חברייא - זיצן

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
חיים בער וויינשטאק
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:48 am

חברייא - זיצן

תגובהדורך חיים בער וויינשטאק » דינסטאג דעצמבער 03, 2013 2:37 am

היה מן הראוי לייסד אשכול מיוחד צו ארומנעמען די אלע מסיבות מרעים, חברייא, זיצן, או כל שמא דיתקרו.
די מעלות פון דעם רבים המה, כגון: אטענטיש, חסידיש, היימיש, מלא חידושים, התאמת גרסאות, נאטורליך אן קיין סטאדיו פראשור, ועוד ועוד...
יאקאב'ס חברייא יוכיח על זה.

דער עולם ווערט געבעטן ארויפפאקן וואס זיי האבן.
לעצט פאראכטן דורך חיים בער וויינשטאק אום דינסטאג דעצמבער 03, 2013 2:44 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
חיים בער וויינשטאק
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:48 am

תגובהדורך חיים בער וויינשטאק » דינסטאג דעצמבער 03, 2013 2:41 am

קריינא דאיגרתא ליהוי פרונקא,

וזה החלי,

הנה לכם הקלטה חוה"מ פסח תשס"ד.
https://copy.com/IpueKDvXiLnD43Se

השתתפו בעלי המנגן הידועים מהרבה חסידיות וחוגים ומהם: גור, מודזיץ, בעלזא, דושינסקיא, תולדות אהרן, קהל עדת ירושלים. ועוד... גם השתתף בנו של ' ליפא לויאש ע"ה ונכדו.

מ'הערט אויך ביניהם הרה"ח ר' יושע גרינוואלד ע"ה פון דושינסקיא וואס איז נעבעך פלוצלונג אוועק נאך שמחת תורה בהאי שתא א איד א תלמוד חכם בעל תפילה ימים נוראים אצל הרה"צ צ"צ זילבערבערג.
מערקט, ביים ניגון שיר השירים זינגט ר' יושע ע"ה, נאך דעם נעמט איבער להבחל"ח ר' ירמי' דאמען בגירסתו שלו.
וכן בניגון 'שירה' ראפשיץ.

ואי"ה נעלה עוד בהמשך...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10258
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג דעצמבער 03, 2013 7:26 am

א דאנק אייך ר' חיים בער!
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8531
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג דעצמבער 03, 2013 8:29 am

שכוח גדול חיים בער
ירבו כמותך באייוועלט!!
ממנו יראו וכן יעשו ליהנות בהם בני אדם
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דינסטאג דעצמבער 03, 2013 9:08 am

יישר כח אייך ר' חיים בער,
איינמאל פארן עפענען דעם אשכול,
איינמאל פארן אהערברענגען די סחורה.
מיר האבן ס'שוין אראפגעלאדנט, שיינט צו זיין פיינע סחורה, וועלן מיר אויפמאכן דעם פעקל שפעטער אביסל.

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » דינסטאג דעצמבער 03, 2013 1:34 pm

יישר כח אייך הרב חיים בער.
ביטע זעט אנצוהאלטן דעם מנהג טוב וואס איר'ט אנגעהויבן, מהנה צו זיין אנדערע אידן וואס האבן נאך נישט די סחורה.
גייט אין דרכים פון זיין מזכה את הרבים, וועט איר גוט אנקומען...

בד"וו כ'האב לעצטענס פראבלעמען מיט קאפי, קען עס איינער ארויפלייגן אויף דראפבאקס?

ווי אויך זיך איך אן עצה צו דאונלאודן פאלדערס דורך קאפי וואס האט אין זיך אידישע אותיות אז ס'זאל נישט ווערן צו'מזיק'ט איך ניץ WIN RAR.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
חיים בער וויינשטאק
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:48 am

תגובהדורך חיים בער וויינשטאק » דינסטאג דעצמבער 03, 2013 5:40 pm

הרב עתיק, מיין דרופבוקס איז זייער קליין איך קען עס לייגן למשך כמה ימים און דערנאך אוועק נעמען, מסכים?
בע"ה למחרת וועל עס לייגן לכבודכם.

דערווייל האב געלייגט עפעס אנדערש,
א געלונגענעם זיץ על טהרת מודזיץ, מוצש"ק תשע''א אין מודזיצער שטיבל אין ירושלים, השתתפו בעיקר חסידי מודזיץ אבער אויך לערך א מנין 'ידידים' פון אנדערע הויפן.
בין המשתתפים החזן יחזקאל קלאנג, סאלא ביי צוויי ניגונים, ר' דוד ביק פון בארא פארק ממקורבי ר' בן ציון שליט"א, ר' יעקב הערשלער הי"ו פון די שטארקע בעלי מנגן אין מודזיץ, ער האט מקבל געוועהן פון די זקני החסידים תלמידי האמרי שאול.

דער ערשטער ניגון איז א "כבקרת", ר' דוד ביק האט דאס געבעטן פון ר' יעקב הערשלער בשם ר' בן ציון שליט"א ער זאל דאס זינגען ווייל ער, ר' בן ציון, האט דאס נישט געדענקט.

ביים 7טן ניגון א וואלץ הערט מען ביי 'די לינקע זייט' קולו של הרב קעסלער שליט"א רבה של קרית ספר וואס ער האט זיך משתתף געוועהן אין זיץ.


די שיינקייט ביי די זיצן פון ארץ ישראל איז, דעם גאנצן עולם הערט מען כולם כאחד און נישט בלויז דעם סולו, פארשטייט זיך ווען דער סולו נעמט 'זיין' שטיקל איז דער עולם שטיל, אבער חוץ פון דעם הערט מער דעם עולם ווי א גאנצע חבורה.
לענ"ד איז דאס א שטארקע מעלה וואס ביי רב"צ'ס זיצן איז נישט דא, רב"צ האט כסדר א מייק און 'דעקט צו' דעם עולם באופן אז עס זינגט בלויז איין מענטש כסדר, און מ'הערט אן אונטער ברומען פון 'העלפערס'... ממש ממש נישט צום זאך.
חלילה אינני גורע ממעלתו וממהותו של רב"צ, אבער א זיץ דארף זיין א זיץ, און די שיינקייט איז ווען דער עולם הערט זיך געהעריג, למעט די חלקי הסולו כאמור.

הנה הוא לפניכם, לאנדנט עס אראפ און האט הנאה

האט איר רבותי אויך אויף "קופי" (דרופבוק וועט זיין נאר לכמה ימים)
לעצט פאראכטן דורך חיים בער וויינשטאק אום מיטוואך דעצמבער 04, 2013 3:38 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10258
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג דעצמבער 03, 2013 7:27 pm

ועוד הפעם יישר כח גדול לך ר' חיים בער גפן/וויינשטאק על הזמירות שירות ותשבחות שהנכם מעלים לפנינו להוריד... (העלאה לצורך ירידה...)
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » דינסטאג דעצמבער 03, 2013 9:50 pm

חיים בער וויינשטאק האט געשריבן:הרב עתיק, מיין דרופבוקס איז זייער קליין איך קען עס לייגן למשך כמה ימים און דערנאך אוועק נעמען, מסכים?
בע"ה למחרת וועל עס לייגן לכבודכם.

מסכים, על זאת אנו מחכים, על זאת אנו מצפים

לענ"ד איז דאס א שטארקע מעלה וואס ביי רב"צ'ס זיצן איז נישט דא, רב"צ האט כסדר א מייק און 'דעקט צו' דעם עולם באופן אז עס זינגט בלויז איין מענטש כסדר, און מ'הערט אן אונטער ברומען פון 'העלפערס'... ממש ממש נישט צום זאך.

יעך האלט געראדע אנדערש, זייענדיג א זיצער ביי ר' בנציון זז"ג שוין די לעצטע 15 יאר, און גייענדיג אויך צו אנדערע זיצן און הערנדיג טעיפס פון די מודזשיצע טישן אין ב"ב, האב איך בעסער ליב די פון ר' בנציון, צוליב: א) דייקנות, וואס כמעט אינערגעץ הערט מען נישט דעם ניגון אזוי מדוייק ווי ביי ר' בנציון זז"ג, טאקע צוליב דעם וואס ער האט דעם מייק און דער עולם העלפט נאר מיט, און נישט מ'זינגט מיט ווי א כאר, דערפאר קען מען זיך לערנען דעם ניגון כדבעי'.
ב) געווענליך ביי א זיץ ווי ס'נישטא קיין פירער, פארט עס געווענליך ארויס פון די גלייכע שינעס, הן די סדר הניגונים, הן די שטארקייט און זיכערקייט פונעם ניגון. ג) ביי ר' בנציון זז"ג קומט דער עולם מקבל זיין מיט הכנעה, משא"כ אנדערע זיצן זיכט יעדער צו מיטזינגען וואס ער קען און אויך וואס ער קען נישט אפגעזען צו דאס שטערט אנדערע. ד) על טעם וריח אין להתווכח.

הנה הוא לפניכם, לאנדנט עס אראפ און האט הנאה

א גרויסן יישר כח אייך, שוין אראפגעלאדענט.

לאמיר נישט זיין נאר א נאה דורש, נאר לאמיר אויך זיין א נאה מקיים.
דא האט איר א זיץ ביי ר' יצחק אהרן הירשפעלד (מאנסי, נ.י.) אין שטוב פסח תש"ע מיט הנאה. דער זיץ גייט פאר 5 שעה
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
חיים בער וויינשטאק
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:48 am

תגובהדורך חיים בער וויינשטאק » מיטוואך דעצמבער 04, 2013 3:25 am

עתיקא,
ראשית, תודה לכם על הזיץ שהעליתם,

שנית, מה שאתם טוענים בקשר להזיצן עם רב"צ שליט"א, פשיטא שרב"צ מיוחד במינו אין שאלה על זה, אמנם יש בזה מה שאין בזה.
הקשב נא להזיצן שאני מעלה, עס פירט זיך מיט א שיין סדר, ווער קען נישט איז נוצר את פיו, ולא הרי זיצן אלו כהרי טישן במודזיץ, די טישן טאקע איז נישט אזוי איי איי איי...
והבוחר יבחר את שניהם...

הנה לך הזיץ (מה שהעלתי אתמול ב"קופי") כעת הוא שוכן ימים מספר גם בדרופבוקס
לעצט פאראכטן דורך חיים בער וויינשטאק אום מיטוואך דעצמבער 04, 2013 3:36 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
חיים בער וויינשטאק
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:48 am

תגובהדורך חיים בער וויינשטאק » מיטוואך דעצמבער 04, 2013 3:35 am

לכאורה האט געשריבן:ועוד הפעם יישר כח גדול לך ר' חיים בער גפן/וויינשטאק על הזמירות שירות ותשבחות שהנכם מעלים לפנינו להוריד... (העלאה לצורך ירידה...)

איך אומרת סבתא: "זייער גערן".
חלילה, עליה לצורך ירידה לעליה יותר גדולה...

הרב לכאורה, וואס זיצט איר און דרייט מיר מיטן גראבן פינגער, מאכט אויף אייער שראנק און שטעלט אויך סחורה...

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5191
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » מיטוואך דעצמבער 04, 2013 4:35 am

ישר כוח ר' חיים בער כ'האבנישט ס'ווערטער פאר דיר...

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מיטוואך דעצמבער 04, 2013 8:46 am

יישר כחכם, ר חיים בער,
מיר האבן שוין עס געהאט באקומען פון איינעם פון די מודזיצער אידן, אבער א תענוג נאכאמהל דאס אויפפרישן.
המשך להעלות לנו מאמתחותיך הגזוזים אתך, איר וועט באגאסן ווערן מיט ברכות פון אלע מיטגלידער אוהבי הנגינה החסידת הישנה והאהובה.

ר' עתיק, אונזער ר' חיים בער האט א פוינט מיט די זיצן, ביי ר' בן ציון'ען זז"ג קומען מיר מקבל זיין און הערן, אבער מאידך דאס בא'טעם'ט "זיץ" פעלט ביי אים, ואני מסכים לדבריו שהבוחר יבחר את שניהם...
די טישן ביי זיי טאקע איז נישט ערשט קלאסיק... אבער די זיצן וואס דער שיקט אהער (אויך פון סוכות האי שתא) האבן אן אנדער טעם, ולשבח...

די בעלי מנגן פון מאדזיץ אין ארץ ישראל האבן אויך אן אנדער 'האנט שריפט', און יא, צומאל ווארעמער און מער מיט חיות, מען דארף ביידע.

ב.ד.וו. איז דא א ניגון (שמע קולינו) וואס די שינויי גירסאות פון ר' בנציון מיט די אלטע בעלי מנגן פון אר"י איז נישט בלויז אביסל אנדערש אין כמה תנועות, נאר צוגעלייגט ביים ערשטן פאל כמעט נאך א גאנצן פאל!

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » מיטוואך דעצמבער 04, 2013 8:58 am

יישר כח פארן אנגיסען מיט פארצייטישע געזאנגען
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8531
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך דעצמבער 04, 2013 11:18 am

בעאבאכטער האט געשריבן:ב.ד.וו. איז דא א ניגון (שמע קולינו) וואס די שינויי גירסאות פון ר' בנציון מיט די אלטע בעלי מנגן פון אר"י איז נישט בלויז אביסל אנדערש אין כמה תנועות, נאר צוגעלייגט ביים ערשטן פאל כמעט נאך א גאנצן פאל!



איז דאס דער ניגון וועלכער שטאמט פון דברי ישראל, מען זינגט עס סליחות?
רב"צ זינגט עס לענגער ווי ביים רבי'ן אין אר"י
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מיטוואך דעצמבער 04, 2013 12:50 pm

יהיה כן האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:ב.ד.וו. איז דא א ניגון (שמע קולינו) וואס די שינויי גירסאות פון ר' בנציון מיט די אלטע בעלי מנגן פון אר"י איז נישט בלויז אביסל אנדערש אין כמה תנועות, נאר צוגעלייגט ביים ערשטן פאל כמעט נאך א גאנצן פאל!



איז דאס דער ניגון וועלכער שטאמט פון דברי ישראל, מען זינגט עס סליחות?
רב"צ זינגט עס לענגער ווי ביים רבי'ן אין אר"י

איך מיין דעם ניגון
איר קענט הערן דריי בעלי מנגן,
ר' בן ציון זז"ג,
ר' יעקב וואלעס ע"ה,
ר' יעקב הערשלער הי"ו , איא ר' חיים בער?

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » מיטוואך דעצמבער 04, 2013 1:16 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:ב.ד.וו. איז דא א ניגון (שמע קולינו) וואס די שינויי גירסאות פון ר' בנציון מיט די אלטע בעלי מנגן פון אר"י איז נישט בלויז אביסל אנדערש אין כמה תנועות, נאר צוגעלייגט ביים ערשטן פאל כמעט נאך א גאנצן פאל!



איז דאס דער ניגון וועלכער שטאמט פון דברי ישראל, מען זינגט עס סליחות?
רב"צ זינגט עס לענגער ווי ביים רבי'ן אין אר"י

איך מיין דעם ניגון
איר קענט הערן דריי בעלי מנגן,
ר' בן ציון זז"ג,
ר' יעקב וואלעס ע"ה,
ר' יעקב הערשלער הי"ו , איא ר' חיים בער?


דאס איז פונעם "אמרי שאול" פון די ווילנא נאטן.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4058
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2013 12:27 pm

הרב וויינשטאק, די זיץ פון מודזיצער שטיבל אין ירושלים איז הערליך! יישר כח פארן ברענגען.

אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

תגובהדורך היפאקריט » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2013 1:55 pm

האמיר פורק עול געווען דעם ערשטן פעקל און ס'איז הערליך שיין

א דאנק אייך כבוד הרב חיים בער פאר די סחורה, און עקסטרע פאר די שיינער אינטערעסאנטער אייגנארטיקער אשכול פאר היכל נגינה
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
viewtopic.php?p=750174#p750174

אוועטאר
חיים בער וויינשטאק
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:48 am

תגובהדורך חיים בער וויינשטאק » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2013 3:27 pm

יישר כח אייך פארן זיך באדאנקען,
עס איז מיר א פארגעניגן אז אידן האבן הנאה פון די אלטע גוטע סחורה, מיינט נישט אז איך דריי זיך אין די גאסן אזוי ווי די מזכים למיניהם און איך טראג אן יעדן צו נעמען די סחורה... לא מניה ולא מקצתיה... נאר ווער עס שעצט דאס באקומט.

אקעי, יעדער האט שוין געהאט המוציא?
יעדער האט שוין געהאט פיש?
קען מען גיין ווייטער...
מען גייט טיילן די זופ... נישט כאפן עס איז דא פאר יעדן...

איך לייג אייך דא ארויף א זיץ פון חוהמ"ד פסח תש"ע, געווהן ביי דוד זעירא אינדערהיים אין זיין ריזן סלון (דער עולם זאל אפטייטשן מה זאת).
שוין מציין געוועהן, אז ער איז דער פטרון פון מכון מודזיץ און ער האלט אויף דעם אתר מודזיץ.
ער איז א גרויסער אדוואקאט, און ב"ה א איד א שיינער נגיד, ער שיט פילע געלטער פאר מוסדות וואס זענען מיט אים נאנט.
מודזיץ איז איינע פון זיינע בעיביס, ער איז שטארק בידידות מיט ר' בן ציון שליט"א, און ממש פאראגאפט פאר זיינע זאכן, (ווי האב איך געזעהן דא אין פורום? איך גיי ניסלעך... קען איינער מסביר זיין מה זאת המשוגעת ווארט?)

ב"זיץ" השתתפו רובם ממודזיץ, ביניהם ר' יעקב הערשלער, ר' אברהם באקנרוט, אחים קרימילובסקי, ועוד, ציבור יפה.
בעלי המנגן של נדבורנא, בינהם האחים עקשטיין פון לחיים, בנו של אדמו"ר מנדבורנא זצ"ל (אז עדיין שליט"א), ועוןד כמה מהמשתתפים הבדרך כלל קבועים.
היו גם כחמשה עשר מחברי זעירא, גע'קאפל'טע אידן, אבער געוועהן פאסיוו, אזוי ווי ביי דאווענען...

דער מקליט איז געקומען נאך א פערטל שעה פון אנהייב, אבער זייט נישט באזארגט, איר דערלייגט גארנישט... מען האט נישט געזונגען קיין עקסטערס...
איר וועט אויך הערן א ניגון פון... דוד זעירא בקולו ובעצמו, וואס ער האט מלחין געוועהן אויף "מא נישטאנא", נו, פאר אייערט וועגן...

האט איר דא די גאנצע מעשה

יא, עתיקא, איר זענט דאך א פיין שמעקער איר טרינקט נישט קיין 'קאפי'...
וועל איך עס אריין לייגן איך פושקעלע און פראוועט אייך וואס איר ווילט, אבער נעמט דא ארויס וואס שנעלער.
מארגן וועט זיין בע"ה א קישור אונטער דעם ערשטן קישור ביי די תגובה, (איך קלויב נישט קיין תגובות, אין נעם מזל טוב אזוי אויך...)

פארגעסן!
נאך א וויכטיגע זאך,
וואו איז דער עולם? פארוואס חוץ פון מיודענו "ניגון עתיק" האט נאך קיינער נישט געלייגט גארנישט?...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10258
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2013 3:35 pm

גיין ניסלעך איז אן אמעריקאנער אויסדרוק, אויף ענגליש זאגט מען דאס אזוי, ביי זיי מיינט "ניסלעך" = "משוגע".

עס איז א בחינה פון נהמא דכסופין צו נעמען און נעמען אן צוריקלייגן עפעס כעין זה, אבער מה יעשה אותו הבן וואס האט נישט קיין רעקארדירונגען ארויפצושטעלן?

יעצט קלער איך אפשר קען איך אפכאפן א זאת חנוכה מסיבה מאוחרת וואס איך האף זיך צו באטייליגן שפעטער אין אווענט.... דארף מען זעהן אויב דער בעל הבית איז מסכים דערצו.
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2013 3:38 pm

א ברירה האב איך געהאט מיט אייך ר' חיים דוב'ל
האב מיר זיך ארויפגעשאצט דאס ארבעל און פאראכטן די קאווע מאשין,
שוין אראפגעלאדענט, ס'שפילט שוין ביי מיר און כ'דערקוויק זיך שוין,
ממש כ'קען זאגן, "מצאתי את שאהבה נפשי".
א גרויסן דאנק אייך,
דאס איז ליבערשט א פעט שטיקל ... נישט עפעס א "זופ".
:grin: :grin: :grin:

און פאר אייך חובבי נגינה
שטעל איך דא ארויף פון חוה"מ סוכות תשס"ה (כמדומה), פון יאקאב'ס חבריא.
לעצט פאראכטן דורך ניגון עתיק אום דאנארשטאג דעצמבער 05, 2013 8:11 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
חיים בער וויינשטאק
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:48 am

תגובהדורך חיים בער וויינשטאק » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2013 3:54 pm

לכאורה האט געשריבן:גיין ניסלעך איז אן אמעריקאנער אויסדרוק, אויף ענגליש זאגט מען דאס אזוי, ביי זיי מיינט "ניסלעך" = "משוגע".

עס איז א בחינה פון נהמא דכסופין צו נעמען און נעמען אן צוריקלייגן עפעס כעין זה, אבער מה יעשה אותו הבן וואס האט נישט קיין רעקארדירונגען ארויפצושטעלן?

יעצט קלער איך אפשר קען איך אפכאפן א זאת חנוכה מסיבה מאוחרת וואס איך האף זיך צו באטייליגן שפעטער אין אווענט.... דארף מען זעהן אויב דער בעל הבית איז מסכים דערצו.

אהה... וועט איר מיר מוזן מסביר עוד כמה טייטשן וואס האט זיך לאור אייערע ווערטע 'פאררוקט' פון פלאץ... אזוי וווי די מעשה מיטן 'תלמיד חכם' מיטן גרוגרת, דוגרת... אבער אין אן אנדער געלעגנהייט.

הרב לכאורה, חלילה וחס! איך לייג דאס בשמחה רבה ויותר מה שהעגל... בשום אופן נישט קיין נהמא דכסופא חלילה מען באדאנקט זיך, מען ווייזט אינטערעס, איז די בעסטע תשלום. אבער שרייען מעג מען בכל אופן...

אן פרעשור, מוטשעט נישט אייער בעל המסיבה המאוחרת, גייט גייט אז נישט איז נישט.


עתיקא, אויס יחסן? 'קאפי' פונקט ווי יעדן... מיר האבן עכט הנאה אז דער עולם שטימט, ממש א מחי'... לא אלמן ישראל...
זאל דער הרב "המשקיף" אויפהערן צו ביטערן אזוי פיל מיט זיינע ארטיקלען אויפן היינטיגן זינגען... נאך דא גענוג אידן וואס א ניגון איז ביי זיי א ניגון, און נישט א זעץ אין מח און א שטויס אין די מעיים...

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11666
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2013 4:00 pm

א נחת צו ליינען אזא שיינע אשכול. א איד איז מזכה אנדערע און באדאנקט זיך נאך..

אוועטאר
חיים בער וויינשטאק
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:48 am

תגובהדורך חיים בער וויינשטאק » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2013 4:20 pm

וואס פארשטייט איר נישט, אז מען טרעפט אזא גוטן פלאץ און אזלעכע גוטע חברה דא, באדאנקט מען זיך.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 18 געסט