ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

ש. נייווירטה
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 8:21 pm

ווער האט געמאכט דעם ניגון/וואו האט מען עס געזינגען?

תגובהדורך ש. נייווירטה » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 9:49 pm

איך זוך שוין א האלבע שעה אין דעם אפטיילונג אזא אשכול וואו צו פרעגן וועגן ניגונים ווער דער בעל מחבר איז אא"וו, כ'בין זיכער אז ס'מוז דאך ערגעץ זיין. אלנפאלס כ'וויל וויסן וועגן די באקאנטע ניגון וואס יעדער קען לכאורה, ווער איז דער בעמח"ב. איך האב אפגעשפילט דעם ערשטן פאל אויף א ווירטואלן קיעבארד

https://copy.com/lbvYyrAgYw0O

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2667
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 10:08 pm

איך ווייס נישט ווער דער בעל מחבר איז אבער דעי ניגון זינג איך אויף פתחו לי ווען איך דאווען אמאל פאר'ן עמוד עס איז זייער א ווארימער ניגון,

איך מיין אז עס איז ליבאוויטשער ניגון איך בין נישט זיכער.

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3809
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 10:09 pm

קודם כל, דא האסטו דעם אשכול פאר אזעלכע סארט פראגן.

און איבער דעם ניגון, כ'ווייס נישט ווער דער בעל מחבר איז, אבער אויפן אלבום "א שבת אין סאטמאר" האבן זיי ארויפגעלייגט דעם ניגון, ממילא האט עס לכאורה א שייכות צו סאטמאר.

ש. נייווירטה
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 8:21 pm

תגובהדורך ש. נייווירטה » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 10:15 pm

יא מצב כללי, ס'איז נישט סתם ווארעם, ס'איז איינס אין דער וועלט א גאר ווארעמע הארציגע ניגון. דער ניגון שמעקט עפעס נישט ליבאוויטש אדער סאטמאר.

ידיד, יענע אשכול האב איך געמיינט איז פאר ווער ס'זינגט, נישט ווער ס'האט מחבר געווען, אויב בין איך טועה קען מען דאך צוזאמשטעלן.

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2667
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 10:17 pm

ש. נייווירטה האט געשריבן:יא מצב כללי, ס'איז נישט סתם ווארעם, ס'איז איינס אין דער וועלט א גארווארעמע הארציגע ניגון. דער ניגון שמעקט עפעס נישט ליבאוויטש אדער סאטמאר.

ידיד, יענע אשכול האב איך געמיינט איז פאר ווער ס'זינגט נישט ווער ס'האט מחבר געווען, אויב בין איך טועה קען מען דאך צוזאמשטעלן.


עס שמעקט יא אביסל ליבאוויטש, עס הייבט זיך אן אזוי ווי די סאטמארע ממקומך.

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3809
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 10:21 pm

יענער אשכול איז מער ווייניגער פאר אלע סארטן שאלות איבער ניגונים, אבער אולי שאדט נישט אז ס'זאל זיין א באזונדערע אשכול בלויז איבער די מחברים פון ניגונים.

איך מיין אז כ'דארף צו האבן דעם קאווער פון "א שבת אין סאטמאר" העמיר עס באלד פראבירן אפירצוזוכן און נאכקוקן דעם מקור.

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4160
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 10:21 pm

דאס האט לכאורה נישט מיט ליובאוויטש, כ'האב דאס געהערט פון אן אלטן סקווירא חסיד אויף ברוך קל עליון.
אויך פון אן אלטן ראזוואדאווער איד.
קוקט אויס א ניגון פון דער אלטער היים ערגעץ.
אגב, שפילסט עס אביסל גרייזיג. א משהו.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3809
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 10:22 pm

מצב כללי האט געשריבן:
ש. נייווירטה האט געשריבן:יא מצב כללי, ס'איז נישט סתם ווארעם, ס'איז איינס אין דער וועלט א גארווארעמע הארציגע ניגון. דער ניגון שמעקט עפעס נישט ליבאוויטש אדער סאטמאר.

ידיד, יענע אשכול האב איך געמיינט איז פאר ווער ס'זינגט נישט ווער ס'האט מחבר געווען, אויב בין איך טועה קען מען דאך צוזאמשטעלן.


עס שמעקט יא אביסל ליבאוויטש, עס הייבט זיך אן אזוי ווי די סאטמארע ממקומך.

און אויך אזוי ווי 'אלי אתה' פון ליבאוויטש.

ש. נייווירטה
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 8:21 pm

תגובהדורך ש. נייווירטה » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 10:24 pm

לוי יצחק האט געשריבן:דאס האט לכאורה נישט מיט ליובאוויטש, כ'האב דאס געהערט פון אן אלטן סקווירא חסיד אויף ברוך קל עליון.
אויך פון אן אלטן ראזוואדאווער איד.
קוקט אויס א ניגון פון דער אלטער היים ערגעץ.
אגב, שפילסט עס אביסל גרייזיג. א משהו.

דאס איז א טעות, כ'ווייס וואס איר מיינט. ס'שפילט זיך נישט אזוי גרינג אויפן קאמפיוטער מיט'ן מויזעלע...

ש. נייווירטה
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 8:21 pm

תגובהדורך ש. נייווירטה » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 10:26 pm

אמת, מצב און ידיד, שפילענדיג דעם ניגון דארף מען וואטשן נישט אריינצופארן אין יענע צוויי ניגונים

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10287
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 11:35 pm

ש. נייווירטה האט געשריבן:איך זוך שוין א האלבע שעה אין דעם אפטיילונג אזא אשכול וואו צו פרעגן וועגן ניגונים ווער דער בעל מחבר איז אא"וו, כ'בין זיכער אז ס'מוז דאך ערגעץ זיין. אלנפאלס כ'וויל וויסן וועגן די באקאנטע ניגון וואס יעדער קען לכאורה, ווער איז דער בעמח"ב. איך האב אפגעשפילט דעם ערשטן פאל אויף א ווירטואלן קיעבארד

https://copy.com/lbvYyrAgYw0O

דאס איז א הערליכע ניגון!
דער ביקסאדער צדיק פלעגט דאס זינגן יעדן שבת ר"ח אדער יו"ט אויף פתחו לי.
דער ראש ישיבה ר' אהרן קרויס שליט"א נוצט דאס אויף יחדשהו.
זייער א ווארימע ניגון, שטאמט זיכער ממקור קדוש וקדום.

אבער נישט חב"ד, איך קען חב"ד ניגונים.
---
די קינדער אין די בעקגראונד געבן אסאך צו... לאז זיי אפטער זיך לאזן הערן
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

ש. נייווירטה
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 8:21 pm

תגובהדורך ש. נייווירטה » דינסטאג נובעמבער 26, 2013 12:03 am

זעט טאקע אויס ווי ס'איז א הייליגער וועלטס ניגון וואס מ'זינגט ביי אסאך ערליכע אידן. כ'מיין אז אין טאהש זינגט מען עס אויך. דער טאהשער בדחן רב פייוול קליין גראמט אלעמאל אויס אויף דעם ניגון. איך האב אלץ בחור געהאט א חתונה טעיפ וואו ער גראמט אויף דעם ניגון זייער הארציג כ'האב איבערגעהערט צענדליגער מאל.

לכאורה האט געשריבן:---
די קינדער אין די בעקגראונד געבן אסאך צו... לאז זיי אפטער זיך לאזן הערן


:grin: ;l;p- יאפ כ'האב אפילו צוגעשטעלט א קינדער קווייער...

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » דינסטאג נובעמבער 26, 2013 7:14 am

בס"ד,

מען זינגט עס "אסאך" אין סאטמאר, בעיקר ביי לכה דודי און כל מקדש, ממילא איז זיכער עס האט עפעס א שייכות מיט סאטמאר.

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג נובעמבער 26, 2013 10:28 am

דאס איז 99 פראצענט א סאטמארע ניגון, דאס פלעגט מען זייער אסאך זינגען ביי כל מקדש ביים ברך משה, מיין טאטע זינגט עס אויך ביי כל מקדש, יתכן אז ס'איז ר' יאסל'ס ניגון, וי איז שאץ מאץ ווען מען דארף אים, ער וועט לכאורה עס קענען באצייכענען וועמענס ס'איז
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
קעניגזאן
שר האלף
תגובות: 1807
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 3:10 pm
לאקאציע: זעסט מיך נישט?

תגובהדורך קעניגזאן » דינסטאג נובעמבער 26, 2013 12:38 pm

מי יודע האט געשריבן:דאס איז 99 פראצענט א סאטמארע ניגון, דאס פלעגט מען זייער אסאך זינגען ביי כל מקדש ביים ברך משה, מיין טאטע זינגט עס אויך ביי כל מקדש, יתכן אז ס'איז ר' יאסל'ס ניגון, וי איז שאץ מאץ ווען מען דארף אים, ער וועט לכאורה עס קענען באצייכענען וועמענס ס'איז

99 פראצענט זיכער נישט א סאטמארער ניגון, די ניגון איז גאר א אלטער ניגון. דאס איז אמאל זיכער אז די ניגון ערוועקט די טיפסטע סטרינעס פון הארץ.
קוק נישט צוריק צופיל, וועסט נאך אנהייבן צו גיין צוריק ציוועגס!..

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » דינסטאג נובעמבער 26, 2013 1:59 pm

אויפ'ן סידי קאווער פון "א שבת אין סאטמאר" שטייט צוגעצייכנט "ניגון עתיק מסאטמאר"
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2667
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דינסטאג נובעמבער 26, 2013 6:18 pm

דו ביזט דער ש. ניירווירטה פונעם שוואכער אשכול?...

קענסט עפענען א שטארקער אשכול...

ש. נייווירטה
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 8:21 pm

תגובהדורך ש. נייווירטה » דינסטאג נובעמבער 26, 2013 8:20 pm

לאל, א דאנק.

ווילאנג דער עולם קומט זיך דורך פאר וועם דער פאריגער ניגון באלאנגט. לייג איך דא ארויף א באקאנטע שיינע שנעלע ניגון, (געמישט מיינער מיט מעידזשער) זאל מען לאזן וויסן ווער ס'איז דער בעל מחבר פון די ניגון. כ'שפיל עס נישט צו גוט דא, ס'זייער שווער מיט'ן מייז.

https://copy.com/qqDQCwbCVs1Q

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דינסטאג נובעמבער 26, 2013 8:34 pm

ש. נייווירטה האט געשריבן:לאל, א דאנק.

ווילאנג דער עולם קומט זיך דורך פאר וועם דער פאריגער ניגון באלאנגט. לייג איך דא ארויף א באקאנטע שיינע שנעלע ניגון, (געמישט מיינער מיט מעידזשער) זאל מען לאזן וויסן ווער ס'איז דער בעל מחבר פון די ניגון. כ'שפיל עס נישט צו גוט דא, ס'זייער שווער מיט'ן מייז.

https://copy.com/qqDQCwbCVs1Q


כפי ידיעתי א גערער ניגון
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

ש. נייווירטה
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 8:21 pm

תגובהדורך ש. נייווירטה » דינסטאג נובעמבער 26, 2013 8:46 pm

אה דאס איז שנעל געענטפערט. יש"כ. ס'איז א שיינע אייגענארטיגער ניגון

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2667
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דינסטאג נובעמבער 26, 2013 9:19 pm

דאס איז דאכט זיך די וויזשניץ מצוה טאנץ ניגון, ניין?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10287
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג נובעמבער 26, 2013 11:57 pm

איך קען באשטעטיגן וואס מילכיגער שרייבט, דאס איז א גור'ער ניגון.
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » מיטוואך נובעמבער 27, 2013 12:10 am

לכאורה האט געשריבן:איך קען באשטעטיגן וואס מילכיגער שרייבט, דאס איז א גור'ער ניגון.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
פיניע חזן
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

וועגן דעם ערשטן ניגון

תגובהדורך פיניע חזן » מיטוואך נובעמבער 27, 2013 1:57 pm

עס דאכט זיך מיר אז דאס באלאנגט צו דעם אשכול "איז דאס דער זעלבער ניגון?"
עס הערט זיך ווי א ליובאוויטשער ניגון, וואס איז אנגעקומען קיין סאטמאר בימים ההם און מ'האט דאס קונה געווען בשינוי

דרך אגב, (אפשר באלאנגט דאס אין א אשכול פאר זיך) האב איך לעצטנס געהערט אויף "קול ברסלב" טעלעפאן ליין אז זיי האבן עפעס אן אלטן טעיפ געזינגען געווארן אין אוקריינע מיט א קנאפע 100 יאהר צוריק, אבער עטליכע פון די ניגונים הערן זיך אויס ווי ליובאוויטשער ניגונים

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » מיטוואך נובעמבער 27, 2013 2:04 pm

דאס איז נישט קיין נייעס.
אין ברעסלוב קען מען הערן אסאך ניגונים פון אנדערע הויפן, א שטייגער ווי פון ר' יאסל טאלנער, אדער מודזיצע ניגונים.

און בכלל האט ליובאוויטש קונה געווען אסאך "רוסיש'ע ניגונים" אלס זייער אייגענטום.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אורייתא און 15 געסט