שמות אנשים ונשים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

איטשע
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » פרייטאג ינואר 16, 2015 6:55 am

ווען מען וואלט ווען אנגעפרעגט דעם בית שמואל לגבי דער נאמען ליב, ליבוש און אריה וואלט זיין תשובה גענוי דער זעלבע:

כתב בתשובת מהר"מ מלובלין סי' ל"ט אשה שהיתה שם 'העריסה' שלה ליב (היינו שזה היה שמה לבדה ולא ככינוי לאריה) ואח"כ היתה במדינה אחרת והיתה נקראת ליבוש והמסדר הגט כתב 'אריה המ' ליבוש ופסק דצריכה גט אחר ויכתוב ליבוש דמתקריא ליב כיון דשניהם שם לע"ז עכ"ל.

אבער גענוי אזוי וואלט געווען דער תשובה, ווייל דאס איז דער הלכה אויך אין אזא פאל.

יעצט זיי מיר ביטע מסביר דער נ״מ צווישן אריה ליב און מרים מירל.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג ינואר 19, 2015 5:09 pm

סביב העולם האט געשריבן:ריזשא און רויזא און רייזל ווערט גערעכנט ווי איין נאמען?
כ'ווייס פון א מעשה וואס רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט געהייסן צוגעבן א צווייטע נאמען דהיינו א באבע האט געהייסן רויזא מיט נאך א נאמען
און אזוי ווי די אם הבת האט געהייסן ריזל האט דער רבי געזאגט מען זאל גיבן אן אנדערע נאמען און נישט רויזא

פון דא קוקט אויס אז ס'איז איין זאך
צוגעלייגטע
IMG_0049.JPG

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

שמעלקא או שמעלקי

תגובהדורך נחוניא » מיטוואך ינואר 21, 2015 3:24 pm

א תשובה אין שואל ומשיב מהדורה קמא ח"א סי' ס"ד וועגן שרייבן שמעלקי.

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

מקור פון היימישע שמות אנשים ונשים

תגובהדורך דאנציגער » דאנארשטאג מאי 14, 2015 6:23 pm

איך האב מיך אייביג געוואונדערט, פון וואו קומען די נייע נעמען, וואס מ'רופט מענער צו פרויען, אזעלכע נעמען וואס שטייט נישט אין תנ''ך.

יגעת ומצאת תאמין.
עטליכע נעמען בין איך דערגאנגען. עטליכע איז בלויז מיין השערה.

שמערל קומט פון שמרי-ה-ו, און קוקט אויס מ'וויל נישט זאגן גאטס נאמען, זאגט מען שמערל.
אזוי נאך אנדערע נעמען וואס זענען מיטן שם הויה, ווי 'מתת' און אלי', שמוליק סרוליק, וכדומה.

למשל ביילע, קלער איך אז ס'קומט פון בלהה, אבער ס'נאר מיין השערה.
לעצט פאראכטן דורך דאנציגער אום דאנארשטאג מאי 14, 2015 6:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דאנארשטאג מאי 14, 2015 6:44 pm

דאנציגער האט געשריבן:למשל ביילע, קלער איך אז ס'קומט פון בלהה, אבער ס'נאר מיין השערה.

מיר דאכט זיך אז עס איז אהן גענומען אז עס קומט פון די נאמען Bella, דאס הייסט 'שיינע'.

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » פרייטאג מאי 15, 2015 12:44 am

דער דברי חיים זאגט בפירוש אז בונא אויף ספאני מיינט גוטע, און אזוי אויך בילא אויף פארטיגעזיש
בונא האב איך געטראפן, בילא נישט
אולי זאגטס מיר אויף וועלכע פראך איז בעלא
למה זה תשאל לשמי...

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » פרייטאג מאי 15, 2015 8:45 am

והוא פלאי האט געשריבן:דער דברי חיים זאגט בפירוש אז בונא אויף ספאני מיינט גוטע, און אזוי אויך בילא אויף פארטיגעזיש
בונא האב איך געטראפן, בילא נישט
אולי זאגטס מיר אויף וועלכע פראך איז בעלא

Bella is a female name. It is a diminutive form of names ending in -bella, such as Isabella and Annabella. "Bella" is related to the Italian and Latin words for beautiful

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » פרייטאג מאי 15, 2015 10:28 am

גוגעל זאגט אויך אזוי
http://www.google.co.uk/search?safe=act ... 7AbV5IPADQ
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » זונטאג מאי 17, 2015 11:18 am

בילא (און נישט ביילא אדער ביילע!) איז ״ווייס״ אויף פויליש.
לעצט פאראכטן דורך איטשע אום זונטאג מאי 17, 2015 12:23 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » זונטאג מאי 17, 2015 12:22 pm

דארף מען טאקע וויסען יעדער פון וואו ער שטאמט כדיצו וויסן די טייטש פון זיין נאמען.
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » מאנטאג מאי 18, 2015 8:08 am

האביך אמאל געזען ערגעץ אז 'בעילע' אין פויליש איז 'שיין', א כינוי פאר רחל זייענדיג א שיינע.
לפי זה לכאורה פון דעם שטאמט די נאמען שיינא
און מעגליך אז 'שיינדל' איז אויך א תולדה פון דעם
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » מאנטאג מאי 18, 2015 8:13 am

אין היינטיגן שפראך איז ווי איטשע (שטאמט פון?) זאגט, מעגליך אז ס'האט שייכות
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19630
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מאי 18, 2015 9:35 am

פלוני האט געשריבן:האביך אמאל געזען ערגעץ אז 'בעילע' אין פויליש איז 'שיין', א כינוי פאר רחל זייענדיג א שיינע.
לפי זה לכאורה פון דעם שטאמט די נאמען שיינא
און מעגליך אז 'שיינדל' איז אויך א תולדה פון דעם

וכן פלוני פון פוילן..
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אסטאפ בענדער
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 12:35 pm

מקורות פון די אידישע נעמען

תגובהדורך אסטאפ בענדער » דינסטאג יולי 14, 2015 7:18 am

וואס איז דער מקור פון דעם וויבישער נאמען ׳דרייזא׳ אדער ׳דרייזיל׳?

איטשע
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג יולי 14, 2015 11:59 am

ס׳איז דרעזיא אדער דרעזיל.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 8:52 am

מיללער האט געשריבן: מס' יומא ה' ע"ב:
אמר רבי מוסיא (וי"ג מנסיא) בר בריה דרבי מוסיא משמיה דרבי מוסיא רבה.

מ'קען לכאורה לערנען צוויי פשטים, אדער אז עס זענען געווען דריי "רבי מוסיא'ס" און דער דריטער האט נאכגעזאגט פונעם ערשטן הנקרא "רבי מוסיא רבה", אדער אז עס זענען געווען צוויי, א זייע און אן אייניקל און דער זיידע האט געהאט א טיטול "רבי מוסיא רבה"

עכ"פ איז משמע אז דער לעצטער האט געטראגן דעם נאמען פון א זיידע

לויט די גירסא אין אינזערע גמרות
אמר ר' ( מוסיא בר בריה דרבי מסיא משמיה דר' מוסיא) רבה
האט דער זיידע נישט געהאט א ו

אין סדר הדורת האט דער בעל המימרא א נון און דער זיידע נישט
בילד

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג מאי 05, 2016 4:32 pm

ג'מילא איז א מענערישע אדער א פרויערישע נאמען?

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דאנארשטאג מאי 05, 2016 6:49 pm

יוראפ האט געשריבן:ג'מילא איז א מענערישע אדער א פרויערישע נאמען?

פרויערישע

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג מאי 05, 2016 9:35 pm

א גרויסן דאנק

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 1:19 pm

געזעהן א מבוכה בענין
דעם שטיקעל שם הגדולים
Untitled.jpg

איז דאס אין תלמוד ירושלמי ? נישט מסתבר אז דער חיד"א האט נישט געוויסט דערפין
דער פלא יועץ ברענגט עס אויך "כתוב בספרים"
Untitled2.jpg

אינטערסאנט איז אז אין שם הגדולים איז נישט דא קיין איין בן ציון
דא איז דא מ"מ ווי אזוי מען
שרייבט בן ציון
דער קדושת ציון האט געהייסען בן ציון אלס סגולה?
--------
אויזער ביי די מייערס (משפחת המרש"א הארוך) איז דא אשכזים וואס הייסען שם טוב?
אין שם הגדולים איז דא 5 אלע ספרדיים
-------
אין שם הגדולים איז אויזער ר עמרם גאון איז דא נור איין עמרם
ר' עמרם חסידא ידידו פון חת"ס האט געהייסען נאך וועם?
הרה"גה"צ ר' נתן געשטעטנער זצ"ל קלערט אז
הרה"גה"צ ר עמרם גרינוואלד אבי הערוגת הבשם האט געהייסען עמרם נאך זיין פעטער ר' עמרם חסידא
-----------
יום טוב
אשכנזים מפורסמים פאר דעם תוס' יום טוב ?
אין שם הגדולים דער איינציגער אשכנזי
--
אויזער בן ציון , יום טוב , שם טוב און בת שבע
נאך נעמען פון צוויי ווערטער ?
לעצט פאראכטן דורך קיקיון אום מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 1:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1798
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 1:30 pm

איז דעם נישט די ריטב"א יום טוב? און אויך מהרי"ט אלגאזי.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 1:39 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:איז דעם נישט די ריטב"א יום טוב? און אויך מהרי"ט אלגאזי.

זעהט אויס אז
אין שם הגדולים דער איינציגער אשכנזי

איז נישט געווען גענוג קלאר האב איך עס פארראכטען

לבנת הספיר
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 9:39 am

שאול אדער שואל

תגובהדורך לבנת הספיר » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 3:10 pm

כ"האב אמאל געזעהן דאכט זיך מיר אין שו"ת חת"ס בשם טיב גיטין אז איינער וואס הייסט שאול זאל מען רופען שואל אין נישט שאול ווייל איינער פין די מלכי כנען האבן געהייסען שאול

לבנת הספיר
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 9:39 am

תגובהדורך לבנת הספיר » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 3:12 pm

קיקיון האט געשריבן:געזעהן א מבוכה בענין
דעם שטיקעל שם הגדולים
Untitled.jpg

איז דאס אין תלמוד ירושלמי ? נישט מסתבר אז דער חיד"א האט נישט געוויסט דערפין
דער פלא יועץ ברענגט עס אויך "כתוב בספרים"
Untitled2.jpg

אינטערסאנט איז אז אין שם הגדולים איז נישט דא קיין איין בן ציון
דא איז דא מ"מ ווי אזוי מען
שרייבט בן ציון
דער קדושת ציון האט געהייסען בן ציון אלס סגולה?
--------
אויזער ביי די מייערס (משפחת המרש"א הארוך) איז דא אשכזים וואס הייסען שם טוב?
אין שם הגדולים איז דא 5 אלע ספרדיים
-------
אין שם הגדולים איז אויזער ר עמרם גאון איז דא נור איין עמרם
ר' עמרם חסידא ידידו פון חת"ס האט געהייסען נאך וועם?
הרה"גה"צ ר' נתן געשטעטנער זצ"ל קלערט אז
הרה"גה"צ ר עמרם גרינוואלד אבי הערוגת הבשם האט געהייסען עמרם נאך זיין פעטער ר' עמרם חסידא
-----------
יום טוב
אשכנזים מפורסמים פאר דעם תוס' יום טוב ?
אין שם הגדולים דער איינציגער אשכנזי
--
אויזער בן ציון , יום טוב , שם טוב און בת שבע
נאך נעמען פון צוויי ווערטער ?

לבנת הספיר
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 9:39 am

תגובהדורך לבנת הספיר » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 3:14 pm

איינער פין ר" אהרן טשערנאביל"ע אייניקלעך האט געהייסען בן ציון אלס סגולה אויף אריכת ימים


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט