בלאט 19 פון 49

געשריבן: מאנטאג מארטש 19, 2018 3:16 pm
דורך תמימות'דיגער איד
די מעלות האט געהאט א נידון איבער אליינס?

געשריבן: מאנטאג מארטש 19, 2018 3:35 pm
דורך איסר האטלקי
יא, אזוי ליגט מיר אין זיכרון.

געשריבן: דינסטאג מאי 22, 2018 4:20 pm
דורך גין-גאלד
וויאזוי שרייבט מען די ווארט געשענט?

למשל: ווען עס געשענט נאכאמאל, זאלסטו מיר רופן.

געשריבן: דינסטאג מאי 22, 2018 4:24 pm
דורך מיסטעריעז
קומט נישט מיט קיין נ', געשעט (אדער מיט א ה' נאכן ש').

געשריבן: דינסטאג יוני 05, 2018 11:56 am
דורך עבודת_הבורא
די אות א' ווערט באניצט אין די אידישע ספעלינג פאר א וויקאל.
ע"פ רוב ווערט עס באניצט פאר א קמץ אבער מען ניצט עס אויך פאר א פתח און אויך פאר א אה' דאס מיינט אזוי ווי א ה' סוף פון א לשון קודש ווארט (לה).
דאס אלעס ווייס איך נישט מטעם א מקור נאר פון ווי אזוי איך טרעף מיך, זיך באניצן, מיטן מאמע לשון.

יעצט ווען איך לערען אויס מיין אינגעל ליינען אידיש וואלט איך געוואלט דא פרעגן די ידענים צו האט עס א כלל אדער א סימן, ווען מען באניצט זיך מיט אלף פאר א קמץ אדער פאר פתח א.א.וו.

געשריבן: דינסטאג יוני 05, 2018 12:58 pm
דורך יאיר גאלד
א חילוק צווישן קמץ און פתח? קיינמאל געהערט דערפון. יעדע ווארט וויאזוי עס זאגט זיך.

ווארט, וואסער, ווארעם, וואס, נאר, נאריש, ארבעס, גאפל.... נישטא קיין כלל אדער סימן.

געשריבן: דינסטאג יוני 05, 2018 1:12 pm
דורך איינס
עבודת_הבורא האט געשריבן:די אות א' ווערט באניצט אין די אידישע ספעלינג פאר א וויקאל.
ע"פ רוב ווערט עס באניצט פאר א קמץ אבער מען ניצט עס אויך פאר א פתח און אויך פאר א אה' דאס מיינט אזוי ווי א ה' סוף פון א לשון קודש ווארט (לה).
דאס אלעס ווייס איך נישט מטעם א מקור נאר פון ווי אזוי איך טרעף מיך, זיך באניצן, מיטן מאמע לשון.

יעצט ווען איך לערען אויס מיין אינגעל ליינען אידיש וואלט איך געוואלט דא פרעגן די ידענים צו האט עס א כלל אדער א סימן, ווען מען באניצט זיך מיט אלף פאר א קמץ אדער פאר פתח א.א.וו.


די זעלבע מוטשעט מיר ביי לשון קודש מיט די קמץ צו ס'איז א גדול אדער קטן

געשריבן: זונטאג יוני 24, 2018 10:30 pm
דורך מוכר ספרים
מען שרייבט "גענטפערט" אדער "געענטפערט"?

געשריבן: זונטאג יוני 24, 2018 10:34 pm
דורך קנאפער ידען
מוכר ספרים האט געשריבן:מען שרייבט "גענטפערט" אדער "געענטפערט"?

געענטפערט

געשריבן: דאנארשטאג יולי 12, 2018 9:39 pm
דורך קוגל מיט פיקל
ווען מען וויל שרייבן אין קורצן "און אזוי ווייטער". ווי אזוי שרייבט מען?
א) אא"וו
ב) א. א. וו
ג) א.א.וו

געשריבן: דאנארשטאג יולי 12, 2018 9:40 pm
דורך אסדר לסעודתא
ג
א.א.וו.

געשריבן: מאנטאג יולי 23, 2018 1:56 pm
דורך מונאוויטש
שפילן
שפילען
שפיעלן
שפיעלען

געשריבן: מאנטאג יולי 23, 2018 2:04 pm
דורך אסדר לסעודתא
שפילן

געשריבן: מאנטאג יולי 23, 2018 2:12 pm
דורך מחשב
צופרידנהייט אדער צופרידנקייט?

דאס איז זיכער אז מ'שרייבט "פרייליכקייט" נישט פרייליכהייט, ווי אויך שרייבט מען "שמאלקעפיקייט" נישט שמאלקעפיהייט,
וואס איז די כלל?

געשריבן: מאנטאג יולי 23, 2018 2:16 pm
דורך אסדר לסעודתא
מ'שרייבט ביידע, אמאל אזוי און אמאל אזוי.
אויסדרוקן צופרידנהייט, פול מיט צופרידנקייט.

געשריבן: מאנטאג יולי 23, 2018 2:24 pm
דורך מחשב
איז טאקע נישט דא קיין כלל?
ווייל ווי איך האב פריער דערמאנט איז געוויסע ווערטער יא קלאר ווי אזוי מ'שרייבט עס

געשריבן: מאנטאג יולי 23, 2018 2:35 pm
דורך אסדר לסעודתא
די שם דבר איז צופרידנקייט, וועט מען רעדט דערפון, עפעס ארום די צופרידנקייט, זאגט מען צופרידנהייט.

געשריבן: מאנטאג יולי 23, 2018 3:23 pm
דורך נא_שכל
מיט גרויס צופרידנהייט טוען מיר מעלדן אז ס'האט זיך אראפגעלאזט א צופרידנקייט אויף אלע אייוועלט תושבים מיטן צובאקומען אזא חשובע געלונגע שרייבער - "אסדר לסעודתא".

גוט?

געשריבן: מאנטאג יולי 23, 2018 3:26 pm
דורך אדער יא
אבער נאך ווי ;l;p-

געשריבן: מאנטאג יולי 23, 2018 4:11 pm
דורך אסדר לסעודתא
נא_שכל האט געשריבן:מיט גרויס צופרידנהייט טוען מיר מעלדן אז ס'האט זיך אראפגעלאזט א צופרידנקייט אויף אלע אייוועלט תושבים מיטן צובאקומען אזא חשובע געלונגע שרייבער - "אסדר לסעודתא".

גוט?

לויט מיין כלל וואלט בעסער געשטומט פארקערט, אבער עס איז אזוי אויך גוט. קוקט אויס אז ווען מ'שיסט קאמפלימענטן קוקט אלעס אויס גוט.... כי השוחד יעור....

געשריבן: דינסטאג יולי 24, 2018 3:01 pm
דורך וועלטניק
מחשב האט געשריבן:צופרידנהייט אדער צופרידנקייט?

דאס איז זיכער אז מ'שרייבט "פרייליכקייט" נישט פרייליכהייט, ווי אויך שרייבט מען "שמאלקעפיקייט" נישט שמאלקעפיהייט,
וואס איז די כלל?


אגב אויב שוין יא אינעם ״ריכטיגער אויסלייג״ אשכול, מ׳שרייבט שמאלקעפיגקייט נישט שמאלקעפיקייט

געשריבן: מאנטאג יולי 30, 2018 10:30 pm
דורך מיסטעריעז
אין א געוויסע אשכול זעה איך דריי ווערסיעס אויף פסיכאלאגיע:

1) פסיכילאגיע
2) פסכילוגיה
3) פיסכעלאגיע

שמעו נא רבותי, psychology איז "פסיכאלאגיע".

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 6:40 pm
דורך קניידל פארעם
איך מיין מ'שרייבט קיינמאל נישט צופרידנקייט. כ'געדענק נישט אין ערגעץ אזא מין געשרייבאכטץ. אלטס נאר צופרידנהייט.

למשל: מיט צופרידנהייט ווערט אויפגענומען אז ס'האט זיך אראפ געלאזט א צופרידנהייט אויף אלע אייוועלט תושבים מיטן צובאקומען אזא חשוב'ע ניק ווי קניידל פ... אוי, אנטשולדיגט, ווי אסדר לסעודתא....

ביי ביידע נוצט מען דעם באגריף אלס א שם דבר, סיי מיט צופרידנהייט, און סיי אז ס'לאזט זיך אראפ א צופרידנהייט, ביידע מיינט אקוראט די זעלבע משמעות, פארוואס זאל זיך טוישן עפעס אין אויסלייג פון דעם?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 7:31 pm
דורך וועלטניק
קניידל פארעם האט געשריבן:איך מיין מ'שרייבט קיינמאל נישט צופרידנקייט. כ'געדענק נישט אין ערגעץ אזא מין געשרייבאכטץ. אלטס נאר צופרידנהייט.

למשל: מיט צופרידנהייט ווערט אויפגענומען אז ס'האט זיך אראפ געלאזט א צופרידנהייט אויף אלע אייוועלט תושבים מיטן צובאקומען אזא חשוב'ע ניק ווי קניידל פ... אוי, אנטשולדיגט, ווי אסדר לסעודתא....

ביי ביידע נוצט מען דעם באגריף אלס א שם דבר, סיי מיט צופרידנהייט, און סיי אז ס'לאזט זיך אראפ א צופרידנהייט, ביידע מיינט אקוראט די זעלבע משמעות, פארוואס זאל זיך טוישן עפעס אין אויסלייג פון דעם?


נישט ריכטיג, מען שרייבט יא אזוי ווי 'נא שכל' האט געשריבן
איך קען נישט געהעריג עקספלעינען אבער קען זיין אז כאטשיג ביידע זענען טאקע דאס זעלבע שם דבר ווענדט זיך צו די רעדסט בלויז פון דעם צו ס'איז צווישן א סטעיטמענט, "א צופרידנקייט" " מיט צופרידנהייט טוען מיר מעלדן" וכדו' (קוקט טאקע אויס פארקערט ווי אסדר לסעודתא - אנטשולדיגט..)
וויאזוי ס'זאל נאר זיין איז עס א גוטע טאפיק וואס האט זיכער כללים און ס'איז ווערד דורכצוטוהן

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 03, 2018 12:25 pm
דורך גין-גאלד
די משל וואס נא שכל שרייבט, איז גענוי לויט די כלל פון אסדר לסעודתא:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:די שם דבר איז צופרידנקייט. וועט מען רעדט דערפון, עפעס ארום די צופרידנקייט, זאגט מען צופרידנהייט.


אסדר לסעודתא האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:מיט גרויס צופרידנהייט טוען מיר מעלדן, אז ס'האט זיך אראפגעלאזט א צופרידנקייט אויף אלע אייוועלט תושבים מיטן צובאקומען אזא חשובע געלונגע שרייבער - "אסדר לסעודתא".

גוט?

לויט מיין כלל וואלט בעסער געשטומט פארקערט, אבער עס איז אזוי אויך גוט. קוקט אויס אז ווען מ'שיסט קאמפלימענטן קוקט אלעס אויס גוט.... כי השוחד יעור....

מיט צופרידנהייט מעלדן מיר..., מיט א געוויסע גיסטע וואס איז אין צושטאנד פון צופרידנהייט מעלדן מיר...
מ'רעדט נישט יעצט פון די עקזיסטענץ פון א באגריף 'צופרידנקייט', נאר אז דער באטרעפענדער איינמעלדער איז צופרידן צו מעלדן...

דא איז נישט דא קיין צוויי דיעות לויט מיינע אויגן, נא שכל גייט גענוי לויט דיין כלל, והכל הולך בקוטב אחד.