משולם גרינבערגער - אותך אבקש

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

משולם גרינבערגער - אותך אבקש

תגובהדורך בוידעם » דינסטאג נובעמבער 19, 2013 9:54 am

שפעט ביינאכט די גאנצע הויז איז איינגעהילט אין א טיפע שלאף, שא שטיל, זיץ איך מיט אפאר טענדזשערינס און קיכאלעך און איך הער אויס די אינטערוויא פון צאלי אויף קול מבשר, זייער געשמאק און באלערנד, פלוצלינג ווי א שארט סטאפ אינמיטן העלן נאכט הער איך ווי צאלי זאגט אזוי בדרך לא דרך אז משולם ארבעט אויף א נייע אלבוים!
משולם איז היינט שוין גאר א באקאנטע פיגור בעולם הנגינה, איינער וואס האט אויף זיין רעזימע א גרויסע צאל פאפולערע ניגונים וואס איז אויפגעכאפט און אנגענומען בארץ ובגולה, און דערצו זענען זיינע ניגונים גאר א נייע שניט אשר לא שמעתן אוזן מעולם.

פאלגענד זענען אפאר פון זיינע היטס.
לדור ודור - בתפארתו
כד יתבון -בעני פריעדמאן
דוד המלך -ישראל ווערדיגער
אמור לצרותינו-ישראל ווערדיגער
אין כאלוקינו -אברהם פריעד
נודה לך - יוסף משה כהנא
שפע ברכה -אייזיק האניג
ונזכה לראות בנין ביהמק -בתפארתו
תורתו מגן לנו -צאלי גאלד
ומסימני המאמין -צאלי גאלד
ולא נבוש -צאלי גאלד
לעשות רצונך -בתפארתו
ועוד ועוד.....

פאר אכט יאר צוריק האט משולם ערצייגט א הערליכע סידי כשמו כן הוא, בתפארתו. אויף יענע אלבוים זינגט ער אינאיינעם מיט די דעלמאטסדיגע ילד הפלא אהרן הלוי, עד היום איז דאס פון מיינע פעיווארד סידיס, הערליכעיכע ניגונים און א באטאמטע איידעלע קול.

יעצט וועלן מיר ווארטן מיט שפאנונג צום ערשיינוג פונעם נייעם אלבוים, און מקען זיך אודאי פארשטעלן אז עס וועט קומען איינס און א גוטס.


דא אין דעם אשכול איז געלאדענט יעדער וואס ווייסט עפעס ארום דעם אלבויםם האט שוין ארויסגעגבן איין אלבוים פאר אכט יאר צוריק -בתפארתו. אויף יענעם אלבוים זינגט
Donald J. Trump‏@
!!I am being investigated for firing the FBI Director

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3808
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דינסטאג נובעמבער 19, 2013 10:09 am

האב איך אויך געהערט די געוואלדיגע נייעס דארט אויפן אינטערוויא, כ'קען קוים ווארטן דערויף! זיין ערשטע אלבום הער איך נאך אלץ אויס.

דאכט זיך אז זיין שטימע האט זיך היבש פארבעסערט אין די לעצטע פאר יאר.

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג נובעמבער 19, 2013 10:19 am

והיה עיניך רואות במה המדובר..
צוגעלייגטע
Picture1.png
Picture1.png (35.25 KiB) געזעהן 4166 מאל
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13831
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג נובעמבער 19, 2013 11:40 am


כווייס נישט
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 10:25 am

תגובהדורך כווייס נישט » דינסטאג נובעמבער 19, 2013 1:44 pm

ער האט אמאל געמאכט א שיינעם ניגון אויף ובמקהלות, אינטערסאנט צו עס וועט זיין אויף דעם אלבוים

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דינסטאג נובעמבער 19, 2013 2:19 pm

כווייס נישט האט געשריבן:ער האט אמאל געמאכט א שיינעם ניגון אויף ובמקהלות, אינטערסאנט צו עס וועט זיין אויף דעם אלבוים


פארגאנגע יאר ווען מהרי"י מסאטמאר שליט"א איז געפארען קיין ארץ ישראל,איז ארויסגעקומען א אלבוים ישמח מלך, דערינען איז געווען צוויי ניגונים פון משולם, איינס דערפון איז געווען אויף די ווערטער ובמקהלות, אוי. האט דאס געקנאקט אויף ככר השבת. אויב מיינסטו דעם ניגון, גלייב איך נישט אז ער וועט דאס נאכאמאל ארויף לייגן אויף זיין אלבוים.
Donald J. Trump‏@
!!I am being investigated for firing the FBI Director

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1974
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » דינסטאג נובעמבער 19, 2013 2:24 pm

בוידעם האט געשריבן:אוי. האט דאס געקנאקט אויף ככר השבת.

;l;p-
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

כווייס נישט
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 10:25 am

תגובהדורך כווייס נישט » דינסטאג נובעמבער 19, 2013 2:40 pm

עס איז א שטייטע שיינע ניגון וואס ער האט פארפאסט צום מעמד קידוש החמה שע"י העדה החרדית

אונטערשמש
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 2:10 pm

תגובהדורך אונטערשמש » מיטוואך נובעמבער 20, 2013 3:13 pm

דער משולם הנ"ל האט א זעלטענע כשרון בליע"ר, אויסערדעם וואס אלע זיינע ניגונים זענען אזוי שיין, זינגט ער הערליך אויכעט..

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3528
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2013 8:56 pm

לערענדיג חומש רש"י די טעג בין איך אנגעקומען צום רש"י אויפען פסוק "ואני" איז מיר ארויף געשווימען דעם הערליכען ניגון פין משולם אויף דעם, זינגטס אלע מיט אוי דע לך אוי דע לך.... אוי מאמע וויש אפ דיינע טרערליך, מנעי מבכי קולך, אט קימט שוין אן דער גאולת עולם, מ'גייט אהיים לגבולם.
משולם הארי אפ ווי קענט וועיט טא מאטש לאנגער!!
איי ושבו בנים לגבולם איי ושבו בנים בנים לגבולם, שטארקטס ענק ברידערליך ....
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2556
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2013 9:38 pm

א גראם מיט טעם האט געשריבן:לערענדיג חומש רש"י די טעג בין איך אנגעקומען צום רש"י אויפען פסוק "ואני" איז מיר ארויף געשווימען דעם הערליכען ניגון פין משולם אויף דעם, זינגטס אלע מיט אוי דע לך אוי דע לך.... אוי מאמע וויש אפ דיינע טרערליך, מנעי מבכי קולך, אט קימט שוין אן דער גאולת עולם, מ'גייט אהיים לגבולם.
משולם הארי אפ ווי קענט וועיט טא מאטש לאנגער!!
איי ושבו בנים לגבולם איי ושבו בנים בנים לגבולם, שטארקטס ענק ברידערליך ....


יא איך בין מסכים צו דיר, עס איז א זעלטן שיינע ניגון.

Forkosh
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 22, 2012 1:09 am

תגובהדורך Forkosh » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2013 9:41 pm

אויף וועלכע סידי קען מען הערן די ניגון פון משולם?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שבעת אלפים
תגובות: 7186
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2013 9:47 pm

Forkosh האט געשריבן:אויף וועלכע סידי קען מען הערן די ניגון פון משולם?

משולם'ס אלבום "בתפארתו"
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5191
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » זונטאג דעצמבער 15, 2013 5:26 am

אויף ווען רעדט מען?

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » זונטאג דעצמבער 15, 2013 10:58 am

אויב איר פרעגט אויף ווען מען רעדט, ווייזט אויס אז איר זענט נישט צו פיל באקאנט מיטן פראצעדור פון ארויס גיבן א סידי, עס איז אוממעגליך צו וויסן, אויב איינער זאגט יא א זמן קען מען רואיג צולייגן לכל הפחות זעקס חדשים פלאס

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2556
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג דעצמבער 15, 2013 12:57 pm

אויב געט ארויס אזאנס ווי בתיפארתו דעמאלטס איז גוט.

ווער עס האט עס נאכנישט געהערט וואלט איך אים געראטן ער זאל עס קויפן, עס קאסט שוין היינט אין די געשעפטן בערך 6-7 דאלער.

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3528
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » זונטאג דעצמבער 15, 2013 1:56 pm

[quote="מצב כללי"]אויב געט ארויס אזאנס ווי בתיפארתו דעמאלטס איז גוט.

נאך דערצו אויב לייגט ער צו די אייגענע הארמאנעיס און קווייער דאן וועט נישט נאר זיין גיט נאר געוואלדיג
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דינסטאג מאי 27, 2014 2:57 pm

סינגולדה שפילט גיטאר און עקוסטיק גיטאר פאר'ן סידי. ערענזשער י-הודה גלילי זיצט נעבן אים.
צוגעלייגטע
Bl50NwmIEAEWBxl.jpg
Bl50FaKIUAAs6cT.jpg
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
מוזיקאליש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 17, 2013 8:33 pm
לאקאציע: מיט העדפאונס אויפען קאפ

תגובהדורך מוזיקאליש » מיטוואך מאי 28, 2014 1:54 pm

עני דיטעילס?
ויש היכל שאינו נפתח אלא בניגון....

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2556
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג יוני 02, 2014 4:59 pm

מוזיקאליש האט געשריבן:עני דיטעילס?


עני אפדעיטס?

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2556
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך יוני 18, 2014 8:20 pm

משולם ווען געסטו ארויס דיין טעיפ איך ווארט דערויף בכליון עיניים.

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך יוני 18, 2014 10:08 pm

ג"א מצטרף. אטליעסט נייעס און אפדעיטס.
Donald J. Trump‏@
!!I am being investigated for firing the FBI Director

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4946
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » מיטוואך יוני 18, 2014 10:53 pm

כקען קוים ווארטן

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3528
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מיטוואך יוני 18, 2014 11:21 pm

רבותי, ביטע נישט אנציען די נערווען, נאר תגובה'ענען ווען ס'איז דא נייעס
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך נובעמבער 19, 2014 6:35 pm

בטעות אנגעקומען צו דעם אשכול יעצט, באמערק איך א אינטערסאנטע צופאל, דעם אשכול האב איך געפענט פונקט א יאר צירוק אינעם ענגלישען דאטום, והוא פלאי.
תכלית, וואס האט מען אויפגעטון כלפי דעם נייעם אלבום דרכאויס א צייט אפשניט פון א יאר??
איינער האט עפעס דעטאלן?
Donald J. Trump‏@
!!I am being investigated for firing the FBI Director


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Chairlift, Yahoo [Bot] און 7 געסט