אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אוקטובער 21, 2018 7:39 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:כ'ווייס נישט ווער עס איז צומישט, איר אדער איך.

איר האט געשריבן אז דרשן׳ט איז די זעלבע נ' ווי דרשנו, זאג איך אז ניין, דרשנו'ס נ' איז עס צו מאכן א לשון רבים, ווידעראום ביים דרשן איז עס אלס זיין פאך, א דרשן, א קבלן, א בטלן... איז ווען איינער טוט דרשן'ען איז די צווייטע ן, אדער ט, צו זאגן אז ער טוט ווי דער דרשן, אבער דער ערשטער ן איז ווייטער פאר די פאך.

איז וואס שטייט דא?
אסדר לסעודתא האט געשריבן:אביסל קלארער ביטע, ביי דרשן איז וואס?

לענ''ד איז עס פונקט ווי חלומ'ען, דרשנ'ען, פסקנ'ען, תנחום'ען, בערל'ן...

און ווער רעדט נאך פון דא...
אסדר לסעודתא האט געשריבן:ס'דא צוויי ביי ביידע.

יא, דרשנ'ט איז די זעלבע ווי דרשנו. די ו' מאכט די לשון רבים נישט די נ'.

ווער ס'שרייבט דרשנ'ט שרייבט פסקנ'ט. וכן נקטינן הלכה למעשה.

ס'האט נישט מיט פאך אדער לשון יחיד. צווישן די לשוה''ק ווארט און אידיש לייגט מען א שטרעכל. ביי אונזער פאל איז עס פאר די ט'. ווייל דרשן איז ריין לשוה''ק.
מיין שטימע נאוועמבער 3 וועט געגעבן ווערן אלס מחאה קעגן גאווערנאר קואמא וכל כת דיליה.

אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 12:49 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:כ'ווייס נישט ווער עס איז צומישט, איר אדער איך.

איר האט געשריבן אז דרשן׳ט איז די זעלבע נ' ווי דרשנו, זאג איך אז ניין, דרשנו'ס נ' איז עס צו מאכן א לשון רבים, ווידעראום ביים דרשן איז עס אלס זיין פאך, א דרשן, א קבלן, א בטלן... איז ווען איינער טוט דרשן'ען איז די צווייטע ן, אדער ט, צו זאגן אז ער טוט ווי דער דרשן, אבער דער ערשטער ן איז ווייטער פאר די פאך.

איז וואס שטייט דא?
אסדר לסעודתא האט געשריבן:אביסל קלארער ביטע, ביי דרשן איז וואס?

לענ''ד איז עס פונקט ווי חלומ'ען, דרשנ'ען, פסקנ'ען, תנחום'ען, בערל'ן...

און ווער רעדט נאך פון דא...
אסדר לסעודתא האט געשריבן:ס'דא צוויי ביי ביידע.

יא, דרשנ'ט איז די זעלבע ווי דרשנו. די ו' מאכט די לשון רבים נישט די נ'.

ווער ס'שרייבט דרשנ'ט שרייבט פסקנ'ט. וכן נקטינן הלכה למעשה.

ס'האט נישט מיט פאך אדער לשון יחיד. צווישן די לשוה''ק ווארט און אידיש לייגט מען א שטרעכל. ביי אונזער פאל איז עס פאר די ט'. ווייל דרשן איז ריין לשוה''ק.

און שחט'ן שרייבסטו שחטן, מלשון שחטנו?
דו ביזט טאטעלי ראנג. פסקן מיינט 'איינער וואס פסק'נט', משא"כ פסק'נט מיינט 'האט געזאגט א פסק'. עס גארנישט מיט די ווארט 'פסקן', וכמו"כ ביי דרש'נט.

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 1:24 am

שחט'ן שרייבט מען היינט אין אידיש שעכטן, אזוי ווי הארגענען און ציוניסטן.
מיין שטימע נאוועמבער 3 וועט געגעבן ווערן אלס מחאה קעגן גאווערנאר קואמא וכל כת דיליה.

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 11:21 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:שחט'ן שרייבט מען היינט אין אידיש שעכטן, אזוי ווי הארגענען און ציוניסטן.

ש'טא אזא זאך שרייבן שחט'ן אדער הרג'ענען אין אידיש, ווער ס'שרייבט שעכטן אדער הארגענען שרייבט גרייזיג, אין אידיש שרייבט מען דאס טייטן אדער קוילען, ווידעראום ציוני'סטן שרייבט מען טאקע יא אזוי, נישט אין אידיש, נאר די ווארט ווי אזוי ס'קומט, צוגעלייגט די "סטן" וואס צייכנט אן די מפלגה און דער לשון רבים.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3219
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 11:31 am

קניידל פארעם האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:שחט'ן שרייבט מען היינט אין אידיש שעכטן, אזוי ווי הארגענען און ציוניסטן.

ש'טא אזא זאך שרייבן שחט'ן אדער הרג'ענען אין אידיש, ווער ס'שרייבט שעכטן אדער הארגענען שרייבט גרייזיג, אין אידיש שרייבט מען דאס טייטן אדער קוילען, ווידעראום ציוני'סטן שרייבט מען טאקע יא אזוי, נישט אין אידיש, נאר די ווארט ווי אזוי ס'קומט, צוגעלייגט די "סטן" וואס צייכנט אן די מפלגה און דער לשון רבים.

שעכטן / שעחטן איז אן אלטע אידישע ווארט, שעכט הויז און משפחה נאמען שעכטער יוכיח
לעצט פאראכטן דורך דממה דקה אום מאנטאג אוקטובער 22, 2018 11:33 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
person-man-woman-camera-tv = genius

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 11:33 am

דממה דקה האט געשריבן:
ניידל פארעם האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:שחט'ן שרייבט מען היינט אין אידיש שעכטן, אזוי ווי הארגענען און ציוניסטן.

ש'טא אזא זאך שרייבן שחט'ן אדער הרג'ענען אין אידיש, ווער ס'שרייבט שעכטן אדער הארגענען שרייבט גרייזיג, אין אידיש שרייבט מען דאס טייטן אדער קוילען, ווידעראום ציוני'סטן שרייבט מען טאקע יא אזוי, נישט אין אידיש, נאר די ווארט ווי אזוי ס'קומט, צוגעלייגט די "סטן" וואס צייכנט אן די מפלגה און דער לשון רבים.

שעכטן איז אן אלטע אידישע ווארט, שעכט הויז און משפחה נאמען שעכטער יוכיח

שעכט הויז איז מסתם פארדרייט פון שלאכט הויז.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3219
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 11:34 am

לייג אריין אין אוצר החכמה אדער היברו-בוקס די ווערטער הארגענען און שעכטן.
person-man-woman-camera-tv = genius

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24634
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 12:57 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:פסק'נט אדער פסקן'ט?

אודאי געוויס פסק'נט.

ועוד, אמאל פלעגט מען שרייבן פסק'עט.

די נו"ן איז מחמת הרגל.

וכן כולם.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 1:14 pm

ברוך שכוונתי לדעת רוב הפוסקים וואס האבן דא גע'פסק'ענט (גוט? עס איז שוין פאראידישט מיט די גע'פסק'ענט ברויך זיך עס ענדיגען מיט א גע'פסק'ענט ?) אז מען שרייבט פסק'נט.
--

אסדר. איך האב שוין געזען דרשן (ר משה הדרשן וכדו') אבער איך געדענק נישט אז מען זאל שרייבן פסקן אויף א פוסק, האסטו יא אמאל אזוי געזען?
זקן מלא רחמים.

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 1:19 pm

farshlufen האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:פסק'נט אדער פסקן'ט?

אודאי געוויס פסק'נט.

ועוד, אמאל פלעגט מען שרייבן פסק'עט.

די נו"ן איז מחמת הרגל.

וכן כולם.


איז נישט "געוויס" א ווארט אזוי ווי "מער ווייניגער" "ווארשיינליך" ?
קען מען שרייבן אוודאי געוויס אינאיינעם?
זקן מלא רחמים.

האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating

תגובהדורך האפ קאזאק » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 2:24 pm

קניידל פארעם האט געשריבן:ווי אזוי זאגט מען, איינער האט מיר דערציילט, אדער פארציילט?

פארציילט
ווען עס ווערט דערמאנט אינעם זאץ א ''indirect object'' ד.ה. פאר וועמען מען דערציילט די מעשה, (א דאטיווע פאל), שרייבט מען ''פארציילט''.
משה האט אונז פארציילט. דער מלמד האט פארציילט א שיינע מעשה פאר די קינדער. איך וועל אייך פארציילן א מעשה.
דערציילט
ווען עס איז נישט דא קיין אומדירעקטער טייל פונעם טאט, דאן שרייבט מען ''דערציילט''.
דער זיידע פלעגט דערציילן די מעשה יעדן מוצאי שבת. עס ווערט דערציילט. איך קען גוט דערציילן מעשיות.

כנלע''ד. אבער כ'האב עס נישט בקבלה, אדער פון סיי וועלכען מקור.
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24634
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 11:14 am

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:פסק'נט אדער פסקן'ט?

אודאי געוויס פסק'נט.

ועוד, אמאל פלעגט מען שרייבן פסק'עט.

די נו"ן איז מחמת הרגל.

וכן כולם.


איז נישט "געוויס" א ווארט אזוי ווי "מער ווייניגער" "ווארשיינליך" ?
קען מען שרייבן אוודאי געוויס אינאיינעם?

גראדע פונקט קאפויער:
viewtopic.php?f=17&t=2076
https://translate.google.com/?hl=en&tab=wT#de/en/gewiss
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5424
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 11:18 am

farshlufen האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:פסק'נט אדער פסקן'ט?

אודאי געוויס פסק'נט.

ועוד, אמאל פלעגט מען שרייבן פסק'עט.

די נו"ן איז מחמת הרגל.

וכן כולם.


איז נישט "געוויס" א ווארט אזוי ווי "מער ווייניגער" "ווארשיינליך" ?
קען מען שרייבן אוודאי געוויס אינאיינעם?

גראדע פונקט קאפויער:
viewtopic.php?f=17&t=2076
https://translate.google.com/?hl=en&tab=wT#de/en/gewiss

בלייבט נאך אלץ שווער אז ס'איז א טאפלט לשון.

ODOM
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

תגובהדורך ODOM » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 9:04 am

האפ קאזאק האט געשריבן:קיגל אדער קוגל [לכבוד שבת קודש]?

כ'האב א מאהל געהערט:
אז מען עסט דאס מיט די הענט איז דאס קיגל
אז מען עסט דאס מיט א גאפיל איז דאס קוגל
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24634
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 10:46 am

קוגל
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

טוב ויפה
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

תגובהדורך טוב ויפה » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 3:44 pm

האפ קאזאק האט געשריבן:קיגל אדער קוגל [לכבוד שבת קודש]?

וואספארא פראגע?? וויאזוי שרייבט מען, איך בין געקומען אדער אוך בון געקימען??
די סארט שאלות וועלן פארענטפערט ווערן ווען די ביסט מכבד א ליטווישן איד זאל דיר זאגן די ווערטער.

מיין אינטערשריפט..??? עסטעדעך וויסן ווער איך בין!

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13736
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 4:05 pm

דער ג'גולם האט נישט געטראפען קיגעל נור קוגעל
Screenshot 2018-10-25 16.00.45.png
Screenshot 2018-10-25 16.00.45.png (84.38 KiB) געזעהן 1951 מאל

האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating

תגובהדורך האפ קאזאק » זונטאג אוקטובער 28, 2018 2:42 pm

יונגערמאן אדער אינגערמאן?

איך שרייב 'יונגערמאן'. איך וויל נאר וויסן וואס איז די מעשה אונטער דעם געשרייבעכץ 'אינגערמאן'.
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אוקטובער 28, 2018 3:06 pm

אינגערמאן.

פונקט ווי אינג קינד, אינגל, אידיש, אידישליך, איד, וכו'
מיין שטימע נאוועמבער 3 וועט געגעבן ווערן אלס מחאה קעגן גאווערנאר קואמא וכל כת דיליה.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5424
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג אוקטובער 28, 2018 5:28 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:אינגערמאן.

פונקט ווי אינג קינד, אינגל, אידיש, אידישליך, איד, וכו'

א ראי' צו דיין ראי' האסטו?

מען שרייבט "יונגערמאן" און "יונג קינד".

אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » זונטאג אוקטובער 28, 2018 6:20 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:אינגערמאן.

פונקט ווי אינג קינד, אינגל, אידיש, אידישליך, איד, וכו'

א ראי' צו דיין ראי' האסטו?

מען שרייבט "יונגערמאן" און "יונג קינד".

דו זאגסט מיט פונקט אזא זיכערקייט ווי כאילו דו האסט יא א ראי׳, מיר ווארטן מיט שפאנונג (איך האב גראדע א מיינונג, און א ראי׳ דערצו, כ׳וויל נאר קודם הערן פון דיר)

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » זונטאג אוקטובער 28, 2018 9:13 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:אינגערמאן.

פונקט ווי אינג קינד, אינגל, אידיש, אידישליך, איד, וכו'

@אסדר, די זעלבע קען מען זאגן ממש קאפויער, ווי פאלגענד: יונגערמאן.
פונקט ווי יונגל...

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5424
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג אוקטובער 28, 2018 10:06 pm

וועלטניק האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:אינגערמאן.

פונקט ווי אינג קינד, אינגל, אידיש, אידישליך, איד, וכו'

א ראי' צו דיין ראי' האסטו?

מען שרייבט "יונגערמאן" און "יונג קינד".

דו זאגסט מיט פונקט אזא זיכערקייט ווי כאילו דו האסט יא א ראי׳, מיר ווארטן מיט שפאנונג (איך האב גראדע א מיינונג, און א ראי׳ דערצו, כ׳וויל נאר קודם הערן פון דיר)

פון וואנעט ווייסטו אז "פוטער" שרייבט מען מיט א ו'? האסט אפשר אמאל געהערט א ליטוואק עס זאגן?

נאר וואס דען? אויב האבן די שרייבערס פון די לעצטע פופציג יאר אזוי געשריבן איז פשוט אז אזוי איז ריכטיג.

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

בא'קנס'ענט

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג אוקטובער 28, 2018 10:57 pm

אין המשך צו פסק'נט פסקן'ט פסקן וואס איז דעבאטירט געווארן אין שאלות צי ניקס אשכול, וויל איך הערן אויב איינער האט א הערה איבער די ווארט בא'קנס'ענט

די וואך געשטאנען אין "דער איד" באשריבן הרה''ח ר' שמחה לעפקאוויטש ע''ה אז ער האט זיך בא'קנס'ענט אויב ער האט נישט איינגעהאלטן זיינע קבלות טובות
זקן מלא רחמים.

אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » זונטאג אוקטובער 28, 2018 11:28 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
וועלטניק האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:אינגערמאן.

פונקט ווי אינג קינד, אינגל, אידיש, אידישליך, איד, וכו'

א ראי' צו דיין ראי' האסטו?

מען שרייבט "יונגערמאן" און "יונג קינד".

דו זאגסט מיט פונקט אזא זיכערקייט ווי כאילו דו האסט יא א ראי׳, מיר ווארטן מיט שפאנונג (איך האב גראדע א מיינונג, און א ראי׳ דערצו, כ׳וויל נאר קודם הערן פון דיר)

פון וואנעט ווייסטו אז "פוטער" שרייבט מען מיט א ו'? האסט אפשר אמאל געהערט א ליטוואק עס זאגן?

נאר וואס דען? אויב האבן די שרייבערס פון די לעצטע פופציג יאר אזוי געשריבן איז פשוט אז אזוי איז ריכטיג.

אויב האסטו געזען די שריפטן פון די לעצטע 50 יאר געשריבן ״יונגערמאן״ דאן האסטו די גרעסערע חלק שריפטן פארפעלט צו ליינען.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט