בלאט 16 פון 25

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 8:53 pm
דורך שטאלצער יוד
יישר כח פאר אלע וואס ענטפערן אזוי שנעל און קלאר!!

manipulated ווי אזוי שרייבט מען אין אידיש?

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 8:54 pm
דורך ציפקע
מאניפולירן, מאניפולירט

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 25, 2016 12:26 am
דורך איסר האטלקי
שטאלצער יוד האט געשריבן:יישר כח פאר אלע וואס ענטפערן אזוי שנעל און קלאר!!

manipulated ווי אזוי שרייבט מען אין אידיש?

וויאזוי מען שרייבט עס אין אידיש איז טאקע מאניפולירן,
אויב ווילסטו די ריכטיגע אידישע ווארט דערפאר: שוויגער

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 25, 2016 9:02 am
דורך שטאלצער יוד
איסר האטלקי האט געשריבן:וויאזוי מען שרייבט עס אין אידיש איז טאקע מאניפולירן,
אויב ווילסטו די ריכטיגע אידישע ווארט דערפאר: שוויגער
:lol: :lol:

געשריבן: מיטוואך אפריל 19, 2017 8:14 pm
דורך הכנעה
"פונקטליך"

זעה איך איך איינער שרייבט "פינקטלעך" א צווייטער "פינטקלעך" א דריטער (אפשר די זעלבער..) "פינקטליך"!! נו איז דאס פשוטע טעותים אין פאפולערע אויסגאבעס? אפשר מאך איך גאר די טעות..?

געשריבן: מיטוואך אפריל 19, 2017 8:30 pm
דורך יאַנקל־פּרץ
פּונקט אבער פּינקטלעך, אזוי ווי נאטור / נאטירלעך

געשריבן: מיטוואך אפריל 19, 2017 8:43 pm
דורך הכנעה
יישר כח.
קומט אויס אז אלע ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט "לעך" קומט מיט א "ע" (נישט מיט א "יוד" נאטירליך, פינקטליך, געווענליך.. וכדומה)
וואס טוט זיך מיט לשון רבים? צב"ש לעפלעך, גאפלעך, עפלעך, שוועבלעך, קומט אייביג מיט א "ע"? איז דא אויסנאמען?

געשריבן: מיטוואך אפריל 19, 2017 10:03 pm
דורך וואוילע שעפעלע
עפלעך איז מתחילה נישט קיין ווארט

געשריבן: מיטוואך אפריל 19, 2017 10:10 pm
דורך איסר האטלקי
הכנעה האט געשריבן:יישר כח.
קומט אויס אז אלע ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט "לעך" קומט מיט א "ע" (נישט מיט א "יוד" נאטירליך, פינקטליך, געווענליך.. וכדומה)
וואס טוט זיך מיט לשון רבים? צב"ש לעפלעך, גאפלעך, עפלעך, שוועבלעך, קומט אייביג מיט א "ע"? איז דא אויסנאמען?

ניין, עס קומט פינקטליך, געווענליך, מיט א "י" צום סוף.

לשון רבים איז מיט ע צום סוף.

געשריבן: מיטוואך אפריל 19, 2017 10:13 pm
דורך הכנעה
איסר האטלקי האט געשריבן:
הכנעה האט געשריבן:יישר כח.
קומט אויס אז אלע ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט "לעך" קומט מיט א "ע" (נישט מיט א "יוד" נאטירליך, פינקטליך, געווענליך.. וכדומה)
וואס טוט זיך מיט לשון רבים? צב"ש לעפלעך, גאפלעך, עפלעך, שוועבלעך, קומט אייביג מיט א "ע"? איז דא אויסנאמען?

ניין, עס קומט פינקטליך, געווענליך, מיט א "י" צום סוף.


שוין... האמיר שוין א מחלוקת הפוסקים..

געשריבן: מיטוואך אפריל 19, 2017 10:14 pm
דורך הכנעה
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:עפלעך איז מתחילה נישט קיין ווארט


עפעלעך אפשר? עפלין? טא וויאזוי?

געשריבן: מיטוואך אפריל 19, 2017 10:16 pm
דורך וואוילע שעפעלע
עפל

(איי דאס איז שוין דער איינצאל? איך האב נישט קיין ענטפער אויף דער פראגע)

געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2017 5:17 pm
דורך יאַנקל־פּרץ
הכנעה האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
הכנעה האט געשריבן:יישר כח.
קומט אויס אז אלע ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט "לעך" קומט מיט א "ע" (נישט מיט א "יוד" נאטירליך, פינקטליך, געווענליך.. וכדומה)
וואס טוט זיך מיט לשון רבים? צב"ש לעפלעך, גאפלעך, עפלעך, שוועבלעך, קומט אייביג מיט א "ע"? איז דא אויסנאמען?

ניין, עס קומט פינקטליך, געווענליך, מיט א "י" צום סוף.


שוין... האמיר שוין א מחלוקת הפוסקים..


איך האב נישט געמיינט צו פסק׳ענען עין צי יוד אין דער ענדונג לעך/ליך — פאראן הייסע חסידים פון ביידע שיטות — נאר אז ס׳דארף זיין פינקטלעך (אדער פינקטליך) נישט פונקטלעך (צי פונקטליך), אויפן סמך פון די (ליטווישע) אידן וואס היטן אפ דעם חילוק אין ארויסרעד צווישן א וואוו און א יוד: ביי זיי איז נישט דער זעלבער ערשטער וואקאל אין „פונקט” און „פינקטלעך”.

געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2017 11:21 pm
דורך משהזוךמיר
יאַנקל־פּרץ האט געשריבן:פּונקט אבער פּינקטלעך, אזוי ווי נאטור / נאטירלעך

נישט יעדע ווארט וואס האט א ואו טוישט זיך עס אין אן אנדערע פארם. ברענג מיר איין מקור וואס איז באקאנט מיט שרייבן מדויק וואס שרייבט 'פינקטליך'.

ס'קלאר אז ס'איז פונקטליך מיט א ואו.

געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2017 11:31 pm
דורך איסר האטלקי
משהזוךמיר האט געשריבן:
יאַנקל־פּרץ האט געשריבן:פּונקט אבער פּינקטלעך, אזוי ווי נאטור / נאטירלעך

נישט יעדע ווארט וואס האט א ואו טוישט זיך עס אין אן אנדערע פארם. ברענג מיר איין מקור וואס איז באקאנט מיט שרייבן מדויק וואס שרייבט 'פינקטליך'.

ס'קלאר אז ס'איז פונקטליך מיט א ואו.

ניין. מען שרייבט פינקטליך. עי' מעלות, ועוד הרבה.

געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2017 11:32 pm
דורך איסר האטלקי
איך שרייב אויך דא אויף אייוועלט פונקטליך, ווייל כך נוהגין המון עם, אבער ליתר דיוק איז עס באמת פינקטליך.

געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2017 11:32 pm
דורך משהזוךמיר
איסר האטלקי האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:
יאַנקל־פּרץ האט געשריבן:פּונקט אבער פּינקטלעך, אזוי ווי נאטור / נאטירלעך

נישט יעדע ווארט וואס האט א ואו טוישט זיך עס אין אן אנדערע פארם. ברענג מיר איין מקור וואס איז באקאנט מיט שרייבן מדויק וואס שרייבט 'פינקטליך'.

ס'קלאר אז ס'איז פונקטליך מיט א ואו.

ניין. מען שרייבט פינקטליך. עי' מעלות, ועוד הרבה.

מעלות שרייבט פונקטליך.

געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2017 11:36 pm
דורך איסר האטלקי
דאן נעם איך עס לכאורה פון אידיש ווערטער אוצר פון א. ראטה.
איך ווייס אז איך האב געטוישט צוליב א מקור מוסמך.

געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2017 12:10 am
דורך קיקיון
אויב אידיש שטאמט פון דייטש איז עס pünktlich
https://translate.google.com/#en/de/punctual

געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2017 3:42 pm
דורך אומאפיציעל
די ירושלמיים זאגן פונקטליך, אויב עס מיינט עפעס. וכן נראה לעניית דעתי...

געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2017 6:34 pm
דורך עולם ומלואו
קיקיון האט געשריבן:אויב אידיש שטאמט פון דייטש איז עס pünktlich
https://translate.google.com/#en/de/punctual

אז מ'רעדט שוין יא פון גוגל טרענסלעיט, קוק שוין דאס אויך
https://translate.google.com/#en/yi/punctual
:-(

געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2017 6:42 pm
דורך קיקיון
עולם ומלואו האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:אויב אידיש שטאמט פון דייטש איז עס pünktlich
https://translate.google.com/#en/de/punctual

אז מ'רעדט שוין יא פון גוגל טרענסלעיט, קוק שוין דאס אויך
https://translate.google.com/#en/yi/punctual
:-(
און די מיינסט טאקע אז איך האב עס נישט געזעהן

געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2017 6:45 pm
דורך עולם ומלואו
קיקיון האט געשריבן:
עולם ומלואו האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:אויב אידיש שטאמט פון דייטש איז עס pünktlich
https://translate.google.com/#en/de/punctual

אז מ'רעדט שוין יא פון גוגל טרענסלעיט, קוק שוין דאס אויך
https://translate.google.com/#en/yi/punctual
:-(
און די מיינסט טאקע אז איך האב עס נישט געזעהן

יא יא. זאלן דאס אנדערע אויך זען.

געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2017 9:08 am
דורך ויתן לך
ווי אזוי 'ספעלט' מען wholesale אויך אידיש?
וואולסעיל?

געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2017 9:28 am
דורך משהזוךמיר
ויתן לך האט געשריבן:ווי אזוי 'ספעלט' מען wholesale אויך אידיש?
וואולסעיל?

האולסעיל
(אבער ס'נישט אידיש..)