איך זוך ווערטער פון א ניגון...

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9484
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג מאי 19, 2013 11:12 pm

rabshi האט געשריבן:איך זיך די ניגון ר' שמעון וואס ווערט געזינגען דרוך ר' אייזיק האניג אויף "היימישע אוצרות".

יישר כח למפרע!!!

אשריכם, אשריכם, אשריכם ישראל, אשריכם, אשריכם, אשריכם ישראל.
אשריכם, אשריכם, אשריכם ישראל, אשריכם, אשריכם, אשריכם ישראל.

----
מירון, מירון, די פלאץ ווי אלע קומען,
מירון, מירון, דאס הארץ ווערט אינגאנצן צענומען,
טויזענטע תפלות, ווערן דארטן אנגענומען,
אין מירון, ביים תנא ר' שמעון,
--
מירון, מירון, דא אהער בין איך געקומען
מירון, מירון, מיין תפלה זאל ווערן אנגענומען
הייליגע תנא, איך זאג צו איך האב מיר פארגענומען
אז ויקרא שמו שמעון

---
אזויפיל יארן זיך געמוטשעט און דורכגעלאפן,
אזויפיל בקשות שוין פראבירט און געטון האפן,
אזויפיל וועגן און א ישועה נאכאלץ נישט געטראפן, נישט געטראפן, נישט געטראפן.

בליקן פון רחמנות פון יעדע פעטער און קרוב,
תמימות'דיגע עצות וואס מאכט דאס הארץ חרוב,
ביי יעדע שמחה מען וואונטשט מיר אם ירצה ה' ביי דיר בקרוב, בקרוב, בקרוב.

---
ר' שמעון, ר' שמעון, די פלאץ ווי אלע קומען,
ר' שמעון, ר' שמעון, דאס הארץ ווערט אינגאנצן צענומען,
טויזענטע תפלות, ווערן דארטן אנגענומען,
אין מירון, ביים תנא ר' שמעון.

ר' שמעון, ר' שמעון, דא אהער בין איך געקומען,
ר' שמעון, ר' שמעון, מיין תפלה זאל ווערן אנגענומען,
הייליגע תנא, איך זאג צו איך האב מיך פארגענומען,
אז ויקרא שמו שמעון.

---
פיר יאר שפעטער מען פארט קיין מירון מיט פרייד ארומגענומען,
טאטע מאמע און אויף זייער אקסעל דאס שעפעלע שמעון,
צו מאכן א חאלאקע אים אפשערן דארט צוריק געקומען,
צום תנא ר' שמעון.

צווישן די אלע געהאלפענע ער טאנצט און דאנקט,
און אין זיין הארץ א שטילע תפלה ער בעט און פארלאנגט,
פאר די אלע וואס שטייען און בעטן ביים ציון און ווארטן אזוי לאנג,
אז בקרוב, אויך ביי זיי בקרוב.

---
ר' שמעון, ר' שמעון, די פלאץ ווי אלע קומען,
ר' שמעון, ר' שמעון, דאס הארץ ווערט אינגאנצן צענומען,
טויזענטע תפלות, ווערן דארטן אנגענומען,
אין מירון, ביים תנא ר' שמעון.

ר' שמעון, ר' שמעון, דא אהער בין איך געקומען,
ר' שמעון, ר' שמעון, מיין תפלה זאל ווערן אנגענומען,
הייליגע תנא, איך זאג צו איך האב מיך פארגענומען,
אז ויקרא שמו שמעון.

----
אשריכם, אשריכם, אשריכם ישראל, אשריכם, אשריכם, אשריכם ישראל.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9484
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג מאי 19, 2013 11:12 pm

ohrchodosh האט געשריבן:איך זיך די ווערטער פון די ניגון אויף יונתן שווארץ ספירה טעיפ חזק טרעק 3

אוי מיליאנען מענטשן אין די גאסן,
קיינער וויל נישט פארפאסן.
צו באקומען גאר א נאנטע און א גוטע פלאץ,
ס'ווערט גרעסער און גרעסער די ציבור,
היינט גייט די קעניג אריבער.
זיין הערליכן און זיין נייעם שיינעם פאלאץ.

דער חשוב'סטער סאלדאטן און שרים,
טוען א דורך פארן.
זיי טראגן דעם קעניג'ס מעבל אזוי הערליך און שיין,
מארשירן מיט אזא שיינעם סדר,
דעם קעניג'ס כלים און קליידער.
אט אט זעט מען שוין דעם גרויסן קעניג אליין.

--
חזק חזק אונזער קעניג,
מיר זענען אלע צו דיר אונטערטעניג.
לאנג לעבן דיין מלוכה,
אין דיין לאנד זאל זיין מנוחה.
מיר וועלן דיר שטענדיג בלייבן געטריי,
חזק חזק אונזער מלך,
די ביזט אונז געטריי אויסער ווי געווענליך.
אין דיין נייעם פאלאץ א ברכה,
אין דיין נייע פאלאץ הצלחה.
דיין מלוכה זאל שטייגן עד בלי די.
--

אבער פלוצלונג א מחזה א שרעק,
ביים שיירה אינגאנצן ביים עק.
די שענסטע שרים פון קעניג זיי גייען די לעצטע שורה,
מיט וואגאנען צובראכן שרעקליך,
אלטע צוריסענע פעקלעך.
א שרעקליכען עצבות דערקענט זיך אויף זייער צורה.

זיי קענען נישט פארשטיין,
פארוואס פונקט זיי מוזן דורכגיין.
מיט א צוריסענע פעקל און א צובראכענע וואגן,
זיי פארן זיך אויף די וועגן,
קשיות טאר מען נישט פרעגן.
אויף א ציוו המלך טאר מען זיך נישט באקלאגן.

--
זיי קומען אן אין פאלאץ, פון וואגן גייען זיי אראפ,
די קעניג אליין ביים טיר פון פאלאץ ווארט ער זיי אפ,
ער נעמט זיי אויף אזוי שיין,
כ'וועל ענק געבן צו פארשטיין,
פארוואס מיט צוריסענע פעקלעך האב איך ענק געהייסן גיין.

איך האב געזוכט א וועג צו באהאלטן,
מיינע טייערסטע בריליאנטן און דימאנטן.
ס'זאל נישט ווערן פארלוירן און נישט צוגענומען,
ענק האבן געטראגן מיינע קרוינען,
יעצט וועל איך ענק באלוינען.
דעם גרעסטן שכר וועט עטס יעצט פון מיר באקומען.

--
דער באשעפער בורא כל עולמות,
שיקט אמאל אראפ אויף די וועלט נשמות.
נשמות וואס זעען נעבעך אויס ווי צובראכענע פעקלעך,
א קליין פיצל קינד,
בגוף אדער די נפש נישט געזונט.
ס'זעט דאך אויס א צרה אזוי שרעקליך.

אראפצוקומען די באשעפער באפעלט,
א טאטע א מאמע אויסגעוועלט.
יבואו טהורים ויתעסקו בטהורים,
לחנכו ולגדלו ולחכמו,
להחזיקו ולהחיותו.
און נאך וועט ער אים ליידער ארום פירן צו דאקטורים.

--
חזק חזק טאטע מאמע,
עטס פרעגט אוודאי פארוואס מאי טעמא.
עטס באקומטס א בריליאנט,
וואס לייכט און שיינט.
א הייליגע נשמה פון כסא הכבוד אליין,
חזק חזק טאטע מאמע,
עטס פרעגט אוודאי פארוואס מאי טעמא.
פארוואס פונקט פאר אונז געגעבן,
אזא שווערע נסיון אין לעבן.
מיר נעמען אן באהבה מיר ווילן אבער פארשטיין.
--

מען וועט ענק געבן ענקער לוין,
פארן היטן דעם הייליגן קרוין.
א נשמה געוועזען באהאלטן הסתר בתוך הסתר,
ס'האט אויסגעזען א פעקל צוריסן,
אבער וויסן זאלט עטס וויסן,
אז דאס איז געווען דער אוצר גאר דער גרעסטער.

דער באשעפער וועט זיין מגלה,
פארענטפערן ענקער שאלה,
ווען ס'וועט זיין דער נייער פאלאץ יבנה המקדש עיר ציון תמלא,
ווען דער קעניג וועט ווערן נתגלה,
אויסגעהיילט ווערן וועלן אלע,
און ענקער שכר וועט מען דעמאלטס זיין ממלא.

יהי רצון מלפניך,
שיק שוין בן דוד עבדך.
אויפבויען דעם נייעם פאלאץ אזוי הערליך און שיין,
ווען יעדע אידיש קינד,
וועט זיין אינגאנצן געזונט.
בביאת משיח צדקינו במהרה בימינו אמן.

ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

תגובהדורך ohrchodosh » מאנטאג מאי 20, 2013 1:50 pm

יישר כח אייך למעלה!

זוכנדיג ווערטער פון א ניגון ברענגט מיר אהער גענוי ווי דאס גיין אין קרעטשמע פאר'ן ביטערן טראפ.

אור
שר האלף
תגובות: 1840
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מאנטאג מאי 20, 2013 2:02 pm

יצחק פוקס האט א ניגון לכבוד הילולא קדישא...
כ'זיך די ווערטער

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9484
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג מאי 20, 2013 2:03 pm

וועלכע סידי האט עס?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג מאי 20, 2013 2:25 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:וועלכע סידי האט עס?

שירין ורחשין
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9484
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג מאי 20, 2013 3:15 pm

פארשטיי איך נישט וואס ער זינגט דארט....

ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

תגובהדורך ohrchodosh » מאנטאג מאי 20, 2013 6:50 pm

Did i go over my daily limit?
האט אפשר איינער די ווערטער פון "קינדערלך" פון ר' אייזיק אין טעקסט?
איך האב געקויפט די סי די....

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9484
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג מאי 20, 2013 7:55 pm

ohrchodosh האט געשריבן:Did i go over my daily limit?
האט אפשר איינער די ווערטער פון "קינדערלך" פון ר' אייזיק אין טעקסט?
איך האב געקויפט די סי די....

אזויפיל כח אזויפיל פלאג,
לייגט מען אריין א יעדן טאג.
מיט אזויפיל הארץ און ליבשאפט אלעמאל,
מיט א תפלה באגלייט און טרערן אן א צאל.
היט אויף מיין פארמעגן,
אין אלע זייערע וועגן.
פיל פרייד און גליק זאלסטו זיי געבן,

רבונו של עולם מיין הארציגע תפלה פארנעם,
איך וויל זיי לערנען דעם דרך ה'.
לשמור ולעשות ולקיים,
צו דינען דעם בורא מיט יראת שמים.
איך וועל מיך אפגעבן און היטן אויף אים,
אזא מתנה איך דאנק דיך פאר דעם.
העלף אלע אידן זאלן דאס דערלעבן.

--
איי איי איי קינדערלעך,
איר זענט דאך אזוי הארציג און שיין,
מיין ליבשאפט ווי קענט איר פארשטיין.
איך קען אייך נישט פארגעסן ווי איר זאלט נאר זיין,
פון מיר קענט איר קיינמאל אוועק גיין.
ווייל איר זענט מיינע קינדערלעך.

איי איי איי קינדערלעך,
ווי שיין איז דיין אידישע חן,
דיין נשמה איז הייליג און ריין.
די גאנצע וועלט די הימלען די שטערן.
אלע ווילן די תורה הערן,
פון אידישע קינדערלעך.

--
ווי וואויל איז פאר א אידיש קינד,
עפן דיין הארץ געשווינד.
די תורה לערן,
אין הימל וויל מען הערן,
פון דיר וועט נאך א צדיק ווערן.

ווי וואויל איז פאר א אידיש קינד,
טאנץ און פריי דיך אצינד.
ווייל ס'איז קיינמאל נישט שפעט,
דער באשעפער זעט,
דיינע תפלות דיין געבעט.
--
אוי הוי קינדערלעך.
אוי הוי קינדערלעך.

--
רבונו של עולם מיר בעטן דיך אצינד,
האב רחמנות ווי א טאטע אויף זיין קינד.
דערמאן דיך שוין די צייטן פון אמאל,
כי כרם ה' צבקות בית ישראל.
טאטע, טאטע עפן דיין טיר,
מיר בענקן אזוי אן א שיעור,
מיר ווילן שוין צוריק גיין צו דיר.

--
איי איי איי קינדערלעך,
איר זענט דאך אזוי הארציג און שיין,
מיין ליבשאפט ווי קענט איר פארשטיין.
איך קען אייך נישט פארגעסן ווי איר זאלט נאר זיין,
פון מיר קענט איר קיינמאל אוועק גיין.
ווייל איר זענט מיינע קינדערלעך.

איי איי איי קינדערלעך,
ווי שיין איז דיין אידישע חן,
דיין נשמה איז הייליג און ריין.
די גאנצע וועלט די הימלען די שטערן.
אלע ווילן די תורה הערן,
פון אידישע קינדערלעך.

--
ווי וואויל איז פאר א אידיש קינד,
עפן דיין הארץ געשווינד.
שובו עלי,
די ביזט ווערט און כדאי,
שוין אזויפיל יארן און דאך געבליבן געטריי.

ווי וואויל איז פאר א אידיש קינד,
טאנץ און פריי דיך אצינד.
ווי וואויל איז דיין טייל,
כי בכם בחר קל,
בני בני בכורי ישראל.
--
בני בני בכורי ישראל

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מאנטאג מאי 20, 2013 8:02 pm

למעלה, ביזט עמעיזינג!

כ'האב געמוזט אפזינגען דעם גאנצן ניגון יעצט..

אור
שר האלף
תגובות: 1840
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מאנטאג מאי 20, 2013 9:41 pm

אור האט געשריבן:יצחק פוקס האט א ניגון לכבוד הילולא קדישא...
כ'זיך די ווערטער
נא קיינער? ווי זענען ר' יצחק'ןס חסידים..

סופר ומונה
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 1:25 pm
לאקאציע: ביים שרייב טיש מיטן פעדער אין האנט

תגובהדורך סופר ומונה » מיטוואך מאי 22, 2013 2:30 pm

סופר ומונה האט געשריבן:איך זוך די ווערטער פון דער ניגון "רצון" וואס איז אויף די טעיפ "דאס אידישע הארץ", וואס איז ארויס געקומען אפאר יאר צוריק דורך ר' יוסף משה כהנא שליט"א. אבער דא עקא אז אין דער ביכל וואס איז געקומען מיטן טעיפ (אוי, ענטשולדיגט מיר CD, איך בין נאך אביסל פונעם אלט'ן דור.) איז נישטא די ווערטער מאיזה סיבה. ווער עס האט די ווערטער זאל עס ביטע ארויפלייגן דא, ותודה מראש.


נו, קיינער קען נישט טרעפן די ווערטער פאר דעם ניגון?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9484
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג מאי 23, 2013 1:54 pm

סופר ומונה האט געשריבן:
סופר ומונה האט געשריבן:איך זוך די ווערטער פון דער ניגון "רצון" וואס איז אויף די טעיפ "דאס אידישע הארץ", וואס איז ארויס געקומען אפאר יאר צוריק דורך ר' יוסף משה כהנא שליט"א. אבער דא עקא אז אין דער ביכל וואס איז געקומען מיטן טעיפ (אוי, ענטשולדיגט מיר CD, איך בין נאך אביסל פונעם אלט'ן דור.) איז נישטא די ווערטער מאיזה סיבה. ווער עס האט די ווערטער זאל עס ביטע ארויפלייגן דא, ותודה מראש.


נו, קיינער קען נישט טרעפן די ווערטער פאר דעם ניגון?

הערצעלע מיין,
די האסט א וואונדער קראפט אין דיר,
א שליסעלע א קליין.
וואס אלצדינג ווערט ארויסגעברענגט נאר דורך דיר.

דאס רצון אויב ס'פעלט, קען איך נישט געבן זיך א קער.
און ווען די גיבסט עס מיר, דארף איך גאר קיין סאך מער.

--
ווייל אויב דיין רצון איז פעסט,
וועט זי אפי' ברעכן אייזן,
און דאס שווערסטע וועל איך מיט איר באווייזן.

און אויב דיין רצון איז פעסט.
קען איך אלעס דורך שווימען,
און קיין זאך איז מעגליך נאכצוקומען.

--
דאס אלעס סיי וועלכע שווערע וועג,
און נאך שלאפלאזע נעכט און טעג.

נישט קיין חילוק ווען,
מיט דיין רצון מען קען,
גאר פארגעסן,
אלע אינטערעסן.

און דיין ווילן געט כח אויך,
מקבל זיין אלץ ווי מען ברויך.
און סבלנות שטיל,
רחמנות האבן פיל,
און פון זיך געבן אן א גבול.

--
ווייל אויב דיין ווילן איז שטארק,
מעג עס דינערן און בליצן,
און קיין זאך וועט קענען שטערן מיר,

און אויב דיין ווילן איז שטארק.
וועלן קיין תירוצים ניצן.
פון מיין באשלאס צו געבן זיך א ריר.

--
געדענקן דאס אבער גוט,
א שוואכע ווילן גארנישט טוט,
א רצון וואס איז פויל,
עס בלייבט נאר רייד אין מויל.
און קיין מעשים קומען נישט דערמיט.

אויב עס איז נישט באמת פעסט,
גארנישט אויספירן די וועסט,
זי וואקעלט און פארשווינד,
צום בלאז פון יעדער ווינט.
און צום סוף פון איר מען פארגעסט.

--
עשה רצונו כרצונך
כדי שיעשה רצונך כרצונו
בטל רצונך מפני רצונו
כדי שיבטל רצון אחרים
מפני רצונך

--
אוי הוי.
טאטע זיסער אין מיין הארץ געגעבן,
האסטו דאך רצונות פיל ערליי,
און איך וויל אין דיר באמת שטרעבן.
אויספירן א יעדן איינס פון זיי.

איך וויל.
אלעמאל געזונט זיין פריש און מונטער,
מיט בלוט און שמחה קענען דינען דיר,
ביישטיין אין אלע גוט ביי וואס קומט אונטער.
און איך בעט באשעפער העלף מיר.

איך וויל.
די קינדער מיינע קענען גרינג ערציען,
מיט שיין פרנסה רואיג נערן זיי,
אין תורה וואקסן און מיט מידות בליען.
די זכיה שענק מיר טאטע'ניו געטריי.

--
אוועק פון גוטע האר,
איך ווער אנטוישט און פיל מיט צער,
ווען איך האב נישט דערגרייכט,
מיין שטרעבן נישט עררייכט,
ווייל די מיטלען כ'האב נישט געהאלטן פאר.

איך וויל טאטע טון פאר דיר,
וואס דיין רצון פארלאנגט פון מיר.
שענק מיך ביטע די מעגליכקייט דערצו.
צו קענען שאפן דיר נחת פיל.

--
אוי אוי.
יודעלע מיין טייער איך פארשטיי דיר,
אין העכסטן שטייגער ווילסטו דינען מיר.
איך בעט דיר אבער ווייס אז מיין באגער,
איז טאקע זאלסט מיר דינען מיט דיין שטער.

ס'שווער.
דאס וויל אבער דער באשעפער דיינער,
דאס איז ריכטיגע רצון ה',
מקבל זיין זאלסטו הנהגה זיינער.
און מיט דעם וואס ער געט דיר דינען אים.

נאכמער.
געשטעלט האט ער דיר דווקא מיט השגחה,
מיט דיין כשרונות מידות און נאטור,
באשערט דיין וואוין ארט און אויך דיין משפחה.
און דאס איז דיין עבודה טאקע דאס.
רצון ה' איז דיין עבודה טאקע דאס

--
פארגעס ?נישט די בעסטע? ציל,
ווי אזוי קענסט קונה זיין זיס און פיל,
איז אונטער בייגן זיך,
שיין פון נחת ?רוהט?,
מיטן דינען אים פון דארט ווי ער לייגט דיך.

?שכר? ?זייט? זיך אלע טאג,
אזויפיל ? נעמט מען יעדן פלאג,
מיט חשק און געטריי,
זאלסט שטענדיג סיי ווי סיי,
טון דעם ווילן פון קל חי.

הערצעלע מיין,
די האסט א וואונדער קראפט אין דיר,
א שליסעלע א קליין.
וואס אלצדינג ווערט ארויסגעברענגט נאר דורך דיר.

טאטע'ניו באגליק,
סייעתא דשמיא פאר טריט און שריט.
איך זאל נאר וועלן,
דיין ווילן צופרידן שטעלן.

======
מער צום סוף האב איך נישט געקענט אויפכאפן אפאר ווערטער וואס ער זינגט דארט, ווער עס האט גוטע אויערן איז מכובד צו פאררעכטן וואס פעלט.

סופר ומונה
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 1:25 pm
לאקאציע: ביים שרייב טיש מיטן פעדער אין האנט

תגובהדורך סופר ומונה » מאנטאג מאי 27, 2013 2:20 pm

יישר כח למעלה משבעים

rabshi
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 02, 2008 4:27 pm

תגובהדורך rabshi » מאנטאג יוני 03, 2013 1:02 pm

א גרויסן דאנק הער "למעלה משבעים"!!

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » פרייטאג יוני 07, 2013 11:18 am

rabshi האט געשריבן:א גרויסן דאנק הער "למעלה משבעים"!!

שליימע
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2013 1:01 pm

צווישן קוסוב און וויז'ניץ

תגובהדורך שליימע » מאנטאג יולי 15, 2013 6:07 pm

טייערע,
שוין יאהרן זוך איך דעם ליד וואס איך האב גיהערט פון מיין טאטען אלס א קינד:
"צווישן קוסוב און וויז'ניץ, איז א מערה'לה פאראנען. דארטען איז דער בעל שם הקדוש, מייחד יחודים גיוועזען".

איך ווייס נישט אויב דאס איז די ריכטיקע ווערטער, און די גאנצע ליד. ווער ווייסט?

א דאנק.

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מאנטאג יולי 15, 2013 6:28 pm

ליפא זונגט עס אויף לעילא ולעילא, באותו שעה כשר היה, אבער שמעתי אז ער זונגט עס נישט ריכטיג

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מאנטאג יולי 15, 2013 6:35 pm

שלום עליכם.
פרעג עני וויזניצער חסיד, עט ער דיר עס קענען פארזינגען.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

וואו נעמט מען די הייליגע טעג

תגובהדורך מענטשאלע » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 11:39 am

ווער קען ברענגען די ווערטער פון דעם אוהר אלטן ניגון וואו נעמט מען די הייליגע טעג וכו', אדער רעקאדיראט
יישר כח גדול ונורא

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 11:57 am

נעקסטע מאל זוכט אביסל פארן פרעגן:

גענומען פון דא

ווי נעמט מען די הייליגע טעג

ווי נעמט מען די הייליגע טעג,
זיי זענען אוועק געגאנגען;
מיר דארפן זיי צו האלטן,
מיט אייזערנע צוואנגען.

מיט אייזערנע צוואנגען צו האלטן,
און תשובה צו טאהן אויף דעם אלטן;
די עבירות אוועק ציווארפן,
און דעם בורא עולם צו הארכן.

די ערגסטע מדה איז גאות,
עס דערווייטערט פון אחוה וריעות;
און נאר אביסל ענוה,
דאס איז דאך א מדה טובה.

די כתר פון תורה איז אפן,
מ'קען דאס נישט קריגען מיט שלאפן;
נאר מיט יגיעה רבה,
קען מען קונה זיין עולם הבא.

מיט תורה ויראת שמים,
דאס איז דאך די אמת'ע חיים;
א לעבן פון נצח נצחים,

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:51 pm

שליימע האט געשריבן:טייערע,
שוין יאהרן זוך איך דעם ליד וואס איך האב גיהערט פון מיין טאטען אלס א קינד:
"צווישן קוסוב און וויז'ניץ, איז א מערה'לה פאראנען. דארטען איז דער בעל שם הקדוש, מייחד יחודים גיוועזען".
א דאנק.

אויפן נייעם סי די "סוכות אין וויזניץ 2" קען מען עס הערן
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:31 am

א ריזיגר יישר כח.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:02 am

מענטשאלע האט געשריבן:א ריזיגער יישר כח.

זיידענע בעקיטשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 17, 2010 8:00 am

תגובהדורך זיידענע בעקיטשע » מיטוואך נובעמבער 06, 2013 3:55 pm

די ניגון 'די כח פון אחדות' פין יוסף צבי ברייער.

האט איינער די ווערטער פון דעם ניגון?

א גרויסער יישר כח
הק' זיידענע בעקיטשע מיושבי ארץ הקודש


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פראביר נאר און 17 געסט