ניגוני בעלז און זייערע קאמפאזירער

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

חכימא
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2015 7:34 am

תגובהדורך חכימא » מוצ"ש יוני 20, 2015 7:31 pm

היפאקריט האט געשריבן:און ווער שטייט מאחורי
אור פניך
מראה כהן
?

אור פניך איז פון ר' ירמי' דאמען, פערפאסט לכבוד ביקורו פונ'ם בעלזא'ער רב שליט"א באנטווערפן שבת שקלים תשנ"ב לפ"ק.

מראה כהן פון ר' פנחס פרידמאן

כ'ווייס נישט ווער ס'האט מחבר געווען די ניגונים, אבער כ'וואלט מיך ערלויבט צו זאגן אז דאס איז די שענסטע אלבום וואס בעלז האט אמאל ארויסגעגעבן, עכ"פ אין מיינע אויגן.

קודם די צוויי ניגונים אור פניך און מראה כהן זענען אויסנאם אויסנאם הערליכע רייכע שטיקלעך! סיי די עצם ניגונים און סיי די ארעינדזשמענטס וואס מונה לייגט דארט אראפ, אויף מראה כהן האט ער דארט שטיקלעך אז מ'קען צושפרינגען ווערן, און די הארמאניס וואס ער ווארפט צאם ביי אור פניך איז עפעס נישט נארמאל! און בכלל, די אנדערע ניגונים זענען אויך גאר פיינע סחורה, מונה לייגט אראפ אן אויסטערלישן דזשאב אויפן גאנצן סידי, אויפן אלטן סטייל מיטן אמאליגן טעם. איך קען דעם סידי הערן און הערן און הערן און נישט זאט ווערן.


אמת! נכון הדבר!
לכבוד חתונת בנו יחידו פון די בעלזא'ער רב שליט"א איז ארויסגעקומען א דאפלטע אלבום "מזל טוב ב' - ששון ושמחה". מונה האט דענסמאהל אראפגעלייגט א שיין שטיקל ארבעט, וממש יצא מגדרו כראוי וכיאות פאר אזא היסטארישער מעמד, ואכן יגע ומצא! ווער עס האט געהערט דעם טעיפ ווייסט וואס כ'מיין...
ודי לחכימא ברמיזא

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 4:09 am

לוי יצחק האט געשריבן:דאכט זיך אז צמאה נפשי (געהערט אויף כהנא'ס אידישע טעיפ) איז אויך פון בעלזער רב אליין.
אזוי אויך האדרת והאמונה, וואס מ'זינגט אויך אויף אשת חיל.

ביידע גאר גאר הארציגע ניגונים, עקסטרע ספעשל שיין.

כי לה' המלוכה אויך (אבי א ניגון)

קען אמיצער ארויפלייגן די ניגון כי לה' המלוכה?
יישר כח

אוועטאר
טוטפיק
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 5:11 pm

תגובהדורך טוטפיק » מאנטאג מאי 22, 2017 1:43 pm

קען איך ערגעץ קויפן דעם גאנצן זאק בעלזא ניגונים.
וואס מ'קען אלץ טון מיט א טוטפיק.

נחום וואהלינער
שר האלף
תגובות: 1946
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מאנטאג מאי 22, 2017 1:54 pm

טוטפיק האט געשריבן:קען איך ערגעץ קויפן דעם גאנצן זאק בעלזא ניגונים.

ס'דא פון לחיים א USB מיט 500 ניגוני בעלזא

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מאנטאג מאי 22, 2017 1:54 pm

עס איז דא צו קויפן פון לחיים, 2 סידי'ס מיטן נאמען האוצר, וואס פארמאגט און זיך, ארום 90% פון די בעלזע סידי'ס.

דריידל
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג מאי 22, 2017 2:18 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ר' ירמי' דמן אליין האט דאכט זיך נישט געמאכט צופיל ניגונים, ער האט בעיקר געזינגען ניגונים פון אנדערע.

דאכט זיך אז די באקאנטע סימן טוב וואס מ'זינגט איבער דער גארער וועלט, און איז ארויסגעקומען לרגל די חתונה אדער די בר מצוה פון הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט"א, איז די קאמפיזאציע פון ר' ירמי' דמן.


סימן טוב קומט פון ר' ישעי' מענדלאוויטש פון בארא פארק וואס ער האט געגעבן (פארקויפט) פאר בעלז

די ניגון אשרנו האב איך געהערט פון מ. ב. ד. אויף א רעקארד
(איינער ווייסט וואס דאס איז). כ'האב שוין אמאל געהערט אז מ'זינגט עס אין בעלז און איצט זעה איך איינער שרייבט אז מונה האט עס געמאכט פאר בעלז.

אוועטאר
טוטפיק
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 5:11 pm

תגובהדורך טוטפיק » מאנטאג מאי 22, 2017 3:15 pm

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:עס איז דא צו קויפן פון לחיים, 2 סידי'ס מיטן נאמען האוצר, וואס פארמאגט און זיך, ארום 90% פון די בעלזע סידי'ס.

איך מוז אראפקריכן צו זייער סטאר?
וואס מ'קען אלץ טון מיט א טוטפיק.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דינסטאג מאי 23, 2017 5:17 pm

לוי יצחק האט געשריבן:דאכט זיך אז צמאה נפשי (געהערט אויף כהנא'ס אידישע טעיפ) איז אויך פון בעלזער רב אליין.
אזוי אויך האדרת והאמונה, וואס מ'זינגט אויך אויף אשת חיל.

צמאה נפשי איז נישט פון בעלזא רב,
דער רב האט אים נאר אביסל משנה געווען די צווייטע פאל.
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מיטוואך מאי 24, 2017 2:41 am

משיח האט געשריבן:
לוי יצחק האט געשריבן:דאכט זיך אז צמאה נפשי (געהערט אויף כהנא'ס אידישע טעיפ) איז אויך פון בעלזער רב אליין.
אזוי אויך האדרת והאמונה, וואס מ'זינגט אויך אויף אשת חיל.

צמאה נפשי איז נישט פון בעלזא רב,
דער רב האט אים נאר אביסל משנה געווען די צווייטע פאל.

ס'איז דא צוויי ניגונים אויף צמאה נפשי.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מיטוואך מאי 24, 2017 7:45 am

אהא,
האב איך נישט געוואוסט,
איך האב געמיינט מ'באציעט זיך צו "די בעלזא צמאה", וואס דאס איז נאר דא איינס...
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

נחום וואהלינער
שר האלף
תגובות: 1946
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מיטוואך מאי 24, 2017 11:43 am

טוטפיק האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:עס איז דא צו קויפן פון לחיים, 2 סידי'ס מיטן נאמען האוצר, וואס פארמאגט און זיך, ארום 90% פון די בעלזע סידי'ס.

איך מוז אראפקריכן צו זייער סטאר?

זיי האבן נישט קיין ריטעיל, לכאורה קען מען עס באקומען ביי אלע music & judaica stores קענסט זיי רופן פארדעם פרעגן ווי ס'איז טאקע דא: 718-369-2090

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מיטוואך מאי 24, 2017 11:54 am

משיח האט געשריבן:אהא,
האב איך נישט געוואוסט,
איך האב געמיינט מ'באציעט זיך צו "די בעלזא צמאה", וואס דאס איז נאר דא איינס...

די בעלזע צמאה, איז א דריטע זאך
ס'איז דא א ניגון צמאה לך נפשי פון ר' אלי' אייזנבאך שליט"א
און עס איז דא צוויי ניגונים אויף צמאה נפשי לאלוקים [מזמירות שב"ק]
וואס איינס פון זיי, איז פונ'ם בעלזע רב שליט"א, און איינס פון ר' יוסף צבי ברייער שליט"א.
[די ניגון וואס מ'זינגט לבי ובשרי נאך יעדע בית, איז פון בעלזע רב, און די ניגון וואס מזינגט נאך יעדע צוויי בתים, איז פון ברייער]

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מיטוואך מאי 24, 2017 1:17 pm

קעי, איך מיש מיר שוין נישט אריין
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

אוועטאר
תולדות אדם
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 22, 2010 11:22 am

תגובהדורך תולדות אדם » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 6:47 pm

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:קען אמיצער ארויפלייגן די ניגון כי לה' המלוכה?
יישר כח

כי לה' המלוכה


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט