער דער פינפטער ניגון איז דארטן אביסעל שוואך געזונגען, כ'על פרובירן ארויף צו לייגט וואו מען זינגט עס שענער.

אדרבא, יישר כח פון פאראויס!

ס'הערט זיך דארט ווי נאר איינער קען עס און ער איז אויך אביסל מסופק.

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8531
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג מאי 29, 2014 6:26 pm

קודם כל א גרויסן שכוח אייך, ממש החייתני
יעצט, וועמענס איז דער צווייטער טרעק? זעהר שעהן, שמעקט פון באבוב
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דאנארשטאג מאי 29, 2014 6:55 pm

יהיה כן האט געשריבן:קודם כל א גרויסן שכוח אייך, ממש החייתני

אסאך פון די זענען נייעס פאר מיר, א הארצליכען ייש''כ.

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » דאנארשטאג מאי 29, 2014 9:13 pm

חיים בער וויינשטאק האט געשריבן:ענדע זיך אנגעשלעפט, מיט ווער ווייסט וואס... פארוואס בין אזא מין פארשלעפטע מעשה?..

איז אזוי, האט מען גערעדט אז אין בני ברק איז געוועהן האי שתא א זיץ, גאנץ איינגעמעם געוועהן, נישט צו א ריזיג עולם, אבער אייביג איז דא עטוואס שינוי,

...

זיץ בבני ברק חוה"מ פסח תשע"ד אצל ר' שלמה סאמעט הי"ו,
הורידוהו והעליהו אל קאמפיוטערכם ומשם נגנה ודיסקה.

קאסט מיר אשמייכל, דער זיץ האט א געשטאלט דומה מאד צו די יאקאב'ס...


01 מארש - ר' אהרן מיללער
02 ניגון
03 וואלץ - יאסעלע מאנדלבוים
04 מארש - יאסעלע מאנדלבוים
05 מארש - יאסעלע מאנדלבוים
06 ובמקהלות - באבוב
07 קה א-לי 1 - ר' אהרן מיללער
08 שושנת יעקב - ר' אהרן מיללער
09 מארש - ר' חיים דוד בלום
10 אל תירא - זיידל ראוונער
11 קה א-לי 2 - ר' אהרן מיללער
12 ואמונה-אמת - וויזניץ עתיק
13 ממקומך - מודזיץ - אמרי שאול
14 ממקומך - ר' אהרן מיללער
15 מארש - ר' הערש לייב באקאהן
16 הנני מוכן - זיידל ראוונער
17 וואלץ - וויזניץ
18 וואלץ - דזיקוב
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » פרייטאג מאי 30, 2014 10:12 am

דא האבעך ארהערגעשטעלט א זיץ ביי ר' בנציון זז"ג
ביי א סעודת הילולא אין מודזיצע שטיבל אין פלעטבוש.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
הבן_יקיר
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 10:11 am

תגובהדורך הבן_יקיר » מאנטאג יוני 09, 2014 10:56 pm

חיים בער וויינשטאק האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:ועוד הפעם יישר כח גדול לך ר' חיים בער גפן/וויינשטאק על הזמירות שירות ותשבחות שהנכם מעלים לפנינו להוריד... (העלאה לצורך ירידה...)

איך אומרת סבתא: "זייער גערן".
חלילה, עליה לצורך ירידה לעליה יותר גדולה...

הרב לכאורה, וואס זיצט איר און דרייט מיר מיטן גראבן פינגער, מאכט אויף אייער שראנק און שטעלט אויך סחורה...


וועגן ירידה לצורך עליה, דאס האט דאך דער הייליגע ריזשינער אמאל געניצט אויף טשעקערס. עס איז דא א וועלטס מעשה אז דער ריזשינער איז אמאל אריינגעקומען אין ווייבער שוהל פון בית המדרש זעהט עס ווי צוויי בחורים שפילן טשעקערס אינגרויסן, ווען ער האט זיי געפרעגט וואס די שפיל איז און זיי האבן אים עס מסביר געווען, האט ער געזאגט אז פון די שפיל טשעקערס קען מען זיך ארויסלערנען א געוואליגע מוסר השכל אין עבדות השם יתברך שמו:

א מענטש גייט אמאל מוותר זיין איין שטיקל, אבי צובאקומען צוריק מער- (ירידה לצורך עלי‘ה)
מען טאר נישט גיין צוויי אויף אמאל (מ‘טאר נישט כאפן, מ‘דארף גיין צוביסלע, איין טרעפ אויף אמאל)
מען קען גיין פאראויס און נישט צוריקצווועגס
נאכדעם וואס מ‘איז שוין אנגעקומען צו אויבן, קען מען שוין גיין ווי מ‘וויל

ארצישראלדיגער ייד
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2013 6:37 am

תגובהדורך ארצישראלדיגער ייד » מאנטאג יוני 16, 2014 4:29 pm

לעצטנס האב איך באקומען א געווסע טרעק פון א זיץ און קעמפ פון צעירי מאדזשיץ שנת תשסז. האט דען איינער דא א רעקארד פון די זיץ? ס'הערט זיך אויס גאר א געשמאקע מעשה...

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מאנטאג יוני 16, 2014 10:49 pm

זינגט דארט ר׳ בנציון א ניגון ״חמול״?


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט