איך זוך א ניגון

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מיטוואך אפריל 17, 2013 7:16 am

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:"כל ברואי מעלה" ["שלושים ושתים נתיבות שבילך"] בניגון של קארלין - לעלוב
אפשר עמיצער קען מיר העלפן?

יא, פאר א סטרעטענער אייניקל האמער דרך ארץ.

האט איר דא וואס הרה"ח הישיש ר' אהרן הויזמאן ז"ל האט געזונגען.
ר' אהרן האט געהייסן פון שטארק פארלעסליכע מקורות אויף ניגוני קארלין.

רעדט אויס אינמיטן הסבר און ידיעה ארום סדר הניגון.
ר' אהרן האט אויך געהייסן א גרויסער ידען און מספר, אידן פלעגן כסדר אפזיצן ביי אים און נאשן.

אביסל אומקלאהר מחמת די אלטקייט פון טעיפ, מען קען אבער געהעריג הערן, פאר וועם עס איז וויכטיג איז עס ווערד.

ווייסט איר וואס?
נאט אייך נאך איינס פון אן אנדער איד, ער זיגט נאך ר' יעקב ווינקלער ע"ה, ער, דער איד וואס זינגט, שוין אויך נישט בין החיים ע"ה,
יויש... פארגעסן דעם נאמען... פון ארץ ישראל, געוואוינט אין מאנסי די לעצטע יאהרן... נו... א נידריגער אידל מלא חיות... נו...
יא!... ר' דוד'ל האראוויטץ ע"ה.

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » דאנארשטאג אפריל 18, 2013 2:56 pm

א דאנק און א גרויסען שכוייעח בעאבאכטער... ובפרט אז ר' דוד הורוויץ זצ"ל איז גיווען מיין קרוב.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » זונטאג מאי 05, 2013 7:11 pm

ווי קען איך טרעפן אפילו פאר געלט די פאלגענדיגע ניגונים

ואני תפילתי לך השם (סקולען)

זכר דבר לעבדיך (שטייטע סקולען)

פליאה דעת ממנו נשגבה (מלאכים שרפים ואופנים פרעגן)

הושיעה את עמך (שנעלע סקולען)

שבת היא מלזעוק (סקולען)

אודך ה' אלוקי בכל לבבי (שטייטע סקולען)

א גרויסע שכוח
יאנקעל די פופציגער

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3216
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » זונטאג מאי 05, 2013 11:11 pm

דאכט זיך אז א טייל פון די ניגונים זענען אויף די סקולענע טעיפ השיבה לי
הנותן לשכוי בינה...

אור
שר האלף
תגובות: 1935
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מאנטאג מאי 06, 2013 9:53 am

jkup50 האט געשריבן:ווי קען איך טרעפן אפילו פאר געלט די פאלגענדיגע ניגונים
פליאה דעת ממנו נשגבה (מלאכים שרפים ואופנים פרעגן)
א גרויסע שכוח

בערי וועבער "פארברענג 2" יעצט ארויס פאר ספירה

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מאנטאג מאי 06, 2013 9:58 am

ער זינגט עס נישט גוט (אדער קען איך נישט די ניגון)
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

Composer
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 08, 2011 11:58 am
לאקאציע: אין עולם הנגינה

תגובהדורך Composer » מאנטאג מאי 06, 2013 11:54 am

[quote="jkup50"]ווי קען איך טרעפן אפילו פאר געלט די פאלגענדיגע ניגונים

זכר דבר לעבדיך (שטייטע סקולען)

דא האט איר

זכר דבר

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » מאנטאג מאי 06, 2013 5:33 pm

Composer האט געשריבן:
jkup50 האט געשריבן:ווי קען איך טרעפן אפילו פאר געלט די פאלגענדיגע ניגונים

זכר דבר לעבדיך (שטייטע סקולען)

דא האט איר

זכר דבר

א גרויסע שכוח KEEP IT COMING
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » דינסטאג מאי 07, 2013 12:43 am

איך זוך די ניגון אב הרחמים פון בעלז, איך מיין איינע פון די ספירה טעיפס האבן עס.
ווער ס'קען עס מיר דראפבאקסן וואלט איך הנאה געהאט.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג מאי 07, 2013 10:42 am

לוי יצחק האט געשריבן:איך זוך די ניגון אב הרחמים פון בעלז, איך מיין איינע פון די ספירה טעיפס האבן עס.
ווער ס'קען עס מיר דראפבאקסן וואלט איך הנאה געהאט.

viewtopic.php?p=576711#p576711

דאס איז מיט מוזיק
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10093
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג מאי 07, 2013 3:01 pm

jkup50 האט געשריבן:ווי קען איך טרעפן אפילו פאר געלט די פאלגענדיגע ניגונים
.....
אודך ה' אלוקי בכל לבבי (שטייטע סקולען)

נאדיר!
זכר דבר לעבדיך

איך האב א סקולענע "זכר דבר", אבער צו מיר סאונד עס שנעל!
איז דא צוויי?!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10093
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג מאי 07, 2013 3:12 pm

יעצט געטראפן די שטאטע "זכר דבר"
דא האסטו
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » דאנארשטאג מאי 09, 2013 8:49 pm

jkup50 האט געשריבן:ווי קען איך טרעפן אפילו פאר געלט די פאלגענדיגע ניגונים

ואני תפילתי לך השם (סקולען)

פליאה דעת ממנו נשגבה (מלאכים שרפים ואופנים פרעגן)

הושיעה את עמך (שנעלע סקולען)

שבת היא מלזעוק (סקולען)

א גרויסע שכוח


קלענער געמאכט די ליסט, ווער קען זיך נאך אנרופען?
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » דאנארשטאג מאי 09, 2013 8:57 pm

jkup50 האט געשריבן:
jkup50 האט געשריבן:ווי קען איך טרעפן אפילו פאר געלט די פאלגענדיגע ניגונים



פליאה דעת ממנו נשגבה (מלאכים שרפים ואופנים פרעגן)


א גרויסע שכוח


קלענער געמאכט די ליסט, ווער קען זיך נאך אנרופען?

אויס קענסטי באשטיין צי הערן ווי איינער פארדרייט די ניגון אביסעל קענסטי עס הערן אויף בעררי וועבער נייע פארברענג,

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » דאנארשטאג מאי 09, 2013 9:01 pm

מייקראסאפט האט געשריבן:
jkup50 האט געשריבן:
jkup50 האט געשריבן:ווי קען איך טרעפן אפילו פאר געלט די פאלגענדיגע ניגונים



פליאה דעת ממנו נשגבה (מלאכים שרפים ואופנים פרעגן)


א גרויסע שכוח


קלענער געמאכט די ליסט, ווער קען זיך נאך אנרופען?

אויס קענסטי באשטיין צי הערן ווי איינער פארדרייט די ניגון אביסעל קענסטי עס הערן אויף בעררי וועבער נייע פארברענג,


לכתחילה וואלט איך געוואלט עפעס בעסער
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך מאי 29, 2013 10:46 pm

דעם יו"ט האב איך געהערט (לכאורה צום ערשטען מאל) דעם הערליכען באבאווער ניגון אויף השב שכינתך לציון עירך און איך וויל עס איבערהערען, קען עס איינער ביטע ארויפשטעלען. א דאנק.

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1096
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » דאנארשטאג מאי 30, 2013 12:06 pm


אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג מאי 30, 2013 12:10 pm

יישר כח יענקל, דא איז א לינק עס צו דאונלאודן

https://dl.dropboxusercontent.com/u/9440892/Hosheiv.mp3
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דאנארשטאג מאי 30, 2013 5:31 pm

תבורכו שניכם ממקור הברכות.

לדעתי ווענד זיך ביי דעם ניגון אסאך אין די קולות ליווי ,איך האב עס געהערט פון החזנים האחים ראטה מיט עטליכע אונטערזינגערס און עס איז געווען תאווה לאזנים.

אגב, דער ינחינו ניגון איז אויך נישט שלעכט, אינאיינוועגענס בין איך געוואויר געווארען אז זיי זענען פון האדמו"ר ר' שלמה מבאבוב.

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » פרייטאג מאי 31, 2013 2:36 am

יוסף שרייבער האט געשריבן:תבורכו שניכם ממקור הברכות.

א הערליכע ניגון...

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » זונטאג יוני 02, 2013 7:54 am

יוסף שרייבער האט געשריבן:תבורכו שניכם ממקור הברכות.

לדעתי ווענד זיך ביי דעם ניגון אסאך אין די קולות ליווי ,איך האב עס געהערט פון החזנים האחים ראטה מיט עטליכע אונטערזינגערס און עס איז געווען תאווה לאזנים.

אגב, דער ינחינו ניגון איז אויך נישט שלעכט, אינאיינוועגענס בין איך געוואויר געווארען אז זיי זענען פון האדמו"ר ר' שלמה מבאבוב.


זיי זענען נאר שטיקעלעך פון ניגונים
דער פריערדיגע רב זצ"ל האט פארפאסט דאס גאנצע מזמור לדוד און ותערב
און ר' דוד ווערגידער האט ארויסגענומען פון זיי ינחינו און השב
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » זונטאג יוני 02, 2013 5:54 pm

איך זוך די ניגון פון ר׳ יו״ט ערליך לאמיר זיך אומקערן ברידערליך

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » זונטאג יוני 02, 2013 6:25 pm

הערליך האט געשריבן:איך זוך די ניגון פון ר׳ יו״ט ערליך לאמיר זיך אומקערן ברידערליך

https://dl.dropboxusercontent.com/u/944 ... MKEREN.mp3
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » זונטאג יוני 02, 2013 6:32 pm

א גרויסן יישר כוח, זאל אייך דער אויבערשטער באצאלן אלעס גוטס

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » זונטאג יוני 02, 2013 11:48 pm

msp האט געשריבן:זיי זענען נאר שטיקעלעך פון ניגונים
דער פריערדיגע רב זצ"ל האט פארפאסט דאס גאנצע מזמור לדוד און ותערב
און ר' דוד ווערגידער האט ארויסגענומען פון זיי ינחינו און השב

נישט נאר מיט באבוב האט ער עס געטוהן, נאר אויך, און בעיקר, מיט די גאונישע קאמפאזיציעס פון ר' יאנקל תלמוד ז"ל, צב"ש ממקומך, המלאך הגואל, וואס זיי זענען א קליין טייל פון א לענגערן ניגון.

ר' דוד זז"ג האט געוואלט א טובה טוהן דעם עולם און זיי געבן שיינע אבער גרינגע זאכן, האט ער 'אפגעשניטן' די קליינע חלקים, און די רעשט געלאזט פאר די בעלי מנגנים.
ער האט טאקע געטוהן א טובה פאר כלל הציבור וואס ער האט זיי צוגעשטעלט היימישע חסידישע ניגונים.
אבער מ'דארף נישט מסתפק זיין מיט דעם.


דער לעצט באקאנטער "יהי החודש הזה" וואס מ'זינגט ["די גרויסע חתונה" פון ממ"ר] איז אויך בלויז א פאל פון א לענגערן ניגון.
אויך דער ניגון וואס אין "עוד יוסף חי" טעיפ [אייזנבערג ז"ל] זינגט מען אויף מאמע איז א שטיקל פון א לענגערן ניגון [היה עם פפיות]

שוין צייט דער עולם זאל זיך פשוט נישט דערשרעקן און זיך אויסלערנען די לענגערע ניגונים, איינזעצן אויף "כל מקדש" "מה ידידות" "ברוך קל עליון" וכו'
גאראנטירט אן עונג שבת!
די קינדער גרעסערע און קלענערע לערנען זיך אויס גאנץ שנעל, און האלטן מיט ס'איז ממש א פארגעניגן... קינדער האבן ליב שיינע זאכן!
און ווען אן איידעם אי"ה קומט אריין געוואוינט ער זיך צו ביז א פאר וואכן און האט הנאה, און 'ווייסט' אפילו נאכזינגען וואס 'מיין שווער' זינגט אויף מה ידידות...

אוז זענען באשאנקען מיט טייערע אוצרות, און ליגן אונז ביים שוועל פון טיר, כגון:
מאדזיץ, גער, באבוב, מעליץ, קרן לדוד, ערוגת הבושם, סאטמאר, וויזניץ, ר' בעריש ווישיווער, ר' אביש מאיר, ר' זיידל ראווונער, ר' יאסעלע טאלנער, ר' ניסן יוסט, און נאך פיל פיל פון די אלטע הויפן, ראפשיטץ, דינוב, ועוד.. ורבים המה מלפרטם.
מ'קען נאשן פון זיידן, עלטער פעטער, שכן, זקני החסידים.
איבערהויפט אז היינט קומען ארויס פיל טעיפס פון אלטע ניגונים.

___________

נישט לאנג בין איך געווען צוגאסט ערגעצוואו, מ'האטמעך מכבד געוועהן ביי ס"ג מיט א ניגון,
כ'האב תחילה געצווייפלט וואס צו זינגען, עה... וואס... דערוליעם וועט נישט גלייכן וכו', (געוועהן גענוג צייט, די והותר, אדרבא געוועהן 'אויפן חשבון' פון דרשן...)
אבער ברגע כמימרא האב איך באשלאסן זינגען יא וואס איך גלייך (נישט מער ווי 5 מינוט!..)
דער עולם האט ממש הנאה געהאט, און זיך באדאנקט מיט: "א מחי', אן אלט עכטן ניגון, מיט טעם מיט א געבוי, נישט אבי אפגעפאהרן, וואו קען מען האבן דעם ניגון? קומט אפטער דער עולם זאל זיך אויסלערנען"...
פרעג איך אייך, איז נישט א שאד?


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט