בלאט 21 פון 45

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 2:30 pm
דורך וועלטניק
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
וועלטניק האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:אבער ס׳איז דא ווערטער וואס ווערן געטוישט מיט די צייט
ס׳איז דא מענטשן וואס וועלן זאגן מענטשען
ב. זאכן מיט כללים ווערן נישט אזוי שנעל געטוישט, ווייסט פון עפעס וואס טוישט זיך? איך רעד פונעם היינטיגן אידיש

ווי געשריבן, זענען אין דעם פאל די כללים געוואנדן אין וויאזוי עס ווערט ארויסגעזאגט, דעריבער קען זיך עס טאקע נישט טוישן, אבער צו כללים ווערן פארנאכלעסיגט? אודאי! וויפיל מענטשן קענסטו וואס זענען "ביים רעדן" מחלק צווישן "די", "דאס", און "דער"? און צו קענסטו איינעם וואס ניצט "האנט" בל' יחיד?

וואספארא חלק פון מיין תגובה פארשטייסטו נישט?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 3:40 pm
דורך קלאָצקאָפּ

איך האב גראדע יא פארשטאנען, נאר אפשר אומריכטיג... אז ביי א זאך וואס האט אוועקגעשטעלטע כללים, וועט דער עולם זיך האלטן דערצו, און עס וועט נישט אזוי גרינג פארגרייזט ווערן.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 3:48 pm
דורך בריוועלע
איינס האט געשריבן:אה, פארגעסן.
מזל טוב! מזל טוב! מזל טוב! מזל טוב! מזל טוב! מזל טוב! מזל טוב! מזל טוב! מזל טוב! מזל טוב!

דארפסט נישט ציילן (ציילען) ס׳איז 100

ברוכים תהיו "איינס"!
א שיינעם דאנק פאר אייערע פילע וואונטשען פאר בריוועלע

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 3:49 pm
דורך בריוועלע
א גרויסן יישר כח פאר אלע חברים וואס האבן זיך אנגערופן און פארענטפערט מיין פראגע.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 8:13 am
דורך איינס
צו ער ציהט עס צו זיך צושטארק, צו ער ציהט עס נישט אזוי שטארק.
איך בין שוין אינגאצן צימישט!

קען איינער מאכן סדר ווען זאגט מען צו און ווען צי

ציה [צי] = שלעפן, משיכה
צו = ל (to)
צי = סיי, בין
צו = זייער, מאוד (too)

איך זעה אז נאר משיכה און ל.. האבן נישט נאך א טייטש אין אידיש

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 9:19 am
דורך אסדר לסעודתא
'למשה' קען מען אויך זאגן 'פאר משה', אזוי ווי אל משה.

'משיכה' קען מען אויך זאגן שלעפן.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 9:27 am
דורך אסדר לסעודתא
איינס האט געשריבן:צו ער ציהט עס צו זיך צושטארק, צו ער ציהט עס נישט אזוי שטארק.
איך בין שוין אינגאצן צימישט!

קען איינער מאכן סדר ווען זאגט מען צו און ווען צי

ציה [צי] = משיכה
צו = ל (to)
צו = סיי, בין
צו = זייער, מאוד (too)

איך זעה אז נאר משיכה און ל.. האבן נישט נאך א טייטש אין אידיש

די דירטע איז 'צי'. אזוי צי אזוי

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 9:33 am
דורך אסדר לסעודתא

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 9:34 am
דורך איינס
אסדר לסעודתא האט געשריבן:'למשה' קען מען אויך זאגן 'פאר משה', אזוי ווי אל משה.
'משיכה' קען מען אויך זאגן שלעפן.

דו אפטייטש פון משיכה איז שלעפן,
אבער קיינער זגאט נישט:
ער ציהט עס שלעפן זיך,
אנשטאט: ער ציהט עס צו זיך

ציהט און שלעפן האבן [כמעט] די זעלבע משמעות אבער ס'ריפלעיסט נישט דעם פועל עזר :"צו"

די חילוק צווישן שלעפן און ציהען איז לכאורה, אז שלעפן איז מדורך א חפץ, מיט א שטריק אדער אז איך שלעפ איהם פיזיש
און ציען איז מיט א כח.
א מענטש שלעפט א טיש, און וועקיום קלינער ציהט שמוץ
אויך וועט מען זאגן אז דער מענטש ציהט א טיש מיט אשטריק, וואס דער שטריק שלעפט די טיש.
[דעתי העניה]

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 9:36 am
דורך איינס
אסדר לסעודתא האט געשריבן:כבר דשו בה רבים...
צי/צו

איך וויל מיך לערנען אידיש שרייבן

ישר כח

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 9:36 am
דורך אסדר לסעודתא
איך פארשטייי נישט פונקטליך וואס דו ווילסט ארויסברענגען, אבער פארוואס נישט `ער שלעפט דעם שטריק צו זיך`?

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 9:38 am
דורך אסדר לסעודתא
ציען מיין איך, נוצט מען אויף א זאך וואס ציט זיך אויטאמאטיש, ער ציט צו זיך. שלעפן איז ווען מען דארף עס טון.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 9:47 am
דורך איינס
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך פארשטייי נישט פונקטליך וואס דו ווילסט ארויסברענגען, אבער פארוואס נישט `ער שלעפט דעם שטריק צו זיך`?

האסט דאך געשריבן אויך צו

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 9:50 am
דורך אסדר לסעודתא
איינס האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך פארשטייי נישט פונקטליך וואס דו ווילסט ארויסברענגען, אבער פארוואס נישט `ער שלעפט דעם שטריק צו זיך`?

האסט דאך געשריבן אויך צו

איך האב אויך געשריבן אז לא זכיתי להבין וואס דיין כונה מיט דעם איז. דו זוכסט דאס צו שרייבן אן דאס וווארט צו?

ער שלעפט דעם שטריק אויף זיין ריכטונג

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 9:52 am
דורך איינס
אסדר לסעודתא האט געשריבן:ציען מיין איך, נוצט מען אויף א זאך וואס ציט זיך אויטאמאטיש, ער ציט צו זיך. שלעפן איז ווען מען דארף עס טון.

דו ביסט מסביר די זעלבע ווי איך האב מסיר געווען נאר מיט א נדערע ווערטער.

אטאמאטיש רופט מען א זאך וואס שאפט זיך מיט א כח, נישט מיט א חומר. כאטש וואס ביים סוף זענען זיי די זעלבע און מ'וואלט טאקע געקענט נוצן ביי ביידע סיי ציהען און סיי שלעפן.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 11:05 am
דורך וועלטניק
ווי איז די מקור פון ״דאס צי (אדער) דאס״? ווער זאגט בכלל עס קומט מיט א יוד? כ׳האב אן ערנסטן חשד אז ס׳קומט יא מיט א ואו, אדרבא אויב קען עס איינער קלאר מאכן ווי וויל אפרישיעיט
אגב איינס א דאנק פארן ארויסברענגען די חילוק פון שלעפן און ציען, קיינמאל אריינגעטראכט דערין, זייער קלאר

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 12:17 pm
דורך משה כהן
איינס האט געשריבן:צו ער ציהט עס צו זיך צושטארק, צו ער ציהט עס נישט אזוי שטארק.
איך בין שוין אינגאצן צימישט!

קען איינער מאכן סדר ווען זאגט מען צו און ווען צי

ציה [צי] = שלעפן, משיכה
צו = ל (to)
צי = סיי, בין
צו = זייער, מאוד (too)

איך זעה אז נאר משיכה און ל.. האבן נישט נאך א טייטש אין אידיש

צו איז ווען מען רעדט צו איינעם.
צי איז ווען מען פרעגט א פראגע; מ'איז מסופק צי יענקל איז למעשה יא געשלאפן אדער צי ער גייט גיין שלאגן כפרות.

בנוגע צומישט און צעמישט איז פארהאן א שטיקל מחלוקת הפוסקים, צצושין א. ראטה און אנדערע בארימטע רעדאגירער.
געווענליך שרייבט מען צומישט; צובראכן; צוזייעט אא"וו.
אבער מרת א. ראטה טענה'ט, אז ווען די רעדע איז ווען מען וויל שילדערן איבער א חורבן וכודמה, לייגט מען אריין אן ע' נאך די ערשטע אות. א שטייגער ווי צעבראכן, צעמישט אא"וו

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 2:36 pm
דורך אסדר לסעודתא
א. ראטה זאגט אז געוויסע מאכן אזא חילוק, ס'נישט קלאר און יעדער קען שרייבן וויאזוי מען וויל.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 2:52 pm
דורך משה כהן
אסדר לסעודתא האט געשריבן:א. ראטה זאגט אז געוויסע מאכן אזא חילוק, ס'נישט קלאר און יעדער קען שרייבן וויאזוי מען וויל.

דעריבער האב איך געשריבן אז עס איז א מחלוקת הפוסקים, און יעדער קען טוהן ווי זיין הארץ באגערט

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 4:39 pm
דורך וועלטניק
נישט ממש, למעשה רוב וועלט שרייבט יא "צו-"

געשריבן: זונטאג אוגוסט 19, 2018 1:52 pm
דורך קלאָצקאָפּ
משה כהן האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:א. ראטה זאגט אז געוויסע מאכן אזא חילוק, ס'נישט קלאר און יעדער קען שרייבן וויאזוי מען וויל.

דעריבער האב איך געשריבן אז עס איז א מחלוקת הפוסקים, און יעדער קען טוהן ווי זיין הארץ באגערט

א. ראטה אליין איז אויך מודה אז ס'איז מחלוקת הפוסקים, און איך מיין אז געווענליך שרייבט זי יא מיט א ו', נאר אינעם ווערטערבוך האט זי ליבערשט אנגענומען "צע-" כדי מען זאל גרינג דערקענען א חילוק צווישן "צואווארפן א ביינדל" און "צעווארפן א בנין" וכדומה.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

זי שרייבט אבער ווי אויבנדערמאנט, אז ווען מען וויל שרייבן אדער שילדערן איבער א זאך וואס האט געבערנגט א חורבן וכדומה לייגט מען צו אן ע'

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 10:13 am
דורך זכאי
וויאזוי לייגט מען אויס די ווארט?

למשל דעם מענטשע'ס תכלית אויף די וועלט איז .....

מענטש'ס
מענטשע'ס
מענטשענ'ס

משום סיבה קען מען נישט שרייבן די תכלית פונעם מענטש אויף די וועלט......

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 10:20 am
דורך אסדר לסעודתא
איד'ס תכלית
מענטש'נס אדער מענטש'ס

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 10:22 am
דורך זכאי
יישר כח!