איך זוך ווערטער פון א ניגון...

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
ישראלי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 3:26 pm

תנא דבי אליהו

תגובהדורך ישראלי » מיטוואך מארטש 28, 2018 12:44 pm

1. אין סידי אמן ואמן (כ'געדענק נישט וועלכע) איז דא אליד וואס איז א מעשה פון רבי ישמעאל כהן גדול וואס איז ארויף צום הימל, און די מלאך מט"ט האט עפעס געוויזן פאר אים, ס'איז זייער א שיינע ליד, אויב איינער קען לייגען די ווערטער, דאנק איך אים.
2. משה יוסף כהנא האט א ליד אין לחיים ברידער וואס הייסט 'כנסת ישראל כלה', ס'הייבט זיך אן: "אין בארג סיני א חופה געשטעלט", אמאל מהאט עס געבעטן דא און נישט ארויף געלייגט, בעט איך אויב איינער האט עס, שכוייח.
ארץ הצבי מה צבי זה אין עורו מחזיק את בשרו אף ארץ ישראל בזמן שיושבין עליה רווחא ובזמן שאין יושבין עליה גמדא..
מיט א תפילה צום באשעפער - אנא, השב שכינתך לציון עירך...

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2521
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך מארטש 28, 2018 6:47 pm

אוי!! אונגאנצן פארגעסן פון זענדל, שוין העט עס זיין שפעטער אי״ה

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9479
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך מארטש 28, 2018 7:11 pm

כ'האב דאך געשטעלט דא א לינק צום פידיעף שטייט דארט דעם ניגון קענסט עס קאפיען פון דארט.

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2521
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך מארטש 28, 2018 7:45 pm

איך, דער גרויסער אביגידור,פארצייל ענק א סיפור פון נעכטן,א מעשה מיט א פריז’ידער,וואס איך בין געגאנגען פארעכטן.איך געב דעם פריז’ידער א רוק,איך בייג זיך אראפ כאפן א בליקדי רערן און די שרויפן,איך זעה נאר שטויב א הויפן.אנגעזאמלט, שטויב פארמערט,אויף דעם פריז’ידער און ערד,איך קוק ארויף, דארט שטייט-זי, ווי געבט מען זיך אן עצה?די באלאבאסטע בלאס און גרין,מיט בושה קוקט זי אהין,זי ווארט אפשר מאך איך א ויצא, ווי געט מען זיך א עצה? איך בין אין אסאך הייזער געווען,פיינע, אידישע שטובער געזעהן,אמאל איז טאקע נישט פארשטויבן,אונטערן פריז’ידער און אפילו נישט פון אויבן,אבער אין ערגעץ קיין איין מאל,טוט נישט גלאנצן איבעראל.ביי איינעם גלאנצט יעדעס ווינקל,אבער די קינדער’ס אויגן איז טונקל,ביים צווייטן גלאנצט זייערע אויגעלעך,און זיי זענען פריילעך און טויג’ליך.אוי....מ’דארף וואשן, קאכן, און רוימען,ריין האלטן זיך נישט פארזוימען,ס’איז נישט קיין חסרון קיין פארלוסטע,ס’איז גוט צו זיין א באלעבאסטע.אוי....זיי זענען אבער נישט קיין רוימערקעס,און אויך נישט קיין וועשערקעס,דו ביסט א אידישע מאמעא אידישע מאמע!ס’זייער וויכטיג זיך צו מיען,פרייליכע קינדער צו ערציען,אידישע קינדער בדרך ישרה, דאס איז די ציהל די מטרה

רוימען קאכן איז נאר א מיטל,נישט אבער ווערן צו דעם מבוטל,פון די גאס נישט ווערן צומישט,וואס איז וויכטיג און וואס איז נישט.ביי איינעם גלאנצט יעדעס ווינקל,אבער די קינדער’ס אויגן איז טונקל,ביים צווייטן גלאנצט זייערע אויגעלעך,און זיי זענען פריילעך און טויג’ליך.אהא....מ’האט געפרעגט דעם חזון איש,וויפל מוז א שטוב זיין אויסגערישט,האט ער געזאגט זיין שיעור,ווילאנג מען קען נאך עפענען די טיר.אוי....מ’דארף זיך נישט לאזן צוקלאפן,ווער זאגט אז אלעס מוז קלאפן?לויט דיינע כוחות טוה זיך פירן,מיט דיין וועג טוה שטאלצירן!לאז דיינע קינדער שפילן מיט הנאה,לאנגע יארן וועט זיין די השפעה,זייער שמחה וואס דו פלאנצט,דאס איז די אמת’ע אידישע גלאנץ.דורות פון נחת וועט דיר שטראמען,מער ווי אלע וואשן און רוימען,די גאלדענע קייט וועט זיך ציען גליקלעך,אי”ה פרייליכע אייניקלעך.איך קען ענק דערציילן מעשיות וואכן,אבער א פריז’ידער שטייט דא צובראכן,לאמיר שנעל עס פארעכטן פלינק,צוריקשטעלן אין ארדענונג.א שיינעם דאנק ר’ אביגדור!

אוועטאר
ישראלי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 3:26 pm

תגובהדורך ישראלי » דאנארשטאג מארטש 29, 2018 1:00 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:כ'האב דאך געשטעלט דא א לינק צום פידיעף שטייט דארט דעם ניגון קענסט עס קאפיען פון דארט.

אפשר דאך, איך האב עס נישט געטראפן, פליז...
ארץ הצבי מה צבי זה אין עורו מחזיק את בשרו אף ארץ ישראל בזמן שיושבין עליה רווחא ובזמן שאין יושבין עליה גמדא..
מיט א תפילה צום באשעפער - אנא, השב שכינתך לציון עירך...

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9479
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג מארטש 29, 2018 4:45 pm

ישראלי, כ'האב נישט גערעדט צו אייך. נומער איינס קען איך אייך געבן, ס'איז אין די צווייטע אמן ואמן, די צווייטע ניגון מיטן נאמען א פארזיכערונג.

דער וואס ענטפערט "אמן" און "אמן יהא שמיה רבא" קויפט זיך איין די בעסטע פארזיכערונג-אינשורענס אפגעהיטן צו ווערן פון אלעם שלעכטן, בפרט היינטיגע צייטן ווען עס הערשן ל"ע אזויפיל צרות אויף דער וועלט

משל:

משה דער גביר
מיט פארמעגנס אָן א שיעור
תורה וגדולה, א פאלאץ דאס אויגן פארבלענדט,
אבער אבן מאסו
פאסירט א שרעקליכע מעשה
א פייער האט נעבעך אלעס פארלענדט.

דאס פלאץ אינגאנצן חרוב
ער אליין פארברענט, א שרוף
קוים מיט'ן לעבן ארויס פון דארט,
זיין מצב דערקייקלט ווייטער
ער פאלט מטה מטה
אַן עני ואביון, ער וואנדערט פון ארט צו ארט.

איין טאג געטראפן - זיין חבר חיים
פארציילט וואס איז פארלאפן - עשה השם
זיין חבר מיט וואונדער, קוקט אים אָן אזוי,
איך פארשטיי נישט בכלל - דיינע אלע פראבלעמען
פון אינשורענס אזא פאל - מ'קען אלעס 'קלעימען'
וועסט מאכן א ריוח, ונשמחה בו.

אוי ניין ר' חיים פארשטייסט נישט די צרה
איך האב געהאט א פאלשע השערה
איך האב געמיינט, עס קען מיר קיינמאל גארנישט פאסירן,

איך האב אזויפיל נכסים, עס שפילט נישט קיין ראלע
פארוואס דארף איך אינשורענס, א שאד פאר די פאר דאלער
מיין גרויסע פארמעגן קען איך סייווי נישט פארלירן.

אוי אנה השם, אוי אוי אוי אוי
הושיעה נא,
אוי ר' חיים - וויינט ביטערלעך
פארוואס האב איך נישט באצאלט די פאר פרוטה'לעך
וואלט איך פארשפארט, יגון ואנחה.

זה היום עשה השם
געבליבן ליידער אן קיין היים
קיין געלט קיין קליידער אוי אוי אוי
פארוואס פארוואס האב איך נישט געטראכט
א גוטן אינשורענס זיך געמאכט
און דאן נגילה ונשמחה בו

נמשל:

דער מדרש דערציילט א, א פחד אין לשער
רבי ישמעאל כהן גדול, קומט ארויף בשמיא,
דער מלאך מט"ט זאגט אים, ידידי מיין פריינט
זעץ דיך אויף מיין שויס, איך וועל דיר מגלה זיין היינט
וואס וועט פאסירן מיט די אידן, דאס הייליג פאלק וואס שיינט,

ער זעצט זיך אראפ, די קאפ איז אים איינגעבויגן
אוי הייסע טרערן, רינען פון זיינע אויגן,
צי ווייסטו מיין פריינד, וואס ליגט באהאלטן בשמים?
אזויפיל צרות, אזוי שרעקליך, נורא ואיום
פאר די אידישע קינדער, צווישן די גוים.

ער כאפט אָן זיין האנט
צוזאמען ער שפאנט,
אין די טיפע היכלות, ביכער איבעראל איז
פול מיט צרות, זעקות ומרות
רבי ישמעאל פרעגט שאלות, פארוועם איז דאס אלעס?

קום מיין פריינט מארגן, אביסל טיפער אצינדער
איך וועל דיר ווייזן נאך ערגערע צרות
פארשריבן אויף די אידישע קינדער,
"אויוויי!" גיט ער א שריי, "ווי וועלן זיי דאס קענען אויסהאלטן?"
אויוויי, ווי טרעפט מען א ליכטיגקייט צווישן די שפאלטן
זאגט ער אים, איין עצה איז פארהאן, וואס קען אלע צרות אפהאלטן

ווייל דער קה רבון עלם ועלמיא
ווען ער הערט ווי מען שרייט: "אמן יהא שמיה",
לאזט ער די צרות, באהאלטן בשמיא
און ער שיקט ברכות אנשטאט זיי.

אויוויי, מען לעבט היינט אין א וועלט צייטן שווערערע
אויוויי, אין לך יום אזויפיל צרות מערערע,
אויוויי, אפילו דער גרעסטער עושר וואס האט אסאך געלט
ער קויפט זיך די בעסטע אינשורענס אויף די וועלט.

אבער מי יחיה גְבַר - ווער איז דען פארזיכערט פון צער
ווער קען דען געבן פאר אים א הבטחה
אויף געזונט און נחת און שטענדיגע ברכה
נאר איין אינשורענס קען ראטעווען מיגון ואנחה.

ווייל דער קה רבון עלם ועלמיא
ווען ער הערט ווי מען שרייט: "אמן יהא שמיה",
לאזט ער די צרות, באהאלטן בשמיא
און ער שיקט ברכות אנשטאט זיי.

אויוויי למקדשך טוב, אין שול אין מקדש מעט
אויוויי מען הערט זאגן קדיש מען לויבט דעם קודשא בריך הוא חד
אויוויי ווען מען שרייט הויך "אמן יהא שמיה רבא"
קויפט מען אינשורענס בזה ולהבאב

ווער וויל דאך נישט א ביטוח
פאר די קינדערלעך און פאר זיך?
זייטס נישט ווי דער עושר וואס האט זיך פארלאזט
אויף זיין גרויס פארמעגן, ס'האט אים טייער געקאסט
די בעסטע אינשורענס צו קויפן, א ברירה יעצט דו האסט.

ווייל קה רבון עלם ועלמיא
ווען ער הערט ווי מען שרייט, "אמן יהא שמיה",
לאזט ער די צרות, באהאלטן בשמיא
און ער שיקט ברכות אנשטאט זיי.

אוי קה רבון עלם השם יתברך
אנת הוא מלכא מלך מלכיא,
אמן יהא שמיה רבה מברך
לעלם ולעלמי עלמיא.

---
געקאפיעט פון די פידיעף פון דעם סידי.

אוועטאר
ישראלי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 3:26 pm

תגובהדורך ישראלי » זונטאג אפריל 01, 2018 1:52 am

גרויסן ייש"כ ר' למעלה משבעים, א גוטן מועד....
ארץ הצבי מה צבי זה אין עורו מחזיק את בשרו אף ארץ ישראל בזמן שיושבין עליה רווחא ובזמן שאין יושבין עליה גמדא..
מיט א תפילה צום באשעפער - אנא, השב שכינתך לציון עירך...

Forkosh
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 22, 2012 1:09 am

תגובהדורך Forkosh » דינסטאג אפריל 03, 2018 9:06 am

די אידישע ווערטער פון ניגון קרב יום פון מילוואקי?

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דינסטאג אפריל 03, 2018 10:10 am


בעקיטשע
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 22, 2017 12:51 am

תגובהדורך בעקיטשע » דינסטאג אפריל 03, 2018 10:15 am

איך זיך שוין לאנג די ווערטער פון אן אלטן ניגון פון קריאת ים סוף,
ס'הייבט זיך אן "א גערויש ביים מעהר" (עפעס אזוי)
מיין זיידע פלעגט עס זינגן יעדעס יאר שביעי של פסח, אביר איך האב קיינמאל נישט אויפגעכאפט געהעריג די ווערטער.

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דינסטאג אפריל 03, 2018 10:19 am

בעקיטשע האט געשריבן:איך זיך שוין לאנג די ווערטער פון אן אלטן ניגון פון קריאת ים סוף,
ס'הייבט זיך אן "א גערויש ביים מעהר" (עפעס אזוי)
מיין זיידע פלעגט עס זינגן יעדעס יאר שביעי של פסח, אביר איך האב קיינמאל נישט אויפגעכאפט געהעריג די ווערטער.

viewtopic.php?p=1277594#p1277594

בעקיטשע
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 22, 2017 12:51 am

תגובהדורך בעקיטשע » דינסטאג אפריל 03, 2018 10:29 am

ידיד האט געשריבן:
בעקיטשע האט געשריבן:איך זיך שוין לאנג די ווערטער פון אן אלטן ניגון פון קריאת ים סוף,
ס'הייבט זיך אן "א גערויש ביים מעהר" (עפעס אזוי)
מיין זיידע פלעגט עס זינגן יעדעס יאר שביעי של פסח, אביר איך האב קיינמאל נישט אויפגעכאפט געהעריג די ווערטער.

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 4#p1277594

באמת א גרויסן יישר כח.

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 720
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » זונטאג אפריל 08, 2018 6:53 am

אדער יא האט געשריבן:.א שיינעם דאנק ר’ אביגדור!

א שיינעם דאנק ר'אדער יא

ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 07, 2015 1:46 am

תגובהדורך ריטער טויערדאנק » דינסטאג מאי 15, 2018 1:01 am

די ניגון א אידישע מאמע, ווען מ'זוכט די ווערטער אנליין איז דא פלעצער ווי סשטייט נאך א פאל וואס די וועלט זינגט נישט, עפעס קינד אין וויגעלע, יאסעלע זינגט עס יא?
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-

ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 07, 2015 1:46 am

תגובהדורך ריטער טויערדאנק » דינסטאג מאי 15, 2018 1:04 am

היינט געהערט א ניגון
וואס איז שיין וואס איז נישט.. מ'טאר נישט ווערן צומישט

וויכטיג זענען סיפורי צדיקים..
איינער האט עני אינפא ווער זינגט, ווי מ'קען הערן און די ווערטער ביטע
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 720
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » דינסטאג מאי 15, 2018 11:38 am

ריטער טויערדאנק האט געשריבן:היינט געהערט א ניגון
וואס איז שיין וואס איז נישט.. מ'טאר נישט ווערן צומישט

וויכטיג זענען סיפורי צדיקים..
איינער האט עני אינפא ווער זינגט, ווי מ'קען הערן און די ווערטער ביטע

דו מיינסט דאס?
https://drive.google.com/open?id=1SThcQ ... eG77KqnNw-

פריצעל
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2013 7:34 pm

תגובהדורך פריצעל » דאנארשטאג מאי 17, 2018 5:38 pm

זענדל האט געשריבן:
ריטער טויערדאנק האט געשריבן:היינט געהערט א ניגון
וואס איז שיין וואס איז נישט.. מ'טאר נישט ווערן צומישט

וויכטיג זענען סיפורי צדיקים..
איינער האט עני אינפא ווער זינגט, ווי מ'קען הערן און די ווערטער ביטע

דו מיינסט דאס?
https://drive.google.com/open?id=1SThcQ ... eG77KqnNw-

כ'גלייב אז ער מיינט נישט דעם ניגון, ער באציעט זיך צי אן אלטען ניגון.

אני בעניי זיך אויך דעם ניגון ( געזען דאס נאך יענץ..)
viewtopic.php?f=18&t=11644&p=1671311#p1671311

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 720
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » פרייטאג מאי 18, 2018 1:35 am

פריצעל האט געשריבן:
זענדל האט געשריבן:
ריטער טויערדאנק האט געשריבן:היינט געהערט א ניגון
וואס איז שיין וואס איז נישט.. מ'טאר נישט ווערן צומישט

וויכטיג זענען סיפורי צדיקים..
איינער האט עני אינפא ווער זינגט, ווי מ'קען הערן און די ווערטער ביטע

דו מיינסט דאס?
https://drive.google.com/open?id=1SThcQ ... eG77KqnNw-

כ'גלייב אז ער מיינט נישט דעם ניגון, ער באציעט זיך צי אן אלטען ניגון.

אני בעניי זיך אויך דעם ניגון ( געזען דאס נאך יענץ..)
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 1#p1671311

ר' ריטער זאג שוין, דו מינססט דאס אדער נישט
(ער האט נישט געשריבן א אלטע ניגון)

אוועטאר
לבלוב
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 7:07 am

תגובהדורך לבלוב » מיטוואך מאי 30, 2018 8:45 am

אויב איינער קען ביטע ארויף לייגן די ווערטער פון די נייע סידי תשע"ח פון מאטי אילאוויטש,
שכויח.

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4895
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

גיב מיר אביסעלע כח

תגובהדורך eller » מאנטאג יוני 04, 2018 6:57 pm

כ'דארף זייער נויטיג די ווערטער פון די ניגון פון דודי קאליש רבוש"ע גיב מיר אביסלע כח.
א גרויסן דאנק
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9796
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג יוני 04, 2018 7:02 pm

eller האט געשריבן:כ'דארף זייער נויטיג די ווערטער פון די ניגון פון דודי קאליש רבוש"ע גיב מיר אביסלע כח.
א גרויסן דאנק

(קרעדיט: http://www.zingalyrics.com/lyrics/koach-feat-yedidim-ch)

הוא השם הוא הנותן לך כח
כח, כח, כח לעשות חיל
הוא השם הוא הנותן לך כח
כח, כח, כח לעשות חיל

הוא השם הוא הנותן לך כח
כח, כח, כח לעשות חיל
הוא השם הוא הנותן לך כח
כח, כח, כח לעשות חיל

רבונו של עולם גיב מיר אביסעלע כח
רבונו של עולם גיב מיר אביסעלע כח
רבונו, רבונו של עולם – רבונו, רבונו, רבונו של עולם
רבונו של עולם גיב מיר אביסעלע כח

רבונו של עולם גיב מיר אביסעלע כח
רבונו של עולם גיב מיר אביסעלע כח
כח דיר צו דינען, כח דיר צו לויבן
רבונו של עולם גיב מיר אביסעלע כח

הוא השם הוא הנותן לך כח
כח, כח, כח לעשות חיל
הוא השם הוא הנותן לך כח
כח, כח, כח לעשות חיל
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4895
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג יוני 04, 2018 10:24 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
eller האט געשריבן:כ'דארף זייער נויטיג די ווערטער פון די ניגון פון דודי קאליש רבוש"ע גיב מיר אביסלע כח.
א גרויסן דאנק

(קרעדיט: http://www.zingalyrics.com/lyrics/koach-feat-yedidim-ch)

הוא השם הוא הנותן לך כח
כח, כח, כח לעשות חיל
הוא השם הוא הנותן לך כח
כח, כח, כח לעשות חיל

הוא השם הוא הנותן לך כח
כח, כח, כח לעשות חיל
הוא השם הוא הנותן לך כח
כח, כח, כח לעשות חיל

רבונו של עולם גיב מיר אביסעלע כח
רבונו של עולם גיב מיר אביסעלע כח
רבונו, רבונו של עולם – רבונו, רבונו, רבונו של עולם
רבונו של עולם גיב מיר אביסעלע כח

רבונו של עולם גיב מיר אביסעלע כח
רבונו של עולם גיב מיר אביסעלע כח
כח דיר צו דינען, כח דיר צו לויבן
רבונו של עולם גיב מיר אביסעלע כח

הוא השם הוא הנותן לך כח
כח, כח, כח לעשות חיל
הוא השם הוא הנותן לך כח
כח, כח, כח לעשות חיל

א גרויסן דאנק אייך קנאפער
ווי אייביג דער ערשטער צו העלפן א צווייטען !
זאל דער אויבערשטער דיר געבן געזונט און "כח"
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2380
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג יוני 05, 2018 12:03 am

ריטער טויערדאנק האט געשריבן:היינט געהערט א ניגון
וואס איז שיין וואס איז נישט.. מ'טאר נישט ווערן צומישט

וויכטיג זענען סיפורי צדיקים..
איינער האט עני אינפא ווער זינגט, ווי מ'קען הערן און די ווערטער ביטע

עס פלעגט זיין אויף אידישע קלעסיקס. ווער קען ברענגן?

אוועטאר
מַחְכִּימַת פֶּתִי
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:37 pm

תגובהדורך מַחְכִּימַת פֶּתִי » דינסטאג יוני 05, 2018 12:25 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:
ריטער טויערדאנק האט געשריבן:היינט געהערט א ניגון
וואס איז שיין וואס איז נישט.. מ'טאר נישט ווערן צומישט

וויכטיג זענען סיפורי צדיקים..
איינער האט עני אינפא ווער זינגט, ווי מ'קען הערן און די ווערטער ביטע

עס פלעגט זיין אויף אידישע קלעסיקס. ווער קען ברענגן?

דא האסטו ס'איז אויף 'אידיש קלאסיק' #2 - טרעק 4 (ניגון אודה לקל, סוף טרעק פארט ער אריין אין דעם ניגון)

אוועטאר
מַחְכִּימַת פֶּתִי
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:37 pm

תגובהדורך מַחְכִּימַת פֶּתִי » דינסטאג יוני 05, 2018 12:34 pm

מַחְכִּימַת פֶּתִי האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:
ריטער טויערדאנק האט געשריבן:היינט געהערט א ניגון
וואס איז שיין וואס איז נישט.. מ'טאר נישט ווערן צומישט

וויכטיג זענען סיפורי צדיקים..
איינער האט עני אינפא ווער זינגט, ווי מ'קען הערן און די ווערטער ביטע

עס פלעגט זיין אויף אידישע קלעסיקס. ווער קען ברענגן?

דא האסטו ס'איז אויף 'אידיש קלאסיק' #2 - טרעק 4 (ניגון אודה לקל, סוף טרעק פארט ער אריין אין דעם ניגון)

און דא האסטו צו הערן ווי הרב אברהם מרדכי מלאך שליט"א זינגט דעם ניגון לעצטענס ביים סוף פון זיינס א שיעור, ער זאגט ס'איז א מאדזיצער ניגון


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט