בדחן - הר"ר פנחס (פינקי) וועבער

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

בדחן - הר"ר פנחס (פינקי) וועבער

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג פאברואר 13, 2007 3:47 pm

הערנדיג זיינע טעיפס, און צומאל זיצנדיג ביי חתונות ווי פינקי האט געגראמט האט ער מיך ארויסגענומען פון די כלים מיט זיין געוואלדיגן כח, און איך שפיר אז ס'איז ווערט באשריבן צו ווערן.

איינס, זיינע איינפאלן.

צוויי דאס שטימע זיינע.

דריי, דער וועג פון גראמען.


על ראשון ראשון ועל אחרית שנית.. (נוסח מאשקע).

זיינע איינפאלן:
ביי א חתונה ווי דער אבי החתן איז שוין געווען בעלמא דקשוט, און דער חתן איז געווען דאס עלטסטע קינד.
האט ער בשעתן אויסגראמען די חתן, ארומרעדענדיג אז דער טאטע געפינט זיך בתוכינו, און ער מאכט אוודאי א "שהחיינו" אויף די שמחה, האט מען אנגעצינדן א טעיפ ווי דער טאטע (ע"ה!) מאכט א שהחיינו מיט אן התלהבות (ביי א חנוכה ליכט צינדן ערשטע נאכט). דאס האט געקאסט פאר מיר – פרעמדער צוהערער אויפן טעיפ – טרערן אין די אויגן.


בשעת ער האט אויסגעגראמט דעם חתן, זינגענדיג אויפן הייסן ווארימען ניגון:
אוי הייליגער באשעפער וויפיל איז דער גבול
וויאזוי קען זיין אז דאס גלעזל איז נאכנישט פיל

האט ער ווי פארשטענדליך ארומגערעדט פון צרת הכלל, וואס כלל ישראל מאכט מיט, (דאס אליין איז ווערט א באזונדערע אשכול צו אפי' פורום ווי שטארק ער לייגט עס אראפ), מיט א געשטיקטע שטימע וויינענדיגערהייט, האט ער אינמיטן אויסגראמען געזאגט בתוך הדברים: חתן דו אליין ווייסט, וויפיל אידן מאכן מיט בכל מקומות מושבותיהם, דו אליין'ס האסט דאך דעם קשיא פון דיין זיידן געטון פרעגן: האט ער אנגעצינדן א טעיפ ווי דער חתן אלטס יונג קינד, האט געזינגן מיטן קינדערישן שטימע דעם אויבערדערמאנטן ניגון, בשעת פינקי אליין העמינייזד אינטער. עפעס מורא'דיג.

ער נעמט פארשידענע ניגונים, ער הייבט אן מיטן ניגון אויסצוגראמען די זיידע מיט די באבע וכו' וכו', אבער צום סוף ווערט די ווערטער פון די ניגון די ווערטער וואס ער וויל ס'זאל ארויסקומען. לדוגמא, ער נעמט די ניגון פון צמאה לך נפשי, (קאלוב'ער ניגון מיין איך), ס'איז מוראדיג ווארים, אבער קודם גראמט ער אויס די מדות און ערליכקייט פונעם זיידן וואס איז שוין בעלמא דקשוט, און ער ענדיגט שפעטער ממש מיט די ווערטער צמאה לך נפשי, מיר בענקן זיך צו דיר זיידע, אוי אוי אוי כן בקודש חזיתיך, ווי האבן מיר דיך די זכי' צו זעהן וכו' וכו', ס'גיסט אריין עמערס מיט טרערן צוזאמען מיטן ניגון.. ס'איז אויסטערליש.

און ער טוט דאס כמ"פ אז מ'צוגייט.

*
אזאך וואס איז ניי (אזוי מיין איך, איך בין נאר געבוירן געווארן אין די תש' יארן..) אז ער וועט נעמען צוויי דריי ווערטער, און דער גראם וועט זיין אין איין ווארט. לדוגמא:

להתוודע ולהגלות
וכו' וכו' די יאר איז,
און אזוי כהנה וכהנה וואס איך אלטס "נישט ווייסער" וועל נאר אזוי צושמייכלן דערצו און דעטסאיט.


דאס שטימע זיינע:
אויסטערליש, געוואלדיג (קע"ה), ער ציט ארויף אן א פחד אז אפשר וועט ער דאס פארלירן, און ווי מ'קען באמערקן שטייט ער כמה פעמים ממש ביים שפיץ דערפון, אבער ער איז גוט.

איך וועל נאך מוסף זיין, בל"נ.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג פאברואר 13, 2007 3:58 pm

ס'האט זיך שוין לאנג אויסגעפעלט א אשכול איבער אים, די שרייבסט דאך שוין רוב זאכן,
כ'מיין מיט איידיעס, דאס איז זיכער, ער איז אויסטערליש גוט דעראון,
זיין שטימע ? אויף דעם קען מען זיך שוין דינגען, דאס הייסט, זיין כח הנגינה איז אויסטערליש מעכטיג, אבער אויף די שיינקייט פון זיין שטימע איז שוין דא קעגנערס,
די וועג פון גראמען, דאס מיינט דייקא נישט גראמען, ס'איז זיין אייגענע פאברעצירטע וועג פון גראמען,

בכל אופן, ער איז א סטאר. (מיט א פתח)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג פאברואר 13, 2007 4:41 pm

לית מאן דפליג אז פינקי איז גוט. און גוט איז נישט דאס ווארט.
ער קען ממש מאכן א הארץ צעגיין.
ער האט פילע אנהענגער (פענס) אין די חרדי'שע גאס, וועלכע זענען ממש צוגעבינדן צו זיינע טעיפס. און נישט אומזיסט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג פאברואר 13, 2007 5:10 pm

לאמיר קודם דא צולייגן א ווארט צוויי:

ס'האט מיר געזאגט א בן-תורה וראש ישיבה, הערנדיג צוזאמען איינע פון זיינע שטיקלעך אין קאר, זאגט ער מיר:

איך געדענק נאך, ווען א רבי האט מיט זיינע ווערטער געמאכט וויינען א ציבור אידן, און א בדחן האט געמאכט לאכן..! (אוי איז ער גערעכט).

ער האט זיך אפגערעדט אויף דעם וואס ביי א שמחה ביי אידישע קינדער, צונעמט מען אזוי צרות ישראל, און נישט אזוי ווייט צרות הכלל ווי מ'מישט אויף אינערליכע ווייטונגן וואס די משפחה איז אדורך, און מ'צונעמט עס אויף שברי שברים (תרתי משמע). פארוואס טוט מען דאס? ע"כ


ביי א צווייטע געלעגנהייט האב איך געהערט אויף כ"ק אדמו"ר שליט"א (וואע"מ) אז ער האט נישט געוואלט מ'זאל נעמען פינקי ביי זיינס א שמחה, ווייל ווען א יונגערמאן א חסיד שטעלט זיך אויף אין דערמאנט אין זיינע ווערטער אז דער רבי זאל איינרייסן פאר בני חיי ומזוני וכו' מיינט ער וואס ער זאגט, ס'איז דברים היוצאים מן הלב. משא"כ ווען פינקי צו סיי ווער ס'וועט דאס טון מיינט ער גארנישט. (נישט ריכטיג, ער מיינט גאר שטארק מזוני...).


ווי ס'איז שוין געווען אויף "צופר", האט יעדער געקענט זעהן אז אסאך מאל ציהט ער איבער דאס שטריק גאר געפערליך, ביי די חתונה פון לעלוב, וואס איז פארגעקומען צוויי וואכן נאך די פטירה פון זיין בחור'ל שמעון. טרערן גייען מיר פון די אויגן זיך דערמאנענדיג וואס ער האט דארט אפגעטון. מבהיל!

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג פאברואר 13, 2007 10:13 pm

יגר;

גוט ארויסגעברענגט פילע פונקטן, אבער איבער די שטימע אישו, האלט איך גראדע ווי די פילע פון וואס צייטליך רעדט, עס איז האריבעל, נארוואס יא, ער שפילט זיך ארום מיטן שטימע כאילו עס איז א פארטעבל חפץ, וואס דאס איז ווערט צו באגריסן.

איבער די איינדערע פוינט, איי קאלד נאט עגרי מאאר מיטן ראש ישיבה, איך פערזעהנליך אינדשוי עס זייער צו הערן ווי ער מאכט וויינען דעם עולם, אבער איך האלט אז עס איז א רשעות גמור צו נעמען א חתן ביום שמחת לבו, שוין נאכן קבלת פנים, און ווער רעדט נאך ווען עס איז יתום וואס דאן איז ער דאך געוואלדיג (פאר די טעיפס פארשטייט זיך) און אים (דעם חתן) צו'מזיק'ן אויף פיצלעך.

נאר וואס דען, א חתן וואס נעמט אים ווייסט דאך ווער ער איז, זעהט אויס אז עס זענען דא חתנים וואס גלייכן עס יא, אבער לכאורה אזי די סיבה וואס מען נעמט אים, ווייל ווען מען הערט די טעיפ ווערט מען ממש משוגע פון זיין ארבעט, און מען כאפט זיך נישט אז עס איז שיין ווען ער טוט דאס פאר יענעם.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך פאברואר 14, 2007 1:54 pm

יגרסהדותא האט געשריבן:ביי א צווייטע געלעגנהייט האב איך געהערט אויף כ"ק אדמו"ר שליט"א (וואע"מ) אז ער האט נישט געוואלט מ'זאל נעמען פינקי ביי זיינס א שמחה, ווייל ווען א יונגערמאן א חסיד שטעלט זיך אויף אין דערמאנט אין זיינע ווערטער אז דער רבי זאל איינרייסן פאר בני חיי ומזוני וכו' מיינט ער וואס ער זאגט, ס'איז דברים היוצאים מן הלב. משא"כ ווען פינקי צו סיי ווער ס'וועט דאס טון מיינט ער גארנישט. (נישט ריכטיג, ער מיינט גאר שטארק מזוני...).


כ'ווייס נישט ווער דער כק אדמור איז, אבער ווער עס זאל נאר נישט זיין, האלט איך אז ער איז מיט די נקודה נישט גערעכט. פינקי מאכט נישט וויינען אויב ער וואלט נישט געשפירט די ווייטאג פון דעם ענין אויף וואס ער רעדט. מ'קען עס זעהן אסאך מאל ווען ער טויג טאקען נישט אזוי גוט. איז דאס צוליב וואס ער איז נישט דערביי, און סיז נישט יוצאים מן הלב. די גרעסטע ראי' צו דעם איז, אז געווענדליך איז עס יא נכנסים אל הלב.

ישראל_הלוי
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 12:05 pm

אז מען הערט אמאל אלטע טעיפס, פון ר' חיים מענדל וכדו', זעט מען אז די גאנצע מצוה טאנץ איז געווען א שמחהדי'גע אין א פרייליכע, נישט איין טרויעריגע אין זויערע וויינעדיגע עפיזאד, דאס איז געווארן שפעטער, אין מען דארף דאס שטארק דעבאטירן וועלכע עס איז ריכטיג.

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 12:42 pm

my two cents
איך מיין קיינער איז נישט מחולק מיט פינקי'ס טאלאנט. ער איז א מייסטערהאפטיגער בדחן וואס מען הערט ווייניג. ער האט א זעלטענעם חוש צו מאכען א יש מאין און ארויס ברענגען א טרער פון א הארטען ברעט.
ער גראמט אבער לויט וואס דער עולם האט ליעב און פארלאנגט, איך גלייב אז ווען א מחותן צו א חתן וועט אים בעטען צו מאכען נאר וויצען וועט ער דאס אויך טוען.
איז אויב מען איז דא דן פארוואס עס איז היינט געווארען א סטייל פון מספיד זיין די לעבעדיגע מחותנים, האט דאס אויך צו טוען מיט'ן ציבור. גענוי ווי א שיינער האלל שטעלט צו א פענסי חתונה לויט די בקשה פון די קונדען. און די קליידער סטאר'ס ברענגען אריין די נייעסטע סטיילס ווי דער עולם פארלאנגט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 12:49 pm

צו בדחנ'ען איז פינקי נישט די בעסטע. ער קען נישט אזוי גוט מאכן לאכן ווי ער קען מאכן וויינען.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 2:36 pm

מאשקע, זאג א נאמען וועם דו האלטסט אז יענער לייגט אראפ בעסער א בדחנות שטיקל (דער ניגון דער תוכן און אלעס וואס א בדחן דארף קענען).

מאכן לאכן איז ער טאקע נישט דאס בעסטע, מילד גערעדט. אבער בדחנות, זאג א נאמען, מ'וועט דאס איבערשמועסן בין הני חבוריא

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 3:06 pm

יגר: קודם לאמיר אפטייטשן דאס ווארט בדחנות.
אויף ענגליש: clowning, joking, jesting, drollness
אויף לשה"ק: ליצנות, עליצות, התלוצצות, מצחיקנות, בדרנות, ג'וקריות , קומיקאיות, וואטעווער

יעצט איז אזוי. ווען איך האב גערעדט פון בדחנות
מאשקע האט געשריבן:צו בדחנ'ען איז פינקי נישט די בעסטע. ער קען נישט אזוי גוט מאכן לאכן ווי ער קען מאכן וויינען.

האב איך געמיינט צו זאגן דאס וואס מ'רופט ביי אונז "דזשאוקס". צו דעם טויג ער נישט אזוי גוט.
דאס וואס דו רעדסט, רופט זיך "גראמען", און אויף דעם איז דאך קיינער נישט מחולק אז ער איז דער גרעסטער בדורינו.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 2:27 pm

מאשקע האט געשריבן:לית מאן דפליג אז פינקי איז גוט. און גוט איז נישט דאס ווארט.
ער קען ממש מאכן א הארץ צעגיין.
ער האט פילע אנהענגער (פענס) אין די חרדי'שע גאס, וועלכע זענען ממש צוגעבינדן צו זיינע טעיפס. און נישט אומזיסט.

צ"ל גוט איז יא דאס ווארט!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17604
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 4:01 pm

מאשקע האט געשריבן:לית מאן דפליג אז פינקי איז גוט. און גוט איז נישט דאס ווארט.


מאשקע, איך בין א לית מן? איך בין געהעריג מחולק מיט דיר, אין מיינע אויגן איז פנחס וועבער טאקע, גאנץ א גוטע קאמפאוזער, מורא'דיג מוזיקאליש, און ווען ער וויל, גראמטער עפעס מורא'דיג, אבער היינט צו טאגס, ביי א נארמאלע חתונה, איזער (לויט מיין פארשטאנד) בכלל נישט גוט, ער רעדט און רעדט, און זאגט גארנישט.

און ווער רעדט נאך ווען ער קומט צו א חתונה וואס ס'איז דא א זינגער, אבער דער מחותן צאלט נישט קיין פינעף אלפים, פארגעט אבאוט איט! די גאנצע צייט ליגטעם זיין קאפ אין די פזמונים, ער טראכט ווי ער קען אריינווארפן די אפגעשמיעסטע ווארט, וואס ביי דעים קומט דער זינגער אריין, און ער קען צאם רעדן שטותים מיט הבלים, דער עיקר איז, דער פזמון איז געלונגען!

אויך קען איך נישט פארנעמען ווען ער נעמצעך מאכן הספדים, ווי איינער האצעך אמאל אויסגעדריקט, כ'מזל כ'האב חתונה געמאכט, ווייל אזוי ווייסעך אז מיין ווייב וויינט ביי די לעכט, איי מין, דיס איז סטופיט!

אבער נישט נאר אויף די מענטשען אין זאל, נאר ער הייבט אן דערמאנען וויפיל עקסידענט'ס ס'איז דא, און וויפיל יתומים ס'איז דא, וואס ווילער?! ער ווייסט נישט אז כ'ליין די נייעס יעדן טאג? און טאמער האבעך עפעס פארפאסט, קריגעך עניוועי א טעקסט מיט די נייעס, איי דאונט געט איט!

אבער מאכט נישט קיין טעות, ער איז נאך אלץ "די בעסט" ווען ער גרייצעך אן, און "וויל" זיין גוט, א_וואו ביי רבישע חתונות, אדער ביי חתונות וואס דער מחותן צאלט וויפיל ס'פעלצעך אויס, און די זעלבע איז מיט זיין זינגען, ער האט א מורא'דיגען חוש ארויפצוברענגען הארמאניע'ס מיט זיין מויל, וואס א נארמאלע מענטש קען נאר אמאל ארויפברענגען במחשבה.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 7:29 pm

וויכטיג מאכער, מאך א שווייג, איך בין מיט דיר!!! שאאאא!

איך בין זייער גוט מיט ר' פנחס מרדכי, און זאל קיינעם נישט איינפאלן אז איך ווייס נישט פון זיינע טאלאנטן, נ'אבער אין אן אמת'ן, ליבע חברים, וויפיל המצאות קען איין מענטש אויפקומען מיט? ער האט געפאקט און געפאקט, און, דעט'ס איט! די קוואל האט זיך אויסגעטרוקנט!

און די בראשית יארן ווען ער האט אנגעהויבן, האט ער גענומען די וועלט מיט שטורעם, אבער דער שטורעם האט זיך איינגעשטילט, אדער האט זיך דער עולם צוגעוואינט צום שטורעם...

נ'אוודאי אז איינער וועט בעצאלען רבי'שע פרייזען ווי די משפחה הידוע פלעגט באצאלען, יא, וועט ער האבן אן אויסנאם'ס דשאב, אבער סתם א מחותן קען טרעפן פיהל בעסערס ערגעץ אנדערש.

והא ראי' אז אלע פענ'ס וואס הערן אים אויס א גאנצן טאג, הערן איבער און איבער די זעלבע פאר 'אויסגערופענע' חתונות, נישט סתם רעגולער חתונות.
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 9:18 am

וויכי און פאלפי, איר זענט גערעכט און איר זענט גערעכט. יעדער מענטש, אנגעהויבן ביי א גראפיקער און געענדיגט ביים פענטן, באקומט אן ארבעט לויט וויפיל מ'באצאלט. דער ר' פנחס [פנקי בלע"ז] האט פאר זיינע באצאלטע קליענטן אראפגעלייגט אן ארבעט א ברכה צו מאכן. און פון דעם רעדט מען. וואס מיינסטו, מיר רעדן דען ווי שיין זיין גרעפץ נאך די טשולענט איז??? קאם אן, וויכי, וואס איז דאס אראפגעפליכעכצט דא, האט מען דען דא גערעדט פון די פלענע חתונות?

אקיצור, וויאזוי האט מאשקע פאראיאר געזאגט און ס'ווערט פון יאר צו יאר איבערגעשריבן נאכאמאל און נאכאמאל: לית מאן דפליג אז פינקי איז גוט. און גוט איז נישט דאס ווארט.

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 11:13 am

יגרסהדותא האט געשריבן: אקיצור, וויאזוי האט מאשקע פאראיאר געזאגט און ס'ווערט פון יאר צו יאר איבערגעשריבן נאכאמאל און נאכאמאל: לית מאן דפליג אז פינקי איז גוט. און גוט איז נישט דאס ווארט.


ניין יגרל, איך בין מחולק מיט דעם סטעיטמענט!! (סארי מאשקע) דאס ווארט 'גוט' אלץ א כלל אויפן גאנצן מענטש קענסטו בלויז נוצן ווען טאקע אלעס איז 'גוט'. נ'אבער אז דו אליינס ביסט מודה אז ס'איז נישט אייביג 'גוט' נאר ביי געציילטע פלעצער, דעמאלט'ס נוץ נישט דאס ווארט 'גוט' אויפן גאנצן מענטש.
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:09 pm

פלאפי, לויט דעם כלל איז נישט דא קיין בן אדם אויף וועם מ'קען זאגן אז ער איז 'גוט'.

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:14 pm

איזאק 'גוט' געזאגט!!
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:26 pm

מר. לעסמאן, דו ביזט בכלל נישט פַּליִג (נישט די פליעדיגע) מיט מיר. ער איז גוט ווען מ'צאלט אים גוט, אזוי ווי יגר האט שוין ערווענט. פאר א פלעינע חתונה איז זיכער דא בעסערע בדחנים.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17604
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 2:51 pm

יגר, מאשקע, עטס זענט'ס ביידע גוט! (געציילטע מאל, ווען מ'צאלט, ניין?) ס'ווענצעך פון וואס מ'רעדט.

קען ער זיין גוט? יא!

איזער געווענליך גוט? ניין!

דרך אגב, וועלעכע בדחן וואלט איר גענומען ביי א "פלעינע" חתונה? איך וואלט גענומען "מרדכי דוד עסטרייכער", וואס האלט עטס וועגן עם?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 2:53 pm

איך וויל נישט ח"ו איינטיילן פאר קיינעם, איך בין נישט קיין מנהל אדער אחראי, אבער איך מיין אז קודם דארף מען פרעגן רשות פון די אלע בדחנים צו זיי זענען מסכים אז זייער נאמען זאל ארויפגעלייגט ווערן אויפן ברייטן געוועב.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17604
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 3:02 pm

קענסט מיך? האט געשריבן:איך וויל נישט ח"ו איינטיילן פאר קיינעם, איך בין נישט קיין מנהל אדער אחראי, אבער איך מיין אז קודם דארף מען פרעגן רשות פון די אלע בדחנים צו זיי זענען מסכים אז זייער נאמען זאל ארויפגעלייגט ווערן אויפן ברייטן געוועב.


איך בין אויך נישט קיין מנהל אדער אחראי, אבער טאמער דו האסט א פראבלעם, קענסטע מיר שיקן אין אישית.

ביידעוועי, ס'איז מיט רשות..............................................
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 3:16 pm

מרדכי דוד איז זייער גוט, מיא דוכט זיך אהער אז ער איז מער פארן גאר חסידישן עולם, און נישט אזוי ווייט פארן מער בעל בית'שן עולם, נישט אז ס'איז חלילה א פראבלעם, אבער כ'מיין אז ס'איז דא מער 'יוניווירסעל' בדחנים ווי אים.

צום ביישפיל ישעי' פוקס קען מען זעהן סיי ביי א רבי'שע שמחה און סיי ביי א בעל בתיש'ע שמחה
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג דעצמבער 26, 2008 10:07 am

פלאפי איד, איר לעבט אין א טעות.

מרדכי דוד איז היינט פון אויסגעריפענסטע בדחנים, סיי מיט זיינע מייסטערהאפטיגע איידיע'ס, און צו דעם קען ער זייער גוט זינגען, ער האלט זיך שטארק אויפן טאן און ער שרייט נישט הויעך נאר זייער סאליד.

ער איז א בדחן פאר אלע ערלייי משפחות און קרייזן, איך האב לעצטענס געהאט עטליכע משפחה שמחות ווי ער האט גע'בדחן'ט, דער עולם האט עס מורא'דיג אינדזשויט.

דיין טעות נעמט זיך, וויבאלד איז ער דער גרעסטע אויף דער מארק ווען עס קומט צו רבנישע חתינות, וואס דארט איז ער דער עקספערט! אבער דאס נעמט נישט אוועק פון קיין פשוטע חתנות.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » פרייטאג דעצמבער 26, 2008 11:47 am

צייטליך, גוט געזאגט.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט